האט איר א דעת בעה''ב אדער א דעת תורה?
42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #933
האט איר א דעת בעה''ב אדער א דעת תורה?
טייערע קאלעגע'ס אין קאווע שטיבל,
ס'איז דא א אויסדריק "דעת בעה''ב איז היפך דעת תורה", אן אריינגיין אינעם מקור, איז עס א פארשטענדליכע זאך, און מ'זעט עס טאקע ביי יעדע נושא ווי די וואס ליגן ראשם ורובם אין תורה האבן א פארקערטע מיינונג ווי די וואס ראשם ורובם ליגט אינעם סמארט-פאון.. אבער ווי פארשטענדליך איז עס נישט תלוי אינעם מזרח וואנט אין אויך נישט דוקא אין לערנען יומם ולילה, נאר ווי דער קאפ ליגט, (כידוע מספרים הקדושים אז ווען מ'גייט צו צום ברענגען פרנסה מיטן ריכטיגן מחשבה, באקומט מען שכר פאר יעדע מינוט פונעם בזיעת אפיך) דהיינו א בעה"ב וואס האט אינזין די "מה חובתי בעולמי" האט געווענליך די זעלבע מיינונג ווי בני תורה,
און פארשטייט זיך אז נאר מיט א שיעור קבוע אין ספרי מוסר/חסידות איז מעגליך צו האבן דעם תורה'דיגן בליק, וואס יעדער וואס לערנט די ספרים בקביעות קען עדות זאגן דערויף ווי ס'טוישט אינגאנצן די מחשבה און דעם בליק אויף יעדע נושא.
איז צו וואס וויל איך צוקומען?
דא איז דאך א אפענע פארום מיט א גרינגערע צענזור ווי אנדערע מקומות, קומט דאך אויס אסאך מאל שמוסערייען איבער פארשידענע ענינים אין אידישקייט, וואס ווערט נישט אויסגעשמועסט ערגעץ אנדערש, און ווי פארשטענדליך איז דא אין יעדע נושא צדדים לכאן ולכאן, איז אין גאס (צו אין מקווה) ווען איך הער אויס איינעמס מיינונג איבער א אידישקייט ענין, ווייס איך געווענליך לויטן רעדנער צו די תורה'דיגע מיינונג איז אזוי ווי ער זאגט אדער גאר פונקט פארקערט.. אבער דא זאגט דאך דער ניק נישט אויס צו ער האלט יעצט נאך א מסילת ישרים צו א באר מים חיים אדער להבדיל נאך א לענגערע קליפ אויף יו-טוב..
איז ביטע טייערע חברים, לאזט אייך הערן צו איר האט א טעגליכע שיעור אין ספרי מוסר אדער חסידות, וועל איך וויסן וואס ארויסצונעמען פון אייערע תגובות, וואס ס'שטייט געשריבן אדער גאר פונקט דאס פארקערטע..
פאר מיינעטוועגן איז מיר שווער צו ענטפערן, ווי באקאנט אידעך אין אדם מעיד על עצמו, אבער לגבי די אנדערע שרייבער אידעך די זאך פשוט כביעותא בכותחא... דער וואס האלט בדר"כ ווי מיר האט א דעת תורה, און דער וואס איז אלעמאל אן איפכא מסתברא'ניק ('שטייטזיך פון מיר...) דער האט זיכער נאר א דעת בעלעבאס! נארוואדען?
זייער גוט! איז אויב עמיצער וויל מאיזה סיבה נישט שרייבן אז ער האט נישט קיין טעגליכע שיעור אין ספרי מוסר אדער חסידות, קען ער שרייבן אויף יאנקל''ס נוסח, און מ'וועט שוין אליין פארשטיין וואס זיין תשובה איז.
דבילה האקט.. ברוך שכוונתי! דער עולם פארשטייט אליין ווי אזוי מגיב צו זיין.
חסיד דיין הנחה אז געווענדליך די וואס לערנען מסילת ישרים האבן איין מיינונג אין די וואס לערנען יוטוב האבן אן אנדרע מיינונג, איז אמת אבער עס ווענדט זיך אסאך אין די זיפקאוד. איך האב שוין אסאך מאל זיך אנגעשטויסן אין דיעת וואס איז געווען גנוי ווי די יוטוב לערנערס , אין עס איז געווען די מיינונג פין ערענסטע מסילת ישרים לערנערס. פרעגדינג יענעם זיין זיפקוד איז עס רובאדרובא נישט געווען 11211.
ס'ארבעט אזוי ס'הייבט זיך אז דער בן תורה האט א געוויסע בליק אויף אידשקייט דערנאך ווען ער לערענט מסילת ישרים זעט ער דארט וואס שטימט מיט זיין פריערדיגע מהלך. נישט אז די מסילת ישרים פארמענט זיין מיינד. זאג עם אז די מסילת ישרים האט זיך געשניטען די בארד ווערט ער אימבאקוועם.
והא ראיה איך קען כמה בני תורה וואס לערנען נישט קיין אידיש ווארט אבער זיי ווילן זיין פין די סארט (למשל די וואס האבן זיך שוין מוחל געווען זייער עבירות) וועלן זיי אייביג זיין אויפ'ן זעלבע טיקעט ווי דיינע בני תורה.
אוודאי דארף מען לערנען תורה צי קענען וויסן וואס די תורה וויל. אבער. דארף זיין זייער אפן צי פרישע איידיעס.
"ס'איז דא א אויסדריק "דעת בעה''ב איז היפך דעת תורה", אן אריינגיין אינעם מקור, איז עס א פארשטענדליכע זאך,"
איך האב א חשד אז עס איז נישט קיין אמתער כלל. ס'איז באשאפן געווארן ווען די וואס די ריפסט בני תורה האבן געוואלט ארויפצווינגען זייער מיינונג אויפ'ן נישט בני תורה'דידע ציבור.
ס'האט אבער נישט געמאכט קיין סענס, ס'איז נישט געווען אויגעהאלטן תורהדיג, די בעלי בית האט געפרעגט קשוית.
האט מען זיי משתיק געווען מיט יסוד "דעת בעה''ב איז היפך דעת תורה".
איך זאג קלאר איך קען נישט די מקור אין היסטאריע פין "דעת בעה''ב איז היפך דעת תורה" ס'איז נאר א שפעקעלאציע.
ליידער האבען זייער ווייניג מענטשען א שיעור אין די ספרים לשם שמים כדי צו פארבעסערען זייער אידישקייט, אפילו די מארקעט וואס עס איז דא פאר די ספרים איז עס נאר פאר די וואס דארפען עס פאר זייער פרנסה צו זאגען א שיעור אדער צו האלטען דרשות,וכדומה
אויך איז דא מענטשען וואס לערנען די ראנג ספרים וואס וועט זיי נישט צוברענגען קיין סאך יראת שמים וד"ל
נולד מאוחרחסיד דיין הנחה אז געווענדליך די וואס לערנען מסילת ישרים האבן איין מיינונג אין די וואס לערנען יוטוב האבן אן אנדרע מיינונג, איז אמת אבער עס ווענדט זיך אסאך אין די זיפקאוד. איך האב שוין אסאך מאל זיך אנגעשטויסן אין דיעת וואס איז געווען גנוי ווי די יוטוב לערנערס , אין עס איז געווען די מיינונג פין ערענסטע מסילת ישרים לערנערס. פרעגדינג יענעם זיין זיפקוד איז עס רובאדרובא נישט געווען 11211.
ס'ארבעט אזוי ס'הייבט זיך אז דער בן תורה האט א געוויסע בליק אויף אידשקייט דערנאך ווען ער לערענט מסילת ישרים זעט ער דארט וואס שטימט מיט זיין פריערדיגע מהלך. נישט אז די מסילת ישרים פארמענט זיין מיינד. זאג עם אז די מסילת ישרים האט זיך געשניטען די בארד ווערט ער אימבאקוועם.
והא ראיה איך קען כמה בני תורה וואס לערנען נישט קיין אידיש ווארט אבער זיי ווילן זיין פין די סארט (למשל די וואס האבן זיך שוין מוחל געווען זייער עבירות) וועלן זיי אייביג זיין אויפ'ן זעלבע טיקעט ווי דיינע בני תורה.
אוודאי דארף מען לערנען תורה צי קענען וויסן וואס די תורה וויל. אבער. דארף זיין זייער אפן צי פרישע איידיעס.
"ס'איז דא א אויסדריק "דעת בעה''ב איז היפך דעת תורה", אן אריינגיין אינעם מקור, איז עס א פארשטענדליכע זאך,"
איך האב א חשד אז עס איז נישט קיין אמתער כלל. ס'איז באשאפן געווארן ווען די וואס די ריפסט בני תורה האבן געוואלט ארויפצווינגען זייער מיינונג אויפ'ן נישט בני תורה'דידע ציבור.
ס'האט אבער נישט געמאכט קיין סענס, ס'איז נישט געווען אויגעהאלטן תורהדיג, די בעלי בית האט געפרעגט קשוית.
האט מען זיי משתיק געווען מיט יסוד "דעת בעה''ב איז היפך דעת תורה".
איך זאג קלאר איך קען נישט די מקור אין היסטאריע פין "דעת בעה''ב איז היפך דעת תורה" ס'איז נאר א שפעקעלאציע.
איז סך הכל שרייבסטו אז מסילת ישרים אליינס איז נאך נישט גענוג, אבער ביזט מודה אז אן מסילת ישרים איז זיין בליק זיכער נישט די תורה'דיגע בליק, כ'האב גוט פארשטאנען?
איך לערן מוסר ספרים, הגם נישט טאג טעגליך, אבער לכה"פ עטליכע מאל אין וואך.
אבער עס איז זיכער אז מיין דעת איז נישט קיין דעת תורה..... איך האב שוין געהערט פון איינעם נאכזאגן עפעס בשמי (פון דעם פריוואטן פארום) און עס טוט מיר וויי אז מענטשן וועלן אנהויבן מקיל זיין אין זאכן וואס זיי האבן מחמיר געווען ביז היינט.
איך בעט יעדן, אין אני אומר קבלו דעתי, דא איז נאר א פלאטפארמע וואו מען גיבט זיך אויס די מחשבות..... פאר יעדן ספק, פרעגט אייער אמת'ן דעת תורה... איך וויל זייער נישט שטיין מיט אייך פארן בי"ד של מעלה....
חסיד
chasidפארשטייט זיך אז נאר מיט א שיעור קבוע אין ספרי מוסר/חסידות איז מעגליך צו האבן דעם תורה'דיגן בליק, וואס יעדער וואס לערנט די ספרים בקביעות קען עדות זאגן דערויף ווי ס'טוישט אינגאנצן די מחשבה און דעם בליק אויף יעדע נושא.
circular reasoning.
די גר"א זאגט אז דעת תורה קומט פון הארעווען שעות ארוכות בתורה לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא.
חסיד! באמת בין איך נאך בכלל נישט קלאר פונקטליך אין די וועג וויאזוי דו שטעלסט אראפ די חילוק צווישן א דעת תורה און דעת בעה"ב. דער וואס האט א שיעור אפ' יעדן טאג מיינט עס נאך אינגאנצן נישט אז ער באקומט א דעת תורה. א דעת תורה הייסט עמיצער וואס איז חוץ זיין לערנען (אסאך, און נישט בלויז שיעור קבוע) איז ער א ירא שמים און נאכאלץ באהאוונט אין דברים שבין אדם לחבירו, ד.ה נישט ער זאל זיין א שיפעלע זיבעלע.
ווי למשל אפטמאל וועט זיך די שאלה האנדלען בדברים וואס פילע ריכטיגע דעת תורה'ס וועלן נאכאלץ נישט קענען האבן קיין מיינונג דערין אויב האבן זיי נישט קיין בלאסן אהנונג אין וועלטליכן טאג טעגליכן לעבן און קענען נישט קיין צורת מטבע. אבער ב"ה לא אלמן ישראל און מיר פארמאגן נאך היינט גוטע רבנים וואס זענען קיינע נערנים.
אבער דאס מיינט נאכנישט אז די צוויי שעה מוסר מאכט יענעם גענוג שטארקן דעת תורה זיך צו קענען פארגלייכן ווען ס'קומט אין קעגנזאץ מיט א פסק פון א ת"ח, רב, אדער סתם קלוגער ערליכע איד וואס איז נישט קיין בעה"ב און "טאקע אין פילן זין פון ווארט".
און דער ענין פון פאלגן א דעת ת"ח קעגן א דעת בעה"ב איז טאקע געזאגט געווארן אויף אזא פאל ווי דער בעה"ב לערנט נישקשה, און איז א ירא שמים אויך אבער פארט א בעה"ב, אבער קען זיך נאך גאנץ כמעשה פארגלייכן מיטן רב, משא"כ דער רב איז עמיצער וואס זיצט אגאנצן טאג און לערנט און איז נישט קיין בעה"ב, (און קען זיך אויס אין יענעם נושא אין וועלכע געביט ס'זאל נאר זיין) וואס אפ' דאן פאלגט מען דעם רב וויבאלד ער איז א דעת תורה. אבער ווען דער בעה"ב האט נישט קין ערנסטע שיעורים, און אפ' ער האט יא, אבער אויב קען ער זיך נישט פארמעסטן מיטן רב אין תלמוד וחכימות איז דאך א דבר פשוט אז מ'נעמט נישט אן ווי עם. נישט אזוי?
יידל האקט........ און ער איז זיך גראדע נישט סותר מיט מיר
אבער דאס פארשטייט איר אז אן א שיעור מוסר איז נישטא די תורה'דיגען בליק, די שאלה איז נאר דער שיעור מוסר איז גענוג, פארשטיי איך גוט?
ניטאמאל קיין שאלה. נו זיכער איז עס נישט גענוג. און אפ' די שעה צוויי לערנען נאך די שעה מוסר וועט אויך נישט זיין גענוג, צו הייסן דעם "דעת תורה"
כ'האב אמאל געהערט אז די עליטיסט מליצה פון "דעת בעה"ב היפך דעת תורה" קומט פון סמ"ג אדער סמ"ק, און ס'איז בכלל נישט געזאגט אין די ברייטע קאנטעקסט וואס מ'ניצט עס היינט. ס'איז אזא סארט חדש אסור מן התורה מליצה וואס איז געווארן אבויזט, און טאקע מערסטנעס ביי עמי הארצים וועלכע האבן נישט די אריגינעלקייט צו עפעס מחדש זיין, נאר חזר'ן איבער צושלאגענע קלישעס.
בנוגע די שאלה דא איז די זאך זייער קלאר.
לערנסטו מוסר פונעם בעל מסילת ישרים: דעת תורה!
לערענסטו מסילת ישרים פון רמח"ל: דעת בעל הבית!
ווייסטו בלויז נאכצוזאגן פונעם בעל מסילת ישרים אין זיין הקדמה אז ער איז נישט געקומען מחדש זיין קיין נייעס זאכן וכו': דעת תורה
ווויסטו אויך נאכצוזאגן פון דרך תבונות פון רמח"ל אז א איד איז מחיוב צו באקומען א סעקוילער ערציאונג און לערנען די חכמות וואס העלפט פאר פרנסה: דעת בעה"ב
די גאנצע קאנסעפט פון דעת תורה ווערט כמעט נישט דערמאנט ביז פאר ארום הונדערט יאר צוריק, און די פענאמענאן וואס פלעגט מיינען אז די דעת איז משלים די תורה, ד.ה. אז דעת = סעקולארע ידיעות און חכמה בגוים, איז משלים די תורה אז א תלמיד חכם זאל קענען פסק'נען בדברים וואס פעלט זיך אויס צו פארשטיין די סייענס צי סיי וועלכע חכמה כדי ארויסצוקומען מיט'ן ריכטיגע פסק, איז איבערגעדרייט געווארן צו א לייסענס פאר א "פוסק" צי א "גאדעל" זיך אריין צו מישן אין זאכן וואס האט גארנישט מיט הלכה, צי מיט'ן תירוץ פון "דעת תעירע" אדער "השקפה" אן אנגעבן קיין שום מקור צום פסק דין.
ס'דא א
בריוו אין אגרות קודש פונעם בעל התניא וואס האקט אויף דעם קאנסעפט:
ההיתה כזאת מימות עולם ואיה איפוא מצאתם מנהג זה באחד מכל ספרי חכמי ישראל הראשונים והאחרונים להיות מנהג ותיקון לשאול בעצה גשמיות כדת מה לעשות בעניני העולם הגשמי אף לגדולי חכמי ישראל הראשונים כתנאים ואמוראים אשר כל רז לא אנס להו ונהירין להון שבילין דרקיע כ"א לנביאים ממש אשר היו לפנים בישראל כשמואל הרואה אשר הלך אליו שאול לדרוש ה' על דבר האתונות שנאבדו לאביו...
... וע"כ היטב חרה להם בצער הגוף ח"ו ה' ירחם ואין יכולין לקבל כלל עד שמעבירם על דעתם לכתת רגליהם מעיר לעיר לשאול עצות מרחוק ולא שעו אל ה' לשוב אליו ברוח נמוכה והכנעת הגוף לקבל תוכחתו באהבה כי את אשר יאהב ה' וכו':...
ביי אונז יודן אבער, גלייבען מיר אז תורה לא בשמים היא ולא מעבר לים, ס'איז אקסעסיבעל צו יעדע איד וואס וויל, און אוודאי איז א רבי, א מורה דרך א שיינע זאך, אבער זיי דארפן אויך פארשטיין ווי זייער כח ענדיגט זיך און אויב אינטערדריקען זיי דעם המון עם פאר זייער אייגענע געברויכען, צי פאר תאוות הממשלה, צי פאר פאליטיק, זענען זיי עתיד ליתן את הדין פונקט ווי יעדע דיקטאטור.
יעצט שרייט אלע אין א כאר בענעאזאם אז איך בין דאך א נישטיגע דעת בעה"ב און וואס פארשטיי איך.
עס איז וויכטיג אנצומערקען אז די כלל איז שטארק גילטיג אין עניני ממונות, ווי דעת תורה האט געוויסע יסודות ווי מוחזוק, קים לי, וכדומה, וואס דעת בעה"ב ע"פ זיין הבנה אין מסחר וואלט געזאגט להיפך.
דער סמ"ג אדער סמ"ק וואס איך האב אויבן דערמיינט, זאגט עס אין / אויף חושן משפט. (כ'שרייב פון זכרון פון זכרון. קען איינער טרעפן די מקור?)
אשכנעס איז וויכטיג אנצומערקען אז די כלל איז שטארק גילטיג אין עניני ממונות, ווי דעת תורה האט געוויסע יסודות ווי מוחזוק, קים לי, וכדומה, וואס דעת בעה"ב ע"פ זיין הבנה אין מסחר וואלט געזאגט להיפך.
איך גלייב דאס איז אמאל געווען דעת בעל הבית.
גאגעל ברענגט צי
שיחת קןדש מנחם מנדל שניאורסאהן א ו ו ד ע ר נ א ך א י ז ד א א מ א ד נ ע ר ד י ו א י ו ח ו ש ו מ ש פ ט , ( ו ו א ס " ח ו ש ו מ ש פ ט " א י ז א
ג ע ד ר ו ק ט ע ר ס פ ר א ו ו א י ז ג ע ד ר ו ק ט ה ע כ ע ר מ י ט צ ו ו י י ה ו נ ד ע ר ט י א ר צ ו ר י ק ב מ י ל א ק ע ו
מ ע ו נ י ט ה א ב ו ק י י ו ט ע נ ו ת א ז דא ס א י ז פ א ר ב ו נ ד ו מ י ט ד ע ם ק ר י י ז ב י י א י ד ו א ו ו מ י ט
א צ ו ו י י ט ע ר ק ר י י ז ב י י א י ד ו ) , ש ט י י ט א י ן ח ו ש ו מש פ ט א י ו ה ל כ ו ת ד י נ י ם א ו ו ס י ו ו ע ט
א ר א פ ג ע ב ר א כ ט א י ו א ח ר ו נ י ם , א ז בש ע ת מ י ד א ר ף מ צ ר ף ז י י ו ( צ ו ז א מ ע נ ש ט ע ל ו ) א ב י ״ ד ט א ד
מ ע ן נ י ט מ צ ר ף ז י י ו ק י י ו ב ע ה ״ ב , ד ע ר נ א ך ז א ג ט מ ע ו ד ע ם טע ם א ו י ף ד ע ם , א ז " ד ע ת
ב ע ה ״ ב י ת י ם ( א י ז ) ה י פ ו ( פ ו ו ) דע ת ת ו ר ה " .
סקיקט אויס אז סאיז אן הלכה אין שלחן ערוך
נולד מאוחרגאגעל ברענגט צי
שיחת קןדש מנחם מנדל שניאורסאהן א ו ו ד ע ר נ א ך א י ז ד א א מ א ד נ ע ר ד י ו א י ו ח ו ש ו מ ש פ ט , ( ו ו א ס " ח ו ש ו מ ש פ ט " א י ז א
ג ע ד ר ו ק ט ע ר ס פ ר א ו ו א י ז ג ע ד ר ו ק ט ה ע כ ע ר מ י ט צ ו ו י י ה ו נ ד ע ר ט י א ר צ ו ר י ק ב מ י ל א ק ע ו
מ ע ו נ י ט ה א ב ו ק י י ו ט ע נ ו ת א ז דא ס א י ז פ א ר ב ו נ ד ו מ י ט ד ע ם ק ר י י ז ב י י א י ד ו א ו ו מ י ט
א צ ו ו י י ט ע ר ק ר י י ז ב י י א י ד ו ) , ש ט י י ט א י ן ח ו ש ו מש פ ט א י ו ה ל כ ו ת ד י נ י ם א ו ו ס י ו ו ע ט
א ר א פ ג ע ב ר א כ ט א י ו א ח ר ו נ י ם , א ז בש ע ת מ י ד א ר ף מ צ ר ף ז י י ו ( צ ו ז א מ ע נ ש ט ע ל ו ) א ב י ״ ד ט א ד
מ ע ן נ י ט מ צ ר ף ז י י ו ק י י ו ב ע ה ״ ב , ד ע ר נ א ך ז א ג ט מ ע ו ד ע ם טע ם א ו י ף ד ע ם , א ז " ד ע ת
ב ע ה ״ ב י ת י ם ( א י ז ) ה י פ ו ( פ ו ו ) דע ת ת ו ר ה " .
סקיקט אויס אז סאיז אן הלכה אין שלחן ערוך
כדי מ'זאל קענען לייענען, האב איך אראפ גענומען די ספעיסעס.
נולד מאוחרגאגעל ברענגט צי
שיחת קודש מנחם מנדל שניאורסאהןאון דערנאך איז דא א מאדנער דין אין חושן משפט,(וואס "חושן משפט" איז א געדרוקטער ספר און איז געדרוקט העכער מיט צוויי הונדערט יאר צוריק במילא קען מען ניט האבן קיין טענות אז דאס איז פארבונדן מיט דעם קרייז ביי אידן און מיט א צווייטער קרייז ביי אידן), שטייט אין חושן משפט אין הלכות דינים און ס'וועט אראפגעבראכט אין אחרונים, אז בשעת מידארף מצרף זיין (צוזאמענשטעלן) א בי״ד טאר מען ניט מצרף זיין קיין בעה״ב, דערנאך זאגט מען דעם טעם אויף דעם, אז "דעת בעה״ב'תים (איז) היפוך (פון) דעת תורה".
איך האב (איך האף) דעת בעה"ב און איך בין זייער שטאלץ מיט דעם. איך וואלט מיך זייער געשעמט צו האבן דעם אזויגעריפענע דעת תורה.
א טייל פון די דעות פון די דעת תורה:
ארויסגעבן פסקים, בריוון, אן אויסהערן דעם צווייטן זייט.
שרייען אז יענער טאר נישט גיין אין קאורט, ווען מען איז אליין אין קאורט.
ציען א דין תורה פאר אייביג...
זיצן ביין די תורה און פסק'נען דיני ממנות ווען זיי קענען נישט חשון משפט
רבנים וואס האקן אף די אינטערנעט, ווען זיי אליין האבן אינטערנעט אפילו אן א פילטער.
פארדעקן מאלעסטאשען.
מאכן גזרות שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בהם.
די ליסטע גייט אן, נאך און נאך, אבער מיין צייט ערלויבט נאר דאס.
[ציטאט אראפגענומען]
זעה איך שוין, מיין זכרון ראסט אוועק. כ'האב פארטוישט סמ"ע מיט סמ"ק.
כ'האב אמאל געהערט א בעל דרשן מסביר זיין וואס איז פשט דעת בעל הבית היפוך דעת תורה. למשל ברענט א פייער סטראשעט איינצושלינגען צוויי הייזער, אין איינעם געפינט זיך א פיצל קינד א וועזשעטעבל וואס האט קוים 6 שעה צן לעבן בעת אינעם צווייטן איז א דא גאלד און זילבער מיט דיאמאנטן און סאיז נאר דא אפאר עמערס וואסער אין שטעטל צו לעשן. פרעגט דעם אנגעפאשעטן בעל הבית וועט זאגן אוודאי גייט ראטעווען די הויז מיט געלט מיט וואס מען וועט קענען ראטווען אסאך לעבנס שטיצן די מוסדות און חתונה מאכן אלמנות ויתומים דאס קינד נעבעך איז שוין סייווי אויף יענע וועלט אין אפאר שעה. אבער דעת תורה זאגט ראטעוועט דאס קינד און זאל אלעס פארברענט ווערן. אט דאס מיינט דער פסוק דעת בעל הבית היפוך דעת תורה.
[ציטאט אראפגענומען]
שפתים ישק משיב דברים נכונים.
בן תמליוןכ'האב אמאל געהערט א בעל דרשן מסביר זיין וואס איז פשט דעת בעל הבית היפוך דעת תורה. למשל ברענט א פייער סטראשעט איינצושלינגען צוויי הייזער, אין איינעם געפינט זיך א פיצל קינד א וועזשעטעבל וואס האט קוים 6 שעה צן לעבן בעת אינעם צווייטן איז א דא גאלד און זילבער מיט דיאמאנטן און סאיז נאר דא אפאר עמערס וואסער אין שטעטל צו לעשן. פרעגט דעם אנגעפאשעטן בעל הבית וועט זאגן אוודאי גייט ראטעווען די הויז מיט געלט מיט וואס מען וועט קענען ראטווען אסאך לעבנס שטיצן די מוסדות און חתונה מאכן אלמנות ויתומים דאס קינד נעבעך איז שוין סייווי אויף יענע וועלט אין אפאר שעה. אבער דעת תורה זאגט ראטעוועט דאס קינד און זאל אלעס פארברענט ווערן. אט דאס מיינט דער פסוק דעת בעל הבית היפוך דעת תורה.
פרעג דעם בעל דרשן אויב דאס וועדזשטעבל קינד האט הויט (skin) וואס איז פערצאפאל אן אנערע פארב (color) ווי זיינס למשל שווארץ, וואס זאגט דעמאלטס זיין דעת תורה? אין וואס זאגט דעמאלטס דער דעת בעל בית?
עס איז דא אמת'ע משלים פין דעת תורה וואס איז היפוך דעת בעל הבית, דאס איז זיכער אז דער וועג ווי מען ניצט דער רעיון היינט איז מיט אביוס, מען טוט בלאפען הן דעת תורה הן דעת בעל הבית.
דעת תורה מיינט די זאך וואס איז מבואר אין די תורה. דעת בעל הבית מיינט ווי אזוי א מענטש פארשטייט אהן קוקען אין די תורה, נאר נעמען אין אכט אייגענע מוסר וכו'.
באקאנט איז פין ר' חיים בריסקער דער משל, אז איינער האט א הונט און דער הונט האט איינעם צו מזיק'ט, פרעגט א בעה"ב, וועט ער זאגען אז עס נישט זיין שולד (היינט איז אנדרעש), טאמער זיין קינד איז מזיק, וועט ער גערען באצאלען. לעומת זה דעת תורה זאגט, אז אויף א הונט איז מען חייב, און אויף א קינד איז מען פטור. ווייל אזוי איז די הלכה.
היינט נוצט מען דאס אויף השקפה ענינים, און כאילו דער תלמיד חכם קען זאגען א דעה וועגען בחירות נייעס פאליטיק, הגיון מחשבה און ציונות, לעומת דער בעה"ב וואס איז א געשטראפטער און האט נישט צו זאגען קיין דעה אין אזעלכע ענינים ווייל ער לערנט נישט גענוג קצות און נתיבות.
דער אמת איז אבער, אז לא ראי זה כראי זה, א ת"ח וואס האט נישט געלערנט קיין הלכות שבת, ווייסט נישט בחייכון הלכות מוקצה, צו הלכות פקוח נפש וכו', אפילו ער האט דעת תורה אין הלכות מוחזק, און הלכות קנינים ווייל ער האט געלערנט אביסעל חושן משפט, האט ער דעת בעל הבית אדער נאך ווייניגער און הלכות מוקצה.
לגבי הלכות פאליטיק האט דער ת"ח פין ד' חלקי שו"ע קיין שום יתרון נישט איבער אנדערע, צו דער רבי וואס האט א דעה אין הימעל, זענען זיינע דעות אין דער ערד, ווייל ער ווייסט נישט וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט, מער ווי א געווענליכע בעל הבית, וואס האט די זעלבע ידיעות ווי אים אין די ענינים.
א משל קען מען ניצען די עירוב אין בארא פארק, ווען רבנים וואס האלטען אז על פי הלכה איז עס נישט א רה"ר, אסר'ן ווייל זיי האבען דעת תורה, אבער זיי אליין ווייסען אז זייער דעת אין דעם ענין איז היפוך דעת תורה וואס איז מתיר די עירוב, זיי האבען נאר זייטיגע סיבות צו אסר'ן.
לעומת זה, איז דא פלענטי תלמידי חכמים וואס זענען גרויסע מושחתים און אוממענטשען ווען עס קומט צו האנדלען בין אדם לחבירו, און ווען מען האלט זיי אפיר ציטירען זיי דער דעת תורה זייערע. די אלע מאכען א חילול השם.
דער פותח האשכול, האט כמובן אנגענומען דער מהלך פין דעת תורה, אפילו אויף עניני השקפה, און האט זיך באקוועמערהייט אריין גלייגט אין דעם דעת תורה קליקע, דורך טענה'ן אז וויבאלד ער כלומר'שט לערנט אביסעל יעדען טאג, האט ער דעת תורה, משא"כ דער וואס לערנט נישט יענער איז דער פארשאלטענער בעל הבית. והדברים האלו מביאים לידי גיחוך.
א דוגמא ווי מען האט גענוצט א ענדליך רעיון שלא כהלכה, איז געווען ביי די לעצטע הזרעה מלאכתית דעבאקעל, ווי מען האט געברענגט צו פירען א רב פין ארץ ישראל, וואס נישט האבען קיין געווער קעגען רח"ל כ"ץ (זיין מהות איז ווערט אן אשכול בפני עצמו) האט ער פשוט געזאגט, אז נישט אלע תלמידי חכמים זענען בבחינת להורות נתן, און עס קען זיין א גדול ווי רח"ל, וואס ווען עס קומט צו פסק'נן איז ער נישט דער וואס מען זאל פרעגען.
דא האט ער גענומען דער מהלך המחשבה א שריט ווייטער און געפסל'ט אפילו איינער וואס יעדער וואלט געזאגט אז ער איז א בקי בד' חלקי שו"ע, און ווער קען זאגען אז ער האט נישט קיין דעת תורה, און אים גאר אנגעפסל'ט אויף דעם זעלבען אופן ווי רח"ל האט אנגעפסל'ט ר' שלמה באכנער אז ער האט נישט קיין דעת תורה. אין א וועג האב איך הנאה ווען מען גיט איינעם צו עסען זיין אייגענעם מעדעצין, אבער גערעכט זענען ביידע נישט.
איחוד,
זייער גוט ארויסגעברענגט, דעת תורה מיינט די דעת פון די תורה אליין, נישט די דעת פון דער ת"ח וואס לערנט א געוויסע שיעור תורה. און אנדערע ווערטער יעדער קען וויסן די דעת תורה ביי לערנען די תורה אין דעם ענין וואס ער וויל זאגן א דעה. און פארשטייט זיך עס קען זיין מחלוקות וואס דער דעת תורה איז, און יעדער וואס האט געלערנט די תורה אין דעם ענין קען זאגן א מיינוג וואס עס דער "דעת תורה" איז אין די פאל.
באמת איז דאך "אין דעותיהן שוות" א כלל אפילו צווישען די דעת-תורה'ס, ממילא אפילו אז כ'וועל מגלה זיין אין וועלכע מוסר/חסידות ספר כ'בין דבוק, וועסטו נאך אלץ נישט זיין צופרידן.
יא, כ'פלעג לערנען באר מים חיים, ישמח ישראל ודומיהן. כיום, ווען מ'דארף עפענען א ספר כדי די קליינע קינדער זאלן זעהן, באנוץ איך זיך מיט מכתב מאליהו.
איז צו וואס וויל איך צוקומען?
דא איז דאך א אפענע פארום מיט א גרינגערע צענזור ווי אנדערע מקומות, קומט דאך אויס אסאך מאל שמוסערייען איבער פארשידענע ענינים אין אידישקייט, וואס ווערט נישט אויסגעשמועסט ערגעץ אנדערש, און ווי פארשטענדליך איז דא אין יעדע נושא צדדים לכאן ולכאן, איז אין גאס (צו אין מקווה) ווען איך הער אויס איינעמס מיינונג איבער א אידישקייט ענין, ווייס איך געווענליך לויטן רעדנער צו די תורה'דיגע מיינונג איז אזוי ווי ער זאגט אדער גאר פונקט פארקערט.. אבער דא זאגט דאך דער ניק נישט אויס צו ער האלט יעצט נאך א מסילת ישרים צו א באר מים חיים אדער להבדיל נאך א לענגערע קליפ אויף יו-טוב..
למעשה, רוב ענינים וואס ווערן דא איבערגעשמועסט זענען מציאות'ן נישט קיין דעות. דא הערט מען דעם וויי געשריי פון סיסטעם-געליטענע, והכל מודים אז ס'איז געפערליך/פאלטש/שלעכט. די חילוק איז נאר, אז אין מאנכע פלעצער איז אסור צו טראכטען הויעך, און דא, אין קאווע שטיבעל, איז מותר.
אין צוגאב צו דיינע ווערטער, אויב זאל דער ענין האבן א אמת, וואלט עס געמיינט אז אפילו א איד א תלמיד חכם וואס קען אורח חיים ישר והפוך, אבער חושן משפט קען ער גארנישט, וועט ער לגבי א שאלה ווען איין קאר האט אריין געזעצט אין א צווייטע קאר ווען דער האט געברעיקט, האבן דעת בעל הבית, דאס הייסט ער קען זאגן סברות דער האט געמעגט ברעיקען, דער האט געדארפט גיין ווייטער אוועק, אבער דעת בעל הבית בלייבט עס, ווידער דער איד דער בעל הבית וואס האט געלערנט די הלכות ער האט אין דעם דעת תורה.
די אמאליגע משלים גייען אויף דער נוסח.
היינט האט מען גענומען דער סלאגאן און גענוצט אויף עניינים וואס שטייען נישט אין די תורה, ענינים וואס זענען לכל היותר פיפטע חלק, און מען זאגט כאילו אז דער בעל בית וואס ארבעט ווען ער זאגט א דעה אין אזעלכע ענינים איז עס דעת בעל הבית, ווידער דער רב וואס קען זיין א גרויסע מן הארץ אויך, ער האט דעת תורה און פארשטייט בעסער.
כמובן איז עס א עד האמינאם, וואס גיבט א פשוט'ע וועג איינעם אוועקצומאכן גרינגערהייט אהן דארפען ענטפערן צו זאכליכע טענות.
איך האב א דעת תורה, פון וואו ווייס איך? ווייל איך קוק אין די תורה און איך זעה אז ס'שטייט דארט פונקט וואס איך האלט, און פון דעם איז געדרינגען אז די אלע וועלכע זאגן פארקערט האבן דעת בעל הבית.
דאס איז ווייל די קוקסט מיט בעליבאתישע אויגן..
ניין, איך קוק מיט תורה'דיגע אויגן!
אישתישבידאס איז ווייל די קוקסט מיט בעליבאתישע אויגן..
דעת תורה און דעת בעה"ב מאכט נישט קיין חילוק ביי עפעס וואס שטייט קלאר אין די תורה, אז ס'שטייט קלאר שטייט עס קלאר נאו איפס ענד באטס.
סאו אויב ער זעהט זיך דארטן מיינט עס אז ער האט קלאר דעת תורה (אדער תור
א...)
חת"ם סופר: כדי א ביסל קלאר צו מאכן די גאנצע איידיע פון ..."דעת תורה"... און ..."דעת בעל הבית"... וועללן מיר זיך אויסבארגן א קאנצעפט פון די ליטווישע עילאם ה'טעירעה... גברא און חפצא.! דער עולם מאכט א טעות ווען זיי זאגן אז דעת תורה און דעת בעה"ב גייט ארויף אויפ'ן גברא. אז דער מענטש וואס איז קלאסיפיצירט צו זיין א בן תורה. איז סיי וואס ער זאגט. אפילו עם הארצות און שטותים והבלים. אלעס איז ..."דעת תורה"...און דער בעה"ב. אפילו ער לערנט שיעורים און איז בקי אין דעם געוויסן מקצוע. הייסט נאכאלץ אלעס וואס ער זאגט דעת בעה"ב. דאס איז נישט ריכטיג. נאר מ'קוקט אויף די ..."חפצא"...איבער דעם עניין וואס מ'איז יעצט דן. וואס שטייט אין חושן משפט... אט דאס איז דעת תורה. און די זעלבע זאך ווען מ'פרעגט א בעל הבית (וואס האט נישט געלערנט חושן משפט) וואס זיין מיינונג איז איבער דעם געוויסן עניין. וואס ער זאגט פון זיין אייגענעם שיקול הדעת. דאס איז דעת בעה"ב...!
Re: האט איר א דעת בעה''ב אדער א דעת תורה?
[ציטאט אראפגענומען]
דאס קומט פון דא:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/368676">viewtopic.php?f=54&t=11440&p=368676&hilit=%D7%93%D7%A2%D7%AA+%D7%91%D7%A2%D7%9C+%D7%94%D7%91%D7%99%D7%AA&sid=237b69fece1364272f0059dca86bdc04#p368676</a><!-- l -->
Sent from my SM-N950U using Tapatalk
רביה''ק זי''עניין, איך קוק מיט תורה'דיגע אויגן!
נישט ממש.
תורה'דיגע אויגן האלטען וואס זיי זעהן עס שטייט אין תורה,ַַ נישט ווי די זאגסט פארקערט, אז די זעהסט אז אין די תורה שטייט וואס די האלסט.
עס קען זיין די האסט דאס טאקע געמיינט ארויסצוברענגען.
איך כאפ נישט די חילוק צווישן די צוויי.
למשל
וואס האלט איר בנוגע קרבתנו?
דער ערשטער
נישט גוט. דערנאך זוכט ער ראיות פין די תורה מחזק זיין און אויסבויען זיין שיטה.
דער צווייטער
ער ווייסט נישט, ער זוכט נאך אלע מקורות, און איז דן, און פין דעם קומט ער ארויס מיט א בירור וואס ער האלט.
דער ערשטער איז נישט דעת תורה. עס איז דעת עצמו.
פארשטייט זיך אז יעדער טענה'ט אז ער איז דן אן קיין דעות קדומות, די איינציגסטע וועג צו וואוסן ווער ס'גערעכט איז אריינצוקוקן אינעווייניג און זעהן ווי וועם ס'שטייט. וואס אנבאלאנגט קרבתנו דארף מען אריינקוקן אין די תורה און קוקן וואס שטייט דארט, און אויב ס'שטייט נישט גארנישט דערוועגן מיינט עס אז די תורה האט נישט קיין שטעלונג דערויף.
איך האב א דעת תורה, פון וואו ווייס איך? ווייל איך קוק אין די תורה און איך זעה אז ס'שטייט דארט פונקט וואס איך האלט
פארשטייט זיך אז יעדער טענה'ט אז ער איז דן אן קיין דעות קדומות,
והאיך יתקיימו שניהם?
איך ווייס פאר א פאקט אז רב ביק און טענקער רב האבן נישט געזיכט אין שולחן ערוך צו דער עירוב איז מותר אדער אסור.
ווידער די מתירים, דער קארלסבורגער האט זיך געקווענקלט פאר א לאנגע צייט, און נאך מברר זיין און ארומפארן אליין און זיך איבערגעצייגט אז עס איז נישטא קיין חשש דאורייתא האט ער מסכים געוועהן.
איז קלאר אז דעת תורה אין דער ענין האט געהאט דער קארלסבורגער.
זוכען און טרעפען וואס מען האלט איז אויך נישט דער זעלבע ווי האבן דעות קדומות ווי מען קען שפעטער איינזעהן אז נאפס, דעת תורה איז אנדערש, אבער זיך אנקלערן וואס די הלכה דארף זיין, און שפעטער נאר זוכן ראיות צו דעם, איז קלאר דעת עצמו, און טאמער איז ער א בעל הבית איז עס דעת בעל הבית, און טאמער א אקס , איז עס דעת תורא.
צום ערשט קוקט איך אין די תורה און איך פרובירט פארשטיין וואס שטייט דארט, נאכדעם ווען איך האב אפגעמאכט וואס שטייט דארט און איך טרעף אן א צווייטער וואס זאגט אז ס'שטייט פארקערט קוק איך אריין און איך זעה אז ס'שטייט ווי מיר, דעמאלטס ווייס איך אז איך בין דער וואס האט די "דעת תורה". אלס פארענטפערט? 😂 😂 😂
איין זאך איז נאך שווער, פארוואס האלטסטו אז דעת תורה איז א מעלה? 😂 😂 😂
רביה''ק זי''עצום ערשט קוקט איך אין די תורה און איך פרובירט פארשטיין וואס שטייט דארט, נאכדעם ווען איך האב אפגעמאכט וואס שטייט דארט און איך טרעף אן א צווייטער וואס זאגט אז ס'שטייט פארקערט קוק איך אריין און איך זעה אז ס'שטייט ווי מיר, דעמאלטס ווייס איך אז איך בין דער וואס האט די "דעת תורה". אלס פארענטפערט? 😂 😂 😂
נאך אין קשיא.
אויב אזוי, אז די קוקסט דער ערשטע מאל אין די תורה צו זעהן וואס שטייט, איז דאך שוין פין דעם אליין געדרינגען אז די האסט דעת תורה, איז וואס דארפסטו קוקען נאכאמאהל?
ס'ווערן אלץ נולד נייע קשיות און נייע תירוצים, בעיקר פון די מחבלי כרמים וועלכע פרובירן פארדרייען א קאפ און טוישן gears יעדן שני וחמישי, דארף מען אלץ צוריקגיין נאכאמאל איבערקוקן און איבערלערנען די רעלעוואנטע סוגיות.