☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #9345

אשכול אן א טיטל #9345

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9345

— » דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:08 am

· #291209

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:20 am

· #291211
זיי האבן חתונה געהאט די זעלבע 4 טאג????

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:48 pm

· #291311
מעגן 2 ברודער חתונה האבן צו 2 שוועסטער?

געוואלדיג » דאנערשטאג יולי 23, 2015 2:12 pm

· #291319
יא, נאר לויט צוואת ר"י החסעד נישט וואוינען אין זעלבן בנין.

לית דין בר נש » דאנערשטאג יולי 23, 2015 3:07 pm

· #291331
ע"פ צוואת ר' יהודה החסיד טארן צוויי ברידער און צוויי שוועסטער נישט חתונה האבן אפי' זיי וואוינען נישט אין די זעלבע בנין.
אות כ"ה

הרב_שלום » דאנערשטאג יולי 23, 2015 3:28 pm

· #291337
ר שלם מאיר עקשיין פון ק"י האט צווי זיהנען וואס זענען איידימער ביי ר' אברהם הערץ הערשקאוויטש

ראש הישיבה » דאנערשטאג יולי 23, 2015 3:47 pm

· #291342
די ווייצענער רב און די אוהעלער רב זכרונם לברכה, זענען ביידע געווען איידעמער ביים דעשער (אירלאנדער).

געוואלדיג » דאנערשטאג יולי 23, 2015 6:00 pm

· #291369
טעיתי

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 30, 2015 5:33 pm

· #292942
דער מאמענט אויכעט, ביי די נייעסלעך.

דעת תורה » דאנערשטאג יולי 30, 2015 8:49 pm

· #292991
ראש הישיבה
די ווייצענער רב און די אוהעלער רב זכרונם לברכה, זענען ביידע געווען איידעמער ביים דעשער (אירלאנדער).

נאכן קריג + רבי'ש...

דוכט זיך אז עזריאל גליק (בזיוו"ר) און זיין ברודער יחזקאל האבן אויך גענומען 2 שוועסטערס. קען זיין איך מאך א טעות.

עפעס א מעשה איז דא פון (סאטמאר) רבי'ן ז"ל, וואס ער האט געראטן פאר 2 ברודער (כהנים?) צי נעמען ענדערש 2 שוועסטער ווי איידער א מיידל וואס איז אדורך די לאגערן - צוליב א חשש שבויה.

יהושע חיים » פרייטאג יולי 31, 2015 8:29 am

· #293056
סאטמער רב האט נישט געלאזט כהנים הייראטן מיידלך פון לאגער? אדער איז עס נאר געווען בתורת חומרה האיך דאפשר?
מען האט זיך אסאך גמוטשעט מיט דער פראבלעם פון שביה אבער לויט ווי איך ווייס האט מען עס מתיר געווען (אין מנחת יצחק איז דא א לאנגע תשובה אויף דעם)

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

דעת תורה » פרייטאג יולי 31, 2015 7:07 pm

· #293154
איך ווייס נישט צי ער האט נישט געלאזט למעשה, עס איז דא דערוועגן אן אריכות אין תשובות דברי יואל אויכעט און איך מיין ער איז נוטה להתיר ווייל ס'איז געווען מירתת אדער עפעס אזוי. (אגב מיין איך אז אין די נושא איז מען יארן שפעטער אויפגעקומען אז די פאקטן זענען נישט געווען אזוי סמוד ווי מען האט געמיינט בשעתו).

בכל אופן איז דא נישט די רעדע להלכה, נאר ווען ס'האט זיך געהאנדלט א שאלה צי נעמען 2 שוועסטער אדער נעמען א שבויה האט ער מעדיף געווען 2 שוועסטער.

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 31, 2015 7:23 pm

· #293156
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: ווען דער מופת וואלט געשעהן אין אפריקע וואלט מען עס געקענט אריינפאסן אין דיין מליצה. ס'איז דאך אבער געשעען אין ארץ ישראל... 😂 🙄

גר ותושב » מוצ"ש אוגוסט 1, 2015 11:32 pm

· #293181
פון וואו דען שטאמט חם אויב נישט פון ארץ ישראל

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אוגוסט 2, 2015 12:21 am

· #293200
יעדער לערנט אפ אנדערש צוואת ר׳ יהודא החסיד. מ׳קען נישט ברענגען א ראי׳ אז יענער האט אזוי געטוהן ממילא איז עס נישט קעגען צוואת ר״י החסיד ווייל ס׳נאר לויט ווי ער האט דאס אפגעלערט. פרעגט נאר א סקווערע צו מ׳מעג פארבויען א פענסטער וועט ער דיר ענטפערן ניין מ׳מוז לאזען אפען א אמה אויף א אמה. פרעג דער סאטמערע וועט ער זאגען ס׳גענוג צו לאזען א פיצי לאך ממש א משהו.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 2, 2015 7:59 am

· #293265
דעת תורה
איך ווייס נישט צי ער האט נישט געלאזט למעשה, עס איז דא דערוועגן אן אריכות אין תשובות דברי יואל אויכעט און איך מיין ער איז נוטה להתיר ווייל ס'איז געווען מירתת אדער עפעס אזוי. (אגב מיין איך אז אין די נושא איז מען יארן שפעטער אויפגעקומען אז די פאקטן זענען נישט געווען אזוי סמוד ווי מען האט געמיינט בשעתו).

בכל אופן איז דא נישט די רעדע להלכה, נאר ווען ס'האט זיך געהאנדלט א שאלה צי נעמען 2 שוועסטער אדער נעמען א שבויה האט ער מעדיף געווען 2 שוועסטער.

דעת תורה: אזוי ווי דו זאגסט. ס'איז נישט קיין נפקא מינה דא לענייננו. אבער סתם פאר אינטרעסאנטקייט. איך געדענק האבנדיג געזעהן די שאלה אין שו"ת דברי יואל אהע"ז. וואו ער איז מתיר פאר כהנים צו חתונה האבן מיט מיידלעך פון די נאצי לאגערן. כאטש זיי האבן דעם דין פון שבויה. ווייל ס'איז דא דער דין פון מירתת. אז די נאצי חיות און מערדערס, ימ"ש זענען שטארק באשטראפט געווארן אויב זיי האבן מאנס געווען די אידישע מיידלעך...!

יהושע חיים » זונטאג אוגוסט 2, 2015 8:43 am

· #293272
אסאך תשובות זענען געבויט אז עס איז געווען דער נידענבורג געזעץ אז מען טאר נישט האבן קיין אינטעמיט שייכת צו אידן
<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Nuremberg_Laws">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Nuremberg_Laws</a>

אויף דעם סמך זענען רוב התירים געבויט למעשה איז אבער נישט געווען אזוי
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2228">viewtopic.php?t=2228</a><!-- l -->
קומט אויס אז די גאנצע היתר שטייט אויף א שוואכע יסוד
מקען זאגן אז דאס איז השגחה פרטית אזוי האט מען געקענט חתונה האבן אין יענער טעג (אזוי ווי דער ישמח ישראל זאגט אויף צו פארענפערן די בית יוסף אז מען האט פארגעסן פון טומאת היסת)