☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » אשכול אן א טיטל #9359

אשכול אן א טיטל #9359

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9359

— » זונטאג יולי 26, 2015 3:31 pm

· #291772

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

געוואלדיג » זונטאג יולי 26, 2015 7:03 pm

· #291813
זיער הארציג, פון וואו?

געוואלדיג » זונטאג יולי 26, 2015 11:39 pm

· #291922
די לשון נקבה האט מיר געמאכט א ספק, צו דאס מיינט דיין נשמה, אדער א פרוי וואס האט דאס געמאכט.

געוואלדיג » זונטאג יולי 26, 2015 11:45 pm

· #291928
דאן האב איך דרך ארץ פאר איהם.

דעת תורה » מאנטאג יולי 27, 2015 12:04 am

· #291935
דאס איז א מחלוקה צווישן די שואה און רבינו קלונימוס (דוכט זיך, איינער פון די מחברים פון די קינות וואס מ'זאגט דארט אויף גזירות תתנ"ו) וועלכער איז מסביר אין די קינה די סיבה פארוואס ער האט עס אריין געשטופט צו זאגן אום תשעה באב, און דאס איז וויבאלד מ'קען נישט צולייגן נאך טעג פון קלאג אויף כלל ישראל, נוצט ער אויב דעם טאג ט' באב שוין צו קלאגן אויף דעם חורבן אויך.

דעת תורה » מאנטאג יולי 27, 2015 12:41 am

· #291951
פראצענטועל? גזירת תתנו האט גאר שווער באטראפן די מיטל אלטער קהילות אין אשכנז, וואס איך מיין ס'איז נישט קיין גוזמא צו זאגן אז 3 אדער 4 מיליאן פון די 6 מיליאן זענען געווען דירעקטע אייניקלעך בן אחר בן פון יענע קליינע קהילות. פאר די אידן פון אשכנז איז געווען א קנאפע נחמה אז אין ספרד בליט דאס יהדות, פאר זיי איז דאס געווען א שואה של ממש.

אויסער דעם, ביים חורבן בית שני איז אויך געשאצט באלד אדער איבער א מיליאן הרוגים ל"ע, ווער רעדט נאך פון ביתר, א נישטיגע 52 יאר שפעטער וועלכע האט לויט אלע מקורות פארשאטנט די טראגעדיע פון חורבן ירושלים (מיטן אויסנאם פון דעם בית המקדש גופא). דאך טרעפט מען נישט מען זאל האבן א פראבלעם צו וויינען אויף די גזירות אום ט"ב, און ס'איז לאו דוקא ווייל אלעס איז א טפל צום חורבן המקדש, נאר פשוט ט"ב איז א נאציאנאלער טרויער טאג, א יום מוכן פאר בכיה לדורות נאך סאך פארן חורבן.

יאיר » מאנטאג יולי 27, 2015 11:48 am

· #292035
Wow. דאס האט מיר באנומען ביז די טיפענישן פון די נשמה. מי יתן והיה מען זאל מתקן זיין דאס צו זאגן אין דעם יום השואה.

יאיר » מאנטאג יולי 27, 2015 11:51 am

· #292037
דעת תורה, אויב נעמסטו דיינע ציפערן פון יוסיפון, זיי זענען באקאנט צו זיין אומפארלעסליך און שרעקליך מגוזם, ווי אלע היסטאריע ביכער פון יענע תקופה.

א איד » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 1:23 am

· #380957
פשיהא, פאר די טויזננטסטע תגובה, האסטו זיך איינגעהאלטן אזוי לאנג?????

נעגעל וואסער » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 9:44 am

· #380968
יאיר
דעת תורה, אויב נעמסטו דיינע ציפערן פון יוסיפון, זיי זענען באקאנט צו זיין אומפארלעסליך און שרעקליך מגוזם, ווי אלע היסטאריע ביכער פון יענע תקופה.

לפי די גמרא אין גיטין נז קומט אויס גוזמאות פון ציפערן! דארט ווערט געברענגט צווישן אנדערע שרעקעדיגע נומבערס אזוי; "ששים רבוא עיירות שהיו לו לינאי המלך בהר המלך וכל אחת ואחת היו בה כיוצא מצרים!", דאס איז א קיי"ל פון 36,000,000,000! (פיר מאל אזוי פיל מענטשען וואס געפונען זיך יעצט אויפן כדור הארץ!!) חוץ פון דעם איז געווען 3 שטעט וואס האט געהאט 1.2 מילאן מענטשען.

זאג מיר נישט אז ס'איז א גוזמא..

אישתישבי » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 2:20 pm

· #380984
פארוואס נישט?
אוודאי איז עס א גוזמא.
נישט געוועהן אזויפיל מענטשען אמאהל

מי אני » זונטאג אוגוסט 11, 2019 12:16 pm

· #434642
מ׳קען אפשר זאגן בדרך מליצה אז דאס איז דער פייטן [ר׳ מנחם ב״ר יעקב מוורמייזא] מרמז אינ׳ם קינה מעוני שמים, ״שמני שואה ונתץ את הבית״. והיינו, דעם ענין פונ׳ם קינה וואס אונזער מגיד האט פארפאסט: ווי די [דאס וואס אונז רופן די] שואה שטויסט זיך אן אין דעם ענין פון קלאגן נאר אויפ׳ן חורבן הבית.

(איך האב געזאגט אפאר פון די קינות וואס מ׳האט פארפאסט אויף חורבן אירופה.)

תורה ומדע » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 8:15 am

· #434669
ישר כוח. דאס אמת איז לענ״ד אז דער חורבן אירופה מיט איהרע ארגענאזירטע דייטשע מערעדעריי מעשינען איז ערגער סיי מבחינת הרוצחים, ווי נידריג זיי זענען געפאלען אלץ ״הומען ביאינגס״, און מכ״ש צו אונז וועלכער זענען אדורך געגאנגען די עפיזאדן פאר יארן לאנג; און ״די וועלט האט געשוויגען״ ווי אליעזר וויזל ע״ה האט געשריבן באריכות. נאר וואזשע דען, דאס איז א חלק פונעם גלות און אן עקספרעסיע פון סילוק השכינה וועלכער איז אריין אין א בחינה פון הסתר פנים, ווי עס שטייט אין שירת האזינו. עס איז טאקע א פליכט אויף אונז מקיים צו זיין דעם והגדת לבנך, און דעם זכור את אשר עשה לך עמלק.
אבער אויסער דעם, וויינען מיר אויף די אבידה רוחנית פונעם בית הראשון, וועלכער האט אין זיך געטראגען גאר גרויסע השפעות. שטעלט אייך פאר אז א איד בזמן הבית האט זיך געשפירט 24 שעה א טאג אזוי ווי איר שפירט זיך יו״כ צו נעילה, צו ווי פסח ביים סדר. דאס איז אן אויסטערלישער רוחניותדיגער עקספיריענס וועלכער דאס מענטשהייט האט פארלוירען, און א יעדער סענסעטיווער נשמה לעכצטעט נאך איר ביודעין אדער בלא יודעין. און אלץ אהן א גמרא תוספות מיט א רעק״א צום לערנען, וועלכער גיט אונז היינט א טעם פון דביקות הבורא. דער געפיעל טהרה פון תרומה און קדשים ווועלכער האט ארומגענומען דער איד 24 שעה א טאג. דער אפפארטוניטי צו נעמן א טריפ אין ביהמ״ק כדי מקריב צו זיין א נדבה צום רבש״ע, און האבן א געפיעל פון אמתע קירבה און נחת רוח צו הקב״ה, ווי עס שטייט אין פסוק. דאס מורא פון א שוגג, ווייל מדארף ברענגען א חטאת, וועלכער איז גארניט געווען אזוי בטעמ׳ט.
ווער רעדט נאך דאס עקספיריענסן פון א ויזיט אין בית המקדש זעלבסט. דאס ארכיטעקאראלע ביוטי מיט גאלד און זילבער אהן א שיעור, ווערט אין היינטיגן מארקעט אין די טריליאנען דאללער, לויט די פסוקים אין נ״ך. די מוזיק, הונדערטער שפילערס און מנגנים פון די לוויים בעלי השגה. טרעפן זיך מיט די מיליאנען אידן עולי רגל זיין דריי מאל א יאהר. און שמחת בית השואבה! אשרי עין ראתה כל אלה!

מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 9:27 pm

· #434885
דעת תורה
דאס איז א מחלוקה צווישן די שואה און רבינו קלונימוס (דוכט זיך, איינער פון די מחברים פון די קינות וואס מ'זאגט דארט אויף גזירות תתנ"ו) וועלכער איז מסביר אין די קינה די סיבה פארוואס ער האט עס אריין געשטופט צו זאגן אום תשעה באב, און דאס איז וויבאלד מ'קען נישט צולייגן נאך טעג פון קלאג אויף כלל ישראל, נוצט ער אויב דעם טאג ט' באב שוין צו קלאגן אויף דעם חורבן אויך.

📎 IMG_5311.jpg
אין שו״ת היכל יצחק (או״ח סימן סא) טייטשט ער דאס אויס אנדערש. ער איז דארט לטובת דעם אז מ׳זאל קובע זיין א יום תענית פאר׳ן שואה און אז עס איז נישט קיין פראבלעם פון בל תוסיף אפילו לדעת הרמב״ן ע״ש.

(צוגעברענגט דורך איסר האיטלקי אין די אשכול <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/13278">viewtopic.php?f=24&t=13278&start=0</a><!-- l -->. זעהט׳ס דארט צוגעברענגט די חולקים: החזון איש, הגר״מ פיינשטיין זצ״ל ועוד.)