☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » אשת חיל קרית יואל

אשת חיל קרית יואל

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9373

הרב_שלום » מאנטאג יולי 27, 2015 7:54 pm

· #292184
אשת חיל קרית יואל
אין די צייט וואס כלל ישראל טרויעט אויפען חורבן בית המקדש האט מען אין אשת חיל געגעבען פאר די נשים צדקנות צו פרעסען ווי גלייך עס איז א פלענע מוצ"ש"ק
טראץ דעם וואס היי יאהר איז א נדחה אין מען איז גרינגער מיקל דאך טרייט מען די מערסטע וואס מען קען און אז מען פאסט שוין אויס זאל עס זיין צופרי אויף א שיקל ברויט און פוטער

הרב_שלום » מאנטאג יולי 27, 2015 8:02 pm

· #292190
ליידער אן קיין שום בושה
📎 IMG-20150726-WA005.jpg

הרב_שלום » מאנטאג יולי 27, 2015 8:27 pm

· #292208
דאס איז א מלוה מלכה
פרעג נאך ביי יעדע דיין ביינאכט איז יעדע מחויב צו פאסטן

געוואלדיג » מאנטאג יולי 27, 2015 9:23 pm

· #292235
נישט ריכטיג, יולדות תוך שלושים און תוך שבעה ימים ראשונים דארפן אינגאנצן נישט פאסטן. עיי' משנ"ב סי' תקנ"ד ס"ק י"ג י"ד.

דעת תורה » מאנטאג יולי 27, 2015 9:24 pm

· #292236
Re: אשת חיל קרית יואל
איך האף אז דו ביסט פשוט א זאלי, נישט איינער וואס טרעפט אייביג די פירצות הדור, און זוכט צו האקן סתם אין די וועלט אריין, אויפבלאזן א יעדע טעות אדער מיס זשאזשמענט ארויס פון פראפארשען.

אלס ווייסער » מאנטאג יולי 27, 2015 9:24 pm

· #292237
הרב_שלום
דאס איז א מלוה מלכה
פרעג נאך ביי יעדע דיין ביינאכט איז יעדע מחויב צו פאסטן
אבי געשאסן, פרעג עני נארמאלע דיין וועט ער דיר זאגן אז זי טאר נישט פאסטן (בדידי הוה עובדא)

קאסטנער » מאנטאג יולי 27, 2015 9:47 pm

· #292243
Re: אשת חיל קרית יואל
נאר אזוי, זאל מען געבן צי פרעסן,
די פראבלעם וואלט געווען ווען עס איז ווען פארקערט...

chaims » מאנטאג יולי 27, 2015 9:56 pm

· #292244
Re: אשת חיל קרית יואל
לאמיר זאגען אז עס איז דא א ענין צו עסען ברויט און פוטער דאך וואלט געווען א געפערליכע עוולה ווען אשת חיל געט נישט א נארהאפטיגע געשמיקע סעודה די פרויען קענען אליין מחליט זיין וואס על איז מותרות מען דארף נישט די הנהלה זאת אריינרעדן אין דעם

I can't believe I just said that...

גאנצל » מאנטאג יולי 27, 2015 10:16 pm

· #292249
דעת תורה
איך האף אז דו ביסט פשוט א זאלי, נישט איינער וואס טרעפט אייביג די פירצות הדור, און זוכט צו האקן סתם אין די וועלט אריין, אויפבלאזן א יעדע טעות אדער מיס זשאזשמענט ארויס פון פראפארשען.


דאס איז דאך א זאלי היינו הך

אבי גערעדט » מאנטאג יולי 27, 2015 11:09 pm

· #292258
Re: אשת חיל קרית יואל
Wow, אט דאס מיינט אשת חיל, קיין שום סיבה פארוואס זיי זאלן נישט עסן צו דער זעט און קומען צוזעך פונעם טראמאטיזירטן דורכגאנג, ווען זיי געבן ווען הארטע קרעקערס אין א קארנער, און א פרוי וואלט זיך צוריקגעהאלטן פון עסן, און אדאנק דעם זיך נישט ריכטיג ערהוילט, וואלט הנהלת אשת חיל געווען שולדיג דערויף, אמת אדער נישט?

גר ותושב » מאנטאג יולי 27, 2015 11:13 pm

· #292259
Re: אשת חיל קרית יואל
קוקט אויס זיי האבן נישט מקיים געוועין ביי שלש סעודות די סעודות שלמה בשעתה ווייל איך וואלט קיין מלוה מלכה נישט געקענט עסן דער מוצאי שבת.

Sent from my XT1056 using Tapatalk

קאך_לעפל » מאנטאג יולי 27, 2015 11:20 pm

· #292260
דאס אז מען גיבט צו עסן פאר די קימפעטורענס א פיינעם פרישטאג אין תשעה באב, שוין זאל זיין ! ע''פ הלכה איז עס מותר.
וואס עס טוהט מיר וויי איז דער בילד דערפון כאילו דאס איז עפעס א וויץ... פארוואס כאפן די פרויען בילדער דערפין? ביזט א חולה?פיין די מעגסט עסן! אבער מאכען דערפין א סענזאציע? כלל ישראל בלוטיגט שוין אוועק כמעט 2000 יאר אויפן חורבן בית המקדש וצער גלות השכינה, אויף די מיליאנען אידן וואס זענען שוין ברוטאל דערמארדערט געווארן מיט די סאמע מיתות משינות ואכזריות, וויפול פיצליך זייגעדיגע קינדער זענען שוין דערמארדערט געווארן אין דעם לאנגען גלות? און די צודרייטע פרויען מאכען א סענזאציע אז זיי קענען פרעסען א רייכען פרישטאג אין סאמען תשעה באב? עס איז א חרפה און א בישה ווי נידריג די וועלט איז געפאלן....

chaims » מאנטאג יולי 27, 2015 11:26 pm

· #292263
Re: אשת חיל קרית יואל
נע עפעס א פרומע פרוי וואס האט איהר געפערליך געשטערט האט געכאפט דאס בילד
I can't believe I just said that...

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 27, 2015 11:30 pm

· #292265
Re: אשת חיל קרית יואל
א מאן האט זיך געזארגט צו זיין פרוי עסט ריכטיג און פראוועט נישט פרום, האט זי געכאפט א בילד פונ'ם קלוגע פאון (וכלשון דער ר' אהרנ'ן) און געשיקט פאר'ן זארגפולע מאן. נישט קיין סצענע, נישט קיין שחיטות, און נישט קיין בישה (בושה?)

קאסטנער » דינסטאג יולי 28, 2015 12:01 am

· #292282
Re: אשת חיל קרית יואל
וויפל איך געדענק האט מען נארוואס אויסגעראטן די סמארט פאנס פין אלע פרויען פין קרית יואל?!..

גאנצל » דינסטאג יולי 28, 2015 1:00 am

· #292302
קאסטנער
וויפל איך געדענק האט מען נארוואס אויסגעראטן די סמארט פאנס פין אלע פרויען פין קרית יואל?!..


ס'מוז זיין אז ס'איז געווען א זאלי די וואס האט געכאפט די בילד

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 28, 2015 2:09 am

· #292317
chaims
נע עפעס א פרומע פרוי וואס האט איהר געפערליך געשטערט האט געכאפט דאס בילד
I can't believe I just said that...

אבער ווי קומט צו א פרומע פרוי א "סמארטפאון". מ'האט דאך ערשט יעצט אפגעהאלטן די אסיפה גדולה פאר די נשים צדקניות, וואו אלע דיינים און יושבי על מדון זענען געווען. שטייצעך אונטער א מחיצה פון סמאוק'ד גלעסס. דער בלאט האט דאך אזויפיל טריאומפירט און טרומפייטערט איבער די אסיפה הקדשה... 😂 🙄

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 28, 2015 6:08 am

· #292320
Re: אשת חיל קרית יואל
און אזוי אויך פאסטען אלע נשים צדקניות אום ת''ב, אפילו אין קימפעט

Ben-Shishim » דינסטאג יולי 28, 2015 12:39 pm

· #292362
ווער זאגט אז דע בילד איז פון אשת חיל?

ווער זאגט אז ם'איז געווען ט, באב ?

אשת חיל האט צוויי חשובע דיינים וואס פירען דאס רעדעל

ראוונע » דינסטאג יולי 28, 2015 12:43 pm

· #292365
די בילד איז פון אשת חיל אין סאיז תשעה באב
נישטא קיין שום פראבלעם דערמיט, די פרויען זענען על פי הלכה נישט מחויב צו פאסטען און זיי דארפען עסן א פיינעם נארהאפטיגען סעודה צו קענען זיין א געזונטע מאמע פאר זייערע קינדערלעך

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 28, 2015 2:03 pm

· #292379
Re: אשת חיל קרית יואל
ניין, נישט אויף האדעווען די קינדער, נאר ווייל זייער געזונט צושטאנד איז וויכטיג פאר זיך אליינס

green sunday » דינסטאג יולי 28, 2015 6:11 pm

· #292414
שוין, קען איך ראויג שיקן מיין פרוי קיין אשת חיל, איך דארף נישט מורא האבן אז זי וועט הינגערן תשעה באב, הלכה איז קעגן געפיל הרב שלום, בד"וו איינער האט א בילד פין אם בישראל-סקווער? דארט האט מען אויך נישט געהינגערט

שווארצע קעיז » מיטוואך יולי 29, 2015 9:34 am

· #292541
Re: אשת חיל קרית יואל
ס׳איז שוין צייט אז עטץ מענער זאלן טראגען אונזערע בעביס פאר ניין מאנאטן פלאס פלאס פלאס וועט עטץ אביסעל איידעלער רעדן ווי פרויען פרעסן מאכען א לעבען [emoji30]


Sent from my iPhone using Tapatalk

לית דין בר נש » מיטוואך יולי 29, 2015 11:20 am

· #292568
ווי עס זעהט מיר אויס האט מען עס טאקע נישט גיגעבן פאר די פרויען צו עסן
מען האט גיגעבן פאר די פרויען פאטאגראפי לעסענס און מען האט אנגעגרייט א טיש מיט עסן אז די פרויען זאלן וויסן וועלכע חלק פון די טיש איז די וויכטיגסטע צו כאפן וכו'

(עס פעלט נישט קיין איין ראגלע און קייין איין פאלאפעל באל פון די טיש מען זעהט נאר פרויען כאפן בילדער)