☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » דער אויספאסטן טראמא

דער אויספאסטן טראמא

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9362

רויטע וואנצעס » זונטאג יולי 26, 2015 7:35 pm

· #291820
דער אויספאסטן טראמא
דרייווט ווי א חיה אויפן וועג
חלש'ט פאר טשיז קעיק
ס'זעהט שוין אויס ווי טעג

שרייט אויף די קינדער
עסט זיי ווי רינדער
משיח! געשווינדער

טיפעט ווי א שטיר
דארשטיג פאר ביר
פארהאקט די טיר

ביי ויחל אנגעצויגן
שמו"ע אפגעפלויגן
ראגעלעך פאר די אויגן

די נאזלעכער אפן
א פריע מעריב געטראפן
מ'גייט שוין באלד שטאפן

די צינג ארויס ביז'ן קנעפל
כאפט א פילע האנט פון קרעפל
און א גאלאן דזשוס פון עפל

שטאפט ווי א סוטה
רייניגט אפ ווי א גויטע
א מידע און א טויטע

א חורבן אינעם ועשו לי
אוי, איך דארף א tea
די פאסיק אן אויפצו

שוין גענומען א טאם
שוין געקייט גאם
אבער ס'נאך ושכנתי בתוכם

דער סיגוף זיך ערשט אנגעהויבן
דער קאפ ווי א זקן ממרא געבויגן
אוי, צו וואס דער גלות טוט טויגן

דער אויספאסטן טראמא
ביים עסן אויסגעלאזט א קאמא
און יעצט שפילט אן Action/Drama.

רויטע וואנצעס » זונטאג יולי 26, 2015 8:51 pm

· #291845
די אויגן שטארצן ארויס פון די נאזלעכער, בעת דער מאגן זעלבסט איז פארדייט אין די קישקעס. שוויץ פון אנגוסט און הונגער, פארקלעבן די פיאות צום בארד, אזש די ברעקלעך פונעם אטאקירטן קוכל, וועלן פיין קלעבן. דער מאגן פילט ווי א באלאן וואס איז נארוואס גענצליך אויסגעלאפן פון לופט און ליגט פארוועטשט אויפן ערד. די נשמה דראפעט אינעם טריקענעם ושט צווישן די מאגן און די האלז, און די הארץ קלאפט ווי טשערנאבעל בעפארן אויפרייס.

געוואלדיג » זונטאג יולי 26, 2015 8:54 pm

· #291848
ווארטן מיר מיט אנגסט צום אויספיר.

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יולי 26, 2015 10:28 pm

· #291873
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1268">viewtopic.php?f=25&t=1268</a><!-- l -->