הערות על הבעיה שהאשכול הלכה למעשה בא לפתור אותן
היות די למעשה אשכולות זענען נישט געאייניגט אויף דיסקוסירן די עצם פראבלעם וואס דער שרייבער קומט איר לעזן אזוי ווי אונזער חשובע גבאי @אנאנים האט מיר אויפמערקזאם געמאכט . און האט מיר געראטן צו עפענען א אשכול אויף מיינע הערות , די תועלת פונ׳ם אשכול קען זיין צוויי פאכיג א.די נושאים וואס כדערמאן אין מיינע תגובות זענען נושאים חשובים ווערט דורכצושמועסן , ב. ווער נאך סהאט הערות אויפן פראבלעם וואס די אשכול קומט לעזן קען עס דא אהערשטעלן,
הא לכם מיינע הערות,
טאקע ?! דאס איז די איינציגע זאך וואס מלערנט אונזערע בחורים גמרא און הלכה חסידות ספרי מוסר דאס לערנט מען נישט ?! קען זיין סנישט גענוג און מדארף זיך נישט מצמצם צו דעם אליין און די עצם מאכן א וועזן פון די זאכן איז א פראבלעם אבער ...
וחוץ מזה בוסט טאקע גערעכט אז פאר פילע וואס האבן נישט קיין חיות אין גמרא פוסקים איז זיי דאס לעבן פוסט און קען זיין טאקע אז סדא א גרויסע פראצענט אזוי און ווען מגעט ווען א ברייטערן אויסוואל וואלט זיך יעדער געטראפן זיין פלאץ אין יהדות אבער סאיז אבער דא אסאך פאר וועם די פשוטע מהלך ארבעט יא , סזענען פארהאן גענוג אינגעלייט וואס שעפן זייער גאנצע חיות און געשמאק פון גמרא פוסקים און פשוט תפלה בכוונה , פונקט ווי מסתמא א גרויס חלק פון די געהויבענע אידן וואס דו האסט דערמאנט אינעם אמשינובער אשכול וואס מן הסתם קענען זיי נישט קיין דוקדוק היסטאריע חקירה און ספעלט זיי גארנישט זיי דינען דעם באשעפער גליקלעך און צופרידען ,און נאכאמאל כקום נישט אוועקנעמען פונ׳ם נחיצות פון קענען נ״ך דוקדוק וכו׳ כוויל נאר זאגן אז נישט יעדער שפירט זיך פוסט און סדא פאר וועם אזא מהלך ארבעט יא.
הא לכם מיינע הערות,
ירא שמים
- וואס ווייסט ער פון די תורה צו זאגן?איז אן ענין צו לערנען נועם אלימלך ביים סעודה, מאור ושמש ביי לכה דודי, ליל שישי. פון א ספר עקידה האט ער קיינמאל נישט געהערט, אריינגעקוקט דערין איז שוין אפגערעדט.
תורה מיינט עקידה און נישט מאור ושמש און נעם אלימלך?! וואס מיינסטו צוזאגן מיט דעם זאץ ?! אז מלערנט ספר עקידה ווייסט מען וואס תורה איז?!דער גרעסערער פראבלעם, וואס באציט זיך ליידער צום רוב איז, אז וויבאלד זייער קאפ איז קיינמאל נישט אנגעפולט געווארן מיט עפעס מער צום זאך ווי ענינים אויף עסן פערפל שבת, און די גרויסקייט פון זינגען בצוותא חדא ביי של"ס, און אודאי פונעם יסוד שביסוד: די קאלירטע בעקיטשעס און די בליצנדע לעקטערלעך אויף זייערע קעדילעקס, איז ביי די טיים ער קריכט ארויס פונעם נארע, ווען ער שאקלט אפ פון זיך אונזער היימישער גרויל, שפירט ער א פוסטקייט.