☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » היסטארישע שלום אויסברוך צווישן ספינקא עירמאנט און ר אביש

היסטארישע שלום אויסברוך צווישן ספינקא עירמאנט און ר אביש

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9391

שושן פורים » פרייטאג יולי 31, 2015 11:11 am

· #293076
היסטארישע שלום אויסברוך צווישן ספינקא עירמאנט און ר אביש
א היסטארישע שלום האט אויסגעבראכן צווישן האדמור מספינקא עירמאנט והגלילות (מלפנים האדמור מבארשא) און זיין פעטער האדמור מבית יצחק ספינקא, די אויסברוך האט פאסירט בשעת דער ספינקא מאנסי רבי איז געקומען איינלאדענען זיין פעטער צו זיין זון'ס חתונה וואס קומט פאר בקרוב.
האדמור-מספינקא-מונסי-הזמין-את-דודו-האדמור-מבית-יצחק-ספינקא-לשמחת-נישואי-בנו-1-470x352.jpg האדמור-מספינקא-מונסי-הזמין-את-דודו-האדמור-מבית-יצחק-ספינקא-לשמחת-נישואי-בנו-2-470x352.jpg האדמור-מספינקא-מונסי-הזמין-את-דודו-האדמור-מבית-יצחק-ספינקא-לשמחת-נישואי-בנו-5-470x352.jpg

ליפא » פרייטאג יולי 31, 2015 12:17 pm

· #293095
פאליציי און חברים קלויבן פארזיכטיג צוזאם צובראכענע גלאז וואס איז פאראורזאכט געווארן פונעם אויסברוך. קיפ סטריט איז יעצט אפגעשפארט.

קאך_לעפל » פרייטאג יולי 31, 2015 12:45 pm

· #293100
קול רנה וישועה באהלי צדיקים...

כלל ישראל וואס האט מיט א איינגעהאלטענעם אטעם נאכגעפאלגט די העפטיגע שלום געשפרעכן צווישען די צוויי הייליגע הויפן, און מיט גרויס אנגסט זיך טיף געזארגט אז דער שטן אין דער פארעם פון א משב''ק, זאל זיך חלילה נישט אריינמישען אין די לעצטיגע מינוטיגען, בעת נעילת שער ארמון, און פארשטערן די העפטיגע שלום געשפרעכען צווישען די צוויי הייליגע הויפן פון מלכות ספינקא מיט מלכות ספינקא ערמאנט, האבן ענדליך געקענט ארויס-לאזן א פארלייכטאונגס-אטעם פון די לינגען, אז ב''ה ולא ירעו ולא ישחתו בהר קדשי אמר השם.

אין דער לאנג-ערווארטעטער שלום האט ענדליך ספאנטאנטיש אויסגעבראכן מיט איר פולן שטארקייט, ושלום ושלוה ישכון באהלי שם וחם, און די ליכטיגע ווייסע מלאכי שלום האט אויסגעשפרייט זייערע שלום פליגלען אויף די צוויי הייליגע הויפן. דער ספינקא'ער סבא קדושא מיטן שרף אלוקי פון בארשע האבן געשלאסן אן היסטארישען שלום, וואס וועט אן קיין שום צווייפל פארענדערען די מאפע פינעם גלאבאלען אידענטום אויף דורי דורות עד ביאת שילה..

צענדליגע קאספעדאנטען פון די אלוועטליכע חרדישע מידיא, לאזן זיך אצינד ארויס אין די מאסען צום הויפט-קוואטיר פינעם בארשער הויף, צו קענען מיט-האלטען די לעצטיגע אנטוויקלונגען פון דער נאנט, אזוי אז זיי זאלן קענען געבן אן ערשט-האנט'איגער באריכט איבער די אנטוויקלונגען, כלל ישראל פאלגט נאך די געשפערכן מיט גרויס אונטערעסע...

דער מידיא קאספערדאנט פון הימל גיבט אצינד איבער, אז דער גאנצער גן עדן פארט אויף רעדער, דער הייליגער רבי הערשעלע זי'''ע, נעמט זיך אצינד ארום מיט זיין הייליגער זון דער רבי ר' בעריש זי''ע דער בעל דובב מישרים, און אלע צדיקים בפרט די צענדליגע צדיקים מבית ספינקא וזידוטשוב ומדעש ואיהל, גיסן טייכען טרערן פון שמחה, אויף די שלום פון זייערע הייליגע קינדער און אייניקליך.

בלליבט נאר איבער פאר אונז צו ווינטשען אז פון דער שלום זאל ארויס קומען נאך א שלום, און נאך א שלום. ביז מיר וועלן זוכה זיין צום רעכטן שלום בביאת משיחינו וגאלינו במהרה דידן,אמן ואמן....

גרויסע מענטשעלע » זונטאג אוגוסט 2, 2015 12:15 am

· #293198
Re: היסטארישע שלום אויסברוך צווישן ספינקא עירמאנט און ר אביש

דריידל » זונטאג אוגוסט 2, 2015 9:19 am

· #293274
די גבאים פון ק"ש קומען זיך איצט צאם פאר א גאר דריגענדע מיטינג מחליט צו זיין אויפ'ן ציקונפט פון צימעס. היות די מחלוקה צווישן ספינקא מיט ספינקא איז געקומען צו אן ענדע, קען מען איצט ערווארטן א דראסטישע נידערונג אין צימעס תגובות ווייל די טויזענטער נאכפאלגער פון ביידע צדדים וועלן מער נישט אפדעיטן מיט לשון הרע'ס מהנעשה בחצרות הקדושים.

קאך_לעפל » זונטאג אוגוסט 2, 2015 11:12 am

· #293292
הערליכע בילדער...דער מאסיווער שלום אויסברוך האט געלאגן ערנסטע ווארצלן.. ווי מען קען זען אויף די שטראלענדע הייליגע פרצפים פון די צדיקי הדור, מעוטף בלבנים, ומראיהם כילו אומר כבוד...און אויף פולע געטרייע משב''קים וואס שטייען גרייט כעבד לפני רבם לעשות רצון האדמורים שליט''א כהרף עין...

ועל ידי זה יושפע שפע רב בכל העולומות