☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אבאמאקעיר

אבאמאקעיר

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #939
בלאט: 1 2

זר זהב » זונטאג יוני 24, 2012 8:56 pm

· #19659
אבאמאקעיר
מחר יהיה האות הזה

הכונו!!

ריק סאנטורעם » מאנטאג יוני 25, 2012 11:21 am

· #19786
סי ען ען מעלדט אז די רולינג גייט נישט ארויסקומען היינט

דבילה » מאנטאג יוני 25, 2012 12:07 pm

· #19794
ריכטיגע עינוי הדין

זר זהב » דאנערשטאג יוני 28, 2012 10:16 am

· #20581
אבאמאקעיר לעבט איבער.

לעמיל » דאנערשטאג יוני 28, 2012 10:26 am

· #20585
זר זהב
אבאמאקעיר לעבט איבער.

פארצייל אינז די נייעס
קאיף אס פאסטעד

לעמיל » דאנערשטאג יוני 28, 2012 10:46 am

· #20593
היסטאריע
סופרים קורט: אבאמא קעיר איז לעגאל!!!!!!!!!!!!

משה געציל » דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:47 pm

· #20638
אין א ראלינג היינט אינדערפרי, האט די סופרים קארט אומעווארטעט געגבען רעכט פארען פרעזידענט מיט זיין קאנטעווערסיאלע רעפארעם אקט, טראץ דעם וואס רוב אנאליסטען פון ביידע פארטייען האבען געהאלטען אז די סופרים קארט וועט לכה״פ אפווארפען דער אינדאווידיאלע מאנדאט, וואס צווינגט יעדען אמעריקאנער צו קויפען העלט אינשורענס.

דער חידוש איז געווען אז הויפט ריכטער ראבערטס וואס איז געשטעלט געווארען דורך פרעזידענט בוש און ווערט פארעכענט צו זיין גאר שטארק רעכט האט זיך געשטעלט מיט די פיר לינקע ריכטער, וואס צוויי זענען געשטעלט געווארען דורך פרעזידענט אבאמא, אורטיילענדיג פינעף אנטקעגען פיר אז דער געזעץ איז אויסגעהאלטען קאנסטעטאציאנאל, טראץ דעם וואס דער אומפארטיישער ריכטער קענעדי האט זיך געשטעלט מיט די דריי רעכטע ריכטער זאגענדיג אז דער מאנדאט איז נישט אויסגעהאלטען קאנסטעטאציאנאל.

ביים פאר ליינען די ראלינג האט דער הויפט ריכטער ראבערטס קלאר געשטעלט אז דער פעדעראלע רעגירונג האט נישט קיין רעכט צו צווינגען די באפעלקערונג צו קויפען א פראדוקט, נאר די רעגירונג קען ארויף לייגען א טעקס אויף אלע וואס קויפען עס נישט, וואס דאס איז א שטיקעל פליק פארען פרעזעדענט וואס האט בשעת׳ן קאמפיינען פארען ביל כסדר קלאר געשטעלט אז ער לייגט נישט ארויף קיין שום פרישע טעקס אויף קיינעם.

מען קען שפעקעלירען ווער עס וועט מער בענעפעטירען דערפון ביי די אלגעמיינע וואלען, אויבען אויף קוקט אוודאי אויס אז פרעזעדענט אבאמא, אבער אסאך אנאליסטין האלטען אז דער פסק וועט גאר שטארק אויפהייטערען די געמיטער ביי די רעפאבליקאנער, און זיי וועלען ארויסגיין שטימען מיט אסאך א גרעסערע פראצענט, זעענדיג אין דעם די איינציגסטע וועג צוריק צודרייען די העלט קער, ווי ראמני פארשפרעכט אז ער וועט זיכער מאכען עס צו אנאלירען ווי נאר ער קומט אריין אין אפיס. אינטערעסאנט איז אנצומערקען אז אין די צוויי שעה נאך וואס די ראלינג איז ארויסגעקומען, האט די ראמני קאמפיין באוויזען אויפצוטרייבען איבער דריי הונדרעט טויזענט דאללער, וואס דאס איז א רעקארד ציפער אין אזא קורצע צייט אפשניט, און דאס גיבט א שטיקעל קראפט פאר די אנאליסטען וואס האלטען אז ראמני האט גאר בענעפעטירט פונעם גאנצען ראלינג.

אפגעזען פארוואס די קארט האט עס באשטעטיגט, און אפגעזען די שפעקעלאציעס אז דאס קען גאר העלפען ראמני געווינען, איז קלאר אז דאס איז גאר א שטארקע זיג פארען פרעזעדענט, איבערהויפט אז דאס איז געקומען אזוי אומערווארטעט.

יואליש » דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:59 pm

· #20642
זייער שיין אין קלאר, משה געציל.

האסטו מיטגעהאלטן די צומישעניש צווישן די נייעס נעטווארקס און ווייערס, ווי סי ען ען און פאקס האבן שלעכט באריכטעט אז די מאנדאט איז אנידער געזעצט געווארן? אזוי קוקט עס אויס ווען יעדער זיכט צו זיין א ספליט סעקאנד שנעלער פון די טוויטערס.

משה געציל » דאנערשטאג יוני 28, 2012 3:01 pm

· #20646
יואליש
זייער שיין אין קלאר, משה געציל.

האסטו מיטגעהאלטן די צומישעניש צווישן די נייעס נעטווארקס און ווייערס, ווי סי ען ען און פאקס האבן שלעכט באריכטעט אז די מאנדאט איז אנידער געזעצט געווארן? אזוי קוקט עס אויס ווען יעדער זיכט צו זיין א ספליט סעקאנד שנעלער פון די טוויטערס.

ניין, אויף די סארט נייעסען איז נאר ווערט מיטצוהאלטען בלומבערג.

יואליש » דאנערשטאג יוני 28, 2012 3:03 pm

· #20647
משה געציל
יואליש
זייער שיין אין קלאר, משה געציל.

האסטו מיטגעהאלטן די צומישעניש צווישן די נייעס נעטווארקס און ווייערס, ווי סי ען ען און פאקס האבן שלעכט באריכטעט אז די מאנדאט איז אנידער געזעצט געווארן? אזוי קוקט עס אויס ווען יעדער זיכט צו זיין א ספליט סעקאנד שנעלער פון די טוויטערס.

ניין, אויף די סארט נייעסען איז נאר ווערט מיטצוהאלטען בלומבערג.


פון 10:00 ביז 10:15 איז געווען כאאס.

לעמיל » דאנערשטאג יוני 28, 2012 5:05 pm

· #20670
וואס זאגט ראמני אויף די פסק?

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 28, 2012 5:36 pm

· #20675
וואסי טאקע פשט פון אב בי"ד ראבערטס נויגינג אויף לינקס? איז דאס שוין אמאל געשען אז ער האט געוואוט מיט די לינקע אקעגען זיינע רעכטע קאלעגעס און אפילו די סענטריסט קענעדי?

ניו יארק » דאנערשטאג יוני 28, 2012 6:11 pm

· #20681
געפילטע פיש
וואסי טאקע פשט פון אב בי"ד ראבערטס נויגינג אויף לינקס? איז דאס שוין אמאל געשען אז ער האט געוואוט מיט די לינקע אקעגען זיינע רעכטע קאלעגעס און אפילו די סענטריסט קענעדי?

די לעצטע פאר וואכן איז שוין יעדער פארנומען אז די יעצטיגע ראלינג וועט זיין א פארהער אויב די "העכסטע געריכט אין לאנד" ווערט געפירט דורך געזעץ אדער דורך פאליטיק.
זעט אויס אז די סופרים קאורט'ס פערסטידש (ליין: זיין כבוד) איז אים וויכטיגער ווי זיין פארטיי.....

זר זהב » דאנערשטאג יוני 28, 2012 6:15 pm

· #20682
משה געציל
יואליש
זייער שיין אין קלאר, משה געציל.

האסטו מיטגעהאלטן די צומישעניש צווישן די נייעס נעטווארקס און ווייערס, ווי סי ען ען און פאקס האבן שלעכט באריכטעט אז די מאנדאט איז אנידער געזעצט געווארן? אזוי קוקט עס אויס ווען יעדער זיכט צו זיין א ספליט סעקאנד שנעלער פון די טוויטערס.

ניין, אויף די סארט נייעסען איז נאר ווערט מיטצוהאלטען בלומבערג.

or NPR

זר זהב » דאנערשטאג יוני 28, 2012 6:25 pm

· #20685
פון דראדזש
MICHAEL SAVAGE: ROBERTS EPILEPSY MEDICATION EFFECTS HIS COGNITION...DEVELOPING...

RUSH LIMBAUGH: 'WE NOW HAVE THE BIGGEST 'TAX' INCREASE IN THE HISTORY OF THE WORLD'...

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 28, 2012 6:28 pm

· #20687
נוי יארק
געפילטע פיש
וואסי טאקע פשט פון אב בי"ד ראבערטס נויגינג אויף לינקס? איז דאס שוין אמאל געשען אז ער האט געוואוט מיט די לינקע אקעגען זיינע רעכטע קאלעגעס און אפילו די סענטריסט קענעדי?

די לעצטע פאר וואכן איז שוין יעדער פארנומען אז די יעצטיגע ראלינג וועט זיין א פארהער אויב די "העכסטע געריכט אין לאנד" ווערט געפירט דורך געזעץ אדער דורך פאליטיק.
זעט אויס אז די סופרים קאורט'ס פערסטידש (ליין: זיין כבוד) איז אים וויכטיגער ווי זיין פארטיי.....

נא אויב אזוי וואס האט קענעדי געצויגן אויף רעכטס?

משה געציל » דאנערשטאג יוני 28, 2012 6:46 pm

· #20688
געפילטע פיש
וואסי טאקע פשט פון אב בי"ד ראבערטס נויגינג אויף לינקס? איז דאס שוין אמאל געשען אז ער האט געוואוט מיט די לינקע אקעגען זיינע רעכטע קאלעגעס און אפילו די סענטריסט קענעדי?

ביים ענדיגען פארליינען דעם פסק האט ראבערטס צוגעלייגט איין שורה וואס קען מעגליך אביסעל פארענפערען, We cant defend people from politions they voted in, אין אנדערע ווערטער ״איך האב גרויס מיטלייד מיט די מיארעטעט פון די באפעלקערונג וואס וואלטען ווען געוואלט זען דעם ביל אפגעווארפען, אבער מיר קענען נישט באהיטען די מענטשען פון די פאלאטישענס וואס זיי האבען זיך אליינטס אנגעברענגט״.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 28, 2012 7:41 pm

· #20692
משה געציל
געפילטע פיש
וואסי טאקע פשט פון אב בי"ד ראבערטס נויגינג אויף לינקס? איז דאס שוין אמאל געשען אז ער האט געוואוט מיט די לינקע אקעגען זיינע רעכטע קאלעגעס און אפילו די סענטריסט קענעדי?

ביים ענדיגען פארליינען דעם פסק האט ראבערטס צוגעלייגט איין שורה וואס קען מעגליך אביסעל פארענפערען, We cant defend people from politions they voted in, אין אנדערע ווערטער ״איך האב גרויס מיטלייד מיט די מיארעטעט פון די באפעלקערונג וואס וואלטען ווען געוואלט זען דעם ביל אפגעווארפען, אבער מיר קענען נישט באהיטען די מענטשען מיט פאלאטישענס וואס זיי האבען זיך אליינטס אנגעברענגט״.

שארף! ווי אויך האט ער געשריבן:
"Because the Constitution permits such a tax, it is not our role to forbid it, or to pass upon its wisdom or fairness.”

קאנסטיטאציענאלע פארשער זאגען אז ער'ט עס געטוהן אויפצוהאלטען די לעגעסי און פרעסטיזש פונעם העכסטען געריכט, אזוי צו אזוי רעדט קיינער נישט וועגען וואס די הלכה איז טאקע, נאר פאר וואסערע אגענדע ער האט אזוי געפסקענט.

משה געציל » דאנערשטאג יוני 28, 2012 10:29 pm

· #20708
לויט די פלויזשעריין פון די קופקעס אין ביהמ״ד, קוקט אויס אז די מערסט באטראפענע פונעם אורטייל זענען די אידען בכלל און די כולל אינגעלייט בפרט...

זר זהב » פרייטאג יוני 29, 2012 1:30 am

· #20740
סעוועדזש שעעעעעעעעעעעלט


ראבערטס אן מעדיקעש'ן?

משה געציל » זונטאג יולי 1, 2012 1:02 am

· #20899
א אינטערסאנטע זאך איז געווארען אנגעמערקט דורך געוויסע שרייבער. צוריק אין 2004 ווען דער געוועזענער פרעזעדענט בוש האט נאמאנירט דזשאן ראבערטס אלטס הויפט ריכטער, איז ער אויסגעשטאנען א קעגנערשאפט פון 22 סענעטארען, אריינגערעכנט דער דעמאלטס ניי ערוויילטער סענעטאר באראק אבאמא וואס האט געטענהט אז ראבערטס איז צו רעכט געשטימט צו קענען דינען אויף דעם אמט אן אריינמישען זיינע פריוואטע רעכטע אגענדעס, למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט, אז דער דעמאלסטיגער צו רעכט געשטימטער ראבערטס איז גאר געווען דער וואס האט אפגעראטעוועט זיין העלט קעיר רעפארם.

משה געציל » מאנטאג יולי 2, 2012 10:31 pm

· #21381
וואס א טאג לענגער עס גייט אדורך זינט דעם ראלינג טוען שפעקעלירער און קאלאמאניסטען ארויף ברענגען אינטערעסאנטע פאקטען און שפעקעלאציעס.

סענאט מענארעטעט פירער מיטש מעקאנעל האט ארויס געברענגט א אינטערעסאנטע זאך, היות די גאנצע אורטייל לטובת אבאמא קעיר איז צוליב דעם וואס ריכטער ראבערטס האט קלאר געשטעלט, אז די מאנדאט וואס צווינגט א יעדען אינדווידאלען מענטש צו פארמאגען דעקונג אז נישט וועט מען אויסשטיין א געלט שטראף איז קאנסטאטוציאנאל אויסגעהאלטען וויבאלד עס ווערט פארעכענט אלטס א טעקס און נישט אלטס א שטראף, קומט אויס אז צוריק צודרייען דעם מאנדאט אין סענעט פעלט זיך אויס א בלויזע מערהייט פון 51 סענעטארען און נישט קיין 60 סענעטארען וואס פעלט זיך אויס צוריק צודרייען א געזעץ, וויבאלד די טעקס איז א חלק פון די באדזשעט, און ביי די באדזשעט איינגעלעגענהייטען לויטעט דער געזעץ אז מען דארף א בלויזע מארעטעט פון51 צוריק צודרייען דעם געזעץ.

באזירט אויף דעם, זענען דא געוויסע וואס שפעקעלירען, אז עס איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז די סופרים קארט זאל גענצליך אראפ ווארפען די גאנצע געזעץ, ווייל די גאנצע סיבה פארוואס ריכטער ראבערטס האט געלאזט דעם געזעץ אין קראפט איז נאר צוליב דעם מאנדאט וואס ער באטראכט נאר ווי א טעקס, אבער ווען דער מאנדאט וואלט ווען באטראכט געווארען ווי א שטראף וואלט ער ווען מסכים געווען מיט די פיר ריכטער וואס האבען געטענה׳ט אז דער גאנצער ביל דארף אפגעווארפען ווערען וויבאלד דער מאנדאט איז פון די יסודות פון די ביל נישט סתם א זייטיגע זאך, איז איינמאל סענעט ווארפט אפ דעם מאנדאט קען מען פריש טזשאלאנדזשאן דעם ביל פארען סופרים קארט, און אזא פאל איז גאר שטארק מסתבר אז דער סופרים קארט וועט גענצליך אפווארפען דער ביל, באזירט אויפען פאקט אז דער מאנדאט איז פון די יסודות.

זר זהב » מאנטאג יולי 2, 2012 10:41 pm

· #21385
איך האב דאך געהערט היינט אויף די ראדיא אז מיטש מעקאננעל האט געזאגט אז אבאמאקעיר וועט מסתם יא בלייבן געזעץ !?!?

משה געציל » מאנטאג יולי 2, 2012 10:55 pm

· #21387
ליין דעם באריכט אין וואשינגטאן פאסט וועסט פארשטיין וואס מעקאנעל האט געזאגט.

זר זהב » מאנטאג יולי 2, 2012 11:02 pm

· #21391
איך זעה נישט אנדירש דארט, ער זאגט נאך אלץ וואס איך האב געשריבן

משה געציל » מאנטאג יולי 2, 2012 11:12 pm

· #21396
ער זאגט דארטען אז עס איז זייער שווער צוריק צודרייען דעם געזעץ איינמאל די סופרים קארט האט עס באשטעטיגט, אבער דאך גייט ער טוהן וואס ער קען עס צוריק צודרייען.
וואספארא חלק שטימט נישט מיט דעם וואס ער האט געזאגט א טאג בעפאר אז מען קען צוריק דרייען די מאנדאט מיט א בלויזע מארעטעט?

זר זהב » מאנטאג יולי 2, 2012 11:18 pm

· #21399
דאס מיינט אז די ליבעראלע סי בי עס ראדיא האט פיין פארדרייט זיינע ווערטער

משה געציל » מאנטאג יולי 2, 2012 11:29 pm

· #21404
פארדעם האב איך דיך געלינקט דעם וואשינגטאן פאסט זאלסט ליינען דעם גאנצען באריכט.

משה געציל » מיטוואך יולי 4, 2012 7:56 pm

· #21769
פארבס האט היינט א לענגערע באריכט, ווי זיי ווייזען אן אז ריכטער ראבערטס האט מיט זיין ראלינג לטובת אבאמאקעיר דערלאנגט א גאר שטארקע שטופ פאר מיט ראמני פיל פאכיג העכערענדיג זיינע טשאנסען אנצוקומען צום ווייסען הויז, ווי אלע אנקעטעס ווייזען אז די מארעטעט באפעלקערונג וואלט נאך אלטס געוואלט זען דעם העלט קעיר צוריק געדרייט. אנדערע שרייבער זענען געגאנגען נאך ווייטער זאגענדיג אז דאס איז לכתחלה געווען די סיבה פארוואס ראבערטס האט זיך ארויס געשטעלט אין שטיצע פונעם מאנדאט.
גלייכצייטיג זענען אסאך פאליטישע אבזעווירער ביי די מיינונג, אז די איינציגסטע וועג פאר מיט ראמני זיך ארויס צודרייען פון די בייסיגע שאלות וואס די דעמאקראטען ווארפען צוריק אויף אים בנוגע ראמניקעיר (וואס ראמני האט באשטעטיגט ווען ער איז געווען גאווענער און מוסעטשאסעטס, און איז זייער ענדליך צו אבאמאקעיר), איז צו אנערקענען אז ער האט געמאכט א טעות און ער איז דא זיך צו לערנען פון זיינע טעותים, סתם פארדרייען מיט לגיונות האט די פארקערטע אפעקט, אבער ווען ער אנערקעט פאר די פאבליק אז ער איז באגאנגען א טעות קען דאס גאר גוט אויסנעמען ביי וויילער, ווייל וויילער גלייכען זייער שטארק פאליטיקאנטען וואס קענען מודה זיין אז זיי זענען באגאנען א טעות, בפרט א טעות וואס האט נישט אפעקטירט די גאנצע באפעלקערונג. בלייבט איבער צו זען צו ראמני וועט טאקע האבען די כוחות צו ברעכען זיין עגא און אנערקענען אז ער איז באגאנגען א טעות.

חזקיהו המלך » זונטאג אקטאבער 27, 2013 3:02 pm

· #158864

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 1:42 pm

· #162691

פרישער » פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 12:00 pm

· #162816
In the beginning, G-d created the Heavens and the Earth and populated the Earth with broccoli, cauliflower and spinach, green and yellow and red vegetables of all kinds, so Man and Woman would live long and healthy lives. 

Then using G-d's great gifts, Satan created Ben and Jerry's Ice Cream and Krispy Creme Donuts. And Satan said, "You want chocolate with that?" And Man said, "Yes!" and Woman said, "and as long as you're at it, add some sprinkles." And they gained 10 pounds. And Satan smiled. 

And G-d created the healthful yogurt that Woman might keep the figure that Man found so fair. And Satan brought forth white flour from the wheat and sugar from the cane, and combined them. And Woman went from size 6 to size 14. 

So G-d said, "Try my fresh green salad." And Satan presented Thousand-Island dressing, buttery croutons and garlic on the side. And Man and Woman unfastened their belts following the repast. 

G-d then said, "I have sent you heart healthy vegetables and olive oil in which to cook them." And Satan brought forth deep fried fish and chicken-fried steak so big it needed its own platter. And Man gained more weight and his cholesterol went through the roof. G-d then created a light, fluffy white cake, named it Angel Food Cake, and said, "It is good." Satan then created chocolate cake and named it Devil's Food. 

G-d then brought forth running shoes so that His children might lose those extra pounds. And Satan gave cable TV with a remote control so Man would not have to toil changing the channels. And Man and Woman laughed and cried before the flickering blue light and gained more pounds. 

Then G-d brought forth the potato, naturally low in fat and brimming with nutrition. And Satan peeled off the healthful skin and sliced the starchy center into chips and deep-fried them. And Man gained pounds. 
>
> G-d then gave lean beef so that Man might consume fewer calories and still satisfy his appetite. And Satan created McDonald's and its 99-cent double cheeseburger. Then he said, "You want fries with that?" And Man replied, "Yes! And super-size them!" And Satan said, "It is good." And Man went into cardiac arrest. 

G-d sighed and created quadruple bypass surgery. 

Then Satan created the
"Obama Health Care System

רויטע וואנצעס » פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 3:10 pm

· #162852
[ציטאט אראפגענומען]


באמת גארנישט. סך הכל גייט ער זיך בעטן ביי די אינשורענס קאמפאניס און סטעיט העלטה קאמישענארס, אז זיי זאלן צוריקצוען פון קענסלען די געקענסעלטע פאליסיס, פאר 1 יאר. אבאמא האט נישט קיין שום power איבער דעם, חוץ אויב ער וויל אודך דורכפירן די גאנצע געזעץ מיט די הוספה, וואס ער וויל אוודאי נישט ווייל ער וועט נישט דורכגיין קאנגרעס.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 1:22 am

· #162953
אזא מין סומאטוכע פאר דעם אוי-בהמה. נעבעך אלעס גייט אים לעצטנס מיטן לינקן פוס.

ידען » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 12:31 pm

· #163013
איך שעמעך אביסעל אז איך ווייס נישט וואס סיז אבאמא קער.

איך ווייס אז סיז א נייע מין העלט קער אבער וואס סע איז, ווייס איך נישט.

מע קען מיך שרייבען און מסביר זיין אדער אויב סיז שווער זבעהט איך א לינק צו ווי מע קען לייענען וועגען עס.

טשולענט » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 12:35 pm

· #163015
ידען, דו ביסט נישט אנדערש פון יעדע אנדערע אמעריקאנער בירגער

ידען » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 12:43 pm

· #163017
🙂
אבער איך וויל וויסען

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 12:47 pm

· #163020
אז דער "ידען" ווייסט נישט, מה יגידו אזובי קיר...

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 12:48 pm

· #163022
דא זעה איך אביסל פון וואס ס'רעדט זיך:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/162665">viewtopic.php?p=162665#p162665</a><!-- l -->

רפאל » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 3:08 pm

· #163378
ידען
איך שעמעך אביסעל אז איך ווייס נישט וואס סיז אבאמא קער.

איך ווייס אז סיז א נייע מין העלט קער אבער וואס סע איז, ווייס איך נישט.

מע קען מיך שרייבען און מסביר זיין אדער אויב סיז שווער זבעהט איך א לינק צו ווי מע קען לייענען וועגען עס.


What is Obamacare?

רויטע וואנצעס » דינסטאג דעצעמבער 3, 2013 12:50 am

· #166005

פיש כאפער » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 5:16 pm

· #167723
׳פאליטיפאקט׳ מעלדט יעצט אז זייער ׳ליגנט פונעם יאר׳ אווארד גייט צו אבאמא פאר׳ן זאגן" if you like your health care plan, you can keep it"
<a class="postlink" href="http://t.co/KSgq1pxQzf">http://t.co/KSgq1pxQzf</a>

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 5:19 pm

· #167724
איך ווער משוגא, איך האב היינט געווארט אויפ'ן האטליין אפאר שעה, מיטאמאל אפגעהאקט... פארן רעדן צו איינעם.

רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 8, 2014 10:32 pm

· #195393
אומלעגאלע אן קיין אינשורענס וואס גייען צום עמערזשינסי רום איז די געזעץ אז מ'געט זיי קעיר בחינם. וואס איך וויל וויסן איז, למשל א מענטש ווי מיר וואס איז א לעגאל און האט נישט קיין אינשורענס, און איך ריק מיך אן אין עמירזשינסי רום, גייען זיי מיר אויך געבן קעיר בחינם? וועלן זיי חרוב מאכן מיין קרעדיט אויב איך צאל נישט? בין איך מחויב צו געבן מיין נאמען און סאשעל?

יואליש » דינסטאג אפריל 8, 2014 11:05 pm

· #195402
זיי מיזן יעדן טריעטן. אבער זיי בילן, און ווי דו זאגסט, גייט עס אויף דיין קרעדיט.

ישראל קאפקע » דינסטאג יולי 22, 2014 3:19 pm

· #213067
אבאמאקעיר ליידט א שווערע קלאפ
די אמעריקאנער אפיעלס געריכט אין וואשינגטאן די.סי. האט היינט געאורטיילט אז אבאמאקעיר קען נישט אויסטיילן סובסידיעס פאר די וואס האבן זיך אויפגעסיינט אויף די פעדעראלע אבאמאקעיר וועבזייטל, וואס ווערט גענוצט אין די זעקס אין דרייסיג שטאטן וואס האבן נישט קיין אייגענע אבאמאקעיר וועבזייטלעך,
די פסק קען גורם זיין צו די צוזאם פאל פון אבאמאקעיר, צווישן 76 און 93 -געוואנדן לויט וועלעכע שטאט- פראצענט אבאמאקעיר ענראוליס זענען בארעכטיגט צו סובסידיעס, אויב קען אבאמאקעיר נישט אויסטיילן סובסידיעס אין די 36 שטאטן מיטן פעדעראלן עקסטשעינדזש וועט עס גורם זיין אסאך אויפגעסיינטע נישט צו קענען באצאלן די פרימיומס, וואס קען נאך דערטרענקען די גאנצע געזעץ,
מען ערווארטעט אז די ווייסע-הויז וועט אפילירן דעם פסק אין סופרים קאורט.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג יוני 25, 2015 10:42 am

· #285057
סופרים קאורט אורטיילט לטובת אבאמאקעיר.
מיט אן אויבערהאנט פון 6 צו 3 האט די סופרים קאורט באשטעטיגט אז די וואס האבן זיך איינגעשריבן אויף די נאציאנאלע אבאמאקעיר וועבזייטל קענען אויך געניסן פון סובסידיעס.

At issue were six words in one section of the law. As Nina pointed out: "Those words stipulate that for people who cannot afford health coverage, subsidies are available through 'an exchange established by the state.'" She added:

"The government [contended] that those words refer to any exchange, whether it is set up by the state itself or an exchange run for the state by the federal government in accordance with individual state insurance laws and regulations. The challengers [said] the statute means what it says and no more."


די מאיאריטעט אפינען, דורך דזשאן ראבערטס.
"Congress passed the Affordable Care Act to improve health insurance markets, not to destroy them," the court's majority said in the opinion, which was written by Chief Justice John Roberts. But they acknowledged that "petitioners' arguments about the plain meaning ... are strong."


די מינאריטעט.
In his dissent, Justice Antonin Scalia said: "We should start calling this law SCOTUScare," an apparent reference to the fact the Supreme Court has now saved the Affordable Care Act twice. Scalia called the majority's reading of the text "quite absurd, and the court's 21 pages of explanation make it no less so."


<a class="postlink" href="http://www.npr.org/sections/thetwo-way/2015/06/25/417425091/supreme-court-rules-obamacare-subsidies-are-legal?utm_source=twitter.com&utm_medium=social&utm_campaign=npr&utm_term=nprnews&utm_content=20150625">http://www.npr.org/sections/thetwo-way/ ... t=20150625</a>
📎 IMG_20150625_103450.jpg

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יוני 25, 2015 10:50 am

· #285059
דאס איז געווען סתם א נארישע לאוסוט. אנשטאט שלום מאכן מיט'ן מצב אז די געזעץ איז שוין באשטעטיגט געווארן דורך די סופרים קאורט אין די פארגאנהייט, זענען זיי געגאנגען נאך די עמך עולם צו ראבעווען די סובסודיעס. ס'ענדערש געווען א לאוסאוט אנקעגן די מיטל קלאס ווי איידער אנקעגן אבאמא. וועלכע בהמה זוכט אינטערצוברענגן הילף פאר די מיטל קלאס, איינמאל די געזעץ פון אבאמא קעיר איז ממילא דא.

אליצפן » דאנערשטאג יוני 25, 2015 12:57 pm

· #285086
I'm literally sick to my stomach right now
געריכטן און געזעצן אין די פארשטינקענע אמעריקע איז א דזשאוק. אז די העכסטע געריכט אין לאנד קען נעמען א געזעץ ווי עס שטייט קלאר אומצווייטדייטליך ארויסגעשריבן איין זאך, און זאגן אז עס מיינט נישט דאס וואס שטייט דארט קלאר געשריבן, איז אונזער מצב זייער ביטער. אז די העכסטע געריכט פירט זיך אזוי, וואס קען מען שוין ערווארטן פון די נידריגערע לאקאלע קאורטס? עס האט פשוט נישט קיין שום הסבר.

און בכלל וואספארא מין צוריקגעשטאנענע קארופטירטע סיסטעם איז דאס, אז די סאמע לעצטער ווארט אויף ממש יעדע נושא ליגט אין די הענט פון ניין קאלעכדיגע אלטע קאקערס, וואס האבן נישט קיין שום איבערזיכט העכער זיי, זיצן אויפן בענקל פארן גאנצן לעבן, און דארפן קיינמאל נישט אפגעבן דין וחשבון פאר קיינעם? דאס האבן טאטאלע און איבערזיכט-פרייע מאכט שטאמט פון די מיטל אלטער, און האט נישט קיין שום פלאץ אין א מאדערנע געזעלשאפט. ניטאמאל ווידיא קעמרעס אדער רעקארדערס לאזן זיי דארט אריין. דאס איז א סיסטעם וואס האט נישט קיין שום הסבר, און מוז זיך אפשטעלן.

הקטן » דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:28 pm

· #285102
אליצפן
דאס איז א סיסטעם וואס האט נישט קיין שום הסבר, און מוז זיך אפשטעלן.


שוין ווייטער די "סיסטעם" טויג נישט!
בלאט: 1 2