☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » צימעס

צימעס

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9389

גאנצל » דאנערשטאג יולי 30, 2015 11:57 pm

· #293039
צימעס
אפשר נישט אויסגעהאלטן מיט די כללי פאעזיע, נו פאר צימעס איז דעס אויך גוט ..........

צימעס צימעס
מיט הויכע שטימעס
טעהנערייען
און שוויינערייען

צימעס צימעס
ביי טייל נמאס
ביי טייל כנזם וכומז

צימעס צימעס
א גערעגטע גרימאס
פון דיר איך באקום-עס

צימעס צימעס
פארטייען און אומות
בארעדסטו מיט כל מיני טומאות

אבער איין זאך דו האסט
ס'איז א מאסט
צו זאגן פשוט און פראסט
אפילו ס'קאסט

דעם אמת דערגיין
קען מען נאר ביי דיר אליין
אפי' אמאל נישט שיין

אלע מצבים
ערליכע און גנבים
זכאים וחייבים
בצימעס נכתבים

רוסישער » פרייטאג יולי 31, 2015 12:30 am

· #293043
גאנצל

צימעס צימעס
ביי טייל נמאס
ביי טייל כנזם וכומז