☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א פארט אויף קברי צדיקים אין פולין

האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א פארט אויף קברי צדיקים אין פולין

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9392

שלום45 » פרייטאג יולי 31, 2015 11:18 am

· #293080
האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א פארט אויף קברי צדיקים אין פולין
]באבוב 45 גרייט זיך אויף א היסטארישע נסיעה מיט כ"ק אדמור שליט"א קיין פולין אויף קברי צדיקים, אזוי אויך גייט די רבי זיין די ערשטע מאל אין שטעטל באבוב אלס רבי
מען פארט ארויס אי"ה ט' אלול אין מיטוואך נאכט פארט די רבי ציריק
די בחורים פין מתיבתא מעגן מיטפארן בתנאי אז עס גייט זיין אינטער השגחה פין די מתיבתא
📎 מודעה על נסיעה לקברי צדיקים - בנוגע נסיעת בחורי חמד.pdf

שלום45 » פרייטאג יולי 31, 2015 11:19 am

· #293081
]מודעה על נסיעה לקברי צדיקים - בנוגע נסיעת בחורי חמד
📎 מודעה על נסיעה לקברי צדיקים - בנוגע נסיעת בחורי חמד.pdf

שלום45 » פרייטאג יולי 31, 2015 11:20 am

· #293082
סדר ימי הנסיעה

petergrifin » פרייטאג יולי 31, 2015 4:14 pm

· #293140
Re: האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א פארט אויף קברי צדיקים אין פולין
מען וויל מיך אפשר צאלן מיט צו קומען?

דורכגעטראכטער » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 10:47 am

· #296230
Re: האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א פארט אויף קברי צדיקים אין פולין
petergrifin
מען וויל מיך אפשר צאלן מיט צו קומען?

וואס דארף ער דיך דארט?

petergrifin » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 10:49 am

· #296231
Re: האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א פארט אויף קברי צדיקים אין פולין
און אז ער דארף מיך נישט זאל איך נאך צאלן אויך?

שטילע אינגערמאן » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:47 am

· #296239
@petergrifin א פונקטליכע מינוט נאך איינער שרייבט דא א ווארט צו דיר האסטו באלד גענטפערט?
אדער ווייסטו נישט ווי אזוי מניצט א צווייטע ניק אדער שטייסטו ביי דער אשכול א גאנצע טאג אין די דאווענסט אז איינער זאל זיך דעבארעמען אין קערן טאמער מ״ד פאהרט יא צו נישט,
נו וועלעכע איז עס?

petergrifin » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:50 am

· #296240
Re: האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א פארט אויף קברי צדיקים אין פולין
חכם איינער. איך באקום עס גלייך אויף טעפטאלק.

petergrifin » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 12:19 pm

· #296248
Re: האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א פארט אויף קברי צדיקים אין פולין
@שטילע אינגערמאן?

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 10:32 pm

· #296378
זיי ברויכען שנעל אראפ נעמען אלע ציתכם לשלום סיינס פין די פריערדיגע נסיעה. אזוי וועט מען פון פריש קענען הענגען און דמיונען אז מאיז א גרויסע גרויסע חסידות

חסיד » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 2:17 pm

· #296541
היסטארישע מעמד אבן הפינה
יהדות פולין ווארט מיט שפאנונג אפ דעם גרויסארטיגן נסיעהה פון כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מבאבוב 45 שליט"א
גרויסארטיגע מעמד אבן הפינה וועט פארקומען מיט די באטיילונג פון רבבות
ברוקלין- מיט א גרויס אינטערעס און אומבארשרייבליכע הרגשים ווארטן תושבי ארץ פולין אפ דעם גרויסן גאסט האדמור מבאבוב45 וועלכער וועט אין די טעג אשפטייגן א גרויסן מסע המלכות מיט צאן מראיתו צו ארץ פולין שבאיירופה.
ווי זאכקענער און דענקער זאגן איז דער באזוך א גאר היסטארישער מעמד, וועלכער וועט אפצייכענען דעם אנהייב פונעם אויפבלי פון ארץ פולין וועלכער שטייט שוין וויסט פון אידישקייט 75 יאר מיטן היסטארישן מעמד אבן הפינה.

דאס קומט נאכן באקאנטמאכונג אז דער רבי שליט"א וועט מיט גרויס פאטאס און פאראד לייגן דעם אבן הפינה און גיסן די יסודות פון א נייעם שטעטל מיטן נאמען "באבוב-סטערדישטי-פיעדזש" (Bobov-czterdzieści pięć)
מאסן פאלאקן זענען אסענטירט געווארן צום מעמד גדול ונשגב, און ווי טייל טיפדענקער באריכטן איז דאס נאך א רינגעלע אינעם רעבינן'ס פילצאליגע מעמד אבן הפינות!

גדול יהי' כבוד המעמד הזה
להרמת קרן החסידות!
פרטים יבואו...

שושן פורים » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 4:55 pm

· #296569
חסיד
יהדות פולין ווארט מיט שפאנונג אפ דעם גרויסארטיגן נסיעהה פון כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מבאבוב 45 שליט"א
[ויסארטיגע מעמד אבן הפינה וועט פארקומען מיט די באטיילונג פון רבבות

נעבעך