☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואלסטו געגלייבט אז דיין טאטע איז א מאלעסטער?

וואלסטו געגלייבט אז דיין טאטע איז א מאלעסטער?

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9360

יתרו » זונטאג יולי 26, 2015 6:28 pm

· #291801
וואלסטו געגלייבט אז דיין טאטע איז א מאלעסטער?
פארהאן צומאל פעלער ווען א איד ווערט באשולדיגט מיט מאלאסטעשן דורך א צווייטער יחיד, און עס קומען אפיר מענטשן וואס זאגן אז איך קען דעם באשולדיגטן און עס איז קלאר נישט אמת ווייל ער איז אזא נארמאלע מענטש, ער איז דאך אזוי ערליך, קיינער האט אים קיינמאל נישט באשולדיגט מיט אזא אקט, דער באשולדיגער איז א משוגענער וכו' וכו'ת. קומען אנדער חכמים און זאגן "יוא נעווער נאו", כבר היו לעולמים אז נארמאלע מענטשן האבן מאלעסטעד, כבר היו לעולמים אז ערליכע אידן האבן מאלעסטעד, כבר היו לעולמים אז אפילו עס איז נאר געווען איין באשולדיגער דאך איז די מעשה געווען אמת.

מיין שאלה צו די חכמים איז אזוי, ווי אזוי וואלסטו געהאנדלט ווען עס קומט א יחיד און זאגט אז דיין טאטע (וואס די קענסט אים אלץ אן העכסט נארמאלער מענטש) האט אים מאלעסטעד אלץ אינגל? די קענסט דעם באשולדיגער און די האסט א מהלך פארוואס עס קען זיין אז ער מאכט א בלבול, וואלסטו מסופק געווען אז דיין טאטע איז א מאלעסטער ? אדער די וואלסט געווארט אויף הארטע באווייזן אז יש דברים בגו?

מיין פוינט איז אז די חכם ביזט אויך מודה אז עס איז דא פעלער ווען די וואלסט געזאגט מיט א כמעט-זיכערקייט "דער מענטש איז העכסט נארמאל און ערליך, און עס מאכט נישט קיין סענס אז עס איז אמת", טא פארוואס האסטו טענות ווען מענטשן רעאגירן אזוי ביי אנדער פעלער, למשל ביי די טויבנפעלד פאל. נקודה למחשבה.

וכדומה.. » זונטאג יולי 26, 2015 6:37 pm

· #291804
ביי א טאטע, אפילו סוועט זיין הארטע באווייזן וועלן די קינדער נאכאלס לייקענען. ווי די פאקט האט שוין אויפגעוויזן, ממילא האסטו גארנישט געזאגט.

דעת תורה » זונטאג יולי 26, 2015 6:46 pm

· #291807
Re: וואלסטו געגלייבט אז דיין טאטע איז א מאלעסטער?
איטס די אדער וועי אראונד. אויב דו וואלסט געגלייבט אויף א צווייטן, וואס עס מאכט אויף אים די זעלבע סענס ווי אויף דיין טאטן, פארוואס זאלסטו נישט גלייבן אויף אים? קען זיין ע"פ הלכה איז הארבער צו גלייבן אויף א טאטן, און כ'רעד נישט הלכה'דיג. אבער לאגיש איז אזוי.

די לאגיק פון די ארגומענט פונעם פותח האשכול איז אזוי מופרך אז איך פארשטיי נישט דקארי לה מאי קארי לה.

יתרו » זונטאג יולי 26, 2015 6:49 pm

· #291808
וכדומה..
ביי א טאטע, אפילו סוועט זיין הארטע באווייזן וועלן די קינדער נאכאלס לייקענען. ווי די פאקט האט שוין אויפגעוויזן, ממילא האסטו גארנישט געזאגט.


איך רעד פון אידן וואס ווען עס איז דא הארטע באווייזן וואלטן זיי יא מודה געווען, אפ"ה ווען עס איז נאר א באשולדיגונג וואלטן זיי עס נישט אנגענומען פאר אן אמת ווייל מען קען דעם מענטש און עס מאכט נישט קיין סענס.
און נאכאמאל מיין פוינט איז אויב פארשטייסטו אז די (וכדומה למשל) קענסט זיין און אזא מצב און די וועסט נוצן אזא טענה און די וועסט האלטן אז די ביזט גערעכט מיטן טענה, האב נישט קיין טענות אויף א צווייטן.

יתרו » זונטאג יולי 26, 2015 6:54 pm

· #291809
דעת תורה
איטס די אדער וועי אראונד. אויב דו וואלסט געגלייבט אויף א צווייטן, וואס עס מאכט אויף אים די זעלבע סענס ווי אויף דיין טאטן, פארוואס זאלסטו נישט גלייבן אויף אים? קען זיין ע"פ הלכה איז הארבער צו גלייבן אויף א טאטן, און כ'רעד נישט הלכה'דיג. אבער לאגיש איז אזוי.

די לאגיק פון די ארגומענט פונעם פותח האשכול איז אזוי מופרך אז איך פארשטיי נישט דקארי לה מאי קארי לה.

די לאגיק איז אז עס איז דא א מצב וואס א מענטש קען אנעמן מיט א פשטות אז די מעשה איז נישט אמת ווילאנג עס איז נישט דא הארטע באווייזן
די לאגיק איז אז 50 יאר פון א מענטש אלצ אן העכסט נארמאלער ערליכער מענטש אן קיין שום ערעורים קען נישט אוועקגעבלאזן ווערן מיט איין מעשה פון א יחיד וואס יש לפקפק עליו
און די לאגיק פון די ארגומענט איז אז די אליינס האלסט אויך אזוי, ווען די האסט מער מאטיווציע אריינצונעמן דעם באשולדיגטן'ס צד און די עקוועיזשאן

וכדומה.. » זונטאג יולי 26, 2015 6:57 pm

· #291810
אזוי ווי דעת תורה זאגט,

דאס אז סאיז דיין טאטע איז א סיבה פאר פארבלענדעניש און א סיבה פאר דינייעל אפילו סאיז יא אמת, ממילא וואס איז דיין טענה אז ביי דיין טאטע וואלסטו געלייקנט, דארט קומט דאך אריין נגיעות און דאס איז די סיבה פון לייקענען און נישט גלייבן,

דענקער » זונטאג יולי 26, 2015 7:04 pm

· #291814
קען זיין אז איך פערזענדליך וואלט נישט געגלייבט. אבער וואס האט דאס צו טון מיט אוועקמאכן די טענה פון דעם באשולדיגער בעיסט אויף מיין פערזענדליכע עקספעריענס און מיינונגען, כל עוד איך בין נישט דן די פאקטן פון די מעשה?

יתרו » זונטאג יולי 26, 2015 7:09 pm

· #291817
וכדומה..
אזוי ווי דעת תורה זאגט,

דאס אז סאיז דיין טאטע איז א סיבה פאר פארבלענדעניש און א סיבה פאר דינייעל אפילו סאיז יא אמת, ממילא וואס איז דיין טענה אז ביי דיין טאטע וואלסטו געלייקנט, דארט קומט דאך אריין נגיעות און דאס איז די סיבה פון לייקענען און נישט גלייבן,


פארגעט אבאוט דיין טאטע (וואס די זאגסט אז נגיעות שפילט א ראלע) און טראכט פון א חבר וואס די קענסט פאר דרייסיג יאר און די וואלטס עס נישט געגלייבט אן הארטע באוויזן , טרעף נאר איין חבר פון דיינע אלע חברים וואס אויף אים וואלסטו עס נישט געגלייבט אן ראיות מוכרחות (אויב ווואלסטו טאקע יא געגלייבט אויף יעדע חבר וואס די האסט דאן ביזטו גערעכט, אבער זוך דיך בעסערע חברים)

יתרו » זונטאג יולי 26, 2015 7:11 pm

· #291818
דענקער
קען זיין אז איך פערזענדליך וואלט נישט געגלייבט. אבער וואס האט דאס צו טון מיט אוועקמאכן די טענה פון דעם באשולדיגער בעיסט אויף מיין פערזענדליכע עקספעריענס און מיינונגען, כל עוד איך בין נישט דן די פאקטן פון די מעשה?


מען רעדט דאך ווען עס איז נישטא קיין פאקטן עס איז סך הכל ער זאגט און ער זאגט.

shem-tov » זונטאג יולי 26, 2015 8:29 pm

· #291833
זייער א שיינער צודרייטע אשכול פאר תשעה באב נאכמיטאג. סמאכט נישט קיין טראפ סענס צו דיבעיטן אזא זאך דא אין ק"ש איך האף צו זעהן א שלאס

א איד » זונטאג יולי 26, 2015 8:33 pm

· #291837
Re: וואלסטו געגלייבט אז דיין טאטע איז א מאלעסטער?
Shem-tov קוקט אויס אז דו פאסט שווער
עס איז זייער א נארמאלע אשכול, נאך אזוי נארמאל ווי כמה וכמה אשכולות דא אין קאווע שטיבל

סביב העולם » מאנטאג יולי 27, 2015 3:09 am

· #291986
Re: וואלסטו געגלייבט אז דיין טאטע איז א מאלעסטער?
shem-tov
זייער א שיינער צודרייטע אשכול פאר תשעה באב נאכמיטאג. סמאכט נישט קיין טראפ סענס צו דיבעיטן אזא זאך דא אין ק"ש איך האף צו זעהן א שלאס

ווען איינער וועט דיר קימען זאגן אז דיין טאטע איז א מלעסטער וועסטו אפילו אים יום הקדוש עפענען אזא אשקול

יהושע חיים » מאנטאג יולי 27, 2015 8:21 am

· #291994
Re: וואלסטו געגלייבט אז דיין טאטע איז א מאלעסטער?
געהערט אמאל פון א מגיד שיעור אז ער האט געפרעגט א גדול וויאזוי צו לערנען די צענזאריטע חלקים פון די תורה כדוגמת ראובן בלאה דוד בת שבע ועוד האט עהם דער גדול גענפערט אז די דארפסט זיך פארשטעלען אז ער איז דיין טאטע וואס אפילו מיט הארטע באווייז וואלסטו געטראפן א וועג עס מצדיק צו זיין
אבער בעצם איז דער מהלך נישט אמת ווייל דאס וואס ער איז מצדיק זיין טאטע איז פשוט נוגעות און אמת איז ווען מען קוקט דער טאטע נישט אלס טאטע
למעשה די מערסטע אויפריכטוג וואלט איינער גע'פסק'ט ווען די רעדע איז א איד און זיין בית מדרש אבער נישט קיין נאנטע חבר (לדוגמה א איד וואס וואלט געווען כשר צו טעסטן משיכיר) איך מיין דא וועט מען זיין די מערסטע אקאראט די ווילסט נישט עס זאל זיין אמת אבער עס ברענט דיר נישט און נאכמער די קענסט עהם פאר א נארמאלע מענטש

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

גאלד » מאנטאג יולי 27, 2015 9:12 am

· #291998
ס'וואלט געווען אזוי הימלשרייענד פיינפול פאר מיר אז מיין "נאטורליכע נגיעה" וואלט מיך נישט געלאזט מקבל זיין ביז איך האב הארטע באווייז

די זעלבע פארקערט ווען א חסיד-העיטער הערט א נייעס אז א רב איז א מאלעסטער, איז עס אזא קורת רוח פאר איהם אז זיין "נאטורליכע נגיעה" בייגט איהם צו גלייבן אן קיין שום באווייז

יהושע חיים » מאנטאג יולי 27, 2015 10:25 am

· #292005
Re: וואלסטו געגלייבט אז דיין טאטע איז א מאלעסטער?
הוא אשר דברנו אז די מערסטע אמת'ע בליק האט מען אויף איינער שרגיל עמו קצת

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

מנחם אבראמאוויטש » מאנטאג יולי 27, 2015 12:43 pm

· #292049
[ציטאט אראפגענומען]


פון יעצט און ווייטער דאפען אלע אשכולות ווערן פרי-אפרואווד דורך די אומאפיציעלע ק"ש פאליציי
ביטע טשעק א באקס:
[ ] צודרייטע אשכול
[ ] האלב צודרייטע אשכול, נאר דדארכלאזען ווייל ס'שטיל אין שטיבעל
[ ] אמונה אשכול, הערמעטיש פארמאכען ווייל מיין מוח קען נישט דערהייבען
[ ] געלונגענער אשכול, דארף זיין די ערשטער אויף אקטיווע אשכולות

גאנצל » מאנטאג יולי 27, 2015 2:26 pm

· #292082
איך גלייב אז ווען שם טוב האט ווען א תירוץ אויף די קשיא פונעם פותח האשכול וואלט ער נישט געזאגט וואס ער האט געזאגט

נאר דעס איז א קשיא וואס שטעלט א קארנער פאר א נושא איז די בעסטע זאך שרייען נאריש און פערטיג

ציבעלע-קיגל » מאנטאג יולי 27, 2015 3:00 pm

· #292095
פונקט אזוי ווי עס זענען דא חכמים וועלעכע זאגען... יו נעווער נאו

דארפען זיי אבער אויך זיי גרעסערע חכמים און מודה זיין אז עס זענען דא אזעלעכע וועלעכע מאכען אויף די גאנצע מעשה משום איזה סיבה.

יתרו » מאנטאג יולי 27, 2015 4:57 pm

· #292122
[ציטאט אראפגענומען]

כנראה פון דיין תשובה האסטו טאקע נישט פארשטאנען די שאלה, ליין איבער בעיון רב די דין ודברים און משא ומתן ביז אהער און אולי האי וכולי וועסטו פארשטיין די נקודה, און דאן אויב די שפירסט די כאפסט די נקודה, קענסטו מגיב זיין כטוב בעיניך.

יתרו » מאנטאג יולי 27, 2015 5:14 pm

· #292130
מיין נקודה נאכאמאל, פאר די אלע וואס האבן עס נאכנישט געכאפט, איז אזוי:
עס זענען דא וואס זאגן אז ווען אימער עס איז דא עפעס א באשולדינגונג אויף וועם אימער פון וועם אימער איז יענער בחזקת ספק מאלעסטער "אפילו אן הארטע באווייזן" און מען קען נישט אוועקמאכן אזא באשולדינגונג מיט אזעלעכע אויסרייד "איך קען דעם מענטש גוט, איך קען אים פאר יארן, און עס איז נישט עולה על הדעת אז ער האט אזאנס געטאן" ווייל יעדע מין מענטש וועם די קענסט איז עלול אויף דעם.

צו אזאלעכע אידן זאג איך טראכט פון א נאנטע חבר (נישט קיין טאטע וואס די האסט פערזענליכע נגיעות) וואס אויף אים וואלסטו אויך געזאגט די זעלבע זאך אז "איך גלייב נישט אויף אזא מענטש, און עס איז מיר אפי' נישט בחזקת ספק ביז איך וועל זען הארטע באווייזן" ממילא לאך נישט אפ ווען א צווייטער זאגט די זעלבע זאך אויף איינעם וועם ער קען.

יעצט ווען איינער זאגט אז אפילו אויף זיין נאנטסטע חבר וואלט ער אויך געלייבט (עכ"פ אלץ ספק מאלעסטער) אפילו דער באשולדיגער איז נאר יחיד וואס האט נישט קיין באוויזן און איז האלב צודראדעדעלט דאן איז גערכעט מיט האבן טענות צו אנדערע (עכ"פ ער איז נישט קיין היפאקריט), אבער איך גלייב אז עס איז דא ווייניג אזעלעכע.

און צו די אלע וואס פארשטייען נישט קיין לאנגע דרשות וועל איך זאגן אין איין שורה, איך מיין אז רוב עולם איז מודה אז עס איז דא אזא געדאנק אז מען קען אננעמען אז איינער איז נישט קיין מאלעסטער בעסד אויף יענעם'ס פערזענליכקייט און היסטאריע.


און צו די אלע וואס זאגן אז עס איז א נארישע אשכול מן הסתם כאפט עטץ נישט די נקודה, בכל אופן קוקטס אויף די צווייטע חלק פון מיין חתימה...

יתרו » מאנטאג יולי 27, 2015 5:19 pm

· #292132
איינער שיקט מיר אין אישי
יתרו זיי מיר מסביר פרובירסט דא צו זיין רעכט אדער לינק ?
מיין ענטפער:
קיין איינס, איך טריי צו זיין אויפריכטיג.

יהושע חיים » מאנטאג יולי 27, 2015 5:27 pm

· #292134
ע"פ הלכה איז א קלא דלא פסיק געניג מעביר צו זיין א ש"ץ און נאך הלכות
(דרך אגב איז דא אן אשכול וואס רעד פון דעם ווען מען דארף חושש זיין אויף קלא דלא פסיק ע"פ הלכה)

אויב איך מעג פרעגן וואס גייט אריין און כלל פון הארטע באווייז (נישט אז איך פארשטיי דיר נישט עי' לעיל)

דעת תורה » מאנטאג יולי 27, 2015 7:47 pm

· #292179
Re: וואלסטו געגלייבט אז דיין טאטע איז א מאלעסטער?
אויב איז אמת דער יסוד אז"יעדער יעדער איז עלול אויף דעם" - וואס איך בין שטארק מסופק דערין, אבער אויב איז דאס אמת דאן איז נישטא קיין אויסנאם. יעדער מיינט טאקע יעדער. און ווער עס זאגט אנדערש ווען עס איז די רעדע פון א נאנטן זיינעם איז טאקע א היפאקריט. און ס'איז מסתבר אז יענער זאגט אויך נאר אזוי פאר די גאס, אבער דיפ דאון - אויב איז די רעדע פון א אויפריכטיגן מענטש, רוב - עקטשועלי רוב רובם - מענטשן זענען נישט אויפריכטיג אבער אויב יא - ווייסט יענער אויך אז דאס קען אויך זיין א ספק.

בסך הכל ווילסטו אונז געבן א שיעור אין פסיכאלאגיע, נישט אין לאגיק. דו ווילסט מיר זאלן זיך אריין לייגן אין יענעם'ס שיך - אל תדון עד שתגיע למקומו - און פארשטיין יענעם'ס בלאקעזש. אקעי, מישאן אקאמפלישד. אבער דאס האט גארנישט מיט די מציאות הדברים צי יענער נאנטער מענטש אייערער - אדער אייער חבר'ס נאנטער מענטש (וואס טענקס צו דעם אשכול פארשטייען מיר שוין פון ווי ער קומט) - איז בפועל יא אדער נישט א מאלעסטאר ל"ע.

יתרו » מאנטאג יולי 27, 2015 8:02 pm

· #292189
יוא אר מיססינג די פוינט, די יסוד "אז יעדער איז עלול אויף דעם" (וואס די פערזענליך ביסט שטארק מסופק דערין), זענען דא חכמים וואס זענען "זיכער" מיט דעם! און דאס פרוביר איך צו איבערצייגן אז זיי אלייינס זענען אויך נישט אזוי זיכער מיטן יסוד, ווייל אין געוויסע פעלער וועלן זיי אליין אויך זאגן אז "ניין יענער איז נישט עלול אויף דעם" , און נישט צוליב נגיעות וועלן זיי זאגן אזוי נאר ווייל זיי וועלן זיין איבער צייגט און די אויפריכטיקייט פון די סברה.

יעצט צו די עצם יסוד איז אמת צו נישט ווייס איך נישט, איך בין נאר דן וואס די מענטשן האלטן באמת איבער דעם יסוד.

יתרו » מאנטאג יולי 27, 2015 8:11 pm

· #292193
בדרך אגב דער אשכול איז נישט צושטאנד געקומען ווייל איך האב א חבר אדער טאטע וואס איז באשולדיגט געווארן מיט מאלעסטעשן. איך האב מיף פערצופאל געטראפן מיט אידן וואס קענען דעם טויבנפעלד פערזענליך און קענען אים שוין יארן און האבן נישט קיין ספק אז עס איז שקר. האב איך מיר געטראכט איבער די לאגישקייט פון דעם טענה און צו איך וואלט אויך געזאגט אזא טענה ווען עס הנדלט זיך מיט מיין חבר.

יעצט קען מען דן זיין על עצם הדברים, איז יעדער עלול אויף דעם ? זעט מען עפעס אויף א מאלעסטער עפעס אנדערש ווי א נארמאלער מענטש? איז אמת'ע נארמאלקייט א סתירה מיט מאלעסטעשן ? איז אמת'ע ערליכקייט א סתירה צו מאלאסטעישן? איז מעגליך אז וויזשנצער רבי איז א מאלעסטער?

שמואל פרימו » מאנטאג יולי 27, 2015 8:25 pm

· #292204
איז מעגליך אז טהאשער רבי איז א מאלעסטער?
איז מעגליך אז מרן מהר"א מבעלזא זצ"ל איז געווען א מאלסטער?
איז מעגליך אז דער רבי זי"ע איז געווען א מאלסטער?
איז מעגליך אז דער ליובאוויטשער רבי איז געווען א מאלסטער?
איז מעגליך אז דער בעל-שם-טוב איז געווען א מאלעסטער?

איך וויל גיין העכער, אבער כ'אב מורא אז עס איז שוין צו הויך - ווייסטו וואס? - כ'וועל יא פרעגן:
איז מעגליך אז דער סקווערער רבי איז א מאלעסטער?

יתרו » מאנטאג יולי 27, 2015 8:32 pm

· #292212
קוקט אויס אז פרימו איז א וויזיניצער און איך האב אנגערירט א רויע נערוו. תנוח דעתך מר. פרימו אדרבה פון דעם וואס איך האב געברענגט דיין רבין אלץ משל איז א צייכן אז ער איז א קדוש עליון און ער איז דער סימבאל וואס מען נוצט אז עס איז דא אמאל א מצב ווי מען "קען נישט" זאגן אויך איינעם ער איז א מאלעסטער.

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 27, 2015 8:37 pm

· #292215
ומעשה שהיה כך היה: איינער א משוגע'נער רוח וואס האט אליינס א קרימינאל און שמוציג פעקל אויף זיך נאך פון מזרח אייראפע (קרי אוקריינע), וואו ער איז כל ימיו פון נאך די חתונה אפגעזיצן. האט נאכגעשריגן פאר איינעם אז זיין טאטע איז א מאלעסטער. און ער האט תיכף באקומען מתן שכרו בצדו. יענער האט איהם געגאסן בליעטש אין זיינע עיני בלעם און ר'האט איהם שיעור נישט געמאכט פאר א שתום העין...!
אבער לעצם הענין. דער טויבנפעלד איז אלע יארן געווען אן איש מכובד און א געטרייער טאטע פאר זיין משפחה. ע"כ איז זייער שווער צו גלייבן אז די באשולדיגונגען פון אן עמאציאנאל געליטן יונגל זאללן זיך ארויסשטעללן צו זיין אמת...נאר אין די היינטיגע וועלט וואו ס'איז ליידער דא א סאך אמת'דיגע און טרויעריגע פאלן פון מאלעסטעישן, ל"ע איז דער עולם א ביסל היסטעריש. און די מידיא וועלכע זוכט דאך אט די סחורה, מאכט דערפון מטעמים. איי טאמער וועט זיך צום סוף ארויסשטעלן אז ער איז אומשולדיג. איז וואס...? האבן זיי געזאגט... ביג דיעל.
ס'איז געווען דא אמאל אין אמעריקע א רעגירונגס מיניסטער וועם מ'האט באשולדיגט אין געוויסע חטאים. און די מידיא האט זיך פאסמאקעוועט מיט רכילות און לשון הרע אויף זיין חשבון. צום סוף האט איהם דער קאורט ריינגעוואשן. האט ער ביטערליך געפרעגט...צו וועלכן אפיס ער זאלל זיך ווענדן אז מ'זאלל צורישטעלן זיין גוטן נאמען...
נ.ב.: איך ווייס אז די אויפגעקלערטע מוחות דא אין שטיבל...יא. ---- טאקע דיך מיין איך. וועלן זאגן אז איך דער אלטער באטשי זאלל צוריקגיין שלאפן. אדער גיין צו די פערד און וואגן. ווייל צו אזאלכע סאפיסטיקירטע ענינים פארשטיי איך נישט...אזוי ווי דער יעניגער האט עס טאקע אמאל געזאגט... 🙄 😈

ירח בן יומו » מאנטאג יולי 27, 2015 9:26 pm

· #292238
קיינער דא האט נאכנישט געענטפפערט "יא" איך קען גלייבן אז מיין טאטע איז א מאלעסטערער, נאך מער קיינער דא האט נישט געזאגט אז איך "ווייס" אז מיין טאטע איז איינס,

ווייזט זיך אויס אז אונז אלע דא אין שטיבל זענען פן די משפחות מיוחסות שבישראל.

שמואל פרימו » דינסטאג יולי 28, 2015 12:57 am

· #292300
יתרו
קוקט אויס אז פרימו איז א וויזיניצער און איך האב אנגערירט א רויע נערוו. תנוח דעתך מר. פרימו אדרבה פון דעם וואס איך האב געברענגט דיין רבין אלץ משל איז א צייכן אז ער איז א קדוש עליון און ער איז דער סימבאל וואס מען נוצט אז עס איז דא אמאל א מצב ווי מען "קען נישט" זאגן אויך איינעם ער איז א מאלעסטער.


הא הא הא, מענטשן מיינען אז איך בין א ויז'ניצער... איך האב מיט ויז'ניץ פונקט ווי איך האב מיט גור-אריה פון חב"ד.