☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » ליפא שמעלצער געט ארויס א נייע סידי "be positive"

ליפא שמעלצער געט ארויס א נייע סידי "be positive"

73 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9371
בלאט: 1 2

שעפטל » פרייטאג אוגוסט 7, 2015 9:46 am

· #294355
דאס איז א נושא פאר זיך, אבער דער צוריקשרייבער האקט א טשייניק! כ'מיין, ס'דא 613 מצות אין די תורה, און די חכמים האבן צוגעלייגט נאך הונדערטע צו טויזענטע "איסורים" נישט חומרות! דייקא ס'איז אסור מדרבנן, האלסט אז דארט איז שוין אויך געווען דעם "אהה קאממאן, שוין ווייטער אן איסור??!" "וואס גייט שוין ווייטער פאר מיט ר' מאיר'ן? האסט געהערט? רב האט שוין ווייטער א פראבלעם.."

און איז דאס א ענטפער פארן אידישן וואטסעפפ בריוו צו פארן טאטן וואס האט געשריבן די ענגלישע? דער טאטע, איז דאך נישט קיין רב, געט נישט ארויס קיין טעגליכע איסורים, רעדט פון א זאך וואס איז אסור על פי תורה.

באוט... אויף וועם פרעגט מען דא?????? לאמיך מיך האלטן פא-פא-פאזעטיוו. זאל ער האבן א רפואה שלימה

שטילע אינגערמאן » פרייטאג אוגוסט 7, 2015 10:15 am

· #294361
Re: ליפא שמעלצער געט ארויס א נייע סידי ״be positive״
געהערט נעכטן די גאנצע סי די אויפן וועג צום קאנטרי, כהאב געפילט ממש ווי א ספאנישע ראדיא סטאנציע איז אן,

גרויסע מענטשעלע » פרייטאג אוגוסט 7, 2015 10:17 am

· #294363
Re: ליפא שמעלצער געט ארויס א נייע סידי ״be positive״
שטילע אינגערמאן
געהערט נעכטן די גאנצע סי די אויפן וועג צום קאנטרי, כהאב געפילט ממש ווי א ספאנישע ראדיא סטאנציע איז אן,

אה די האסט מיך געפעסט אויפן 17 כהאב געמיינט עפעס א ספאנישער [emoji13]

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 7, 2015 10:49 am

· #294370
שטילע אינגערמאן
געהערט נעכטן די גאנצע סי די אויפן וועג צום קאנטרי, כהאב געפילט ממש ווי א ספאנישע ראדיא סטאנציע איז אן,

ווען ער האט ארויסגעגעבן זיין אלבום "א פשוטער איד" האט ארומקורסירט אזא ענליך ווערטל,
"כ'האב געהערט א דורכפארן א קאר מיט א ווילדן טעיפ, כ'האב געמיינט ס'איז א פשוטער גוי, דערווייל האב איך געזעהן עס איז א פשוטער איד..."

הוגה » פרייטאג אוגוסט 7, 2015 5:30 pm

· #294465
שטילע אינגערמאן
געהערט נעכטן די גאנצע סי די אויפן וועג צום קאנטרי, כהאב געפילט ממש ווי א ספאנישע ראדיא סטאנציע איז אן,


און די מיליאנער שפאנישע פארשטייען פשוט נישט צו מוזיק?

ירא שמים » פרייטאג אוגוסט 7, 2015 5:34 pm

· #294466
Re: ליפא שמעלצער געט ארויס א נייע סידי "be positive"
ניין !

הוגה » פרייטאג אוגוסט 7, 2015 5:39 pm

· #294467
ירא שמים
ניין !


נו, אוודאי נישט. ווען יא וואלטן זיי געזונגען דעם רבי ז"ל'ס מזמור לדוד, ווערצבערגער'ס הקפה ניגון און פאלקאוויטש'ס צענטע טרעק.

פרייוויליג » פרייטאג אוגוסט 7, 2015 6:09 pm

· #294473
דא איז געווען א בילד פון א פרוי. און די א״וו הנהלה האט עס אוועק גענומען.

ל.רוזן » פרייטאג אוגוסט 7, 2015 6:30 pm

· #294477
Re: ליפא שמעלצער געט ארויס א נייע סידי "be positive"
📎 uploadfromtaptalk1438986574856.jpg
מעמד חלוקת הדיסקים

yatzmachp » זונטאג אוגוסט 9, 2015 2:57 am

· #294528
העי דיסקרימינעישן, אך ורק לאנ״ש? וואו איז דאס געהערט געווארן? וואו איז די אהבת ישראל?

טישו באקס » זונטאג אוגוסט 9, 2015 3:24 am

· #294532
איינער ווייסט עפעס צו דערציילן איבער זיין "פארטנער אין קריים" Matt Dubb?
איז ער א חרדישער איד? (אויב א איד...) ווי קומט ליפא צו איהם? וואס איז זיין היסטאריע?
פשוט קיינמאל נישט געהערט פון איהם בעפאר

וכדומה.. » זונטאג אוגוסט 9, 2015 9:00 am

· #294556
זיין נאמען איז מרדכי ווייס, ער איז די קאפ אונטער די עלעקטראנישע מיוזיק

ירא שמים » זונטאג אוגוסט 9, 2015 11:51 am

· #294600
Re: ליפא שמעלצער געט ארויס א נייע סידי "be positive"
פרייוויליג
דא איז געווען א בילד פון א פרוי. און די א״וו הנהלה האט עס אוועק גענומען.
יישר חילכם געטרייע גבאים !!!

שלמה המלך » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 3:07 am

· #294897
yatzmachp
העי דיסקרימינעישן, אך ורק לאנ״ש? וואו איז דאס געהערט געווארן? וואו איז די אהבת ישראל?

BE POSITIVEֱ

ודי למבין » מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 11:00 pm

· #295891
<a class="postlink" href="http://www.pri.org/stories/2015-08-14/meet-hasidic-lady-gaga">http://www.pri.org/stories/2015-08-14/m ... -lady-gaga</a>

פלעין יודיש » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 8:56 am

· #296472

ראוונע » זונטאג אוגוסט 30, 2015 7:33 pm

· #298595
קענסט ביטע ארויפלייגען דעם ארגינעלע יוטוב לינק?

פלעין יודיש » מאנטאג אוגוסט 31, 2015 8:03 am

· #298670

ראוונע » מאנטאג אוגוסט 31, 2015 9:54 am

· #298680
שכוח

ירא שמים » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 11:40 am

· #299510
Re: ליפא שמעלצער געט ארויס א נייע סידי "be positive"
http://www.youtube.com/watch?v=VE1XlBuc_GM&sns=em

מעמד חלוקת הדיסקים.

רויטע וואנצעס » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 1:09 pm

· #299527
hilarious

טאמבל סאס » מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 3:38 pm

· #463120
איך האב יעצט די ערשטע מאל געהערט Be Positive. כ'האב עס אייביג איגנארט מיינענדיג אז ס'איז א סינגל. כ'מוז זאגן כ'האב זייער הנאה פון די ניגונים. ספעציעל נקדישך האט מיך אצינד געכאפט.

די מיוזיק איז נישט אלעס; מ'קוקט אויך אויף'ן טאן, די גראמען און די וועג ווי ליפא שפילט סיי מיט די טאן און סיי מיט די ווערטער. ער איז א דזשיניעס. כ'האב אייביג אזוי געהאלטן. ווען איך אליינס זאג אזוי וואלט איך נאך געמיינט אז דאס איז ווייל איך בין א לינקער אבער שטילערהייט זאגן מיך ערליכע, שווארץ-געזאקענעטע אידן, מבינים אויף נגינה פון נאטור אויס, וואס הערן אים בשתיקה, אז ער איז אויך זייערע פעיוואריט.

אויב זאל מיר עמיצער זאגן אויף ליפא אז ער איז ווי א נביא וואס די דבר ה' רייסט זיך ארויס פון זיין מויל בע"כ אפילו אויב ער וויל נישט; אזוי אויך ליפא, רייסט זיך די נגינה ארויס פון זיינע שטים בענדער, וואלט איך יענעם געגלייבט. מיילעך קאהן אויך. אלע אנדערע זאלן זיך גיין זוכן אזא דזשאב וואו זיך אונטערפייפן און אונטערזונגען ביי די ארבעט איז אנגענומען...

סמבטיון » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 1:47 pm

· #463187
עס איז טאקע שיין , אבער קומט נישט צו, צי די אנדערע סידיס זיינע,
בלאט: 1 2