אידישקייט, די רעליגיע פון זעלבסווערד
אידישקייט, אונזער הערליכע וועג פון לעבן איז באזירט אויף די חשיבות פון יעדן יחיד. והייתם לי סגולה איז דעם באשעפער'ס וועג פון אונז זאגן, איר זענט special. נישט נאר אלס א פאלק, נאר יעדער יחיד איז א עולם מלא, אויף וואס חז"ל זאגן דעם אויסדרוק פון בשבילי נברא העולם. די מעשים פון א מענטש, אלטס א פשוטע יחיד, איז בוקע רקיעים. זיינע מצות בויעט וועלטן און זיינע עבירות מאכט חרוב. ער איז special.
בעת סעקלוארע סייענס האלט אונז אלס א פיצל מייקרא מקרה'דיגע מציאות, זאגט אונז אבער גאט, עטס זענטס מיינע קינדער, און אויך די סיבה פון בריאת העולם.
אידישקייט מוז נישט זיין א סתירה מיט סייענס ווי מ'האט שוין גערעדט איבערן שטיבל. סייענס איז באזירט אויף evidence אדער circumstantial evidence, בעת רעליגיע איז אמונה אין די אומזעבארע אלקות וואס ליגט אינעם סייענס. עס געבט א געוואלדיגע value צו סייענס, אז ס'איז נישט אלעס לריק און מקרה'דיג.
אהבה איז די קאמיונעקאציע מיטל פון ווייזן חשיבות פאר די individualism פון א זאך. אהבת ה' איז די קאמיונעקאציע מיטל פון זאגן צו גאט, איך גלייב אין דיין יחידות, איך פארלאז מיר אויף דיר ה' אחד, דו ביסט איינס און special. אהבת ישראל איז די קאמיונעקאציע מיטל פון זאגן צו א צווייטן איד, איך גלייב אין דיין יחידות, איך גלייב אין דיין ספעציעלקייט.
דער חתם סופר שרייבט ערגעץ אז אהבת ה' איז א גרויסע מדריגה פאר א מענטש צוצוקומען, וואס איז די עצה? אהבת ישראל. היות א יעדע איד איז א קליינע ניצוץ פון כביכול, קען מען אנהייבן מיט דעם קליינעם ניצוץ, און פון דעם צוקומען צו אהבת ה'. דער באשעפער איז א יחידות פון יעדע פרעספעקטיוו שאין כמוהו, דאס איז שווער פאר א מענטש צו באגרייפן און ליב האבן, אבער דורך א אהבה און התקשרות אין א יחידות וואס איז נישט שלם, קען ער שפעטער האבן א התקשרות אין א יחידות בלי פגם.
וואס ליגט אונטער דעם? מ'קען עס אפשר פארשטיין אזוי: ווען איינער קוקט שטארק ארויף אויף איינעם, וועט ער מקבל זיין וואס יענער זאגט. ווען ער קוקט ארויף אויף איינעם + ער איז נאנט צו יענעם מיט אהבה עזה, וועט ער טאנצן אין פייער צו טוען וואס יענער זאגט. כדי מקבל זיין דעם דבר ה' און איר מקיים זיין במילואו דארף די אהבת ה' זיין גאר שטארק. דאס איז א השגה וואס מ'קען נישט אנטאפן. ווען א מענטש קוקט אבער ארויף אויף יעדן, און האט א אהבה און איז א מקבל את כל אדם, דרילט ער אריין אין זיך אן געוויסע הכנעה און התקבלות וואס וועט אים שפעטער פארעמען אלס א כלי מוכשר צום דבר ה'.
שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד!
שמע ישראל, הערטס אידן
עטס ווילטס א התקשרות צו ה' אלקינו
ה' אחד, עטס דארפטס גלייבן אין די מושג פון יחידות, נאנטער צו ווערן צו אים. וויאזוי, דורך אהבת ישראל, ווי אויך גלייבן אין די אייגענע חשיבות און יחידות, גלייבן אין די אייגענע זעלבסטווערד.
דאן, קען מען משיג זיין..
ואהבת את ה' אלקיך בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאודך.
איינמאל מ'האט די אהבה עזה, מ'איז שוין א כלי מוכשר מקבל זיין די דבר ה' בהכנעה, דאן וועט אויטאמאטיש זיין..
והיו הדברים האלה אשר אנכי מצוך היום על לבבך.