☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קומזיץ אויפן שיף - אמרי שפר מאנסי

קומזיץ אויפן שיף - אמרי שפר מאנסי

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9335
בלאט: 1 2

שלמה'לע » דינסטאג יולי 21, 2015 11:17 pm

· #290807
קומזיץ אויפן שיף - אמרי שפר מאנסי
ת"ת אמרי שפר טוט פרעזענטירן א קומזיץ אויף א שיף דעם קומענדין AUG. 11 ווי עס וועלן זיין די בעסטע זינגערס אויפן אידישן מארקעט
אזוי אויך וועט דארטן ווערן ציגעשטעלט די בעסטע מאכלים צו ריקן אויף אלע באקן
* סושי ביזן דאך
* בשר בהמה צו ריקן - מ'וועט זעגן שטיקער בשר אויפן פלאץ
* לאנגע ברייטע צוגארן ס'זאל גיין א רויעך
* די טייערסטע און געשמאקסטע וויינען
* ועוד ועוד....
ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט כאפט אריין זיך איינצושרייבן ווילאנג עס איז נאך דא פלאץ

שלמה'לע » דינסטאג יולי 21, 2015 11:19 pm

· #290810
Imrei Shufer Cruise Aug 11
📎 Imrei Shufer Cruise Aug 11.JPG

שלמה'לע » דינסטאג יולי 21, 2015 11:19 pm

· #290811
cruise menu
📎 cruise menu.JPG

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 21, 2015 11:21 pm

· #290812
$?
פאר פרויען אויך?

אפטעמיסט » דינסטאג יולי 21, 2015 11:24 pm

· #290816
וואס איז נייעס! האמיר שוין א טיקעט פאר דרור'ס יאכט, יעצט גיימער צו דעם. וואו קויפט מען טיקעטס?

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 21, 2015 11:25 pm

· #290818
ווי האסטו באקומען א טיקעט פאר דרור? די סייט ארבייט נישט ביי מיר. שלמה שמש האט נאך טיקעטס ביי די מקוה?

אפטעמיסט » דינסטאג יולי 21, 2015 11:26 pm

· #290819
<a class="postlink" href="http://www.cruisefortorah.org/#">http://www.cruisefortorah.org/#</a>

אפטעמיסט » דינסטאג יולי 21, 2015 11:27 pm

· #290820
רויטע וואנצעס
ווי האסטו באקומען א טיקעט פאר דרור? די סייט ארבייט נישט ביי מיר. שלמה שמש האט נאך טיקעטס ביי די מקוה?

רוף אין אפיס

געוואלדיג » דינסטאג יולי 21, 2015 11:27 pm

· #290821
נאר מענער

אפטעמיסט » דינסטאג יולי 21, 2015 11:28 pm

· #290823
בעסער אזוי. זאל מיין ווייב בלייבן אין לפידות

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 21, 2015 11:30 pm

· #290825
די סייט קען מען אויך נישט באשטעלן. שיינע גראפיקס אבער.

שלמה'לע » דינסטאג יולי 21, 2015 11:31 pm

· #290826
רבותי עס לוינט נישט צו פארפאסן!!!
פאר טיקעט אינפאמאציע...
📎 Capture.JPG

שלמה'לע » דינסטאג יולי 21, 2015 11:33 pm

· #290828
נאר מענער
ספעציעלע הנחה פאר גאנצע גרופעס, חברים, ארבייטער, משפחה וכדו'

אפטעמיסט » דינסטאג יולי 21, 2015 11:33 pm

· #290829
וויפיל קאסט עס?

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 21, 2015 11:34 pm

· #290832
נו, זאג שוין כמה פאר אן ערוואקסענע זכר.

שלמה'לע » דינסטאג יולי 21, 2015 11:35 pm

· #290834
בלויז $500
פאר א גאר גאר רייכע מעניו

אפטעמיסט » דינסטאג יולי 21, 2015 11:36 pm

· #290835
כ'קען דאך שוין פארן קיין פלארידע מיט א חבר פאר די געלט

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 21, 2015 11:38 pm

· #290837
שוין בנוסף צו זיין לאנטש רבי וועל איך אן נעמען אפאר וואכן צו זיין באס רבי. כ'האף מ'וועט מיר זאלן אין צייט פאר'ן שיף.

שלמה'לע » דינסטאג יולי 21, 2015 11:39 pm

· #290838
אפטעמיסט
כ'קען דאך שוין פארן קיין פלארידע מיט א חבר פאר די געלט

און עסן אלטע איבעגעווארימטע טישקן פלייש

שלמה'לע » דינסטאג יולי 21, 2015 11:40 pm

· #290839
רויטע וואנצעס
שוין בנוסף צו זיין לאנטש רבי וועל איך אן נעמען אפאר וואכן צו זיין באס רבי. כ'האף מ'וועט מיר זאלן אין צייט פאר'ן שיף.

הא.. הא..
אבער עס וועט זיך לוינען!!!

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 21, 2015 11:42 pm

· #290840
ס'ווערד 250, אבער דא רעדט מען פון א צדקה צוועק, ס'איז א דינער אין מאושען.

שלמה'לע » דינסטאג יולי 21, 2015 11:43 pm

· #290842
(רויטע וונאצעס האקט)
יא דאס טאקע יעצט געוואלט זאגן - ברוך שכוונתי
ועל כולם שטיצט איר איינע פון די חשוב'סטע מוסדות התורה אין מאנסי.

אפטעמיסט » דינסטאג יולי 21, 2015 11:46 pm

· #290843
צי כ'וועל יא גיין צי נישט ווייס איך נאכנישט, אבער דאס איז איינמאל זיכער אז ס'איז באגריסענד אז היימישע דינערס ציען זיך אריבער פון קאנטינענטעל צו קרוז שיפן. כ'האב מורא אז נעקסטע הצלה דינער וועט זיין אין די באהאמעס, און בוני עולם אין דעמיניק רעפאבליק. ב"ה מ'האמיר דערלעבט.

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 21, 2015 11:54 pm

· #290847
טייער?? דו ווייסט ווי סאך די וועבסייט אליינס קאסט אפ??!!

פלייסיגער שמייסער » מיטוואך יולי 22, 2015 12:23 am

· #290853
די חברה דארטן האלטן זיך ביי די טייערע פרייז, סזעהט אויס ווי זיי פלאנען צו געבן גשמיות אויף א ריזיגן פארנעם, אזוי פיהן אויב קעמער צאמשטעלן א גאנצער טיש פון צען אירע וועט ער אביסל אראפלאזן די פרייז

שלמה'לע » מיטוואך יולי 22, 2015 5:18 pm

· #291047
[ציטאט אראפגענומען]

אויב קומט איר מיט אגרופ קענט איר באקומען א דיסקאונט, (איך גלייב נישט אזוי ביליג)
רוף אריין און זיי וועלן די מאכן צופרידן.
רוף און שרייב זיך איין, ווייל פלעצער זענען באגרעניצט

שעפטל » מיטוואך יולי 22, 2015 5:43 pm

· #291051
לול פאר באגרעניצט

שלמה'לע » מיטוואך יולי 22, 2015 5:47 pm

· #291053
עס איז א שיף און עס איז דא א סכום וויפיל מענטשן קענען דערויף ארויפגיין.

שלמה'לע » מיטוואך יולי 22, 2015 6:45 pm

· #291072
עטליכע בילדער פונעם שיף
📎 cornucopia_majesty-2.jpg 📎 cornucopia_majesty-3.jpg 📎 cornucopia_majesty-4.jpg 📎 cornucopiamajesty1.jpg 📎 680393.jpg

היסטאריקער » מיטוואך יולי 22, 2015 6:46 pm

· #291074
Re: קומזיץ אויפן שיף - אמרי שפר מאנסי
טעסט

Sent from my SM-G360T1 using Tapatalk

שלמה'לע » מיטוואך יולי 22, 2015 6:47 pm

· #291075
cornucopia majesty

<a class="postlink" href="http://cornucopiacruise.com/">http://cornucopiacruise.com/</a>
📎 cornucopiamajesty1.jpg 📎 Destiny_Exterior.jpg

שלמה'לע » מיטוואך יולי 22, 2015 7:00 pm

· #291082
בילדער
<a class="postlink" href="http://free-stock-illustration.com/cornucopia+majesty+yacht?image=1315204581">http://free-stock-illustration.com/corn ... 1315204581</a>

העלא » מיטוואך יולי 22, 2015 7:29 pm

· #291091
ווען קומט עס אויס אין אידיש?
אין די טעג זיכער נישט, ווייל יעצט איז נאך יולי,

ראש השנה אויך נישט,
ווייל די דעיט קוקט אויס נענטער צו יעצט ווי צו ראש השנה,

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 22, 2015 8:13 pm

· #291114
זיי האבן גענוג רעטונג שיפלעך אין קעיס...? איך האב א פאביע

רויטע וואנצעס » מיטוואך יולי 22, 2015 8:34 pm

· #291121
בארג פון וואלמארט א שיפל.

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 22, 2015 8:45 pm

· #291123
דאס איז א ריכטיגע נבל ברשות התורה. נאכמער. הייליגע אידן.נאכדעם ביי סליחות וועט זיך ארויסהערן גרויסע און טיפע קרעכצן פון ביהמ"ד. און ביי תפילת זכה וועלן זיי פארגיסן טייכן טרערן...ניע גאנבא ניע פאסטא...האטציך אמאל איינער פון די צדיקי אמת אויסגעדרוקט... 🙄

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 22, 2015 9:01 pm

· #291133
און מ'רעדט זיך נאך איין אז מ'טוט א מצוה. דערווייל האט מען אינזין דעם אייגענעם פרעס און א גוטע הוליאנקע...!
און די גויים און אומוויסנדע אידן וועל עס אויסטייטשן אלס א ----- צוזאמקום...וד"ל... 🙄 😳

ירח בן יומו » מיטוואך יולי 22, 2015 9:04 pm

· #291135
א שיינע עד היינט געזען RCCS-BBQ
קען מיר איינער מסביר זיין ווי אזוי א יוד מיט א שטיקל הארץ קען זעהן די אותיות RCCS זיצענדיג על סיר הבשר און אריינשטאפן אין מויל נאך א שטיקל געבראטנס?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:34 am

· #291198
מען איז שוין צוגעוואוינט דערצו פון זייערע רייכע דינערס, וואו בשעת די הארצרייסענדע דרשות גיבט מען צו פרעסן באגלייט מיט די שענסטע מוזיק און זינגערס... ומה יעשה הבן

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:42 am

· #291201
יא, אזוי ווי די צדיקים האבן סאך לוקסוס, צו היילן די צרות ישראל וואס זיי הערן אלץ צאם.

מזל » דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:48 am

· #291202
קאווע טרינקער
טייער?? דו ווייסט ווי סאך די וועבסייט אליינס קאסט אפ??!!

וואס אינטרעסירט מיך וויפול די וועבסייט קאסט פאר מיך איז עס צו טייער

פאפיטעס » דאנערשטאג יולי 23, 2015 2:22 am

· #291218
העי בארויאיגטס אייך...
אנשטאט גיין די אלטמאדישע אויסגעפריווטע וועג וואס קאסט אפ שווערע טויזענטערס אין ברענגט נישט אריין קיין רויטן גרייצער דערקעגן, האבן זיי גענימען א נייע מיטל וואס זאל כאפן דער עולם אין סזאל זיך זיי האבן געלוינט הונדרעט פראצענט,
זיי צווינגען קיינעם נישט צו גיין, אנדערש ווי א געווענטליכע פארטי וואס מען קומט ארויס מיט קול קורא'ס וכו',

סא ביטע האלט אייך אין די ראמען, אין מאכטס נישט קאלט א קאמפיין וואס וועט ביישטייער געבן א חשובה מוסד וואס דראפעט זיך אויף די גראדע ווענט צו באצאלען די שווערע קאסטן (און חובות...)

שלמה'לע » מאנטאג יולי 27, 2015 4:54 pm

· #292121
יעצט קומט אריין פרישע נייעס!!!!!!!!!!!!!!
עס גייען זיין 2 magicians וואס גייען ארומגיין פון טיש צו טיש באווייזן זייערע קונצן!
רבותי! אויב איר האט נאך נישט קיין טיקעט יעצט איז די צייט....

ראש הישיבה » מאנטאג יולי 27, 2015 5:01 pm

· #292124
איך בין באקאנט אביסל אין פאנדרעיזינג. איך קען נאמבערס וואס דאס דארף קאסטן. רוב פון די שפענדענישע אווענטן ברענגן נישט קיין געלט. עטליכע מוסדות וואס האבן שוין געטוהן דאס זענען ארויס מיט א גרויסע לאך. נאר די גרויסע מעגא מוסדות ווי עיטיים און אר סיי סי עס, וכדומה וואס די וועלט אנערקענט אז זיי מוז מען העלפן, און יעדער וויל זיין א חלק פון דעם, קענען מצליח זיין אויף דעם. איינער פון די שטארקע אהנפירערס פון דעם אווענט האט שוין געמאכט די זעלבע אווענט פאר א צווייטע מוסד און כאטש די אווענט איז געווען זייער געלונגן, האט עס איבערגעלאזט די מוסד מיט א גרויסע לאך. ניין אמרי שפר איז נאך נישט קיין אינטערנאציאנאלער מוסד. מיין אפשאצונג איז אז עס גייט זיין א דורכפאל בנוגע הכנסה. בנוגע דער שיינקייט פון די אווענט, פאר דער וואס איז גרייט צו באצאלן פאר דעם, אולי קען זיין אז עס גייט געלונגן.

איך האף אז איך בין זיך טועה, און עס וועט זיך אויפווייזן אז זיי האבן גאר שיין מצליח געווען.

כלבאשבוע » מאנטאג יולי 27, 2015 5:47 pm

· #292140
ערשטענס, וואס האב איך מיט אמרי שפר, צווייטענס, פאר די פרייז קען איך גיין צו דריי קאנצערטס און דריי רעסטוראנטן און עס קען מיר נאך איבערבלייבן change.

רוק אריין א צווייטן בשר בהמה.

געוואלדיג » מאנטאג יולי 27, 2015 6:35 pm

· #292156
ראש הישיבה
איך בין באקאנט אביסל אין פאנדרעיזינג. איך קען נאמבערס וואס דאס דארף קאסטן. רוב פון די שפענדענישע אווענטן ברענגן נישט קיין געלט. עטליכע מוסדות וואס האבן שוין געטוהן דאס זענען ארויס מיט א גרויסע לאך. נאר די גרויסע מעגא מוסדות ווי עיטיים און אר סיי סי עס, וכדומה וואס די וועלט אנערקענט אז זיי מוז מען העלפן, און יעדער וויל זיין א חלק פון דעם, קענען מצליח זיין אויף דעם. איינער פון די שטארקע אהנפירערס פון דעם אווענט האט שוין געמאכט די זעלבע אווענט פאר א צווייטע מוסד און כאטש די אווענט איז געווען זייער געלונגן, האט עס איבערגעלאזט די מוסד מיט א גרויסע לאך. ניין אמרי שפר איז נאך נישט קיין אינטערנאציאנאלער מוסד. מיין אפשאצונג איז אז עס גייט זיין א דורכפאל בנוגע הכנסה. בנוגע דער שיינקייט פון די אווענט, פאר דער וואס איז גרייט צו באצאלן פאר דעם, אולי קען זיין אז עס גייט געלונגן.

איך האף אז איך בין זיך טועה, און עס וועט זיך אויפווייזן אז זיי האבן גאר שיין מצליח געווען.


זיי האבן דאס שוין געטוהן פאר א יאר, לפי ידיעתי מיט גרויס הצלחה, און רווח.

געוואלדיג » מאנטאג יולי 27, 2015 6:35 pm

· #292157
.

שלמה'לע » מאנטאג יולי 27, 2015 7:12 pm

· #292171
קודם אזויווי 'געוואלדיג' שרייבט אז זיי האבן דאס שוין פאריאר געמאכט און עס איז געווען א געוואלדיגע הצלחה

והשנית, דאס איז נישט א טיי אווענט אדער א דינער ווי מען פרובירט אויפצוטרייבן געלט, און עס דארף טאקע זיין א גאר גרויסע אנגעזענע מוסד.
דאס איז א סערווויס וואס מען שטעלט צו וואס האט א גאר שיינע הכנסה, דאס א ביזנעס דעסיזשען, אזוי ווי ראלי האטעל וכדו' גראדע פאר א מוסד, (איך מיין נישט יעצט א האטעל, דאס איז נאר א משל)
ביי א דינער שלעפט מען מענטשן און מען גיבט אויס געלט און אפשר וועלן זיי זיין ווארעם און מנדב זיין, דא בעט מען נישט גארנישט אויפן שיף, נאר יעדער מענטש וואס גייט דארטן זיין איז באצאלט.
און יא עס איז שוין א סוקסעס לויט ווי דער עולם שרייבט זיך איין, און עס וועט נאך זיין גרעסער.....
כאפט אייך מיט.... עס לוינט נישט צו פארפאסן....

רויטע וואנצעס » מאנטאג יולי 27, 2015 7:48 pm

· #292180
שלמה'לע, אפשר שרייב בקיצור אביסל איבער די ישיבה. (מ'זאל וויסן מיט וועם מ'טוט ביזנעס..)

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 27, 2015 7:56 pm

· #292185
רבותי: איין זאך האט מען פארגעסן. געלט גייערס און משולחים. ס'דארפן זיך מיטכאפן א פאר טויגליכע געלט גייערס. ספעציעל פון א"י. און זיי זאללן אונטעהאלטן דעם עולם. דמאלס וועט עס זיין א גאנצע שמחה... 😂
בלאט: 1 2