☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » הברת בני פולני׳ ואונגרי׳

הברת בני פולני׳ ואונגרי׳

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9381

ירא שמים » מיטוואך יולי 29, 2015 10:33 pm

· #292718
הברת בני פולני׳ ואונגרי׳
כמיין אז פון אלע הברות וואס זענען נאר פארהאן ביים כלל ישראל איז די הברה די ווייניגסטע אויסגעהאלטן אדער די מערסטע אומפארשטענדליך,
הקיצור כוויל דא פארלייגן פארן עולם עטליכע קשיות וואס כהאב אויף אונזער הברה וואס באדערן מיר שוין א לאנגע צייט מאדנע הברות וואס זענען צום געפונען נאר ביי אונזער הברה .

א) די צוויי סגולים וואס זענען דא למשל ביים ווארט מלך לחם דרך די ערשטע מיט די צווייטע.

ב) די צוויי קמוצים וואס זענען דא למשל ביים ווארט ובשכבך צדקתך וכדו׳ .

ג) א מפיק הא וואס ביי די אנדערע הברות טוט מען כפשוטו מען זאגט ארויס דעם הא ביי אונז ווערט עס געטוישט פאר א ליטווישע קמץ .

אויב איינער קען געבן אן ערקלערונג אויף די אלע שנויים ישר כח .

ירא שמים » מיטוואך יולי 29, 2015 10:34 pm

· #292719

ירא שמים » מיטוואך יולי 29, 2015 10:50 pm

· #292724
הברת בני פולני׳ ואונגרי׳
אויך שאפן די דאפלטע הברות פונם קמץ און סגול א פראבלעם בשעתן אויסלערנען די קינדער עברי וואס די קינדער ווערן אזוי צומישט ווען מזאגט וויאזוי ווען מלערנט זיי נישט אויס קיין קלארע כללים אויף דעם.

ירח בן יומו » מיטוואך יולי 29, 2015 10:51 pm

· #292725
וועלעכע נישט קלארקייט איז דא ביי קמץ?

ירא שמים » מיטוואך יולי 29, 2015 10:54 pm

· #292726
Re: הברת בני פולני׳ ואונגרי׳
ווען מזאגט וועלכע

ירח בן יומו » מיטוואך יולי 29, 2015 11:01 pm

· #292728
ירא שמים
ווען מזאגט וועלכע

אדער, ווען מ'זאגט וועלכע

אזוי צו אזוי וואס איז נישט קלאר?

ירא שמים » מיטוואך יולי 29, 2015 11:04 pm

· #292730
סזעט אויס בוזט קלאר איז זאגדזשע וואס איז יא קלאר !!

מבקר » מיטוואך יולי 29, 2015 11:10 pm

· #292733
די טעות פון די צוויי מינע סגולים קומט פון דעם וואס די ערשטע סגול אין די ווארט מלך איז א דגושה צוליב דעם וואס די ווארט איז מלעיל, אשר על כן איז עס פארדרייט געווארן צו א צירי וואס איז מער נדגש ווי סתם א סגול.

ירח בן יומו » מיטוואך יולי 29, 2015 11:12 pm

· #292736
די כלל איז אלעמאל אָ as in spoon),
חוץ פון סוף ווארט אדער פאר א שוא וואס דעמאלטס ווערט עס אָך (as in much

ירא שמים » מיטוואך יולי 29, 2015 11:41 pm

· #292744
Re: הברת בני פולני׳ ואונגרי׳
מבקר
די טעות פון די צוויי מינע סגולים קומט פון דעם וואס די ערשטע סגול אין די ווארט מלך איז א דגושה צוליב דעם וואס די ווארט איז מלעיל, אשר על כן איז עס פארדרייט געווארן צו א צירי וואס איז מער נדגש ווי סתם א סגול.

די סגול פון די מ״ם דמלך איז נישט אונזער צירי , דאם ווארט ערב איז א עין וואס איז א אות גרונית און איז נישט מקבל קיין דגוש.

מבקר » מיטוואך יולי 29, 2015 11:45 pm

· #292745
ירא שמים
ג) א מפיק הא וואס ביי די אנדערע הברות טוט מען כפשוטו מען זאגט ארויס דעם הא ביי אונז ווערט עס געטוישט פאר א ליטווישע קמץ .

די הסבר אויף דעם איז א צוזאמשטעל פון צוויי טעותים! 1) מ'האט בטעות געסטאפט ארויס זאגן אלע "הא דגושים" אזוי ווי אין די ווארט 'יהיה' וכדו'. 2) די טעות אז יעדע מאל ווען ס'איז דא א שווא נאך א קמץ, זאגן אונז די קמץ ווי א קמץ קטן!

מבקר » מיטוואך יולי 29, 2015 11:47 pm

· #292746
ירא שמים
די סגול פון די מ״ם דמלך איז נישט אונזער צירי ,

נא אשר על כן ווילסטו זאגן אז??.

ירא שמים
דאם ווארט ערב איז א עין וואס איז א אות גרונית און איז נישט מקבל קיין דגוש.

וויאזוי זאגסטו "ערב שבת"?

ירא שמים » מיטוואך יולי 29, 2015 11:48 pm

· #292748
Re: הברת בני פולני׳ ואונגרי׳
ירח בן יומו
די כלל איז אלעמאל אָ as in spoon),
חוץ פון סוף ווארט אדער פאר א שוא וואס דעמאלטס ווערט עס אָך (as in much
אינטערעסאנט וואס דו זאגסט ווייל דו בוסט נישט מחלק צעווישן א שוא נא מיט א שוא נח ד.ה. דו בוסט נישט מחלק בין א קמץ גדול צו קמץ קטן ווי סדא וואס טענהן חוץ מזה א חטף זאגט מען א ליטווישע קמץ אפי׳ אהן א שוא ווי ביים ווארט שבלים.

ירא שמים » מיטוואך יולי 29, 2015 11:51 pm

· #292750
Re: הברת בני פולני׳ ואונגרי׳
מבקר
ירא שמים
די סגול פון די מ״ם דמלך איז נישט אונזער צירי ,

נא אשר על כן ווילסטו זאגן אז??.

ירא שמים
דאם ווארט ערב איז א עין וואס איז א אות גרונית און איז נישט מקבל קיין דגוש.

וויאזוי זאגסטו "ערב שבת"?

כהאב מיך באצויגען צו דיינע ווערטער אז מזאגט עס ווי א צירי , די פסוק מערב עד ערב תשבתו שבתכם וויזוי ליינסטו ?

מבקר » מיטוואך יולי 29, 2015 11:52 pm

· #292751
ירא שמים
ירח בן יומו
די כלל איז אלעמאל אָ as in spoon),
חוץ פון סוף ווארט אדער פאר א שוא וואס דעמאלטס ווערט עס אָך (as in much
אינטערעסאנט וואס דו זאגסט ווייל דו בוסט נישט מחלק צעווישן א שוא נא מיט א שוא נח ד.ה. דו בוסט נישט מחלק בין א קמץ גדול צו קמץ קטן ווי סדא וואס טענהן חוץ מזה א חטף זאגט מען א ליטווישע קמץ אפי׳ אהן א שוא ווי ביים ווארט שבלים.

די כלל וואס ער זאגט איז סתם שטותים אן קיין אמתע מקורות, אבער דאס איז וועג וויאזוי אונז זאגן עס ארויס, און דאס איז א גוטע כלל ווען מ'וויל מסביר זיין פאר קינדער וויאזוי צו ארויס זאגן א שווא. (פארשטייט זיך, נאר אויב דו ווילסט אויסלערנען דיינע קינגער מיט די שבשתא כיוון דעל על).

מבקר » מיטוואך יולי 29, 2015 11:53 pm

· #292752
ירא שמים
כהאב מיך באצויגען צו דיינע ווערטער אז מזאגט עס ווי א צירי,

פארשטיי נעקסטיים אז איך מיין א צירי בהברתה המקורית


ירא שמים
די פסוק מערב עד ערב תשבתו שבתכם וויזוי ליינסטו ?

מייערעוו אד ערעוו 🙂

ירא שמים » דאנערשטאג יולי 30, 2015 12:03 am

· #292772
Re: הברת בני פולני׳ ואונגרי׳
מבקר
ירא שמים
ירח בן יומו
די כלל איז אלעמאל אָ as in spoon),
חוץ פון סוף ווארט אדער פאר א שוא וואס דעמאלטס ווערט עס אָך (as in much
אינטערעסאנט וואס דו זאגסט ווייל דו בוסט נישט מחלק צעווישן א שוא נא מיט א שוא נח ד.ה. דו בוסט נישט מחלק בין א קמץ גדול צו קמץ קטן ווי סדא וואס טענהן חוץ מזה א חטף זאגט מען א ליטווישע קמץ אפי׳ אהן א שוא ווי ביים ווארט שבלים.

די כלל וואס ער זאגט איז סתם שטותים אן קיין אמתע מקורות, אבער דאס איז וועג וויאזוי אונז זאגן עס ארויס, און דאס איז א גוטע כלל ווען מ'וויל מסביר זיין פאר קינדער וויאזוי צו ארויס זאגן א שווא. (פארשטייט זיך, נאר אויב דו ווילסט אויסלערנען דיינע קינגער מיט די שבשתא כיוון דעל על).
איך לערן זיי דען אויס ? כהאב דען א ברירה ? ווילסט כזאל זיי שיקען צו די ליטוואקעס רח״ל ?

מבקר » דאנערשטאג יולי 30, 2015 12:06 am

· #292773
ירא שמים
ווילסט כזאל זיי שיקען צו די ליטוואקעס רח״ל ?

ווילסט איך זאל דיך אויסרעכענען אלע טעותים פון די ליטווישע הבהרה? זייער איז אויך גאנץ א פארדרייטע.

עדיאל » דאנערשטאג יולי 30, 2015 12:09 am

· #292774
קמץ, בפשטות קמץ גדול oo, קמץ קטן o, ווייל א קמץ קטן איז במקום חולם.
סגולים איז דא א צומישעניש. אסאך זאגן יא עי A אפילו פאר א שוא נח, ווי לעולם ועד. טיייל זאגן אלעמאל עה, מעהלעהך. וואס דו זאגסט גייט בדרך כלל ווי ס'דא אן הברה פתוחה איז עי, הברה סתומה עה. פארשטייט זיך ס'האט נישט קיין שום אחוזה אין דקדוק ווי אלע סגולים זענען תנועות קטנות. אפילו אזוי איז אויך דא יוצאים מן הכלל, ווי ערווענט.

ירא שמים » דאנערשטאג יולי 30, 2015 12:09 am

· #292775
הברת בני פולני׳ ואונגרי׳
מבקר :נו רעכן אויס ,כוויל ,
דעם חיילעם האבן זיי דאך שוין אויסגעראטן .
און וועגן הברה המקורית פונ׳ם צירי מנין לך וואס איז הברה מקורית.

אויבערלענדער חכם » דאנערשטאג יולי 30, 2015 12:36 am

· #292779
הזמנה מילתא היא!
ירא שמים

הזמנה מילתא היא

@ירא שמים ראשית כל הזמנה מילתא היא, וייש"כ אז איר האט מיר געמאכט אויפמערקזאם אויף אזא אינטערסאנטע אשכול. עס איז אינטערסאנט פאר מיר ווייל איך ווייס גאר ווייניג איבער דער נושא.

קמץ קטן וקמץ גדול

לגבי ווען מען זאגט א קמץ ליטוויש און ווען נישט, האב איך אלעמאל געטראכט אז מסתמא א קמץ גדול זאגט מען אזוי ווי א קוה זאגט moo און א קמץ קטן זאגט מען אזוי ווי א מגמגם זאגט um, אבער איך ווייס נישט אויב דאס איז ריכטיג, און איך זעה אז מען האט שוין אנגעהויבען די ויכוח איבער דעם.

סגול מלעיל ומלרע ועוד

לגבי די סגול, האב איך באמת קיינמאל נישט געטראכט איבער דעם, אבער גלייך ווען איך האב געזעהן די הערה איז מיר בייגעפאלען אז אפשר איז עס תלוי אין ווען דער ווארט איז מלעיל און מען לייגט א דגש אויף דער ערשטער סגול אזוי ווי אין דער ווארט "שקר" דעלמאלס זאגט מען shayker, און ווען דער ווארט איז מלרע אזוי ווי "אמת" זאגט מען emes''.
באותו ענין איז כדאי צו דערמאנען וואס איך האב אמאל געהערט פון הרב פאם זצ"ל, אז מען פלעגט אויסלערנען די קינדער אין ליטא, "ווען איז אמת שקר און שקר אמת?" - אמת מלעיל איז שקר, אבער שקר מלעיל איז אמת.
למעשה ווי אויבען דערמאנט שטימט נישט דער כלל, ווייל מען זאגט erev שבת און נישט eyrev שבת. [דרך אגב: פארוואס זאגט מען פסח מיט א גאליציאנע צירי? און פארוואס זאגט מען וושט אזוי אויך? עס זעהט אויס אז במשך די צייט האט מען איבער געטייטשט פון א "חסידישע" סגול וואס איז באמת א ליטווישע צירי paysach און veyshet צו א גאליציאנע צירי pysech און vyshet. ענליך וואס האט פאסירט מיט "אויבערשטער" אז די ליטוואקס האבען געזאגט eybershter, ווייל זיי הרג'נן אזוי אוועק יעדער חולם, און פון דעם איז געווארען אייבערשטער.

לא ראי זה כראי זה - פולניה

צום סוף וויל איך באמערקען אז עס איז נישט ריכטיג צוזאמען לייגען הברת בני פולני' ואונגרי' מיט הברת בני גלציה. די זענען דריי באזונדערע הברות. דוגמא אחת קען מען דערמאנען אז אסאך פוילישע זאגען נישט די יו'ד ווען עס קומט נאך א קמץ אדער פתח. ווי למשל אין די שם השם אדנ'י זאגען זיי א ליטווישע קמץ מיט אן ארויס זאגען דער יו'ד adonuh און נישט adonay. דער חתם סופר רעדט ארום דער שיטה אין א תשובה (שו"ת חתם סופר חלק ד אבן העזר ב סימן יט) וז"ל, והנה בס' ששה זרעוני ערוגה להגאון מה' זלמן עמריך זצ"ל קורא תגר מאוד על הקורין ומדגישין יו"ד שאחר הפתח וקמץ כגון חי שמדגישין היו"ד (chay) וכ' ראיות גדולות דלא כן הוא אלא היו"ד אינה נקראת ונרגשת כלל והיא נח נסתר (chah) וא' מראיותיו מהגאון מנחם עזרי' שכ' בס' עשרה מאמרות דשם אד' ית"ש ר"ת ארי' דוב נמר ולא חשש ליו"ד שבסוף כיון שהוא נח ואינו נקרא ולא נרגש במבטא (adonuh) וכ"כ שם בס' קול יהודה בפי' לעשרה מאמרות וכו' אך דברי הגאון הנ"ל גופי' מפוקפקים והוא עצמו הקשה לנפשי' א"כ מה בין שרי לשרה דדוחק לומר לא תקרא שמה שרי בכתיבה קאמר או בכוונת הקורא מכוון שמה בה"י ולא ביו"ד זה דוחק ואני אומר קצת יש הכרח לדוחק הזה דהרי ע"כ אותה הנבואה שבסוף פרשת לך לך שרה שמה ונתתי ממנה לך בן לא אמר אברהם לשרה דאל"ה לא הוי צחקה על דברי המלאך וכ"כ רמב"ן ר"פ וירא שם והשתא כיון שלא א"ל שנשתנה שמה איך לא הי' כפלא בעיני' דברי המלאך איה שרה אשתך והלא שרי שמה ולא שרה אע"כ אין להבחין בדיבור בין שרי לשרה רק בכתיבה ובכוונת מכוון מ"מ מי יסמוך על סברות אלו לעשות מעשה להתיר א"א, עכ"ל.

חתם סופר קרא אשתו בשמה הפרטי

[דרך אגב: מבואר מתוך דברי הקדוש מרן חתם סופר שפשוט לו שאברהם היה קורא לאשתו בשמה, ולא אמר "הערנאר" או כינוי אחר. וראיתי בהערות לאוצרות חתם סופר סוף פרשת לך לך (הערה ריט) שהעיר מדברי מהרי"ל שאין לקרוא לאשה בשמה, אבל העיר בקובץ מכתבים (מגדולי מדינת הגר-לונדון תשנ"ד קובץ ד' עמוד מד) כתבו בשם כת"י הגרינ"ש בתוה"ד וז"ל, "ואמר החתם סופר גם אני אומר שרל לעבען" עכ"ל ע"ש.]

לא ראי זה כראי זה - גלציה

נחזור לענינינו, די גאליציאנע [וואס רופט זיך היינט "חסידישע הברה"] זאגען א "צירי" אנרעש פון די אונגארישע וואס זאגען עס אזוי ווי די ליטווישע.
זעהט מען אז פולניה לחודה קאי, גליציה לחודה קאי, והונגריה לחודה קאי.

הברת אויבעלאנד

למעשה אונז אויבערלענדער האבען נאך א מעלה אז מיר זענען מפריד צווישען א שורוק און מלאופום און צווישען א חיריק. רבי יעקב קמנצקי אז אונז מזכיר לשבח אין אמת ליעקב (מלכים א טז, לד) וז"ל, והנה אצלינו (מלכים שם) כתוב יריחה מחולם ה"א לעומת כל שאר מקומות שנכתב בחולם וא"ו (יריחו), ובודאי שבארץ יהודה ידעו הבדל בין כזה חולם לחולם וא"ו, כמו אצל יוצאי ממלכת אוסטרו-הונגריה שמבחינים בין שני סוגי קול הברת חיריק כשאחד הוא חירק ואחד הוא שורק וכו', עכ"ל. ובהערה כתב וז"ל, רבינו [רבי יעקב זצ"ל] הדגים דבר זה בספרו שהתפלל אחרי מלחה"ע אצל המנין של פליטי ווינא (כשהתפללו עדיין בבנין של צעירי אגודת ישראל שבוויליאמסבורג) [אמר הכותב: כוונתו לקהל עדת יראים שפעם הייתה קהילה נכבדה של מתפללי אשכנז לפני הכיבוש של האחד שביטל הישיבה ובמקום להרביץ תורה על מקומו של הגאון הגדול רבי יונתן שטייף בחר לקבץ אנשים ריקים להיות אוכלים ושותים ופוחזים בבית הכנסת ונהג קלות ראש במנהגי חסידי אשכנז ועל אלה אני בוכיה עיני עיני יורדה מים על שבר בת עמי, ואכ"מ] והיה פרשת תזריע והבעל קורא קרא את הפסוק "נגע צרעת הוא" (ויקרא יג, ג) והיה קורא בחירק במקום שורק, והקהל כאחד תקנו את הבעל קורא שצריך לקרוא, לפי מה שנשמע לאוזני רבינו [רבי יעקב] "היא", והדבר היה מפליא [על מה יצא הקצף?] לכל מי שלא היה בסוד הענין שהבעל קורא טעה וקרא בחירק, והציבור נתכוון לתקן לשורק, אלא שזה נשמע כחירק כי הם רגילים לבטא את השורק כמו האות הגרמנית u [עם שתי נקודות ע"ג], שסימון האומלאוט עליה משנה את ההיגוי משורק פשוט לשורק קרוב לחירק, עכ"ל ההערה.

ירא שמים » דאנערשטאג יולי 30, 2015 12:57 am

· #292781
הברת בני פולני׳ ואונגרי׳
יש״כ פארן זיך אנרופען און פאר די וויכטיגע ידיעות וואס ליגט אין אייער תגובה ,

די פוילישע האבן נאך א חילוק פון אונזער הברה חוץ פון דאס וואס איר האט דערמאנט וועגן אקמץ / פתח יו״ד ביי א ענדע ווארט ? און חוץ מזה כגעדענק פון אלטע גאלעציאנע אידן וואס פלעגן אויך אזוי זאגן.
און וויאזוי טיילט מען אין אויבערלאנד צווישען חיריק שורק און מלאפום?
און די אונגארישע זענען נישט אלע גלייך מיטן צירי.

moshav zekeinim » דאנערשטאג יולי 30, 2015 1:52 am

· #292786
וואו, ירא שמים הסטו געעפנט א אשכול, ספעציעל אז עס איז דיר געלונגען צו אויפוועקן דעם אויבערלענדער חכם צו גיסן זיינע ידיעות

פישערער רבי » דאנערשטאג יולי 30, 2015 7:02 am

· #292802
ע"ד הצחות האב איך געזעהן אמאל איינער האט געשריבן צו אפפרעגן די פוילישע הברה פון דעם וואס ס'שטייט אין גמרא (מקור.........) וועגן בלאזן שופר אז תרועה הערט זיך אן טו טו טו (- אזוי שטייט אין גמרא מיט א ו') און לויט די פולישע הברה האט די גמרא געדארפט שרייבן טא מיט א און נישט טו ווייל טו ליינען זיי טי מיט א חיריק.

ירח בן יומו » דאנערשטאג יולי 30, 2015 9:28 am

· #292816
איך האב באמרעקט א נקודה למחשבה:
ביי אסאך חסידים נוצט מען צוויי סארט קמץ אסאך מאל זאגט מען as in tool, למשל בַרוך
און אסאך מאל זאגט מעןas in book ,למשל בָּחור, אָמן

דאס איז חוץ פון די קמץ בסוף התיבה as in much

למעשה איז אין ענגליש די זעלבע פלא, וואס איז די רעכטיגע הברה פון 00 tool or book?

שמערל » דאנערשטאג יולי 30, 2015 11:06 am

· #292830
Re: הברת בני פולני׳ ואונגרי׳
דער דעמביצער האט געהאט געשריבן א פאר מאמרים אין קובץ אור ישראל, מסתם האט ער פון דעם שפעטער צאמגענומען א קונטרס.
לגבי ווען צו זאגן א קמץ קטן,געדענק איך איז ער למעשה אויפגעקומען מיט גאנץ שטארקע כללים.
אבער דער סגול מיין איך הערשט דערביי א תוהו ובוהו.
דער פוילישער צירי איז סתם אזוי א פוילישער דיאלעקט וואס די פוילישע האבן אריינגעווארפן ווי זיי האבן נאר געקענט, למשל דער נאמען מיילעך וואס קומט דארט א סגול. ווי אויך פארגרייזן זיי אסאך שוא'ס צו א צירי. און עס איז נישטא קיין שום אידישע הברה חוץ די פוילישע וואס נוצן עס פאר א צירי.
דער דעמביצער האט אויך א הסבר פארוואס די חסידים זאגן א קמץ מיט א יוד א חולם, ווי ביים שם השם, און א פתח מיט א יוד א צירי ווי למשל ביי מצרים.

ירא שמים » מוצ"ש אוגוסט 1, 2015 11:17 pm

· #293177
Re: הברת בני פולני׳ ואונגרי׳
דער קאמארנער שרייבט אז די חילוק צווישען א חיריק און מלאפום איז אז איינער איז ווי מען זאגט זין-שמש און דער אנדערער איז ווי מזאגט זון-בן כגעדענק שוין נישט וועלכע איז וואס ,
אבער למעשה איז נישט דא ביי אונז קיין אזא חילוק, סאיז נאר דא די צוויי הברות סיי ביי חיריק און סיי ביי מלאפום ,למשל ובשכבך קעגן הוא , כי קעגן ויתן , מקען דאס אויך צולייגען צו די שוועריקייטן אין אונזער הברה.

ירא שמים » מוצ"ש אוגוסט 1, 2015 11:21 pm

· #293178
הברת בני פולני׳ ואונגרי׳
די חילוק פון קמץ קטן און קמץ גדול ווי כגעדענק פון מכלל איז נאר אז קמץ גדול ציעט מען אויס לענגער דעם הברה ווי ביים קטן פונקט ווי די חילוק צווישען חיריק גדול און חיריק קטן , ממילא פארשטיי איך נישט וואס מ׳זאגט אז די חילוק צווישען אונזערע צוויי קמוצים איז קמץ גדול און קמץ קטן .

ירח בן יומו » זונטאג אוגוסט 2, 2015 12:12 am

· #293195
ביי חירוק זעה איך אז מיר האבן אויך צוויי:
אתה ובנך ובתך ביי די "ב" פון בנך זאגט מען א קארצע חיריק (ממש ווי א שוא) און ביי די "ב" בתך זאגט מען א קלארער חיריק.

ירא שמים » זונטאג אוגוסט 2, 2015 12:14 am

· #293197
Re: הברת בני פולני׳ ואונגרי׳
ביים מלאפום אויך אזוי ווי כהאב פריער געשריבען .

ירא שמים » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 1:22 am

· #293853
Re: הברת בני פולני׳ ואונגרי׳
חולם : די חולם אונזערע כמדומה שראיתי בספרו של באמבוגער אז ספלעגט אמאל זיין ווי א o ווידער ביי די יעקישע איז דא וואס זאגן עס ווי א o און סדא וואס זאגן עס ווי מזאגט אויף ענגליש how ווידער די ליטאים פלעגן אלעמאל זאגן דעם חולם ווי די ליובאוויטשע זאגן נאך היינט ווי א צירי און לעצטנס משום איזה סיבה זענען זיי אריבער צו אונזער חולם .
דאס שרייב איך פון זכרון נישט וואס כהאב זיך אריינגעלייגט און דורכגעטוען און כוועל זיך פרייען אז מוועט מיר פאררעכטן .

גאלד » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 12:30 pm

· #293887

אויבערלענדער חכם » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 12:46 pm

· #293889
רבינו בחיי
עס איז זייער שיין פון מרן הרב עובדיה יוסף צו וועלען מחזק זיין אחינו בני ישראל הספרדים וואס פילען זיך אלעמאל שוואכער פון אונז אשכנזים, אבער איך בין זיכער אז לא שכח השר את דברי רבינו בחיי (בראשית פרק יח): ומטעם זה בנקוד זה השם לא תמצא פת"ח אלא קמ"ץ, כי המעלה העליונה הגדולה המורה עליונות ושהוא בלתי נסמך לאחר כדבר הנברא, ומפני זה נכתב באל"ף דל"ת כשהוא קדש בקמ"ץ, וכשהוא חול בפת"ח. ומה שכתוב בלוט: (בראשית יט, יח) "אל נא אדני", בקמ"ץ, והוא חול, לפי שהוא סוף פסוק. וזהו ההפרש הגדול שיש בתורתנו בין קמ"ץ לפת"ח, כהפרש שיש בין אור לחשך ובין קדש לחול. וכן מצינו שהמחליף פת"ח בקמ"ץ לא ימלט מאחת משתים: או יהרוס הכונה, או יבא לידי כפירה, כי אות ה"א של: (בראשית יח, כג) "האף תספה", אילו קמצתו היית מהפך כוונתו של אברהם והורס מחשבתו, ואות ה"א של: (איוב ח, ג) "האל יעות משפט", אילו קמצתו יהיה כפירה. מלבד שאמרו עוד חכמי הדקדוק, כי הקמ"ץ הוא נאמר על ענין אמתי ולא כן הפת"ח. ומזה אמר הכתוב: (שמואל - ב א, י) "ואעמד עליו ואמתתהו", וי"ו של ואעמד תמצאנה בקמ"ץ, אבל וי"ו של ואמתתהו בפת"ח, כי מה שאמר "ואעמד עליו" אמת היה ולא כן "ואמתתהו", כי שאול הרג את עצמו. והנה כל זה מחכמת תורתנו האלהית ולשוננו הקדושה, ומטעם זה נמשלו האותיות לגוף והנקודה לנשמה, כי הנקודות מניעות האותיות כמו שהנשמה מניעה את הגוף, כמו שדרשו רבותינו ז"ל בספר הבהיר: דמיין נקודתא באתוותא דאורייתא דמשה כנשמתא דחיי בגופא דאינש. וכן אמרו במסכת מגלה: (מגילה ג א) ושום שכל זה הנקוד, עכ"ל.

ירא שמים » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 7:22 pm

· #293956
Re: הברת בני פולני׳ ואונגרי׳
די ספרדים זענען נישט געווען אלעמאל אין מזרח התיכון עטליכע הונדערט יאר זענען זיי געווען אין אייראפע.

ירא שמים » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 7:31 pm

· #293961
הברת בני פולני׳ ואונגרי׳
ז״ל הרד״ק במכלול שער דוקדוק השמות שער הניקוד ״ אה ושמה פתח גדול והיא כתנועת הקמץ אלא שהיא שפלה ממנה ״ ועי׳ במכלול בקונטרס אחרון פרק א מש״כ שם המו״ל.

ירא שמים » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 12:37 am

· #298082
Re: הברת בני פולני׳ ואונגרי׳
ירא שמים
חולם : די חולם אונזערע כמדומה שראיתי בספרו של באמבוגער אז ספלעגט אמאל זיין ווי א o ווידער ביי די יעקישע איז דא וואס זאגן עס ווי א o און סדא וואס זאגן עס ווי מזאגט אויף ענגליש how ווידער די ליטאים פלעגן אלעמאל זאגן דעם חולם ווי די ליובאוויטשע זאגן נאך היינט ווי א צירי און לעצטנס משום איזה סיבה זענען זיי אריבער צו אונזער חולם .
דאס שרייב איך פון זכרון נישט וואס כהאב זיך אריינגעלייגט און דורכגעטוען און כוועל זיך פרייען אז מוועט מיר פאררעכטן .
אינטערעסאנט אז ביים רעדן אידיש זאגט מען אסאך מאל אלס חולם ׳o׳ וואו למשל דאס ווארט אויך , אויך די ווארט יוסף זאגט מען אביסל אנדערש .

טשוכעפאכע » מוצ"ש פעברואר 27, 2016 6:34 pm

· #322769
עס איז דא א קלארע ראיה פון מסכת שבת דף ק"מ ע"ב אז א מלאפום ליינט זיך אנדערש ווי א חיריק: "אמר להו רב חסדא לבנתיה... וכי קא קארי אבבא איניש, לא תימרון מנו אלא מני".
רב חסדא זאגט אן זיינע טעכטער, אז ווען עמיצער קלאפט אן אין טיר, זאלן זיי פרעגן: "מני" (= מאן היא) בלשון נקבה, און נישט 'מנו' (= מאן הוא), בלשון זכר.
טא אויב עס איז נישטא קיין חילוק צווישן א מלאפום מיט א חיריק, ווי הערט זיך דער אנדערש מני (מאן היא בלשון נקבה) פון מנו (מאן הוא בלשון זכר)?
מכאן ראיה אז די ליטווישע און ספרד'ישע הברות וועלכע מאכן א חילוק צווישן א מלאפום מיט א חיריק - זענען ריכטיגער ווי די חסיד'ישע הברה וואס ליינען 'מנו' און 'מני' דאס זעליביגע: MANI

berlbalaguleh » מוצ"ש פעברואר 27, 2016 10:00 pm

· #322785
מבקר
ירא שמים
ווילסט כזאל זיי שיקען צו די ליטוואקעס רח״ל ?

ווילסט איך זאל דיך אויסרעכענען אלע טעותים פון די ליטווישע הבהרה? זייער איז אויך גאנץ א פארדרייטע.

הער מבקר: אויב דו לעבסט נאך אויף קאווע שטיבל...אזא פונקטליכער און אינטעליגענטער מענטש ווי דו דארף דאך צו וויסן דעם חילוק פון...הבהרה. ביז הברה....! די ערשטע מיינט...ערקלערונג/אויסקלארונג...די צווייטע מיינט...אויסשפראך...!
נ.ב.: דער באלאגאלע ווייסט נאך אויך עפעס. א סאך מאל מער ווי דער אזוי-גערופענער תלמיד חכם... 😂 🙄

טמיר » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 9:03 am

· #345478
Re: הברת בני פולני׳ ואונגרי׳
זיי דיך בעסער מסביר. וועלכע הברה זאגט א חולם אלס אן o? ועוד, זיי אליין ווען מען ליינט אין די תורה זאגן זיי די חולם אזוי ווי אונז

שמערל » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 10:39 am

· #345490
Re: הברת בני פולני׳ ואונגרי׳
די יעקישע זאגן אזוי א חולם. לכאורה די סיבה פארוואס אזויפיל אמעריקאנע וואס זענען נישט קיין יעקישע זאגן אזוי איז מער צוליב די גויאישע השפעה, אבער עס מאכט עס נאכנישט נישט גערעכט, בפרט אז ס'איז פארהאן פארשידענע ראיות אז דאס איז די ריכטיגע וועג וויאזוי ארויסצוזאגן א חולם, וכידוע האט ר' יעקב קאמענצקי שטארק מקפיד געווען אזוי צו זאגן א חולם ביים דאווענען און ליינען.

אויב עפעס איז דער פוילישער חסידישער צייריי, א פיל גרעסערער פראבלעם. ווייל עס איז ברור אז דאס איז נישט די ריכטיגע הברה, און קומט בלויז פון די השפעה פון די פוילישע שפראך.

ציי ולמד אז די ריכטיגע פוילישע און גאליציאנע רעבעס, האבן אריינגעווארפן א צייריי ווי ס'האט זיך נאר געלאזט. ווי דאס זאגן מיילעך אנשטאט מלך מיט א סגול, ווי אויך יעדע צווייטע שוא איז פארוואנדעלט געווארן אין א צייריי. הער אויס א טעיפ פון ר' איציקל סטוטשינער ווי ער מאכט ברכות זאגענדיג ווייצונו, און אזוי האבן אלע פוילישע געטוהן.
און דאס קומט נאר פון די השפעה פון די פוילישע גויאישע דיאלקט.

בן אדם » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 11:24 am

· #345500
מענין לענין באותו ענין האב איך אמאל געזען א מעשה אז די שר שלום פון בעלז האט געהאט א ניס (פלימענטקע/ניכטע?) אין אוקריינא, און אמאל איז זי געקומען צום שר שלום מיט איר משפחה און דער שר שלום האט איר געפרעגט וויאזוי הייסטו ? האט זי געענטפערט' רעיזל' (רייזל). האט די בעלזער רב איר געזאגט, ניין. יעצט הייסטו 'רייזל' אבער ווען משיח וועט קומען וועסטו הייסן 'רעיזל'... און ער האט באפוילן אז פון היינט און ווייטער זאל מען איר נאר רופן 'רייזל'.

שמערל » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 3:15 pm

· #345540
Re: הברת בני פולני׳ ואונגרי׳
[ציטאט אראפגענומען]


געמיינט צו זאגן די אמעריקאנע השפעה.
עס איז גאנץ קלאר אז די וואס זענען געוואוינט צו די אמעריקאנע ענגלישע עקסענט, וועלן זאגן א חולם ווי א אוי, אזוי וועט א אמעריקן בעל תשובה זאגן נאטורליך, נישט קיין חילוק צו ער איז יעקישער צו נישט. און דאס האט ר' אהרן געמיינט צו זאגן, אבער ווי געזאגט איז ער נישט גערעכט.
בן אדם
מענין לענין באותו ענין האב איך אמאל געזען א מעשה אז די שר שלום פון בעלז האט געהאט א ניס (פלימענטקע/ניכטע?) אין אוקריינא, און אמאל איז זי געקומען צום שר שלום מיט איר משפחה און דער שר שלום האט איר געפרעגט וויאזוי הייסטו ? האט זי געענטפערט' רעיזל' (רייזל). האט די בעלזער רב איר געזאגט, ניין. יעצט הייסטו 'רייזל' אבער ווען משיח וועט קומען וועסטו הייסן 'רעיזל'... און ער האט באפוילן אז פון היינט און ווייטער זאל מען איר נאר רופן 'רייזל'.

וואס לערנט מען זיך אפ פון די מעשה?

שמערל » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 3:41 pm

· #345543
בשפה העברית וואלט מען געטוישט צו יפה נישט שענדל.
מסתבר אז די מעשה איז אמת אדער הכל פנים געקאנט זיין אמת, און זי האט זיך געטוישט ווייל די אוקראענער זאגן שעינדל מיט א סגול, נאר ווי געזאגט איז די מעשה סתם נאך א ווילדע בעלזע מעשה אן קיין שום מוסר השכל וואס א ערליכע איד זאל זיך אפלערנען דערפון.