פראגעס פאר דעם צימעס איד
עליכם אישים אקרא, מיינע טייערע חברים פונעם ווייטן פארשטויסענעם צימעס לאנד, ה' עליכם יחיו.
דער לאנד ווי שטיינער פאלן א גאנצע וואך אן אויפהער, און ווי חיות טורפות, ווי דער לייב זענען טאקע קעניג נישט נאר אלטס משל. דער ארץ זבת דם ודמעות, ועיני טיפשום בה מראשית השנה ועד אחרית השנה.
היות איך האב באזוכט ביי אייך אלטס גבאי פאר אפאר וואכן, איז מיר נולד געווארן אפאר פראגעס וואס בעטן זיך פאר ענטפערס:
א. וועלכע חלל ערפילט צימעס ביי אייך?
ב. האט איר שוין אמאל געזעהן פירות פון אייערע צימעס תגובות?
ג. זענט איר שוין אמאל אוועק פון א צימעס שמועס מיט א גוטע געפיהל?
ד. וואס איז די טעם פון בלוט?
ה. איז צימעס א לייף סטייל אדער א לאגווייליגע האבי?
ו. ווי וואלט איר געליפטערט אייערע טענות אויב וואלט נישט געווען א צימעס אפטיילונג?
ז. וואלט איר געגאנגען אזוי ווייט ווי צאלן פאר עקסעס צו צימעס און וויפל?
ח. וואס האט איר אינזינען אינדערפרי ביים זאגן יהי רצון מלפניך שתצילני היום וכו'?
ט. וואס זענען אייערע אנדערע האביס חוץ צימעס.
י. האט איר עפעס א מעסעזש וואס איר ווילט איבערגעבן פאר אלגעמיינע ק"ש לייענער?
א דאנק פאר אייער צייט.
אין איין ווארט קאווע שטיבל איז א שטיק צימעס וד"ל וקל להבין
Re: פראגעס פאר דעם צימעס איד
א. צימעס איז ביי מיר א פלאץ צו פארטיידיגען די וואס זענען באשמיצט געווארן אן אויפהער און עס איז נישט געוועין ווער עס זאל זיי פארטיידיגן.
ב. בה יא באישי און אויפן גאס.
ג. יא בה.
ד. איך בין נישט דא אויף צו צאפן בלוט חס שלום אבער מאכט זיך אמאל אז מען קען זיך נישט איינהאלטן.
ה. קיין איינס נישט.
ו. אין ערגעץ נישט.
ז. קיין פרוטה נישט.
ח. פירוש המילות.
ט. נייעס בילדער באשרייבינגען וכדומה.
י. אז הלוואי וואלט אזא ווינקל ווי צימעס נישט געוועין אבער לפעמים לא יגונה ההכרח און מען מיז פארטיידיגען די באשמיצטע ובמקום שאין איש השתדל להיות איש.
Sent from my XT1056 using Tapatalk
גר ותושב, א דאנק פאר דיין אויפריכטיגקייט. דיינע תשובות זענען טייל גראד און טייל קרום און טייל ווי תשובה ד', א הארץ וויי. לאמיר פארענדיגן מיט א תפילה אז אחינו בני ישראל היושבים בצימעס המקום ירחם עליהם ויוציאם מצואה לגאולה השתה בעגלה ובזמן קריב.
@רויטע וואנצעס
as funny it may sound, איך שטיי און שוהל הער איך ווי א בחור'ל (בערך 15-16) זאגט פאר זיין חבר "מיין זיידע האט נישט קיין אינטערנעט, אבער איינער פון זיין משפחה פרינט אים ארויס קאווע שטיבל א יעדע שטיק צייט און ער איז זיך מחי'".......
דער גר מאכט סאונדען ווי די "גאס" ליינט קאווע שטיבל, און וואס דא ווערט געשריבן באאיינפלוסט דער המון....
כא כא כא, קאסט מיר א לאך
זעהט אויס אז און דיין סביבה דרייען זיך נאר די מענטשען, און מיין סביבה רופט מען נאך קאווע שטיבל א צימער ווי מען טרינקט קאווע
לחיים ולשלום.....
לייענט אדורך דעם אשכול
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/10942">viewtopic.php?f=26&p=10942#p10942</a><!-- l -->
מר רויטע
איך בין שוין א מעמבער אין קאווע שטיבל א צוויי יאר און איך בין נישט אריינגעטרעטן אין צימעס ביז א חודש צוריק.
איך האב געהאט א בליק אויפן צימעס איד בערך ווי דיר. אבער היינט צוטאגס פארשטיי איך אים מער.
לאמיר דיך מסביר זיין, ווען איינער למשל וועט חלילה מסר'ן דיין ברידער וואס האט נישט קיין פרוטה צו די נשמה און דורעכדעם אנטוען צרות יגון ואנחה , און יענער, דער מסור וועט נאך זיין א רבי און ער וועט האבן חסידים, און די חסידים וועלן עפענן אשכול אין צימעס ווי הייליג און גערעכט זייער רבי איז, אין די ווייסט דעם אמת די שפירסט די ליגענט בלאף און רשעות, וואס וואלסטו דעמאלטס געטוען?
איך בין כמעט הונדערט פראצענט זיכער אז די (און יעדער נארמאלער מענטש) וואלט זיך אנגעגארטעלט זיינע לענדן און ארויף געצויגן די ארבעל און זיך אריינגעזעצט אין צימעס צו אפענטפערן זיינע חסידים און זיי געבן מנה אחת אפים.
Re: פראגעס פאר דעם צימעס איד
איך האב גענטפערט אויף די שאלות איך ערווארט צו זעין וואס אנדערע אנטפערן
Sent from my XT1056 using Tapatalk
וואס איז צימעס אנדערש ווי סתם זיך אויסליפטערען אויף עני בלאג. איטס עי מעטער אוף טעיסט. יעדער האט ליעב עפעס אנדערש. איינער גלייכט קאווע שטיבל א צווייטער גלייכט צימעס.
אויב דו זעהסט אז רוב מענטשן עסן זופ מיט א לעפל, און א מיעוט מיט א גאפל, איז אינטערעסאנט צו הערן פארוואס.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/9352">viewtopic.php?f=10&t=9352</a><!-- l -->
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/video.php?v=121631324845607&pnref=story">https://www.facebook.com/video.php?v=12 ... nref=story</a>