☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אויב בלויז 5 פראצענט גייט פאר צדקה? דאן ווי גייט די איבריגע?

אויב בלויז 5 פראצענט גייט פאר צדקה? דאן ווי גייט די איבריגע?

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9384

קאך_לעפל » דאנערשטאג יולי 30, 2015 10:54 am

· #292829
אויב בלויז 5 פראצענט גייט פאר צדקה? דאן ווי גייט די איבריגע?
היינט אידערפרי זיפענדיג א הייס גלעזעל קאווע, און פיבערהאפטיג פלאנירן ווי אזוי צו דעקן דעם באנק, האב איך מיך אנגעשטויסען אין דאזיגען נייעס באריכט, איך קוק דאס אזוי שנעל דירך און מיטאמאל בום.. איך האב געגבן א לאז אראפ דעם הייסען גלעזעל קאווע אויף דער אספאלאט, און ווי פון זיך אליינס האט זיך געגבן א שיס ארויס פון מיין מויל א זאפטיגע קללה, אדש אז דער בני בית האט זיך צועפענט אויף מיר א פאר ברייטע אויגען, און געמיינט אז איך בין פון זונען אראפ, און מיט רעכט. דא האט איר דער באריכט וואס האט מיך אזוי צו שטורמט..

מאת בני ברקי

ממש מפחיד - י.י. שעובד בקופת העיר נעצר בחשד שלא דיווח על הכנסות של שכירות מ7 דירות שבבעלותו וכולם שותקים, אברך צעיר מנהל בקופת העיר יש לו כבר 7 דירות בבעלותו

עד מתי קופת העיר תהיה בפיקוח הרבנים, קופה כזו חייבת להיות בפיקוח רואה חשבון וברכת הרבנים, הרבנים חברי העמותה לא יודעים שלאדון יפה יש כמה דירות מהמשכורת שהוא יושב 'בכולל' ומתנדב 'בחינם' בקופת העיר

ואם לו כבר 7 דירות כמה יש לאחרים, אותם עדיין לא תפסו, כשיוודע האמת תזדעזעו

כל הנותן כסף לקופות האלו עליו לדעת כי 95 אחוז יורד לכיסם של הראשים והמנהלים,וחמשת האחוזים הנותרים מתחלקים רק בין המקורבים, עדיף לתת ישירות לעניים מאשר לתת לגנבים


צרכי עמך ישראל מרובים, דאס געברויך פון כלל ישראל איז ליידער גאר גרויס, אין יעדע אידישע הויז איז איז ליידער פארהאנען מצבים וואס מען דארף ליידער צוקומען צו הילף פון אחב''י. כלל ישראל איז טאקע געבענשט מיט פול-ערליי וואוילטעטיגע ארגעזאציעס וואס העלפן ארויס דעם כלל און דעם אינדעווידואלע יחיד, עס איז כמעט נישטא קיין פראבלעים וואס פארמאגט נישט קיין ארגענעזאציע וואס זאל ארויסהעלפן מיט דעם פראבלעם.

איר האט נישט אויף שבת מאכען? נישט געזארגט תומכי שבת וועט צו לייגען א פלייצע! איר ליידט אויף ציקער? נישט געזארגט רעים מתוקים וועט צו לייגען א פלייצע! איר האט ליידער אין שטוב א חולה און איר קענט זיך נישט באכלעפשענען, גייסטיש און פינאנציעליש? נישט געזארגט אר.סי.סי.עס וועט צולייגען א פלייצע! איר האט א פלעט טייער אין מיטן די נאכט? נישט געזארגט חברים וועט צו לייגען א פלייצע! איר קענט נישט אטעמען אין מיטן נאכט? נישט געזארגט חברה הצלה וועט צו לייגען א פלייצע! עס דיכט זיך אייך אז דער גויאישער שכן קוקט קרים צו אייער ריכטונג? נישט געזארגט חברה שומרים וועט צו לייגען א פלייצע! איר מיטשעט זיך ארום מיט קינדער האבן? נישט געזארגט עי. טיים וועט צו לייגען א פלייצע! איר ווילט זיך שמד'ען? נישט געזארגט פוט סטעפס וועט צו לייגען א פלייצע! איר שמאכט אין טורמע? נישט געזארגט דרור וועט צולייגען א פלייצע! אזוי ווייטער און ווייטער...

דאס איז דער שיינקייט און פראכט פינעם כלל ישראל, איש את רעהו יעזורו.. דער מאנסטעפעציע פון חסד וואס הערשט ביים כלל ישראל איז ממש צום שטוינען!

און ווי פארשטענדליך ווי דער גוטער בוך זאגט: אז עס איז נישטא קיין בענזין, שטופ אהער און שטופ אהין, עס גייט נישט, עס פארט נישט דער מאשין: די אלע חסד אפאראטען קאסטען אפ שווערע מיליאנען, אז זיי זאלן קענען פינקוציענירן ווי געהעריג, וישראל קדושים הם נתבעים ונותנים, דער ציבור לאזט זיך קאסטן ממון ודמים פאר די אלע וואוילטעטיגע ארגענעזאציעס, מען לויפט צו די דינער'ס הערן דעם שירה קאפעליע מיטן ילד הפלא, מען פארט אויף שיפן, מען גייט צו ציבורישע פלייש-בראטענאציעס, מען שטעלט אריין אין די זשערנאלען ווארימע ברכות פאר די געטרייע עסקנים, מען קויפט מער ראפל-טיקעטס ווי לאטערי טיקעטס. אלעס ווייל דער ציבור וויל זיך העלפן איינער דעם צווייטען, און קוקן ארויס אז די ארגענעזאציעס זאלן קענען אנגיין מיט א פעסטקייט... אשרי העם שככה לו...

אלעס פיין און וואויל. אבער וועט מען זעט אז די "עסקנים לשם שמים" די "געטרייע גבאי צדקה", לעבן זיך א חיים טובים, און געבן בלויז א נישטיגע %5 פון די געשנארטע געלטער, וואס אידן גיבן מיט מסירות נפש פאר צדקה פארן צוועק, און מיט די איבריגע געלט מאכן זיי זיך א חיים טובים אדש ביזן זיך איינהאנדלען 7 בתים פינעם ציבור'ס געלט, ברענגט דאס אז דער ציבור זאל גענצליך פארלירן צוטרוי צו די אלע וואוילטעטיגע ארגענעזאציעס,

און בכלל דער שלעכטער געפול וואס מענטש באקומט, אז ער איז אריין געפאלן אין די נעץ פון די כיטרע באנדיטען, איז דאך שרעקליך. ער האט געזעהן דער בילד ווי הרב קנייבסקי מיט ר' ישראל האגער לייגען אריין ערב יום כיפור זייערע 20 שקלים אינעם קיפות העיר קאסע, מיט פארמאכטע אויגן, אדער ווי דער גאב''ד דריקט דעם סענד באטען פינעם כלי, דעריבער האט ער זיך אנגעשטרענגט צו געבן יותר מכפי יכלתו, גלייבענדיג נעבאך אין די "אפענע ישיעות און רפואות" וואס די לייצים טיהן הייס פארשפרעכען פאר די וואס העלפן זיי זיך איינהאנדלען זייערע 7 בתים. דאס לייצנות וואס די "געטרייע עסקנים" מאכן פינעם תמימות'דיגר ציבור איז דאך נורא ואיום....

נישט בחינם איז פארהאן הלכות אין שו''ע יו''ד ח''ג ווי אזוי א צדקה קאסע דארף זיך פירען....

ישראל קאפקע » דאנערשטאג יולי 30, 2015 11:17 am

· #292833
אויסגעצייכנטע ארטיקל.
👍

נו העלפן א איד זיך איינהאנדלען זיין אכטע דירה איז עפעס א קלייניגקייט?

בן אדם » דאנערשטאג יולי 30, 2015 11:32 am

· #292836
Wow אזעלכע געטרייע טענעטס!! נישט פארציילט ביז יעצט ווער זייער באלעבאס איז???

געוואלדיג » דאנערשטאג יולי 30, 2015 12:54 pm

· #292851
איך בין נישט באקאנט מיט די אנדערע קופות צדקה, אבער קופת העיר האט אין א"י א אלטע רעפוטאציע פון קאראפציע און שווינדל, פארדעם איז זייער עיקר פאנדרעיזינג דאהי און נישט דארט ווי מען קען זיי.

moshav zekeinim » דאנערשטאג יולי 30, 2015 12:56 pm

· #292852
אויב לעבן מיר טאקע אין אזא גן עדן התחתון א דאנק די עסקנים און ארגאניזאציע אנפירער, דאן פארוואס קומט זיך זיי נישט אראפ צו נעמען א גרויסער פראצענט, נאך אלעם זענען מיר באזארגט מיט אלעם אויפן בעסטן און שענסטן אופן אן זיך צו דארפן אפילו זארגן אויף עפעס א פראבלעם, און דאס איז א דאנק די שעפערישע ארבעט פון די עסקנים
קאך_לעפל

עס איז כמעט נישטא קיין פראבלעים וואס פארמאגט נישט קיין ארגענעזאציע וואס זאל ארויסהעלפן מיט דעם פראבלעם.

איר האט נישט אויף שבת מאכען? נישט געזארגט תומכי שבת וועט צו לייגען א פלייצע! איר ליידט אויף ציקער? נישט געזארגט רעים מתוקים וועט צו לייגען א פלייצע! איר האט ליידער אין שטוב א חולה און איר קענט זיך נישט באכלעפשענען, גייסטיש און פינאנציעליש? נישט געזארגט אר.סי.סי.עס וועט צולייגען א פלייצע! איר האט א פלעט טייער אין מיטן די נאכט? נישט געזארגט חברים וועט צו לייגען א פלייצע! איר קענט נישט אטעמען אין מיטן נאכט? נישט געזארגט חברה הצלה וועט צו לייגען א פלייצע! עס דיכט זיך אייך אז דער גויאישער שכן קוקט קרים צו אייער ריכטונג? נישט געזארגט חברה שומרים וועט צו לייגען א פלייצע! איר מיטשעט זיך ארום מיט קינדער האבן? נישט געזארגט עי. טיים וועט צו לייגען א פלייצע.

נתן מנחם » דאנערשטאג יולי 30, 2015 1:24 pm

· #292864
דאס אז די פירערס פון קופת צדקה זענען רייך. האט מען אמאהל געפרעגט די באורד אף דיירעקטארס פון YU (ישיבה יונעווערסיטי) פארוואס די הויפט פאנדרעיזער איז א מיליאנער. האבען זיי געענטפערט אז פאר ער איז אריינגעקומען האט מען געשאפט יערליך אינטער א מיליון דאללער אין נדבות ער איז אריינגעקומען און מען האט איהם צוגעזאגט אלץ געהאלט א פראצענט (לאמיר זאגן 20%) און ער שאפט 100 מיליאן א יאר קען מען עפעס צונעמען פון איהם זיין 20 רעדלעך וואס ער האט ערליך פארדינט?

איך זאג נישט זיי זענען גערעכטת אבער עס איז דא א צווייטע זייט צו יעדע מעשה.

moshav zekeinim » דאנערשטאג יולי 30, 2015 1:43 pm

· #292871
כדי ארויס צו האבן די זאך. וואס קלערסטו איז די חשבון פון קופת העיר צו מאכן אזעלעכע אפענע גניבות? מילה נעמען א גרויסער פראצענט האט נאך עפעס א פנים כאטש עס איז לאו דוקא יושר, אבער א אפענע שווינדל קען דאך זיי צוגרינד לייגן דאס גאנצע געשעפט?

נתן מנחם » דאנערשטאג יולי 30, 2015 1:44 pm

· #292873
[ציטאט אראפגענומען]



מיין תגובה איז ארויפגעגאנגען אויף די אשכול בכלליות נישט אויף דיין תגובה בפרטיות

יהושע חיים » דאנערשטאג יולי 30, 2015 1:53 pm

· #292876
Re: אויב בלויז 5 פראצענט גייט פאר צדקה? דאן ווי גייט די איבר
טרענזעקשאן פי קומט זיי נישט פראצענט (למשל בערך ניינציג) און אזוי ווי מען ניצן זייער קאסע גייט עס אטאמאטיש מיט די תקנות פון זייער קאסע (פשוט די קאמפיוטער קען נישט וויסן א חילוק פון דעם צו אן אנדערע קאמפיין)
אלזא פארשטיי איך נישט וואס די פארשטייסט נישט

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 30, 2015 3:42 pm

· #292899
נתן מנחם
דאס אז די פירערס פון קופת צדקה זענען רייך. האט מען אמאהל געפרעגט די באורד אף דיירעקטארס פון YU (ישיבה יונעווערסיטי) פארוואס די הויפט פאנדרעיזער איז א מיליאנער. האבען זיי געענטפערט אז פאר ער איז אריינגעקומען האט מען געשאפט יערליך אינטער א מיליון דאללער אין נדבות ער איז אריינגעקומען און מען האט איהם צוגעזאגט אלץ געהאלט א פראצענט (לאמיר זאגן 20%) און ער שאפט 100 מיליאן א יאר קען מען עפעס צונעמען פון איהם זיין 20 רעדלעך וואס ער האט ערליך פארדינט?

איך זאג נישט זיי זענען גערעכטת אבער עס איז דא א צווייטע זייט צו יעדע מעשה.


20% איז נאך פארשטענדליך, אבער 95% איז דאך הימל שרייענד, און אפילו בלויז 80%, אדער 60% איז אויך שרעקליך.

קאך_לעפל
איר ווילט זיך שמד'ען? נישט געזארגט פוט סטעפס וועט צולייגן א פלייצע!

😂 😂

גר ותושב » דאנערשטאג יולי 30, 2015 4:28 pm

· #292925
לכאורה גייט די גרעסטע פערצענט פאר די וואס באקן די אותות ומופתים

בן אדם » דאנערשטאג יולי 30, 2015 4:45 pm

· #292933
איך פארשטיי נישט, מה דאך די ביי די אלע געבער'ס איז דא אזויפיל מופתים איז כ"ש וכ"ש די עסקנים וואס דארפן געהאלפן ווערן מיט אן עשירות מופלגת וכל מילי במיטב.
#יעדעמעשההאטאצווייטעזייט

גר ותושב » דאנערשטאג יולי 30, 2015 6:15 pm

· #292947
Re: אויב בלויז 5 פראצענט גייט פאר צדקה? דאן ווי גייט די איבר
בן אדם
איך פארשטיי נישט, מה דאך די ביי די אלע געבער'ס איז דא אזויפיל מופתים איז כ"ש וכ"ש די עסקנים וואס דארפן געהאלפן ווערן מיט אן עשירות מופלגת וכל מילי במיטב.
#יעדעמעשההאטאצווייטעזייט

דערמאנסט מיר די באקאנטע מעשה א חסיד האט אמאל געזאגט אז זיין רבי האט רוח הקודש ווייל ער האט עים אליינס געזאגט פרעיגט עים איינער און אפשר זאגט ער ליגנט האט ער גענטפערט א רבי וואס האט רוח הקודש זאל זאגן ליגנט? די זעלבע זאך דא די גלייבסט אז די מעשיות זענען אמת און אז וועיגן דעים זענען זיי רייך געווארן איך האלט די מעשיות זענען נישט געשטויגען און זיי ווערן רייך וועיגן......

BAL TSHIVA » פרייטאג יולי 31, 2015 1:19 am

· #293046
נתן מנחם
דאס אז די פירערס פון קופת צדקה זענען רייך. האט מען אמאהל געפרעגט די באורד אף דיירעקטארס פון YU (ישיבה יונעווערסיטי) פארוואס די הויפט פאנדרעיזער איז א מיליאנער. האבען זיי געענטפערט אז פאר ער איז אריינגעקומען האט מען געשאפט יערליך אינטער א מיליון דאללער אין נדבות ער איז אריינגעקומען און מען האט איהם צוגעזאגט אלץ געהאלט א פראצענט (לאמיר זאגן 20%) און ער שאפט 100 מיליאן א יאר קען מען עפעס צונעמען פון איהם זיין 20 רעדלעך וואס ער האט ערליך פארדינט?

איך זאג נישט זיי זענען גערעכטת אבער עס איז דא א צווייטע זייט צו יעדע מעשה.

א פאנד רעיזר מאכט 75-80% commission

שטילע אינגערמאן » פרייטאג יולי 31, 2015 9:28 am

· #293063
Re: אויב בלויז 5 פראצענט גייט פאר צדקה? דאן ווי גייט די איבר
.
למעשה איז שוין איבער א יאר אין די משפחה האט גארנישט באקומען פון קופת העיר [יא, איר ליינט גוט, גארנישט! נול, זילטש, נאדא, זירא, כלום, 0000000!] און ווען די אלמנה האט זיי געבעטן די געלט כדי צו קענען לייגן עפעס אביסעלע ברויט אויפן טיש (ליידער האלט די מצב ממש אזוי שמאל) האבן זיי איר גארנישט געגעבן מיט די טענה אז די געלט גייט גיין פאר די יתומים׳ס חתונות, האט מען זיך נאכגעפרעגט ביי אנדערע משפחות וואס זענען אריבער די זעלבע טראגעדיעס אז א טאטע/מאמע איז אוועק וכו׳ ווי קופת העיר איז געווען אינוואלווד וואס האבן שוין חתונה געמאכט נאכן טראגעדיע, האבן זיי אלע פה אחד געזאגט די זעלבע זאך, אין אנפאנג האט מען זיי געזאגט אז מען דארף ווארטן אויף די חתונות, ווען עס איז געקומען צו חתונה מאכן האבן זיי געגעבן ממש גארנישט זאגענדיג אז די אלמנה יתומים דארפן ברענגען באווייז אז מען קומט זיי מער פון דעם (וואס פארשטייט זיך האבן זיי עס נישט, ווייל קופת העיר האט עס קיינמאל נישט ארויסגעגעבן פאר די משפחות).טאג קענען פאדערן אי״ה.

כווייס אויך אז אסאך ארגנעזאציע זענען אפגעפרעגט אין די וואס זיצן אויפן קאסע האקן א חיים טובים. אבער דער מעשה (פאר איינער וואס זיכט נישט נאר שלעכטס אויפ א צווייטען איד אין פרייט זיך נישט יעדער מאל א איד האט א דורכפאל ) הערט זיך דער מעשה געצויגען פון פינגער, כהאלט קלאר אז אידן האבן נישט די הארץ צו שאפן גרויס געלט אויפ א אלמנה חשבון אין דערנאך קויפן בנינים אין געבן פאר די אלמנה זירא זילטש נאדא, כהאלט קלאר די מעשה איז נישט אמת.
נאר וואס יא? מסתמא פעהלט דא ריזיגע אינפא אויפן מעשה, אזוי ווי כבין אמאל געווען אינוואלווד ביי א געוויסע צוועק, א געטרייע עסקן האט געמאכט א מיטינג צו שאפן פאר א געוויסע משפחה, הבטחות זענען דארט אריין געקומען ביים מיטינג פון ריזיגע סכומים, אין איינער פון די בני המשפחה וואס מהאט געשאפט די געלט פאר איז געווען ביי די מיטינג ער האט געהערט א מספר פון א מיליון דולר,
ער גייט צום משפחה זאגט סאיז אריין געקומען א רעדעל, שוין די משפחה ווייסט נישט פון קיין מעשיות, זיי ווילן דו מילאן דולר, איי הבטחות האט מיט למעשה ווי איך מיט הודו-נאנאש? שוין די משפחה בעהט די עסקן די געלט די עסקן זאגט כהאב אדערוויל וויניגער ווי 100קעי, די משפחה ווערט צולאסט פרעגן ביי געוויסע נדבנים אין די נדבנים זאגן ״כהאב שוין געגעבן א חלק כגיי משלים זיין בקרוב (ב״ש) הייבט די משפחה אן שרייען אויפן אומשילדיגע עסקן גנב שייגץ רשע.
יא כהאב אליין מיט געהאלטן די מעשה.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 2, 2015 12:58 pm

· #293305
Re: אויב בלויז 5 פראצענט גייט פאר צדקה? דאן ווי גייט די איבר
איך האב שוין א שטיק צייט בדעה צו עפענען אן אשכול אויף מוסדות און ארגאניזאציע'ס וואס מ'וואלט געמעגט פארמאכען, אבער דאס דארף מען אייביג חושד זיין ווען מ'רעדט שטותים, מוז זיין אז דער אמת איז נישט דא. ווען אן ארגאניזאציע באשעפטיגט זיך מיט מופתים און גדולים, בילדער און קידוש ה', פארבארגענע פאראכצען צו אומעגזיסטירענדע קברים, און פארשטייט זיך אראפרייסען אלע אנדערע צדקות. ווען אן ארגאניזאציע וויל דיין געלט ווייל דער גרינדער פון דער נאמען פונ'ם קאסע האט געהאנגען זיין וועש אונטער דער זעלבע זון ווי דיין עלטער באבע, און ער איז נאך א גדול בישראל. אין די אלע פעלער דארף אנגעצינדען ווערען א רויטע לאמפ ביי יעדער מיט אביסל שכל. ובפרט ווען מ'זאגט פאראויס, אזוי ווי ביי ערבים, אז דו האסט נישט קיין שום רעכט אין ב''ד און זיי זענען מחליט יעדער סכסוך.

ירח בן יומו » זונטאג אוגוסט 2, 2015 1:30 pm

· #293311
ליטוואק פון בודאפעסט
אזוי ווי ביי ערבים, אז דו האסט נישט קיין שום רעכט אין ב''ד און זיי זענען מחליט יעדער סכסוך.

איז דא עפעס באקאנטע קראנטע אינפרמאציע איז די פלאן קלאפט נישט?

יהושע חיים » זונטאג אוגוסט 2, 2015 1:35 pm

· #293312
ליידער היינט דארף מען קראנטע אינפארמאציע אז עס קלאפט יא

ירח בן יומו » זונטאג אוגוסט 2, 2015 1:38 pm

· #293315
ביי מיר טשארדזן זיי די קרעדיט קארד גאנץ אפט. אמאל פאר 1 יתום אמאל פאר 2-3-4,
דער חלק קלאפט זיכער,
ב"ה איך בין נישט געווען אויף די אנדערע זייט. ווייסט איינער פון גדי צד המקבלים וואס טוט זיך?

יהושע חיים » זונטאג אוגוסט 2, 2015 1:43 pm

· #293317
דאס קען נאך זיין א חלק פון די קשיא

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 2, 2015 1:48 pm

· #293318
Re: אויב בלויז 5 פראצענט גייט פאר צדקה? דאן ווי גייט די איבר
דאס אליינס אז מ'האט נישט קיין רעכט אין ב''ד איז פאר מיר גענוג. אבער איך הער אז אקטשו'עריס זאגען אז ס'טויג נישט, און פארוואס האט עס זיך טאקע פארמאכט?

ירח בן יומו » זונטאג אוגוסט 2, 2015 1:56 pm

· #293321
ליטוואק פון בודאפעסט
דאס אליינס אז מ'האט נישט קיין רעכט אין ב''ד איז פאר מיר גענוג. אבער איך הער אז זאגען אז ס'טויג נישט, און פארוואס האט עס זיך טאקע פארמאכט?

אקטשו'עריס ??????

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 2, 2015 1:58 pm

· #293323
Re: אויב בלויז 5 פראצענט גייט פאר צדקה? דאן ווי גייט די איבר
Actuaries
דאס איז דער פאך פון מעסטען די ווערט פון א ספק

lazar » זונטאג אוגוסט 2, 2015 2:00 pm

· #293324
די גמ' זאגט אין בבא בתרא דף י ר' אליעזר בן יעקב אומר לא יתן אדם פרוטה לארנקי של צדקה אלא א"כ ממונה עליה כר' חנניא בן תרדיון.

ירח בן יומו » זונטאג אוגוסט 2, 2015 2:13 pm

· #293328
ליטוואק פון בודאפעסט
און פארוואס האט עס זיך טאקע פארמאכט?

וואס האט זיך פארמאכט? זיי טשארדזן נאך מיין קארד כסדר?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 2, 2015 2:14 pm

· #293329
Re: אויב בלויז 5 פראצענט גייט פאר צדקה? דאן ווי גייט די איבר
Joke's on you

diff » זונטאג אוגוסט 2, 2015 6:38 pm

· #293383
ליטוואק, פ"ו הייסן די רבנים צו שטיצן קופת העיר

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 2, 2015 7:10 pm

· #293389
Re: אויב בלויז 5 פראצענט גייט פאר צדקה? דאן ווי גייט די איבר
איך ווייס נישט. אבער ס'איז נאך נישט געשען אז א פארצרה'טע איד זאל זיך אויסרעדען דאס הארץ פאר הרב שטיינמאן אדער הרב קנייבסקי און ער זאל איהם הייסען אלס א ישועה צו געבען געלט אין דער מיסט קעסטעל פון קופת העיר. ווער געוואויר וואס פאסירט ביים 'הייליגען אומפארטיישע רעבע' פון ב.פ. ווען א איד דארף א ישועה

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 2, 2015 7:39 pm

· #293392
Re: אויב בלויז 5 פראצענט גייט פאר צדקה? דאן ווי גייט די איבר
איך בין נישט קיין מומחה, אבער מומחים אין דער תחום זאגען אזוי.
דער ביזנעס פון פארזיכערונג נעמט אלס אין באטראכט, זיי נעמען דער געלט וואס מ'באצאלט פאר א פאליס''י און אינוועסטירען דאס געלט, אזוי אז מ'דארף נישט אנקומען צו דער פאנז''י סקי''ם פון נוצען די געלט פון די וואס לעבען פאר'ן טויטע. זיין אייגענע געלט מאכט אויך רווחים. יעצט ווי קען אן ערבים סיסטעם זיין בעסער.
דאס איז נישט דער לעצטער ווארט, מומחים פארשטייען בעסער. אבער א באהאלטענע קאמפאני, וואס קיינער ווייסט נישט ווער ס'פיהרט עס אן, מ'זאגט נישט אויס וואס טוט זיך, נאר גדולים גדולים גדולים, מיט קיטעל''ס און לעכט אן קיין איין קראנטע פאקט, דארף מען שוין חושד זיין.

געוואלדיג » דינסטאג יוני 14, 2016 4:44 pm

· #337732
א מופת פון הרב שטיינמאן שליט"א? שוין היבשע יארן האט ער צוריק געוואונטשן וועד הרבנים זאלן האבן הצלחה, חוץ מגניבה!!!