☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » לאזט אייך הערן

לאזט אייך הערן

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9409

שמעון וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 9:53 am

· #294101
לאזט אייך הערן
שטייענדיג עטליכע טעג בעפאר די יארצייט פון סאטמאר רב ז"ל גרייטן זיך טויזענטער נאכפאלגער און פארעהרער צו גיין צום ציון זיך אויסבעטן. און די זעלבע צייט זענען די אדמורי"ם זיך מכין די דרשות וואס וועלן געזאגט ווערן ביי די סעודות הילולא.

ווי די לעצטע פאר יאר ביי מסיבות כ"א כסלו און כ"ו אב קען מען ערווארטען אז אויך היי יאר וועלן געהערט ווערן זעלבסט אויסרימערייען, מחאות און פרישע אכשר דרא'דיגע גזירות. אין דעם אשכול וועט יעדער קענען ארויסשטעלן זייערע פארשלאגן איבער טאפיקס וואס וואלטן געדארפט אדרעסירט ווערן.

שמעון וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 9:56 am

· #294103
אט זענען עטליכע פארשלאגן:

א. באנדענעס פאר פרויען
ב. פילטער אויף לענדליין טעלעפאן
ג. התגרות באומות פון ביבי נתניהו און דוב הייקינד קעגן די איראן דיעל
ד. חסידישע יונגעלייט וואס האבן הינט פאר פעטס

יהושע חיים » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 10:45 am

· #294110
אות ג' וועט מן הסתם זיין א גרויסע עינין און קרית יאול. ווארטס און זעהטס

ירח בן יומו » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 12:16 pm

· #294120
יהושע חיים
אות ג' וועט מן הסתם זיין א גרויסע עינין און קרית יאול. ווארטס און זעהטס

בנוגע איראן אדער אנעקסעישין?

שמעון וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 12:40 pm

· #294129
ביי מר"א וועגן איראן און ביי מרז"ל וועגן אנעקסעישאן

פוחת ועומד » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 8:28 pm

· #294243

שמעון וואלף » מיטוואך דעצעמבער 2, 2015 1:32 pm

· #311064
פון די טייטלבוים ברודער קומט א מעלדונג אז מ'האט נאכנישט פיינעלייזט וואס די טאפיק וועט זיין ביים סטעיט אוו די יוניאן דרשות היינט נאכט אצל מסיבת כ"א כסלו באולמות הגדולים.

איך שטעל ארויס די פאלגענדע פירצות וואס דארפן אדרעסירט ווערן:

1. די מחיצות ביי די ווייבער שול האבן צומאל גרויסע לעכער און טאמער איינער קוקט מיט א מיקרוסקופ פאר עטליכע מינוט איז מעגליך צו זעהן א געשטאלט וואס ריקט זיך.

2. די חרדישע צייטונגן שרייבן די נאמען פון צייטונג אין ענגליש אויף יעדע בלאט.

3. קאר טו גא - די גאר פיצעלע קארן וואס בדוחק גדול קענען צוויי מענטשן זיין דארט און צומאל זעהט מען א קאפעל - איש ואשתו זעצן זיך אריין וואס איז מנוגד צו דרכי הצניעות.

עניטינג עלס?

רויטע וואנצעס » מיטוואך דעצעמבער 2, 2015 1:43 pm

· #311068
ברעיקינג: לעצטענס איז געווען א פריוואטע אסיפה ביים רעבין אינדערהיים מיט די ועד הצניעות. ביי די אסיפה האט מען מטכס עצה געווען איבער די פרויען און מענער זייט גאס, וואס ארבייט זיך נישט אויס. די סיבה פארוואס ס'ארבייט זיך נישט אויס האט די ועד געקלערט, איז צוליב וואס ס'דא געשעפטן אויף ביידע זייטן פון גאס, און מענער גייען אריבער צו די געשעפטן אויף די פרויען זייט און אזוי פארקערט. אשר על כן הייסט עס אז די רבי וועט פארשטעלן פאר די וועלט, וואס וועט פראמינאנט באריכטעט ווערן אין אלע ישראלישע צייטונגן, אז אויף יעדע זייט וועט זיין א באזונדערע גראסערי פאר יעדע מין. אבער פרויען שיך און קליידער געשעפטן וועלן מוזן זיין אויף די פרויען זייט, און מענער סארט געשעפטן אויף די מענער זייט. מ'בעט אלע געשעפט אייגענטומער זאלן זיך מעלדן צו די ועד הצביעות איבער די פרטים, ווי אויך ווי מ'קען שיקן לא יחרץ געלט אויב נוטיג.

יעלה ויבא » מיטוואך דעצעמבער 2, 2015 1:51 pm

· #311069
Re: לאזט אייך הערן
#3 ashpagt"i ad meoid

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 2, 2015 2:34 pm

· #311080
רויטע וואנצעס
ועד הצביעות

👍 👍