☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » ווידיאו ריקלאמעס (קאמערשיעלס)

ווידיאו ריקלאמעס (קאמערשיעלס)

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9404

וכדומה.. » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 2:53 pm

· #293772
ווידיאו ריקלאמעס (קאמערשיעלס)
צו סאיז א געשמאקע ספורטס געים, אדער א באלערנדע דאקיומענטרי אויף יוטוב, אדער סתם זיצן און וואטשען אביסעל קעיבל, רוקן זיך אייביג אריין די "קאמערשעלס", קורצע עדווערטייזמענט ווידיאוס, צו דו ווילסט צו נישט האקט עס אין פנים, און דו ביסט געצווינגען צו זעהן און הערן וואס זיי רעדן דיר איין און ווילן דיר פארקויפן.

האב איך געטראכט א געדאנק, צו עפענען א אשכול וואו מ'זאל ארויפלייגן די הויפט פאפולערסטע קאמערשעלס וואס לויפן יעצט פון די גרויסע קאמפאניס, מיט א שטיקעל אינפארמאטיווע שרייבונג דערצו וואס אנאליזירט דעם עד, ווי למשל ווער ס'עקט דערויף, וואו מהאט עס געפילמט, וואס ליגט אונטער דעם, וכו'. די מציאות איז, ווען מוואטשט אזא עד נאכדעם וואס מווייסט אביסל וואס טוט זיך דערויף האט עס אן אנדער טעם, און סקען גאר ווערן אינטרעסאנט און ענדשויעבל, אנשטאט זיך עסן די געזונט ווילאנג די עד איז פאריבער...

***
וועל איך אנהייבן מיט די ווינדאוס 10 קאמערשיעל וואס מיקראסאפט האט געבליצט מיט דעי עד ארום די גאנצע וועלט, אנגעהויבן צען טאג איידער ווינדאוס 10 איז אפיציעל ריליעסד געווארן, איר האט זיך שוין זיכער אנגעשטויסן דערין, (אויב נישט אין די פילע ווערסיע וואס איך לינק דא דאן אין די קערצערע ווערסיעס וואס זענען די זעלבע זאך נאר אראפגעשניטן צו 30 סקונדעס, אדער דעי וואס איז 15 סקונדעס).



זיסע אינגע קינדערלעך ארום די וועלט פון יעדע קולטור, אנגעהויבן אין די היציגע אפריקע אריבער צו ביג-בען אין לאנדאן, ביז אין די קאלטע שנייען פון אנטארטיקע, אלע זענען זיי פרייליך און צופרידן, פאר זיי ערווארט שוין א בעסער געשמאקערע לעבן, אמער זיי גייען אויפוואקסן מיט ווינדאוס 10...

די עקטיאר "איטען האוק",וואס טוט די וואויסאווער, ברענגט ארויס עטליכע נקודות וואס ווינדאוס 10 וועט גרינגער מאכן פאר די פשוטע המון-עם קאמפיוטער באניצער "אימעזשין... דעי קינדער וועלן שוין נישט דארפן געדענקען זייערע פעסווארדס... אדער זיך זארגן וועגן סעקיורעטי..." און סגייט ווייטער און ווייזט ווי מיט קינדערישע תנועות און מאוומענטס איז גענוג זיך צו קענען א עצה געבן מיט די נייע ווינדאוס. אזוי סימפעל און גרינג איז די סיסטעם.

זיי האבן געמאכט די עד מורא'דיג סימפל און נישט "קאמפיוטער" און "tech" סטייל, כמעט וואס מזעהט נישט קיין קאמפיוטער דערויף, מט די ציל אז די פשוטע מענטש וואס פארשטייט נישט צו קיין קאמפיוטער אבער פארט באנוצט זיך מיט איינס, זאל קענען רילעיטן צום עד. די עד ענדיקט זיך ווי איינער טייפט אריין א שאלה "וועל איך ברויכן א שירעם מארגן?" און די קאמפיוטער שפעטיגט נישט צו ענפערן "ניין! איר ברויכט נישט, דא האט איר די מארגענדיגע וועטער..."

יעצט, צו מיין פעיוועריט חלק פון די קאמערשיעל, די ניגון וואס שפילט אין די בעקראונד, קאמפאוזט און געזינגען דורך 'עריק האטשינסאן' מיטן נאמען 'Tell the World', וואס די ניגון איז געבויט אויף "לאמיר פארציילן פאר די וועלט וואס מיר האבן אויפגעטוהן", ווען עריק האט געמאכט דעם ניגון האט ער נישט גע'חלומט אז מיקראסאפט וועט דאס אדאפטירן פאר זייערס א קאמערשיעל, ער פארציילט "איך בין געשטאנען אין קאך און זיך אויפגעקאכט א לאקשאן ווען פלוצלונג איז מיר די איידיע פונעם ניגון אריין אין קאפ, איך האב אלעס אפגעלאזט און אריינגעלאפן אין סטודיא, א שעה שפעטער איז געווען א פארטיגע ניגון מיט א פארברענטע לאקשאן"...

איך גיי מורא'דיג פאר דעם ניגון, סאיז פיל מיט עמאשיען, און א גוטע פארכאפנדע טאן, דא איז א לינק צום ארגינעלן ניגון אויף יוטוב,
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=vZ2_tOoefyU">https://www.youtube.com/watch?v=vZ2_tOoefyU</a>

ונבנתה העיר » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 5:27 pm

· #293793
דאס איז מיר שטארק געפאלן בשעתה:

וכדומה.. » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 1:06 pm

· #293893
די נייע מאדעל פון לעקסוס דשי-עס סידען, לויפט שוין א שטיק צייט, א פיינע עד.



אין שארפן קאנטראסט צו דריי ווייסע לוקסיריעזע אויטא'ס (BMW ,Audi, Mercedes-Benz) וואס פארן ארום אין א צירקל, און לויפן זיך נאך איינעם דעם צווייטען אויף דעם זעלבן וועג, קומט צו רייסן די נייעם סידען פון גאר אן אנדער ריכטונג, און שניידט אדורך די צירקל, איבערלאזנדיג די אנדערע קארן אין א ווינט פון שטויב.. און דערביי אויספארמירנדיג די לעקסוס לאגא אויף די ערד אין די זאמד אויף די וועג וואס זי פארט.

ארויסברענגנדיג דערביי, אז אין די זעלבע צייט וואס די אלע אנדערע קאמפאטישענס זייערע זענען גארנישט אליינס מחדש, און מאכן זיך נאך איינער דעם צווייטען, איז לעקסוס אויף איר אייגנארטיגן וועג אהערצושטעלן פערפעקשען. און אין איין וועגס זענען זיי מגלה א נייעם אפטייטש אין די לאגא זייערע...(יעצט פרעג מיך נישט אפ אז די אנדערע קארן זענען גארנישט אונטערשטעליג פון דעם לעקסוס..)

די גאנצע קאמערשעל איז א שטיק סי-דשי און וויזשועל עפעקטס, די איידיע קומט פון די עידשענסי מיטן נאמען טיעם-וואון אנגעפירט דורך קרעיג קראופארד, די סי דשי און וויזשועל עפעקטס זענען אהערגעשטעלט געווארן דורך דער מייסטער 'ברוסטער פארסענס' וואס ער מאכט די מיוזיק ווידיעס פאר געוויסע גרויסע סעלעברעטי זינגערס.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 6:31 pm

· #299412

ונבנתה העיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 3:12 pm

· #301105

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יולי 9, 2020 11:55 pm

· #454216

הוגה » מאנטאג יאנואר 4, 2021 7:38 pm

· #465133
איך ווינדער מיך אויב ס'הייבט זיך אן א נייע טרענד פון רעקלאמעס אין אידיש. דא האט איר א היימישע רעקלאמע פאר דוריטאס.

.

צפור בודד » מאנטאג יאנואר 4, 2021 8:37 pm

· #465136
Re: ווידיאו ריקלאמעס (קאמערשיעלס)
הוגה
איך ווינדער מיך אויב ס'הייבט זיך אן א נייע טרענד פון רעקלאמעס אין אידיש. דא האט איר א היימישע רעקלאמע פאר דוריטאס.

.
Homoeroticism מיט א מיאוס'ע באהאנדלונג פון קינדער.

הוגה » מאנטאג יאנואר 4, 2021 8:53 pm

· #465137
יעצט זעה איך אויפן זעלבע ארט וואו איך האב געטראפן די לינק צום קליפ איז אויך דא א לינק צו א פארווערטס ארטיקל דערויף. אינעם ארטיקל ברענגן זיי אויך א היימישע פעפסי רעקלאמע פון פיר יאר צוריק.


.