☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כ"ק מרן ירושלימער רב שליט"א - באזוכט ניו יארק און אומגעגענט

כ"ק מרן ירושלימער רב שליט"א - באזוכט ניו יארק און אומגעגענט

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9334

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 21, 2015 10:37 pm

· #290791
כ"ק מרן ירושלימער רב שליט"א - באזוכט ניו יארק און אומגעגענט
בזמן שהצדיק בעיר
יהדות החרדית דארה"ב בכלל, און ניו יארק בפרט, זענען נאך אלץ אונטערן העכסט-געהויבן רושם, רישומא דקדושה, וואס כ"ק מרן מרא דארעא, ארעא קדישא, קדישא עילאה, ירושלים של מעלה, גאב"ד ופוסק הדור שליט"א, האט איבערגעלאזט דאהי במשך זיין גאר-קורצע, אבער רייכטספולע, באזוך אין ניו יארק, לשמחת לבם פונעם חרדישן ציבור, שארית הפליטה, אשר לא כרעו לבעל.

אריה יורד לבבל
דער רב שליט"א איז תיכף ביים אנקומען צוגעפירט געווארן - דורך נאמני ירושלימע רבנות אין ארה"ב - צום הויפטקווארטיר פון גרעסטן אידישע רבנישע קאנסולאט, דעם באקאנטן אלט-יעריגן הסתדרות הרבנים דאמריקא, מיט די השתתפות פון אירע הויפט רבנים, עסקנים און עסקניות. יו"ר האסיפה האט מקבל-מיט-ברכה געווען דעם חשוב'ן גאסט, און האט דערביי מפליא געווען די פעולות פון רב שליט"א בעיר ה' שמה, ווי דער רב שליט"א שטייט בראש המערכה קעגען די משנאיך נשאו ראש, ואנן מהכא מצללין לחיי מלכא, שיאריך ימים על ממלכתו עד זקנה ושיבה. סגן נשיא הסתדרות הרבנים האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה, און גאר טרעפליך געטייטש די פסוקים "ברוך הבא בשם ה'" ווי פאסיג די פסוק ענדיגט בלשון רבים "ברכנוכם", צוליב די זכות הרבים התלוים בו.

אורים ותומים
אויפן טיש זענען פארגעלייגט געווארן שאלות בעניני הלכה והשקפה וואס זענען שטארק נוגע און אקטואל פארן אמעריקאנעם יהדות החרדית, וכאשר ישאל איש בדבר אלקים, האט ירושלימער רב, משה שפיר קאמרת, אנגעוויזן בטוב טעם ודעת די גענויע צוגאנג צו יעדע זאך עפ"י דעת תורה, תורה הקדושה, ומסורת רבינו הקדושים נ"ע. צוליב דעם וואס די נושאים על הפרק זענען דברים שהצניעות יפה להם, זענען נישט געווען אנוועזנד מקורבים און משמשים בקודש, און אזוי אויך איז נישט פובליצירט געווארן די החלטות און די תשובות הבהירות.

אשרי יושבי ביתך
פון דארט איז ירושלימער רב שליט"א צוגעפארן צו זיין אכסניא בקודש, און אויפגענומען נאנטע משפחה און נדיבים בעם, וואס זענען מוזיל מכיסם למוסדות הקדושים בארץ הקודש.

שמירה עליונה
ויהי ממחרת, וביום השני, ביים צווייטן טאג פון באזוך, איז דער רב שליט"א אויפגענומען געווארן ברוב פאר והדר ביים הויפטקוואטיר פון די ניו יארקע פאליציי, ווי ס'האט אפגעווארט הויפטן פון פארשידענע אפאזיציעס אינהאלב דעם גרויסן אלעמען באקאנטע ען. וויי. פי. די. הרה"ח יונה יפה שליט"א, הרה"ח אליהו קליינמאן שליט"א און הרה"ח אלווין כעס שליט"א. ביים פארמאכטן אסיפה איז אויסגעשמועסט געווארן די ספעציעלע אידישע אנגעלעגנהייטן צווישן די ען. וויי. פי. די. און די היימישע ציבור, ווי ל"ג בעומר פייערן, און פארטאגס-שעה'ן שמחת-בית-השואבה'ס און איבער-טראגעדיגע כ"ו אב פארקער אויף די 17. בפה מפיק האט דער רב שליט"א ארויסגעברענגט די קשר צווישן די ען. וויי. פי. די. צו די פאליציי אין ארץ הקודש, ווי ביידע האבן איין איינציג אינטערעס צו היטן אנ"ש מכל פגע רע, ובפרט תשב"ר, ואכמ"ל. אויפן וועג ארויס זענען די אידישע אפיצירן אדורך דעם רב שליט"א בקו"פ לברכה.

פועל ישועות
בתלת הוי חזקה. אינעם דריטן טאג איז ירושלימער רב שליט"א צוגעפארן בדחילו ורחימו צום ציון הקדוש פון הרה"ק רבינו זי"ע ועכי"א. דארט האבן אפגעווארט פארשטייער פון די מוסדות וואס האבן געטיילט מיטן רב שליט"א די פרישע רייע אויפטוהען אינערהאלב די מוסדות'ן, און דער רב שליט"א ענה לעומתם מיט גרויס הנאה דקדושה, און געוואונטשען הצלחה אויף ווייטער. דערנאך איז דער רב שליט"א צוגעגאנגען צום אוהל הק' און מיט גרויס התרגשות געשריבן קו"פ, און געזאגט די קאפיטלען כנהוג, ובשם כל ישראל גע'פועל'ט פאר אלע אידן כל טוב וטוב. פון דארט איז דער רב צוגעפארן צום בית המדרש הגדול, און מנדב געווען במתנה זיין ספר אויף מס' ראש השנה.

פאר שיעורים פון רב שליט"א, זעהט דא

קאך_לעפל » דינסטאג יולי 21, 2015 10:43 pm

· #290792
קאווע איך ווייס נישט וואס די האסט דיך איצט אויפגעוועקט, דער מנחת יצחק זי''ע לעבט שוין נישט כמעט 30 יאר, ער איז דאס לעצטע מאל געווען דא אין ניו יארק ביים יובל העשר של התייסדות פון קרן הצלה....

בן נריהו » מיטוואך יולי 22, 2015 1:00 am

· #290864
ווירקליך שטוינענד. "ויראו ממך".

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 22, 2015 1:47 am

· #290873
בן נריהו
ווירקליך שטוינענד. "ויראו ממך".

נו. ביטע ענדיג שוין צו דעם פסוק..."כל עמי הארץ"...!

שעפטל » מיטוואך יולי 22, 2015 3:23 pm

· #291007
קאווע שטיבל איז כדי פאר דעם אשכול אליינס!!!

😃 👍

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 12:03 am

· #325405
שומרים הפקד לעירך

כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א איז ארויס מיט א מכתב קודש ווי ער איז מכה על קדקוד ראש הכופרים, היתכן זיי מישן זיך אריין אין אידישקייט עניינים, ווי למשל ווער און וואו מ'זאל דאווענען ביים כותל המערבי. רבינו שליט"א איז מציע דעת קדשו וויאזוי צו באהאנדעלן די ענין.

יש דין ויש דיין.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 12:05 am

· #325406
.

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 9:45 am

· #325435
א גליק

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 11:20 am

· #325444
Re: כ"ק מרן ירושלימער רב שליט"א - באזוכט ניו יארק און אומגעג
נו, ווער נאך זאל גייען צום כותל? ערליכע אידען גייען דאך נישט, צוליב דעם צווייטען לדעתי (וואס איז פארבונדען מיט'ן ערשט'ן יביא, כידוע) און רעפארמער מעגען שוין אויך נישט, וויבאלד דער שטאט'ס רב האט עס פארווערט .
איז ווער יא?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

טמיר » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 11:51 am

· #325449
Re: כ"ק מרן ירושלימער רב שליט"א - באזוכט ניו יארק און אומגעג
די אשכול איז סתם ליצנות אויף א וואוילע ערליכע איד וואס טשעפעט נישט קיינעם, און מאנכע שווערן זיך ביים בארד אז ער איז גאון הדור.
האועווער, דאס נישט זאגן שיעורים און שרייבן תשובות איז נישט קיין ראי' מוכרחת צי איינעמס גדלות. וכמה אנשים יוכיחו, וואס לאזן זיך הערן גאר אסאך און קענען סאך שוואכער ווי די שטילע. וויפיל הערט מען פון הרב ווייס אן איידעם ביים קלויזענבורגער רב זצ"ל און פארגלייך צו זיין ברודער ר' אשר, און מ'זאגט אז ער איז גרעסער.
וויפיל מענטשן ווייסן צי זאגן פון ר' דוב לאנדא א גאון הגאונים שאין כדוגמתו. סא בהכרח איז נישט שיעורים און תשובות די איינציגע קנה מדידה