☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #9408

אשכול אן א טיטל #9408

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9408

— » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 9:22 pm

· #293993

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 9:30 pm

· #293996
דער שטן האט זיך ס'מערסטע פארלייגט אויף די רעבישע קינדער (עכ"פ די אמאליגע).

יואב » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 9:53 pm

· #294011
אין מיינע אויגן איז דאס סתם פוסטע השערות אן קיין שום האפט.

כ'האב מורא אז אנאנים'ס טעות נעמט זיך פון דעם וואס ער שאצט אונטער די פראצענט רבי'לעך און בנש"ק'לעך. יעדער וואס זיין זיידע האט נאר בימים ההם ביהעדעט כפרות אין עפעס א דארף איז היינט א סטראקעס איד מיט א מחילה גדולה. אט אזוי, יעדער שלעפער פארמאגט לפחות א דאזען נאכשלעפער.

פון יעדן רבי וואס דו רעכנסט אויס איז לכאורה דא פראפארציענאל אזויפיל נושרים צווישן זיינע אייגענע חסידים. ווייטער איז דא רביים וואס ווי גרויס זייער פוסטקייט זאל נישט זיין ווייס איך נישט פון קיין אפגעפארענע (וואטעווער דאס מיינט) צווישן צאצאיו וצאצאי צאצאותיו.

chusid » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 10:45 pm

· #294020
איך האב נישט געוואוסט אז די בעל התניא האט געהאט א זון וואס איז אפגעפארן... וויאזוי הייסט ער? וואס איז די מעשה בקיצור?

א איד » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 10:54 pm

· #294024
אן נעמען א צד און אנאנים'ס הנחה, נאר צו צולייגן א בויך סברה
ויבואו המתעמקים ויתעמקו
עס איז באקאנט די משל פון די פריערדיגע, די נפק״מ צווישן דער בן כפר אינעם בן מלך, פארן בן מלך האט מען געגעבן איידעלע מעדעצין, און פארן בן כפר מער גרעבערע מעדעצין.
בערך דאס קען מען זאגן איז די נפק״מ צווישן די רבישע קינדער און די אנדערע.
ודו״ק היטב

יהושע חיים » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 10:57 pm

· #294027
עס וואלט אפשר געווען כדאי אראפ צו ברענגן ווי אזוי רבי'ס צדיקים וכו' האבן זיך אויפגעפירט כלפי זייער שוואכע קינדער
אבער לעצם ענין זאגסטו דא אז די האלסט אז רבי'שע קינדער זענען עפעס מער ווי עמך אידן על כן וויל איך דיר מודע זיין אז ניין עס איז גענוי ווי אלעמען זיי האבן גוטע קינדער און אויך שוואכע קינדער גארנישט אנדערש ווי ביי יעדער איד איך האב מורא אז די האסט נאך ריספעקט פאר זיי אז די האסט עס בכלל באמערקט אז עס איז דא ביי זיי אויך נושרים

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

געוואלדיג » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 11:23 pm

· #294037
יהושע חיים
עס וואלט אפשר געווען כדאי אראפ צו ברענגן ווי אזוי רבי'ס צדיקים וכו' האבן זיך אויפגעפירט כלפי זייער שוואכע קינדער
Sent from my LG-P659 using Tapatalk


דער באר מיים חיים האט זיך זייער אפגעגעבן מיט זיין זוהן און איהם שטארק מקרב געווען, און דאס אויך גענוצט אלס א לימוד זכות אויף כלל ישראל, ער פלעגט זאגן צו השי"ת קוק אויף מיר וואס כאטש מיין זוהן פארשאפט מיר אזוי פיל צער בין איך איהם מקרב און איך גיב איהם אלע זיינע הצטרכיות, זאלסטו טאטע אין הימל אויך אזוי טוהן מיט אונז.

יהושע חיים » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 11:30 pm

· #294040
בעל התניא אויב איך געדענק גוט האט פארגעסן פון דער קינד אבער געבליבן מחותנים מיט זיין שווער עפעס אזוי

מהר"מ מרוטנבורג איז געזעצן שבעה נאך זיין זון

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

moshav zekeinim » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 11:49 pm

· #294042
אנאנים זיכט דא מטיל דופי צו זיין אין די מנהיגי ישראל אשר מפיהם אנו חיים ולאורם אנו הולכים.

עס איז ידוע און אזוי שרייבט דער עטרת ישועה, אז בניהם של קדושים זייענדיג מזרע הקודש פארמאגן א העכערע נשמה ווי פשוטי עם. און ביי חסידים האט מען געוויסט אז אפילו עס קוקט אויס מאדנע און מען האט קשיות אויף די דאזיגע הויכע נשמות, דארף מען אבער וויסן אז עס איז נישט כפשוטו, און אדרבא, מיט זייערע מעשים זענען מעלה נצוצים קדושים.

אשר על כן, חלילה וחס צו רעדן אויף די בניהם של קדושים, וישמרנו ד' מגחלתן של צדיקים.

שלמה המלך » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 11:51 pm

· #294043
אבי גערעדט אין די וועלט אריין... קיק אריין אין די וועלט פון נושרים פערצענטואל איז בכלל נישט דא קיין גרעסערע ביי רבישע אייניקלעך!!
האסט אנגעכאפט א האקעלע נושא ווי מייזעלס וכדו' אבער אן אינהאלט...
דרך אגב ר' ישראל דוד שלעזינגער'ס טאטע איז א רב שוין טויזענט יאר....
#אביגערעדט

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 12:10 am

· #294049
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: אבער זיינע קינדער ס'הייסט הרב שך'ס אייניקלעך זענען שוין יא גוים גמורים...!
דער עולם כאפט נישט די נקודה פון דעם אשכול. א טייל רעבעס ווילן זיך אהערשטעלן אז זיי זענען שרפי מעלה. קומט עס אונז צו לערנען אז אפילו ביי זיי איז אויך פארהאן נושרים/אפגעפארענע.
דער צדיק אמת ובעל מסירת נפש דער מהריי"צ האט אויך שיעור נישט בייגעשטייערט א טאכטער. איבער וואס ער האט זיך שטארק מצער געווען. ובא רמ"מ והציל אותה. פארדעם האט ער איהם טאקע מכיר טובה געווען כל ימי חייו...!

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 12:10 am

· #294050
מאור עניים אנהייב פרשת תולדות רעדט ארום וויאזוי עס שאפט זיך אז צדיקים האבן קינדער וואס גייען זייער אייגן וועג, בנוגע די צוויי OTD'ס ישמעאל און עשו.
<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=24871&st=&pgnum=54&hilite=">http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 54&hilite=</a>

ירא שמים » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 12:23 am

· #294056
אויף ישמעאל האב איך קיינמאל נישט געהערט אז ער זאל האבן געמיינט העכערע זאכן.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 12:25 am

· #294058
ריכטיג, עשו איז געגאנגן מיט א גאלדענע בעקיטשע, אבער אונטער דעם האט ער בשתיקה געטראגן באקסערס.

moshav zekeinim » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 12:29 am

· #294065
דער קעפל פונעם אשכול באציט זיך צו רבי'ש אייניקלעך כלפי פשוטע אייניקלעך אין אלגעמיין, אבער אינווייניג באציט זיך עס צו די נושא פון אפגעפארענע
???

איך מיין אז עס איז סתם אזוי אונטרעסאנט צו שמועסן איבער דעם רבי'שער קרוין וואס די בנשקלעך טראגן, און די פראבלעמען (און אפשר מעלות) וואס עס טראגט מיט זיך.

איך וועל אנהייבן מיט עטליכע נקודות:

קודם כל, דאס אז זיי דארפן גיין אנגעטון אנדערש פון זייערע חברים איז נישט אייביג בא'טעם'ט, (פארשטייט זיך אז עס ווענדעט זיך אין די זעלבסט זיכערקייט זייערע). שוין עטליכע יאר פאר די בר מצווה טוען זיי אן א בעקיטשע און צומאל א הוט, און נאך די בר מצווה א ריפסענע בעקיטשע מיט שווארצע זאקן אינדערוואכן, און טייל גייען שבת עפעס מער, א קאלפיק אדער ווייסע זאקן. און א סך מאל ווערן זיי געטשעפעט דערפאר (דער בעסטער טרייסט וואס די עלטערן האבן פאר די געטשעפעטע בנשקלעך איז זיי אריין צו בלאזן א גאות: "זיי פארגינען דיר נישט אז דו ביסט העכער פון יעדן איינעם, דערפאר טשעפענען זיי דיר).

די בחורים דארפן זיך פירן "הייליגער" פון אנדערע און אז נישט וואונדערט מען זיך אויף זיי "דו גייסט אנגעטון מיט שמונה בגדים און אזוי פירסטו זיך אויף? "ווען דיין זיידע זאל דאס זען". מען רעדט דא פון אומשילדיגע יומען ביאינגס, וואס האבן די זעלבע יצר הרע ווי יעדן, און פוינטן פוינט מען אויף זיי ווי אויף מיטאלאגישע אביעקטן. ביז טאקע ווען זיי ווען עלטער "זעען זיי שוין טאקע איין אז זיי זענען העכער פון יעדן" און אך און וויי אז נישט - "עס האט פשוט נישט קיין פשט" ערקלערט מען אים... און וויפיל צרות יגון ואנחה דער "נישט קיין פשט" ברענגט ווייסט נאר א בנש"ק. און די פאליציי צו פארסירן די "פשט" זענען לרוב די אייגענע עלטערן. און גלייבט מיר, די פשט פארסירער ווייסן וויאזוי איינעם אויסצוזויגן דאס בלוט. ומי יבוא אחר המלך.

טאמער האט דער טאטע א בית המדרש, טאמער איז עס גרויס דארף דאס קינד זיין א שיינע איד, ווייל טאמער נישט, "פאסט נישט". איז עס א קליינער בית המדרש מיט קוים מנין דאן זענען זיי עליל צו ליידן געבראטענע צרות פונעם נערוועזן אנגעזעצטן טאטן וועלעכע מיטשעט זיך מיט מנין.

עס זענען דא לייכטערע משפחות וואו די רבי'שע ריסטריקשן זענען לייכטער און עס זענען דא שווערערע משפחות מיט שווערערע ריסטריקשנס. ביי די שווערערע קען עס זיין שווער אז רח"ל. די כבוד שמעקעריי ביי די סארט איז נישט קיין לעגענדע, עס איז א מציאות ממש וואס גרייכט ביזן זיבעטן הימל. און די קינדער זענען די וואס זענען עליל צו ליידן דערפון מיום עמדם על דעתם ביז טיף נאך זייער חתונה, ביז זיי ווערן אליין פאראזיטן.

ארבעטן און דרייוון דאס איז "באלבאטיש" עס פאסט נישט פאר קיין רבי'ש קינד. און טאמער האסטו נישט קיין ביצים ווי שמשון הגיבור צו טון צו די זאך, טראץ דיין ריפס און בא'רבי'שטע ווייבל, דאן בלייבסטו אן אינוואליד דיין גאנץ לעבן, חוץ טאמער דיין מזל שפילט דיר און דו ווערסט אליין א רבי א פאראזיט.

moshav zekeinim » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 11:11 am

· #294111
"נערוון" פראבלעמען איז דער אלטער קלאסישער "קאווער אפ" ביי רעליגיעס, צו ניצן קעגן אנטי רעליגיע אקטיוויטעטן.

אין די פראטעסטאנטישע תקופות ווען יחידים און גרופעס זענען ארויס קעגן קאטויליזם. און דע קירכע האט שוין נישט פארמאגט דער אויסשלוסליכער מאכט צו טון ככל העולה על רוחם סתם פאר רעליגיעזע סיבות, איז איינע פון די קירכעס גרעסטע געווער קעגן זיי געווען דער אויסרייד אז זיי "האבן מיט די נערוון". די קירכע האט זיך נישט געשעמט אזוי צו זאגן אפילו אויף א רבים. די פראפעגאנדע האט טיילווייז געארבעט אין געוויסע שטעטלעך, ספעציעל דארט ווי די קירכע האט געהאט די מאכט איינצושפארן צורידערטע פארשוינען, איז דער אויסרייד משוגע געווען מער ווי גענוג.

moshav zekeinim » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 6:35 pm

· #294213
איך דארף צו ערשט וויסן וויפיל דאקומענטן פון קלויסטער אויף זייערע נערוון קרבנות זענען אמת

ירא שמים » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 6:38 pm

· #294215
זארג דיך נישט מושב אויף דיר וועט מען עס נישט זאגן [emoji39][emoji14]

moshav zekeinim » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 7:12 pm

· #294221
נו, אפשר טאקע האב איך מיט די נערוון און דעפאר שרייב איך אזוי "מאדנע". דו מוזט דאך מודה זיין אז עס איז לא יתכן אז צווישן די טויזנטע שרייבן דא אין קאווע שטיבל זאל נישט זיין כאטש עטליכע וועלעכע זענען נערוון קראנק. קען דאך זיין אז איך בין איינע פון די, נישט אזוי? אפשר טאקע איז שבת אחים אויך צווישן די, ער שרייבט דאך אויך מאדנע און ווילד.

נו, לאמיר אנהייבן רבותי: ווער פון אייך נעמט נערוון פילן?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 9:05 pm

· #294252
[ציטאט אראפגענומען]

לאמיר מקיים זיין א מאמר חז"ל...האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם...!
דעם אריגינאלן מאמר האט געזאגט קוני ראטנבערג נ"ע. ער האט געזאגט לאמור...80% אין סאטמאר נעמען נערוון פילן... אבער די פראבלעמען האט מען פון די 20% וועלכע נעמען נישט... 😂 🙄

BAL TSHIVA » פרייטאג אוגוסט 7, 2015 12:58 am

· #294318
דער קראלא'ר רב פין וויליאמסבורג האט אמאל געפרעגט א בחור פארוואס ער וויל נישט נעמען פילן, זאגט דער בחור, אז ער וויל נישט דער עולם זאל וויסן, פרעגט אים דער רב "אויב וועסטי נישט נעמען וועט דאך יעדער וויסן אז די דארפסט נעמען"? ודפח" ח

שבת אחים » פרייטאג אוגוסט 7, 2015 1:36 am

· #294319
יואב
יעדער וואס זיין זיידע האט נאר בימים ההם ביהעדעט כפרות אין עפעס א דארף איז היינט א סטראקעס איד מיט א מחילה גדולה. אט אזוי, יעדער שלעפער פארמאגט לפחות א דאזען נאכשלעפער.

👍 👍 👍

@יואב עס איז שוין דורך געגאנגען דריי טעג און איך שיס נאך אלץ פאר געלעכטער 😂 .

יואב׳ל איך גלייב באמונה שלימה אז ווען דו וועסט ארויפקומען אויף יענע וועלט, נאך פאר וואס ווען וואו וועט מען דיך פארהאלטן היתכן איר האט נישט געשריבן גענוג אויף קאווע שטיבל, מ׳האט אייך געגעבן א פעדער און שפראך וואס מ׳געט אפשר איינס פון א מיליאן און וואו זענט איר געוועהן??? פארשטייט זיך נאך דעם וואס מ׳וועט אפוועגן אלע דיינע זיכותים און זעהן וויפל צובראכנע אידן דו האסט געמאכט לאכן און מ׳וועט נאך ווייזען דארט אויפן גרויסן סקרין ווי אונזער בעלעגלה ר׳ בערל פאלט אראפ פון בענקל וועט זיך די טויערן פון גן עדן עפענען פאר אייך ברייטערהייט און
just in case that's not gonna happen
און מ׳וועט דיך יא למעשה דן זיין לכף חוב אז דו האסט נישט אינגאנצן אויסגעניצט דיינע טאלאנטן מיט וואס דער אייבישטער האט דיך באשאנקן שיק מיר א אישי און איך בין זיכער אז כ״ק אדמור מוויזניץ סטעטן איילענד וועט דיך ארויסשלעפן ביי די פיאות אלעס אין די זכות אבות מיינע מיין זיידע איז געוועהן גאר א גרויסע ביהעדער אין אונגארן און ער איז געגעאנגען מיט סטראוקס און גאר לאנגע גאטשעס אפילו אינדערוואכן!!!

שבת אחים » פרייטאג אוגוסט 7, 2015 2:08 am

· #294321
אנאנים וועלכע אייניקל פון וועלכע וויזניצער רבי איז אטד?
איך גיי בכלל נישט אריין אין די שמועס און אין דיין ארגעמונט בכלל וואס איז אבסורד אין מיינע אויגן,

בד״וו ס׳איז מיר אינטערעסאנט אז דו דערמאנסט נישט אז דער עצי חיים פון סיגעט האט געהאט צוויי אפגעפארנע קינדער הייסע קאמיוניסטן, דאס מיינט אז דער ברך משה האט געהאט צוויי ברודער וואס זענען געוועהן OTD.
חוץ וואס דער אהבת ישראל האט געהאט א אפגעפארנע טאכטער האט דער אמרי חיים אויך א אפגעפארנע טאכטער ציפורה זז״ג וואס האט געוואוינט אין א לינקע פרייע קיבוץ יאהרן לאנג און זי איז געוועהן א מחלל שבת און א אפענע פרייע אבער אויף דער עלטער האט זי מיט איר מאן מחליט געוועהן למען השלום און צוליב אנדערע סיבות צו שפילן אביסל א דאבל לייף און איר מאן הרב פרידמאן (ער איז אויך א בנש״ק א רוזינער אייניקל און געוועהן OTD אלע יאהרן)אנגעטוהן א רוזינער שטריימל(ווען ער קומט קיין וויזניץ) מיטן שפיציגן קאפל, זי האט נישט געהאט קיין שייכות און נישט גערעדט מיט איר טאטען יאהרן לאנג, זי האט גערישנט ר׳ פנחסל קאריצער׳ס זצ״ל מנורה און יעדע חנוכה פלעגט זי עס פארבארגן פאר איר ברודער דער ישיעות משה,

יא יא ר׳ מוישלע און ר׳ מאטעלע האבן א שוועסטער א פרייע לינקע אטיעסט!

שבת אחים » פרייטאג אוגוסט 7, 2015 2:16 am

· #294322
און וואס איז מיט ר׳ משה לייב מונקאטשער׳ס שוועסטער פון לאנג איילענד ?

moshav zekeinim » זונטאג אוגוסט 9, 2015 4:18 am

· #294536
צוריק צום נושא פונעם אשכול.

זענען פארהאן פראצענטועל מער דיינים, אדער תלמידי חכמים אדער אויסגערופענע יראי השם ביי די בנשקי"ם ווי ביי די המון עם?

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 9, 2015 5:23 am

· #294539
שבת אחים
יואב
יעדער וואס זיין זיידע האט נאר בימים ההם ביהעדעט כפרות אין עפעס א דארף איז היינט א סטראקעס איד מיט א מחילה גדולה. אט אזוי, יעדער שלעפער פארמאגט לפחות א דאזען נאכשלעפער.

👍 👍 👍

@יואב עס איז שוין דורך געגאנגען דריי טעג און איך שיס נאך אלץ פאר געלעכטער 😂 .

יואב׳ל איך גלייב באמונה שלימה אז ווען דו וועסט ארויפקומען אויף יענע וועלט, נאך פאר וואס ווען וואו וועט מען דיך פארהאלטן היתכן איר האט נישט געשריבן גענוג אויף קאווע שטיבל, מ׳האט אייך געגעבן א פעדער און שפראך וואס מ׳געט אפשר איינס פון א מיליאן און וואו זענט איר געוועהן??? פארשטייט זיך נאך דעם וואס מ׳וועט אפוועגן אלע דיינע זיכותים און זעהן וויפל צובראכנע אידן דו האסט געמאכט לאכן און מ׳וועט נאך ווייזען דארט אויפן גרויסן סקרין ווי אונזער בעלעגלה ר׳ בערל פאלט אראפ פון בענקל וועט זיך די טויערן פון גן עדן עפענען פאר אייך ברייטערהייט און
just in case that's not gonna happen
און מ׳וועט דיך יא למעשה דן זיין לכף חוב אז דו האסט נישט אינגאנצן אויסגעניצט דיינע טאלאנטן מיט וואס דער אייבישטער האט דיך באשאנקן שיק מיר א אישי און איך בין זיכער אז כ״ק אדמור מוויזניץ סטעטן איילענד וועט דיך ארויסשלעפן ביי די פיאות אלעס אין די זכות אבות מיינע מיין זיידע איז געוועהן גאר א גרויסע ביהעדער אין אונגארן און ער איז געגעאנגען מיט סטראוקס און גאר לאנגע גאטשעס אפילו אינדערוואכן!!!

שבת אחים: קודם כל א ייש"כ. איך וועל דיך מיט יואב בלי"נ נעמען אין סמאלל קלעימס קאורט אז עטץ האט בשותפות (שנים שעשאוהו) צובראכן מיין סוויוועל טשעיר און די פלאהר אויף וואס איך בין אראפגעפאלן קוילערנדיג זיך פאר געלעכטער פון ענקער געשרייבעכץ...נאר פאר די בי"ד של מעלה וועט מען נישט נאר ווייזן אויפ'ן גרויסן סקרין ווי איך ווארף זיך פאר געלעכטער, נאר מ'וועט אויך ברענגען מיין בענקל מיט די שטיקלעך פון די צובראכענע פארקעי פלאהר אין מיין הויז. טאקע ווי די מעשה מיט דעם בעל עגלה וועלכער האט געראטעוועט א אידישע משפחה פון איינזינקען אין די בלאטע. וואס ביי בי"ד של מעלה ווען מ'האט געמשפ'ט דעם בעל עגלה וועלכער האט ליידער נישט געהאט קיין סאך מצוות אויסער די איינע מצוה.,האט מען ארויפגעלייגט אויפף די וואגשאל די פערד און דעם וואגן צוזאמען מיט די בלאטע פון וועלכע ער האט זיי ארויסגעצויגן. און דאס האט שוין איבערגעוואויגן לכף זכות. כמעשה הידוע...ואכמ"ל... 😂

diff » זונטאג אוגוסט 9, 2015 7:00 am

· #294544
וואס!

יהושע חיים » זונטאג אוגוסט 9, 2015 8:49 am

· #294551
moshav zekeinim
צוריק צום נושא פונעם אשכול.

זענען פארהאן פראצענטועל מער דיינים, אדער תלמידי חכמים אדער אויסגערופענע יראי השם ביי די בנשקי"ם ווי ביי די המון עם?

לאמער נעמען איינס אויף אמאל

דיינים? יא (מנעמט זיי שוין אויף פאר זיי האבן הוראה אזוי ווי עס איז געווען א פאל וואס מען האט אויפגענימן א דיין און א קהילה ווייל ער איז דער אדמו"ר'ס איידעם למעשה שטעלט זיך אויס אז ער א תלמיד חכם אבער ער איז קאלער בליינד און קען נישט פסק'נען האט מען אויפגענימן א מו"ץ אבער דיין איז ער געבליבן)

תלמודי חכמים? ניין (מען דארף לערנען אנציקומן צו זיין א תלמיד חכם און יעדער קען לערנען און אסאך לערנען טאקע אבער אזוי ווי קיין פרנסה קענען זיי נישט האבן דערפין דארף מען ארויסגיין ארבעטן אביסל איז ער שוין נישט דער גאון ווי דער וואס זיצט און לערנט א האלבע טאג פארוואס נאר א האלבע ווייל די אנדערע האלב גייט מען ארים אויף לווית און חתונות וכו' )

יראי השם? דאס קען קיינער נישט וויסן (אזוי ווי דער בית ישראל האט געזאגט נאר די באשעפער ווייסט דאס און "אפשר" זיין ווייב)

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 9, 2015 9:56 am

· #294578
moshav zekeinim

עס איז ידוע און אזוי שרייבט דער עטרת ישועה, אז בניהם של קדושים זייענדיג מזרע הקודש פארמאגן א העכערע נשמה ווי פשוטי עם.

אפשר האבן זיינע קינדער אריינגעלייגט דעם שטיקל לצורך פרנסה?

רוסישער » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 12:28 pm

· #296252
דער ליאדיער (בעל סידור מהרי"ד) האט אויך פארלארן א טאכטער https://archive.org/stream/nybc205821#page/n59/mode/1up

שבת אחים » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2015 1:06 pm

· #311210


בתש״ק צפורה האגער פרידמאן און איר מאן. זי איז די טאכטער פון די אמרי חיים זצוק״ל און יונגסטע שוועסטער פון די וויזניצע רבי׳ס, זי איז געוועהן פריי יאהרן לאנג און געוואוינט אין א פרייע קיבוץ יעצט איז זי א שטיקל מזרחסטישע (פרייע) רביצין...

יעקב מענטש » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2015 1:46 pm

· #311221
איך בין נייגעריג צו הערן וויאזוי א אלטע אטד פיהלט, אלט, קראנק, שוואך, האט נישט אויפגעשטעלט קיין געהעריגע שטוב, שמעקט שוין דעם קבר, און טיעף אין הארץ טליעט נאך ספיקות אז 'אפשר' איז יא דא א באשעפער, שכר ועונש, א שווארצע מלאך א ווייסע מלאך, א כף הקלע וכו', קיינער האט דאך למעשה נישט געפראווט אז ס'איז 'נישט' דא קיין גאט, מיך גרויסע חכם האט מען נאר נישט געקענט איבערצייגן אז ס'איז 'יא' דא א גאט, אבער אין די נעגאטיוו האט דאך נאך קיינער נישט געפראווט, לייף דארף צו זיין מיסרעבל פאר די חברה, כנלע"ד

שבת אחים » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2015 3:37 pm

· #311241
יעקב מענטש
איך בין נייגעריג צו הערן וויאזוי א אלטע אטד פיהלט, אלט, קראנק, שוואך, האט נישט אויפגעשטעלט קיין געהעריגע שטוב, שמעקט שוין דעם קבר, און טיעף אין הארץ טליעט נאך ספיקות אז 'אפשר' איז יא דא א באשעפער, שכר ועונש, א שווארצע מלאך א ווייסע מלאך, א כף הקלע וכו', קיינער האט דאך למעשה נישט געפראווט אז ס'איז 'נישט' דא קיין גאט, מיך גרויסע חכם האט מען נאר נישט געקענט איבערצייגן אז ס'איז 'יא' דא א גאט, אבער אין די נעגאטיוו האט דאך נאך קיינער נישט געפראווט, לייף דארף צו זיין מיסרעבל פאר די חברה, כנלע"ד

זי האט יא אויפגעשטעלט א שטוב זיי האבן אפאר קינדער דוקא זענען זיי פרומע און טאקע דערפאר (לדעתי) האבן זיי זיך ׳אביסל׳ געטוישט אויף די עלטער (עכ״פּ די חיצונות), איך האב געהערט א פרייוואטע טעיפּ פון איר פון בערך צוויי יאר צוריק ווי זי רעדט צו צוויי וויזניצע אטדיס וואס זענען איר געגאנגען באזוכן און זי פרעגט זיי פארוואס דארף יעדער וויסן אז איר האלט נישט קיין שבת? איך צינד אויך אן די טעלעוויזיע שבת אבער פארוואס דארף יעדער וויסן דערפון?

איך האף איך לייג מיך נישט אריין אין קיין צרות אבער לויט איר רעדן דארט קוקט נישט בכלל אויס ווי זי האט ספיקות זי איז א פרייע לינקע סאושליסט ציוניסיט בשיטה וואס איז אויך א רביצין...

moshav zekeinim » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 11:30 pm

· #311498
איז זי א קלוגע פרוי, אדער סתם א טיפשה?

הדד בן בדד » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 2:19 am

· #311515
דער לעצטער ליובאוויטשער רבי האט געהאט א ברודער א פרייער להכעיס'ניק, אויך זי, חי' מושקע האט געהאט א שוועסטער וואס זי מיטן מאן זענען געווען אינגאנצן פריי. זיי האבן נישט איבערגעלעבט דעם קריג.

mevakesh » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 7:32 am

· #311523
הדד בן בדד
דער לעצטער ליובאוויטשער רבי האט געהאט א ברודער א פרייער להכעיס'ניק, אויך זי, חי' מושקע האט געהאט א שוועסטער וואס זי מיטן מאן זענען געווען אינגאנצן פריי. זיי האבן נישט איבערגעלעבט דעם קריג.

דאכט זיך אז חיה מושקהס שוועסטער און שוואגער זענען לכל הדעות נישט געווען פריי פשוט שטארק מאדערן

וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 4:45 pm

· #311603
איידעם פין ריי"ץ מענדל הארנשטיין הי"ד
📎 soninlaw.jpg

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 2:24 pm

· #312282
@שבת אחים,

כ'וואלט שטארק געוואלט הארכן דיין מיינונג איבער דעם.
<a class="postlink" href="https://youtu.be/JL1oDuvQR08">https://youtu.be/JL1oDuvQR08</a>

נעגעל וואסער » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 9:24 pm

· #315513
צוריק צום עצם הנחה פונעם פותח האשכול. איך לייקען אויך די עליגעישון'ס קעגען די רבי'שע קינדער, אבער טאמער הרב שש זאגט עפעס, מידאך זיין אז יש דברים בגו.
וכדאי ליישב את הענין, קען זיין די הסבר, אזוי ווי כ'האב אמאל געזעהן ערגעץ וואו, וואס איז פשט אז מ'זעהט אמאל א צדיק בן רשע און א רשע בן צדיק, הלא דבר הוא. נאר כידוע אז די נפש פונעם קינד ווענד זיך אויפן מחשבות פונעם עלטערן בשעת המעשה, ממילא א צדיק וואס איז פרוש א גאנצע טאג, קען אמאל מקיים זיין מתוך תאווה בלבד, וואס איז גורם צו האבן א בן רשע. מאידך גיסא א רשע וואס זינדיגט א גאנצע טאג מיט וועם ער וויל, קומט אהיים מיט ווייניג נערווען, אבער דאך שטרענגט ער זיך איבער מיטן בני בית פשוט לקיים המצווה, דאס איז משפיע א הייליג קינד. ודפח"ח.
קוקט אויס אז די היינטיגע רבי'ס ווערן הייליגער און הייליגער, דערפאר שפראצט ארויס מער פון די פארקערטע...

Sent from my SM-G800F using Tapatalk

Chasidishmashpia » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 10:19 pm

· #315525
קען זיין בדרך אפשר, רביס האבן אסאך קינדער ממילא איז דא אסאך אט"ד ביי זיי

קל וחומר » פרייטאג יאנואר 1, 2016 8:29 am

· #315571
נעגעל וואסער
צוריק צום עצם הנחה פונעם פותח האשכול. איך לייקען אויך די עליגעישון'ס קעגען די רבי'שע קינדער, אבער טאמער הרב שש זאגט עפעס, מידאך זיין אז יש דברים בגו.
וכדאי ליישב את הענין, קען זיין די הסבר, אזוי ווי כ'האב אמאל געזעהן ערגעץ וואו, וואס איז פשט אז מ'זעהט אמאל א צדיק בן רשע און א רשע בן צדיק, הלא דבר הוא. נאר כידוע אז די נפש פונעם קינד ווענד זיך אויפן מחשבות פונעם עלטערן בשעת המעשה, ממילא א צדיק וואס איז פרוש א גאנצע טאג, קען אמאל מקיים זיין מתוך תאווה בלבד, וואס איז גורם צו האבן א בן רשע. מאידך גיסא א רשע וואס זינדיגט א גאנצע טאג מיט וועם ער וויל, קומט אהיים מיט ווייניג נערווען, אבער דאך שטרענגט ער זיך איבער מיטן בני בית פשוט לקיים המצווה, דאס איז משפיע א הייליג קינד. ודפח"ח.
קוקט אויס אז די היינטיגע רבי'ס ווערן הייליגער און הייליגער, דערפאר שפראצט ארויס מער פון די פארקערטע...

Sent from my SM-G800F using Tapatalk


מקור איז ספר הברית פון ר' פנחס אליהו מווילנא

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 1, 2016 9:16 am

· #315583
ביטע צושטעלען א לינק (אויף היברובוקס) צו א מראה מקום. א דאנק.

קל וחומר » פרייטאג יאנואר 1, 2016 1:54 pm

· #315632
מאמר יז נפש החי המדבר פרק ב'
מביא בשם המלאכת מחשבת

מצפה לישועה » זונטאג יוני 3, 2018 5:38 pm

· #404576
היינט האט אן אייניקל (עובדיה) פון הרב עובדיה חתונה געהאט מיט זיין פריינד (עמיחי)
גראדע גייט ער א קאפל....

berlbalaguleh » זונטאג יוני 3, 2018 5:49 pm

· #404581
קל וחומר
נעגעל וואסער
צוריק צום עצם הנחה פונעם פותח האשכול. איך לייקען אויך די עליגעישון'ס קעגען די רבי'שע קינדער, אבער טאמער הרב שש זאגט עפעס, מידאך זיין אז יש דברים בגו.
וכדאי ליישב את הענין, קען זיין די הסבר, אזוי ווי כ'האב אמאל געזעהן ערגעץ וואו, וואס איז פשט אז מ'זעהט אמאל א צדיק בן רשע און א רשע בן צדיק, הלא דבר הוא. נאר כידוע אז די נפש פונעם קינד ווענד זיך אויפן מחשבות פונעם עלטערן בשעת המעשה, ממילא א צדיק וואס איז פרוש א גאנצע טאג, קען אמאל מקיים זיין מתוך תאווה בלבד, וואס איז גורם צו האבן א בן רשע. מאידך גיסא א רשע וואס זינדיגט א גאנצע טאג מיט וועם ער וויל, קומט אהיים מיט ווייניג נערווען, אבער דאך שטרענגט ער זיך איבער מיטן בני בית פשוט לקיים המצווה, דאס איז משפיע א הייליג קינד. ודפח"ח.
קוקט אויס אז די היינטיגע רבי'ס ווערן הייליגער און הייליגער, דערפאר שפראצט ארויס מער פון די פארקערטע...

Sent from my SM-G800F using Tapatalk


מקור איז ספר הברית פון ר' פנחס אליהו מווילנא

קל וחומר: און דאס האט אזויפיהל סיינעטיפישע אויסהאלט ווי דער צייטונג פון להבדיל חיים'קע שאולזון, שר"י. פרעג נאר ביי שבת אחים...!

אויב אזוי האביך א קשיא. דאמאלס פארוואס געט מען אפ כבוד פאר א רשע בן צדיק. אין זכות פון זיין טאטן. ער פארדינט עס דאך נישט. ווייל דער צדיק האט נישט געהאט קיין גוטע מחשבות בשעת עסק המצווה...!

אויך, פארוואס דערמאנט מען דעם טאטן דעם רשע ווען זיין זון דער צדיק זאגט עפעס עקסטריעם, פארפרומט וואס ס'געפעלט נישט פאר'ן עולם...?!

ר' אברהם לייטנער יוכיח. ור' יחזקאל ראטה יוכיח...!

איך האב א בעסער'ן, פשוט'ן הסבר. אמאל איז דער טאטע דער צדיק אזוי אריינגעטון אין מתקן זיין די וועלט, אז ער פארגעסט מחנך צו זיין זיינע אייגענע קינדער. און זיי וואקסן אויף אן דעם גוטן און ריכטיגן חינוך. הרב דן סג"ל יוכיח...!