De Blasio's מלחמה מיט UBER
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9327
De Blasio's מלחמה מיט UBER
נעכטן קלינגט מיר די טעלעפון, מיט א גערעגטע מינע געב איך א צי ארויס דעם טעלעפון פונעם האלטער, ווער פאר א גיט יאר באדערט מיר אויף א זינטאג אין די 9 טעג? מ'דארף דאך ממעט זיין ב'ביזנעס? ווער וויל מיך מכשל זיין? (אינטרעסאנט אז ער ווייסט נישט מיין נאמבער א גאנץ יאר)
איך געב א קיק אויפן caller ID, שטייט דארט UBER INC, וואס? UBER די נייע קאר סערוויס פין אמעריקע זיכט צי רעדן מיט מיר? אויב אזוי ווערט דאך שוין א שאלה פין דבר האבוד, האב איך מיר מתיר געווען אין געגעבן א דריק talk.
הייבן זיי מיר אן צי פארציילן וועגן א מלחמה וואס דער מעיאר פירט מיט זיי, אויב איז דאס די גאנצע וואס עטץ האטס געוואלט, הענג איך צירוק אויף די טעלעפון, שיינער הייט געזאגט "אן קיין ג'וד ביי" .
קיקענדיג די נייעס היינט זע איך אז דער מעיאר וויל גאר סטאפן די קאמפאני, סטאפן די קאמפאני? דעס איז דרך אמעריקע ווי אזוי קען ער דאס טהון???
הערט אין שטוינט מ'געט עס א נאמען cap the growth of the company for 1 year until it's impact is studied
קען מיר איינער מסביר זיין מיט וואסערע ליגאלע רעכטן קען ער דאס טהון?
ארבעט עס ביי אינז פינקט ווי אין קאמיוניסט רוסלאנד? אויב האסטו הצלחה מיז מען דיר אינטערברענגן?
וואס וויל ער פין זיי? וואס פאר א impact "וויל" ער טרעפן נאך דעם יאר?
סימפל זיי נעמען צו זיין פרנסה
ער איז א טעקסי דרייווער?
דיבלאזיאו איז נישט די איינציגסטער. ס׳הערשט א מורה׳דיגע פיינטשאפט צו uber ביי אסאך פאליטישענס. גראדע האט זיי בלומבערג יא ליעב געהאט.
ווי אזוי ארבעט עס? ווען א מעיאר האט פיינט א קאמפאני (מאיזה סיבה שהוא) קען ער טון מיט זיי כאדם העושה בתוך שלו?
Re: De Blasio's מלחמה מיט UBER
געווענליך ווען א פאליטישאן האט איינעם פיינט, איז עס ווייל זיינע וויילער האבן יענעם פיינט.
איך האלט נישט אז עס איז עפעס שלעכט מיט אובער, אבער כ'קען זען אז די ליבעראלע אנטי ביג קארפארעישאנס, זאל באדערען אז די גאנצע קאר סערוויס אינדוסטרי פראפיט, וועט בקרוב ליגן ביי איין גרויסע קאמפעני.
He wants to study the "traffic" impact
איך האב שוין געניצט uber אסאך מאל. זיי זענען חזיר טייער. זיי וועלען נישט בלייבען די איינציגסטע ווייל ס׳דא פלאץ צו קומפיטען. ס׳שוין דא קומפעטישען אבער נישט אויף אזא גרויסע פארנעם.
א חוצפה די שטאט לאזט מיר נישט דאבעל פארקן, ס'איז דאך מיין קאר?
פארשטייטס זיך די טענה איז נאריש, ווייל דו ניצט פאבליק ספעיס אין א אומיושר'דיגע וועג.
והנמשל מובן.
איך פערזענליך גלייך איך זייער די עפפ פין uber. ווען מיין ווייב דארף פארען מיט א קאר באשטעל איך אובער ווייל מ׳קען מיט האלטען א גאנצע צייט אויף די עפפ ווי די קאר איז. ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט געווען א געזעטץ אז יעדע קאר סערוויס מוז דאס צו שטעלען פאר סעפטי.
רויטע וואנצעסא חוצפה די שטאט לאזט מיר נישט דאבעל פארקן, ס'איז דאך מיין קאר?
פארשטייטס זיך די טענה איז נאריש, ווייל דו ניצט פאבליק ספעיס אין א אומיושר'דיגע וועג.
והנמשל מובן.
הנמשל מובן?
פליז זיי מסביר ווייל איך פארשטיי עס נישט, לדעתי איז די גאנצע זאך פארשטינקענע פאליטיק, און סאיז נישטא קיין סיבה אין די וועלט צו צימבלען דעם קאמפאני, זיי טוען גארנישט ראנג. ס"ה באקומט די מאיער גרויס געלט פון די טעקסי קאמפאניס און פארדעם מאכט ער דאס, דאס איז הויעך קאראפציע
אמת ס'איז טאקע פארשטינקענע פאליטיק, אבער די uber סערוויס איז ארויס פון קאנטראל, זיי ברענגן אן שווערע טרעפיק און פעלושן אין די שטאטישע גאסן. בד"וו אויף די טעקסיס איז דא א לימיט מהאי טעמא, אפילו די מעיאר איז גוט מיט זיי.
Re: De Blasio's מלחמה מיט UBER
רויטע וואנצעסאמת ס'איז טאקע פארשטינקענע פאליטיק, אבער די uber סערוויס איז ארויס פון קאנטראל, זיי ברענגן אן שווערע טרעפיק און פעלושן אין די שטאטישע גאסן. בד"וו אויף די טעקסיס איז דא א לימיט מהאי טעמא, אפילו די מעיאר איז גוט מיט זיי.
ווי אזוי מאכט ער שווערער די טרעפיק אויב אן אים וואלט איך סיי ווי געפארן מיט א געלע טעקסי אדער גאר מיט מיין אייגענע קאר?!
רוב מענטשן וואלטן נישט גענומען זייער אייגענע קאר אריין אין די סיטי, זיי וואלט גענומען די סובוועי. מיט די טענה אז דו וואלסט גענומען א געלע טעקסי, ריכטיג, יעצט איז אבער דא צוויי קארס וואס זוכן דיר, א טעקסי און א אובער, אנשטאט נאר א טעקסי. איך בין נישט פרא טעקסי אדער פרא אובער, ס'דארף פשוט זיין א באלאנס וויפל קארס ס'דא אויפן ראוד. מצידי ווער פטור פון האלב טעקסיס און ערזעץ עס מיט אובער קארס, אבער נישט 13 טויזענט יעלע קעבס פלאס נאך צענדליגע טויזענעטע אובער קארס וואס וואקסן יעדן טאג אן א גבול.
רויטע וואנצעסאמת ס'איז טאקע פארשטינקענע פאליטיק, אבער די uber סערוויס איז ארויס פון קאנטראל, זיי ברענגן אן שווערע טרעפיק און פעלושן אין די שטאטישע גאסן. בד"וו אויף די טעקסיס איז דא א לימיט מהאי טעמא, אפילו די מעיאר איז גוט מיט זיי.
די טעקסיס האבן א לימיט כדי די טעקסי דרייווערס זאלן זיין ביזי, וואס דאס איז א קארופציע פאר זיך, אנשטאטס צושטעלן טעקסיס לרחצה אז מ'זאל נישט דארפן ווארטן לאנג צו טרעפן איינס זארגט מען זיך מער פאר די טעקסי דרייווער אז זיי זאלן נישט האבן צופיל קאמפאטישאן.
און וואס איז נעקסט? גייט מען אויך לייגן א קעפ אויף קאר סערוויסעס?
לאמיר עס אביסל אויסשמועסן.
ווען איינער עפענט א ביזנעס אויף זיין פראפעטי, גייט קיינעם נישט אן וואס ער טוט. אויב בויעט ער למשל אן א פערמיט, אפילו אויב ס'איז זיין רשות, קען זיך די רעגירונג אריינמישן. פארוואס? ווייל מיט דעם באדראט ער שוין די פאבליק. ער קען נעמען ביליגע אומערפארענע גאז ליין לייגערס, און די גאנצע גאס וועט איין טאג עקספלאדירן. נקוט כלל זה בידך, קיינעם גייט נישט אן וואס דו טוסט, ווילאנג דו טרעטס נישט אויפן פובליק.
גאסן פון א שטאט איז א פאבליק פלאץ. די ערוויילטע פירער פון דעם שטאט, זענען געשטעלט געווארן דורך די וויילער פון די שטאט אנצופירען מיט יעדע זאך וואס פאלט אריין אין די קאטעגאריע פון פאבליק. דאס איז אויך כולל פלאסטערען גאסן, טרעפיק ליכט, די ענווייערמענט, טראנצפאטאציע דעפארטמענט און טראפיק. קארס וואס געפינען זיך אין די פאבליק פלעצער, אפילו די קאר אליינס איז זיין רכוש, אבער היות ס'געפינט זיך אין א פאבליק פלאץ, פאלט ער אינטער די ממשלה פון ערוויילטע פירער. ער קען למשל נישט פארקן ווי ער וויל, ווייל מיט דעם בא'עוועלט ער די פובליק.
צו קראפטירט צו נישט, פאליטיק צו נישט, קען א מעיאר זאגן א דעה אין א ביזנעס וואס געפינט זיך אין די פובליק רשות. די מעיאר קען מאכן א געזעץ צו קעפן למשל קעבס און קאר סערוויסעס אויב ער וויל, ס'נישט אומלעגאל צו מאכן אזא געזעץ ווי לאנג די ביזנעס באקומט א שופט צו פאסקענען פארקערט.
פיין מסביר געווען. ענדליך כאפ איך אויפן וואונק.
מיר האבן געהאט א קאפיטעליסט מעיאר מייק בלומבערג ער האט געמאכט נוי יארק זאל בליען.
יעצט האבן מיר א סאציליסט מעיר דיבלאזיא זוכט צו באגרעניצען גוטע זאכן כדי צו הייסען אן הירא ביי די ליבערל חברה.
די שטאט גייט ריקסוועגעס...
ווען א שטאט האט א פראבלעם מיט צופיל קארן.
א קאפיטעליסט בעט געלט. אזוי פארדינען כאטש די וואס האבן געלט.
א סאציליסט צוימט פאר יעדעם. אזוי אלע פארלירען.
אבער מיטן בעטן מער געלט פון די רייכע (אין אינזער פאל איז עס אובער) וואס גייט געשעהן אז זיי גייען בעטן מער געלט פון די רייזענדע וואס דאס איז ווייטער אינז איז ממה נפשך דערלייגען אינז..
רויטע וואנצעסאמת ס'איז טאקע פארשטינקענע פאליטיק, אבער די uber סערוויס איז ארויס פון קאנטראל, זיי ברענגן אן שווערע טרעפיק און פעלושן אין די שטאטישע גאסן. בד"וו אויף די טעקסיס איז דא א לימיט מהאי טעמא, אפילו די מעיאר איז גוט מיט זיי.
פעלושן? טרעפיק? איך זיך א פאלעטישען וואס פרעדיגט clean energy, וואס וועט זיך אינטערנעמען א וואך צייט נישט ניצן זיין קאר, (נישט א חילוק יא SUV אדער נישט) כדי די environment זאל זיין ריין.
אדער זאל ער מאכן אלע זיינע פאלעטישען ראליס נאר ביינאכט, עס שטערט נישט קיין טרעפיק דעמאלס.