נורמאליעס גייט ארויף די בלוט אין קאפ נאכן זעהן דעם ווידיאו, לאן הגענו? איז דאס וואס אידישקייט וועט אויסזעהן אינעם נאנטן צוקונפט? מד"י שטיצער, וואו זענט איר פארוואס זענט עטס שטיל ווען אין ענקער נאמען וואקסט אויס א אידישע אייסעס?!
מיט וואס זענט איר - רעכטע נאציאנאליסטן - אנדערש ווי חאמאס? הללו והללו, איי וועט איר זיך פאטשן די בייכל און זיך בארוהיגן אז אייערע טעראריסטן זענען איינס אקעגן הונדרעט פאלעסטינע טעראר, דאס איז נישט קיין תירוץ, למעשה זענט איר תוך תוכיות צופרידן מיט זייערע אקטן, ועל כולם אינדערצייט וואס איר האט מיליטער קומט נישט אויס איר זאלט דארפן נוצן טעראר מיטלן, די מיליטער טוט שוין די ארבעט פאר אייך, טראץ דעם וואקסט אויף אזוינע פראים בתוכם וואס זענען נישט צופרידן און פארלאנגן נאך בלוט.
מיט וואס זענט איר אנדערש ווי כאמאס ? ? ?
בעת כאמאס אפלאדירט און ארגעניזירט דאס מארדן ציווילע בירגער, האט יעדע רעכט-דענקענדע מד"י דיפלאמאט פארדאמט די אטאקע און די ווידיאו. %99 פראצענט פון מד"י בירגער ווערן אויפגעשוידערט צו זען אזא ווידיאו.
הא למה הדבר דומה, צו די וואס באשולדיגן סאטמאר אין די מעשים תעתועים וואס א קליינע קומץ פון נטורי קרתא מאכן אן. דומה? נישט ממש. בעת נטו"ק נעמט די זעלבע אידעאלאגיע פון סאטמאר צו א העכערע שטאפל (מודיע זיין פאר די אוה"ע די נ"מ פון זייאניזם און דזשודיאיזם, אראפנעמען חרון אף...) טוען די עקסטרעמיסטן פון די ווידעא נישט פארטרעטן קיין שום אידעאלאגיע און קיינער איז נישט מסכים מיט זיי.