ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
235 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9325
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
גרויסע מענטשעלעווערטס נישט אזוי פריילך סגייט ווערן פאבליק קאווע שטובעל איז שוין אויסגעדראשען פין די מעשה ממילא האט זיך @יעקב מתנדב געוועהן צו עפענען א נייער צימעס ווינקעל ווי יעדער וועט קען שרייען וואס ער וויל.
אפשר זאגסטו פונקטליך וואס מען קען נישט דא שרייבן וואס מען גייט דארט יא קענען?
און פארוואס האט ער דאס אויסגעמעקט?
איך האב שוין געמיינט אז דו האסט געהאט א דמיון איך האב הנאה אז דו האסט מיך נישט אנטוישט אז גרויסע מענטשעלע איז מודה אז ס'איז געווען א לינק וועלן מיר ווארטן עס זאל גיין פאבליק
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
@קרעפיל פשעטיל שאץ נישט אינטער @גר ותושב ער זיצט דא אויף א מישען ער קען יעדער דף אויסווענדיג אין צימעס.
איינרעדן דיין באבע זאלסטו אז די האסט געזעהן די לינק אין נישט געקליקט אויף עס.
עפעס באהאלטסטו דא אז די ווילסט עס נישט ארויסגעבן
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
גרויסע מענטשעלע@קרעפיל פשעטיל שאץ נישט אינטער @גר ותושב ער זיצט דא אויף א מישען ער קען יעדער דף אויסווענדיג אין צימעס.
איינרעדן דיין באבע זאלסטו אז די האסט געזעהן די לינק אין נישט געקליקט אויף עס.
עפעס באהאלטסטו דא אז די ווילסט עס נישט ארויסגעבן
אדרבא וואס באהאלט איך? נישט איך האב אויסגעמעקט די לינק סאו קוקט אויס ער האט עפעס באהאלטן דארט און ער האט מורא געהאט איך וועל אפ פרעיגן איך האב טאקע חרטה פארן נישט גיין כאפן סנעפ שאטס דארט און פאוסטן דא און מאכן די דזאב דא.
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
אה הייסט האסט יא געפענט די לינק !!
גרויסע מענטשעלעאה הייסט האסט יא געפענט די לינק !!
אפשר ביסטו מיר מסביר וואס די חילוק איז צו ער האט יא געעפענט צו נישט וואס איז די פאוינט דא ???
ער זאגט אז נישט און ער האט חרטה אז נישט
איך האב אויך חרטה אז איך בין נישט געווען דא נעכטן אז איך זאל עס האבן געזעהן און פאוסטן דא און עס אפפרעגן אויב איז דא מיט וואס
אפשר טאקע טוסטו מיר א טובה און לייגסט עס איבער איך וועל זייער הנאה האבן
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
@יעקב לגבי די חלק פון גאלדמינצער זאגסטו מען האט יא געוואלט גיין צו עים אבער די זאגסט גלייך א סברה עינק זאלן נישט גיין צו עים ווייל ער האט א שייכות מיט לויפער לאמיר דיר פרעיגן א שאלה האט ניקלשבורג געוואלט גיין צו גאלדמינצער ביי די סוכסוך מיט אור תורה? צו ביי א פריערדיגע סוכסוך מיט אור תורה?
Sent from my XT1056 using Tapatalk
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
נא לכוון מאד היום בתפילת ולמלשינים אל תהי תקוה
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
וואס איז שוין ווייטער?
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
ב"ה עס האט עס איז אפגעשטיפט געווארן און לאמיר האפן אז כיון דאידחי אידחי
Sent from my XT1056 using Tapatalk
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
וואס? ווי? ווען?
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
📎 uploadfromtaptalk1440109815340.JPG📎 uploadfromtaptalk1440109806667.JPG📎 uploadfromtaptalk1440109788442.JPG
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
📎 uploadfromtaptalk1440109869501.JPG📎 uploadfromtaptalk1440109863481.JPG📎 uploadfromtaptalk1440109855733.JPG
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
גרויסע מענטשעלעווערטס נישט אזוי פריילך סגייט ווערן פאבליק קאווע שטובעל איז שוין אויסגעדראשען פין די מעשה ממילא האט זיך @יעקב מתנדב געוועהן צו עפענען א נייער צימעס ווינקעל ווי יעדער וועט קען שרייען וואס ער וויל.
נו ווען גייט עס שוין ווערן פאבליק? און וואס טוט זיך מיט די דיקע קונטרס וואס @יעקב מיט @אנאנים האבן געזאגט אז ניקלשבורג גייט ארויס געיבן?
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
נא להעתיר בתפילה ולומר מזמורי תהילים למען אברהם משה בן פיגא ליבא שינצל מדין קשה ומבעל דין קשה ובזכות זה נזכה שהמלך המשפט יצדקינו במשפט.
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
[ציטאט אראפגענומען]
פריעד קוקט אויס די ווייסט נישט די ענין פון שמות הצדיקים אפילו ביסט געוועין און אומאן.
און זאג איבער נאכאמאל ווער רודפט וועים פונקטליך??? ווער רופט וועים און קארט??? קיין איין פון די פריערדיגע צדיקים האבן נישט גערופן קיין יוד און קארט נישט קיין חילוק וועלכע עולה ער האט געטון און אלע פריערדיגע צדיקים זענען כסדר געוועין פארנימען מיט פדיון שביום און נישט צו סטראשענען מענטשען מיט תפיסה זאל ער טאקע זאגן ווייטער שמות הצדיקים און אזוי ווי זיי האבן אלס ארויס געהאלפן יודן בשעת דחקם זאלן זיי עים אויך ארויס העלפן!!!
גראדע געהערט א מעשה פון הרה"ק מטאש זי"ע וואס האט אנגערופן א גביר און מיטען די נאכט ער זאל געיבן א גרויסע סכום געלט פאר א יוד וואס זיצט נעבעך און תפיסה יענע גביר איז נישט געוועין זיינס א חסיד האט ער זיך מתחצף געוועין און געזאגט וואס הייסט יענער איז א גנב ער האט באשווינדעלט אסאך מענטשן מיט די רעגיראנג עס קומט זיך עים האט עים די טאשע רבי גענטפערט קום צוזאמען אנרופען א רב זאל ער אונז זאגן צו פדיון שביום גייט נאר אן ביי א אומשולדיגע מענטש אדער עס גייט אן אפילו יענער איז הונדרעט פארסענט שולדיג און די גביר האט מסכים געווען האט טאשע רבי געזאגט מיט איין תנאי די רב דארף גיין מיט א שטריימעל שבת און דארף זיין א עלטערע רב האבן זיי אנגערופן א רב (איך געדעינק נישט די נאמען איך איבער פרעיגן) האט ער גענטפערט נישט דא אזא הלכה ווי יענער איז זיך אליינס שולדיג מען דארף ארויס העלפן א יעדע יוד נישט קיין חילוק וואס ער האט געטוהן און יעצט איז איכשר דרא מען האט א רבי מיט א ווייסע בעקעטשע וואס סטראשעט מיט איינזעצען נישט מער און נישט ווייניגער זאג נאר באטשי געדענקסט נאך די דרשה וואס ר מ ד האט געגעיבן פיר יאר צירוק אלול? עס איז געוועין נאך די דוויק מסירה ער האט אראפ געלייגט ווי די רבנים פון ניו דזערסי לעבן אינטער פחד אפשר זענען זיי די נעקסטע צו ווערן ארעסטירט און האט ארויס געברעינג אז אזוי דארף מען ציטירן פונעם יום הדין און דא און חודש אלול פירט א אזוי גערופענע רבי א קארט קעיס א קעיגן א יוד און חודש אלול און סטראשעט עים ער וועט דארפן זיצען ראש השנה יום כיפור און תפיסה!!!
און זאג נאכאמאל איבער ווער איז די רודף??? די גמרא זאגט אפילו צדיק רודף רשע איז אפילו די האלסט ער איז א צדיק דריי נישט ארום די מעשה שוין באלד צוויי יאר וואס דער יוד מאכט מיט פון עינק צרות צרורות ער האט נישט קיין לחם לאכול ובגד ללבוש און דיין רבי זיצט זיך און א פאלאץ פון א דירה (וואס איז ווערט מער ווי די גאנצע דזאדזמענט עשרת מונים) גאנץ געשמאק על מי מנוחות און זאג איבער נאכאמאל ווער איז די רודף און ווער איז די נרדף???
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
[ציטאט אראפגענומען]
אמן ואמן
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
@קרעפל איך זעי אז די ביסט געוועין גערעכט די חברה פאוסטן זאכן און מעקן גלייך אויס נאך א מזל איך האב עים געקאוט עס איז בבחינת רשעים מלאים חרטות זיי האלטן און איין צירוק ציען.
Sent from my XT1056 using Tapatalk
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
[ציטאט אראפגענומען]
קודם קאוט איך עס זאלסט נישט קענען אויסמעקן
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
[ציטאט אראפגענומען]
דאס איז געוועין דא באישי האסטו מיר עס איבער געשיקט אביסל אנדערש
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
געסט מיר רשות עס צו פאוסטן?
Sent from my XT1056 using Tapatalk
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
[ציטאט אראפגענומען]
[ציטאט אראפגענומען]
שנעל געקאוט.
בקיצור ביסט מודה עס איז געוועין געפאוסט דא און האסט עס אויס געמעקט און ציגעלייגט אפאר ווערטער און געשיקט באישי.
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
📎 uploadfromtaptalk1440176229664.JPG
דאס האסטו מיר געשיקט באישי
אויף מיין קאוט פון דיר שטייט גר ותושב said
און ביי די אישי שטייט גר ותושב האט געשריבען דאס איז נישט ווערטער וואס איך האב צוגעלייגט דאס איז ווערטער פונעם סיסיטעם איז האק א קאפ פאר א צווייטען די האסט עס דא געפאוסט און אויסגעמעקט ווייל רשעים מלאים חרטות און צוגעלייגט אפאר ווערטער און מיר געשיקט באישי.
אנטשולדיגט הרב @גר ותושב כ'דארף אריינהאקן אבער ס'איז חשש גילוי ווייל מ.ש.ג. מדבר מתוך גרונו
דיין אנטשולדיגן וואלט ווען אנגענומען געווארן ווען דו רעדסט צום זאך.
אזוי ווי עס איז צאמגעפאלן די געשפרעכן צווישן די צוויי צדדים נאך וואס אונז אלע האבן זיך נעבעך פרובירט צו איינרעדן אז אפשר וועט מען מצליח זיין צו מאכן א שלום וויל איך אביסל אראפלייגן די השתלשלות הדברים פון די לעצטע פאר וואכן
אזוי ווי שוין כמה פעמים געשריבן איז דא דזאזשמענט אויף בת מלך פון צוויי הונדערט טויזנט דאלאר וואס דארף דעקן די קאסטן פון די לאויער פון קהל ניקלשבורג אויף דאס וואס זיי האבן געדארפט פייטן צוריק צובאקומען די בילדינג און היות בת מלך האט נישט קיין געלט האבן זיי געבעטן די פאפירן פון די מוסד צו זעהן ווי די געלט איז וואס ווי באקאנט ווילן זיי עס נישט ארויסגעבן ווייל די לאויער פון ניקלשבורג איז בחזקת מסור וואס האט אסאך מאל געפרעגט קשיות אין קארט בחזקת מסירה (אפציעל אהן רשות פון ניקלשבורג נישטא ווער עס זאל לאכן) און ממה נפשך אויב ענטפערט מען נישט אויף אלע transactions פון די מוסד קענען זיי קומען שרייען אז דא ליגט די גניבה און אויב ענטפערט מען יא איז א סכנה פאר.... וד"ל ווייל אלעס ווערט אפגעשריבן ביי א רעפארטער און רוב מאל גייט אלעס צום דזשאדש און ער האט א חוב צו הייסן עס אינוועסטיגעיטן רח"ל
איז געקומען אפאר וואכן צוריק ווען מ'האט געדארפט אריינגעבן די ביכער די עסקנים זענען געווען טויט דערשראקן וואס גייט יעצט זיין מ'האט געטרייט צו פארהאנדלען מיט ניקלשבורג אז מ'איז גרייט צו געבן ביכער פאר א אקאונטענט אבי נישט פאר די רשעות'דיגע לאויער און עס איז נישט געווען מיט וועם צו רעדן פון איין זייט פארהאנדלט מען משוגע שטארק און פון די אנדערע זייט שרייט די לאויער אז עס איז נישט דא קיין פארהאנדלונגען און אויב מ'געט עס נישט אריין גייט ער קלאגן אין קארט רח"ל און אויך איז מען געגאנגען פרעגן א שאלה פון רבנים צו מ'מעג געבן די ביכער צו עס איז נישט מסירה דאס אליין אז מ'געט עס איבער און א חשובער רב האט געפסקענט אז עס איז ייהרג ועל יעבור אפילו אויב מ'גייט ח"ו אין תפיסה
למעשה איז געקומען פרייטיג און מ'האט מחליט געווען אז מ'גייט נישט אריין געבן די ביכער ווייל פאקטיש פארהאנדלט מען דאך יא סאו עס איז מעגליך אז ביז א טאג צוויי גייט מען זיך דורכקומען סאו הייסט עס נישט קאנטעמפט אף קארט (אזוי האבן זיי געמיינט) און אויך על פי פסק הרב אז מ'מעג עס נישט אריינגעבן און אזוי האט טאקע פאסירט מ'האט נישט אריינגעגעבן די ביכער
און די זעלבע צייט האבן די עסקנים געבעטן פון אמ"ש זאל גיין איבערבעטן די רבי כדאי עס זאל צוהעלפן צו די געשפרעכן למעשה האט מען געעפנט די טיהר און געזאגט אז די רבי איז נישט עוועיעבל און זיי האבן איבערגעגעבן אז זיי ווילן איבערבעטן און זענען אוועקגעגאנגן
אויך און די זעלבע טאג איז געווען די פסק וועגן אור תורה אז זיי זאלן גיין צו הרב גאלדמינצער און אויך האט די דזשאזש נישט מסכים געווען אז מ'זאל שוין אנפאנגען צו אויספרעגן די זעקס מענטשן וואס זיי קלאגן אהן ווייל מ'האט זיך נאכנישט געטרייט אראפצוזעצן מיט זיי פארהאנדלען און אזוי אויך האט ער געראטן אז מ'זאל זיך אראפזעצן מיט בת מלך אויך ווייל זיי זעען דאך וויאזוי איך האב געפסקנ'ט ביי אור תורה סאו במילא פארהאנדלט'ס אויך מיט בת מלך
אויך האט די באנק בכלל נישט אנגענומען די טענה פון ניקלשבורג אז מ'האט זיי באגנבעט און ווילן ווייטער אוועקנעמען די בנינים פון זיי
במילא פון די גאנצע השתלשלות הדברים האט זיך אמ"ש מיט די עסקנים זיך נעבעך נאאיוו איינגערעדט אז רשעות האט א גרעניץ און אז זיי גייען נישט גיין ווייטער מיט אזא שענדליכע זאך ווי גיין צו קארט פארמסר'ן אז מ'האט נישט געפאלגט נאכדערצו ווען מ'האלט טיף אינמיט פארהאנדלען
(און א זייטיגע מאדנע קאמישע נאטיץ האט א שטיק צייט צוריק ר' יצחק מאנדל געשריבן א וזאת למודעי אז אויב זיי רעגן אויף די דזשאדזש איז זייער אייגענע אחריות אבער עס איז נישט געשטאנען דארט אז ניקלשבורג מעג אליין גיין צו קארט און זאגן אז זיי האבן נישט געפאלגט (קען זיין עס וועט ארויסקומען בקרוב נאך א היתר 😂 😂 😂 ))
נישט מער און נישט ווייניגער מאנטאג אינדערפרי איז כלל ישראל אויפגעשטאנען צו א נייער שרעקליכער מציאה אז א רבי בישראל דורך זיינע געמיינע שלוחים האבן אריינגעגעבן א קלאגע און געריכט אז היות אמ"ש האט נישט געפאלגט די דזשאדזש זאל איהם די קארט רח"ל פסקנען פאר קאנטעמפט אף קארט וואס און דעים ווערט אריינגערעכנט סיי געלט שטראף און סיי תפיסה אזוי ווי זייער לאויער האט אליין געשריבן און די proposed order to show cause און נאכדעם האט עס די דזשאזש אויסגעפילט מיט די אנדערע אינפארמעישן
אין די זעלבע צייט זענען זייערע לאויערס אנגעגאנגען מיט זייער טעראר אקעגן די נייע סקול עטרת בנות און זיי האבן געשיקט א סאבפינע פאר בת מקרא וואס מ'האט דארט געדינגען די פלאץ פאר דעי קעמפ פון ווי מ'האט זיי באצאלט און זיי האבן נישט געענטפערט האבן זיי אויך געקלאגט און קארט (למעשה טענה'ן זיי אז זיי האבן עס נישט באקומען און אז זיי גייען זיך צושטעלן סאו ביזדערוויל איז די קלאגע אפגעשטיפט געווארן) אויך האבן זיי טעראריזירט די לאויער פון ווי ער באקומט באצאלט און ער האט אויך נישט געוואלט ענטפערן און זיי האבן איהם אויך געקלאגט למעשה זעהט מען אז ביי זיי איז כיון שעבר ושנה נעשה לו כהיתר און מ'שטעלט זיך נישט אפ פאר גארנישט אפילו מיט די ערגסטע עבירות אזוי ווי די מעשה פון די שיכורים מיט די תיקון חצות
עס איז געקומען יום המר דינסטאג פרשת שופטים און מ'איז געגאנגען אין קארט די דזשאזש איז געווען מלא כעס אויף אמ"ש היתכן ער האט נישט געפאלגט די דזשאזש און נישט געגעבן די פאפירן און האט געשריגן אז ער זאל וויסן אז ער קען ח"ו גיין אין תפיסה פאר דעים און אויך האט ער געשריגן אויף די לאויער אז היתכן די האסט געקענט געבן די עצה פאר דיין קלייענט אז ער זאל נישט פאלגן און דו האסט איהם געגלייבט אז עס איז דא פארהאנדלונגען בשעת ווען די ניקלשבורגער לאויער האט געשיקט א גאנצע צייט אימעילס אז עס איז נישט דא פארהאנדלונגען (א ריזיגע ליגנט ווייל עס איז יא געווען פארהאנדלונגען) און די לאויער האט זיך ארויסגעדרייט און געזאגט אז ער האט נישט געגעבן די עצה און אויך אז ער פארטרעט נישט אמ"ש פערזענליך אקעגין די קלאגע נאר די מוסד בכלליות למעשה האט די דזאזש ארויסגעגעבן איהר פסק אז זי געט יעצט א קלארע נייע דעיט פאר פרייטיג אז ביז דעמאלטס מוז מען געבן די פאפירן אהן קיין תירוצים און אויב נישט וועט ער דארפן פערזענליך באצאלן 2000 דאלאר פאר יעדן טאג וואס ער געט עס נישט אריין וואס דאס אליין איז קלאר מסירת ממון ישראל ביד עכו"ם רח"ל היה לא תהיה און חוץ פון דעים האט זי געסקזשולט א דעיט אויף שפעטער וואס דעמאלטס וועט מען דן זיין אויף די אישו פון די פארהאנדלונגען צו עס איז יא געווען צו נישט און זי האט קלאר געווארנט אז אויב וועט מען זעהן אז ער האט במזיד נישט אריין געגעבן די פאפירן גייט ער גיין אין תפיסה רח"ל היה לא תהיה און זי האט איהם געראטן אז היות ער האט א קרימינאל טשארזש אקעגין איהם און זיין לאויער זאגט אז פארטרעט איהם נישט פערזענליך זאל ער הייערן א נייע לאויער
למעשה אפילו נאך די פסק אז ממוז אריינגעבן די פאפירן איז די לאויער פון ניקלשבורג נאכאלץ ביזי מיט דעים אז עס איז קיינמאל נישט געווען פארהאנדלונגען און ווען איינער פון די פארהאנדלער האבן אריינגעשיקט א בריוו אז ער האט פאקטיש יא פארהאנדלט און לויט דעים קען אמ"ש זיך ראטעווען פון תפיסה רח"ל מיט די תירוץ אז וועגן דעים האט ער געמיינט אז ער דארף נישט פאלגן איז די רשעות'דיגע לאויער נאכאלץ ביזי אז היות ער האט נישט געפיילט די פאפיר אויף די e-file system זאל עס די קארט נישט אהנעמען און אויך האט ער ווייטער געלייקנט אז ער האלט זיך ביי זיינס אז עס איז נישט געווען קיים פארהאנדלונגען פון דא קען מען זעהן א משהו פון די רשעות פון די לאויער וואס לייקנט אפענע פאקטן אבי צו יענעם לייגן און די ערד
די רבנים און עסקנים האבן זיך ווידער אריינגעלייגט מיט גרויס אייפער צו פארהאנדלען מיט ניקלשבורג אז זיי זאלן ארויס פון קארט און מ'זאל נישט דארפן געבן די פאפירן וואס וועט זיין א גרויסע סכנה (אינטערסאנט אז ניקלשבורג פארשטייט עס נישט אבער די רבנים יא) קיינער האט נישט געוואלט נעמען די אחריות אז מ'מעג געבן די פאפירן אפילו ר' ישראל האגער וויל אויך נישט עס זאל פאקטיש געגעבן ווערן
די רבנים האבן ווייטער פארהאנדלט שעות ארוכות איז מען געזעצן זיך דורכקומען מיט ניקלשבורג און זעהן וואס מ'קען זיך מפשר זיין איך בין נישט אזוי באהאוונט און די אגרימענט וואס האט געדארפט זיין אבער עס איז שוין געקומען צו א מצב אז די רבנים זענען שוין געווען כמעט זיכער אז די שרעקליכע מסירה גייט זיך בעזהשי"ת אויפהערן און מ'גייט סיינען א אגרימענט און דעים איז אויך געווען אינוואלווד אז מ'גייט געבן פאר ניקלשבורג א סומע געלט אלס לא יחרץ און זיי גייען אויפגעבן די מסירה די פארהאנדלונגען האט זיך געשלעפט און געשלעפט און עס קומט שוין ווידער צו גיין פרייטיג ווען די לעצטע דעדליין איז דא סאו וואס טוט מען ???
אמ"ש איז געגאנגן צו א גרויסע קרימינאלע לאויער און איהם פרעגן וואס מ'קען טוהן די לאויער האט איהם שרעקליך מייאש געווען און האט איהם געזאגט אז אויב פאקטיש גייט נישט זיין קיין אגרימענט (וואס אמ"ש האט א גאנצע צייט געטענה'ט אז לויט ווי ער קען ניקלשבורג משנים קדמוניות גייען זיי קיינמאל נישט איינגין אויף די פשרה זיי ווארטן נאר אויף א תירוץ זיך ארויסצודרייען און זאגן ניין ! נאר ווילאנג זיי האבן די שטעקן פון קאנטעמפט אף קארט ענזשויען זיי פשוט צו זעהן ווי מ'בעהט זיך ביי זיי ווי משוגע זיי פילן זיך וויכטיג אבער למעשה וועלן זיי עס נישט סיינען אזוי ווי עס איז שוין געוען ביי זאקס וואס זיי וואלטן כמעט געקענט בלייבן מיט די מוסד און זיי האבן עס נאכאלץ אפגעווארפן אויף די עצה פון זייער לויער) און ער געט נישט אריין די פאפירן זאל ער זיך אפילו נישט איינרעדן אז ער האט צייט ביז די נעקסטע קארט הירינג נאר די דזשאזש גייט איהם אויפפיקן מאנטאג און לייגן גלייך אין תפיסה ביז ער געט נישט ארויס די פאפירן און אפילו נאכדעם קען ער זיצן נאכאמאל פארן זאגן ליגנט און מאכן ליצנות פון די קארט אז מ'האט פארהאנדלט מ'האט זיך געטענה'ט אפאהר שעה אז עס וועט זיין סאך ערגער אויב מ'געט אריין די פאפירן ביז די לויער האט עס אנגעהויבן צו פארשטיין און האט געגבן א שטיקל עצה וואס דאס וועט בס"ד ראטעווען אז ער זאל נישט גיין אין תפיסה (דאס האט פאסירט דאנערשטיג נאכט מיר וועלן באלד צוריקומען צו דעים)
למעשה האבן די רבנים שווער געארבעט דאנערשטיג און די נאכט אריין און מ'האט שוין געמאלדן פאר אמ"ש אז ער זאל האלטן זיין פאון לעבן זיך ווייל מ'גייט איהם רופן אינמיטן נאכט ער זאל קומען סיינען פיהר אזייגער פארטאגס האט אי"ל זיך אנגערופן אז די רבי איז שוין נישט עוועיליבל און ער האט צוויי דעטאלן אין די עגרימענט וואס ער קען נישט געבן קיין הסכמה אהן די רבי סאו עס איז געבליבן אז מ'גייט חתמ'נען מארגן פרייטיג אויב די רבי וועט מסכים זיין (און פארשטייט זיך בדרך הטבע די לויער וואלט עס קיינמאל נישט צוגעלאזט אזוי ווי ער האט געשריגן אין קארט אז ער וועט קיינמאל נישט מסכים זיין אויף קיין עגרימענט און ער מוז באקומען די פאפירן און אי"ל איז דארט געשטאנען און האט נישט מוחה געווען אז ער וועט יא מסכים זיין און פון דא זעהט מען אויך אז די גאנצע פארהאנדלונגען איז נאר געווען א שפיל און זיי האבן געקענט באשטיין אז אמ"ש זאל פאקטיש ווערן אין קאנטעמפט)
לאמיר געדענקען אז פרייטיג ביי 5:00 אזייגער אויב איז נישט דא קיין אגרימענט און מ'האט נישט אריינגעגעבן די פאפירן איז אמ"ש אויטאמאטיש עכט אין קאנטעמפט אף קארט און קיין שום תירוץ וואלט איהם נישט געהאלפן
פרייטיג אינדערפרי אמ"ש דארף אריינפארן און שטאט אויף שבת און ער ווארט אז די אגרימענט זאל ווערן באשטעטיגט (און אויך האלט ער אינמיטן צו טוהן וואס די לויער האט איהם געהייסן וויל ער מוז זיך פראטעקטן נישט צו זיין און קאנטעמפט) און מ'שלעפט די צייט און די רבנים רעדן זיך שוין איין אז אט אט גייט מען שוין חתמנען האט מען געזאגט פאר אברהם משה אז ער זאל קומען חתמנען די אגרימענט און ער קען אריינפארן אין שטאט און מ'וועט איהם לאזן וויסן ווען ניקלשבורג האט געחתמ'ט ער איז געקומען און געחתמ'ט און אויך געחתמ'ט שטרי בירורין אז אויב איז דא נאכדעם טענות וועט מען גיין צו הרב בעלסקי (אגב אמ"ש קען געוואונען א פארמעסט אלס א איד וואס האט געחתמ'ט די מערסטע שטרי בירורין צו שליטן א קעיס) אויך האט מען אריבערגעברענגט צו רבנים א באנק טשעק מיט די סומע וואס מ'דארף געבן פאר ניקלשבורג און פאל די אגרימענט ווערט באשטעטיגט
למעשה עס שלעפט זיך ווי משוגע מ'בייסט זיך די נעגל מ'ווארט אויף די אקעי פון ניקלשבורג עס ווערט שוין כמעט פינף אזייגער און עס איז צרות ווי א בארג האט מען נאך פיהר אזייגער אקטיוויזירט די עצה פון די לויער וואס איז געווען אז היות מ'האט שוין א שטיק צייט צוריק אפיעל'ד די פסק פון די דזאזש נאר למעשה ביזדערווייל קען מען נישט זאגן אז מ'האט נישט קיין געלט און במילא האט מען געדארפט צושטעלן די פאפירן האט ער געזאגט אז מ'זאל גיין מאכן א באנד פאר צוויי הונדערט טויזנט דאלאר און עס אריין לייגן און די סיסטעם און זאגן אז אונז זענען גרייט צו באצאהלן די געלט און די געלט איז גרייט אויב די אפיעלס קארט געט די פסק אז מ'דארף זיי באצאלן אבער ביזדערווייל גייט נאכנישט די געלט צו זיי במילא איז צום האפן מיט גרויס סייעתא דשמיא אז די אפיעל וועט יעצט באקומען א תוקף און די פסק וועט באקומען א סטעי צוליב די אפיעל און אנשטאט די פאפירן האט מען דאך די געלט ושלום על ישראל איז ממש א קורצע צייט פאר פינף אזייגער האט מען e-filed די motion אין קארט און די אויבישטער זאל האלטן זיין רעכטע האנט אז די דזשאזש זאל עס אהנעמען ושלום על ישראל
דא האט די באלאן וואס הייסט שלום פארהאנדלונגען געפלאצט ! וואס הייסט דו שלעפסט ארויס די קוילן פון מיין רעוואלווער ??? דו צושטערסט די קאנטעמפט אף קארט וואס איך האב אזוי שווער געארבעט עס זאל אריינגיין אין קראפט און אזוי ארום ראטעווען מיינע בנינים ??? איך האלט אינמיטן פארהאנדלען (ליין: שלעפן די צייט) און די גייסט אינטער מיין רוקן ווען איך בין שוין געווען זיכער מיט מיין נצחון ??? און נאך און נאך שטותים וואס מיר וועלן הערן און די קומענדיגע טעג פון די ניקלשבורגע חסידים
אפאר מינוט נאכדעם קאלט די רבי בכבודו ובעצמו אריין צו די רבנים מיט קולי קולות היתכן מ'געט אריין א קלאגע אקעגין איהם בשעת מען האלט אינמיטן פארהאנדלען (ליין: שלעפן די צייט) אזעלכע באנדיטן איך גיי מער קיינמאל נישט פארהאנדלען ועוד ועוד און דא האט זיך עס ליידער געענדיגט אנשטאט צו האבן געחתמ'ט א טאג פריער און אלעס וואלט געווען דערנאך בשלום האט מען געשלעפט די צייט מ'האט כסדר געקוקט אויף די אינטערנעט צו אמ"ש טרייעט זיך צו דעפענדען צו נישט און נאכדעם ווען מען וויסן ווי מ'שטייט מיט'ן גאן צום קאפ און אזוי ווייטער זיך מאכן ווי מ'האלט אינמיטן פארהאנדלען און יעצט האט שוין ניקלשבורג נאכאמאל די זכיה צו שרייען ווי א קאזאק הנגזל אז זיי זענען נרדפים און מ'פייניגט זיי אומזיסט און זיי ווילן פארהאנדלען (נישטא ווער עס לאכן)
לסיכום הענין דארף מען נאך אסאך מתפלל זיין צו שוכן מרומים אז אברהם משה בן פייגא ליבא זאל ארויסגיין מאפילה לאור גדול און די דזשאזש זאל אהנעמען די טענה און איהם באפרייען עס גלייבט זיך זייער שטארק אז ניקלשבורג וועט זיך יעצט ארויסווייזן מיט זייער אמת'ע געמיינע פרצוף און טרייען ווייטער וואס זיי קענען שלעכטס טוהן היה לא תהיה הקב"ה ישמרנו ויצילנו ולמלשינים אל תהי תקוה
גלייכצייטיג גרייט זיך כלל ישראל צו ארויסקומען מיט א מעכטיגע פדיון שבוים אקציע צו קענען אויסצאלן די הלוואה פון צוויי הונדערט טויזנט דאלאר וואס די געטרייע עסקנים האבן געשאפט און די לעצטע מינוטן דאנערשטיג ביינאכט און מ'דארף עס שוין צוריקבאצאהלן דעטאהלן וועלן מן הסתם מפורסם ווען און די קומענדיגע טעג
זאל די אויבירשטער שומר ומציל זיין גאנץ כלל ישראל און אלע מוסדות התורה פון אלעם שלעכט'ס און ולמלשינים אל תהי תקוה און מ'זאל זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
גאנצלקודם א לייק פאר איייער טירחה
האסט אפגעשריבען א שיינע מעשה איך ווייס נאר נישט צו ס'איז אמת
איך ווייס נישט וואס רח"י האלט איך בין זיכער ער איז דיסעפאונטעד אז זיין שווערע הארוואניע איז געגאנגען לטמיון (גראדע הער איך עפעס פארהאנדלינגען גייען יא ווייטער אן) ער האט געהאלטן אז עס גייט שוין ווערן שלום און שטאט ער האט נישט געוויסט מיט וועים ער האנדלט און אז ניקלשבורג שפילט א פורים שפיל מיט עים איך האב געהערט פון איינע פון די עסקנים אז ער איז געוועין ביי ר ישראל דוד שלעזינגער זאגן די אפמאך האט ער אים אויסגעלאכט זאגנדיג די רעדסט זיך איין אז ניקלשבורג גייט אויפגעיבן זייער אלע בנינים פאר די פאר טויזנט דאלער די גאנצע פארהאנדלינגען מצד ניקלשבורג איז געוועין ווי די איראנע פארהאנדלינגען נאר אויף צו שטיפען צייט בעת וואס די מסירות גייען ווייטער אן אזוי ווי קרעפיל האט שוין געשריבען אז בעת די פארהאנדלינגען האט זייער לויער נאך אלץ געטענהט אז עס איז נישט געוועין קיין פארהאנדלינגען וואס דאס מיינט ער האט במרד ובמעל נישט אריין געגעיבן די דאקומענטן וואס דאס מיינט א זיכערע תפיסה וואס ניקלשבורג האט גארנישט דערפון דאס איז אפגעזעין צו ער געט שפעיטער אריין די פאפירען צו נישט זיי האבן עים געוואלט האבן און קאנטעמפט פון קארט און עים ארעסטירען און געניצט די רבנים צו שטיפען צייט אז ער זאל נישט אריין געיבן די פאפירן און זמן ווייל מען פארהאנדלט דאך די רבנים האבן נישט געוויסט מיט וועים זיי האנדלן און אמ"ש ווייסט יא ווער ניקלשבורג איז און וואס זייער ציל איז האט ער געהאט שכל אויפן פלאץ און אנגעגרייט א בעק אפ פלאן וואס ער האט אויס געפירט די לעצטע מינוטן וואס ער האט נאר געקענט פאר עס גייט אריבער די דעד ליין ער האט נישט אריין געגעיבן קיין שום מסירות אקעיגן ניקלשבורג און אפילו טאמער יא האט ער אלע רעכטן זיך צו ראטעווען פון תפיסה קען זיין די רבנים האבן נאך נישט פארשטאנען אז ניקלשבורג האט זיי געניצט ווי א כפרה הינדל האט ער געזאגט וואס ער האט געזאגט אבער איך גלייב אז יעדער בר שכל וואס זעיט די דאקומענטען זענען אריין געשיקט געווארן א דריי פערטל שעה פארן דעד ליין פארשטייט אז ער האט עס געמוזט טוהן זיך צו ראטעווען.
היבש אינטערסאנט אין וואסערע וועלט די לעבסט
נאכאמאל ווען רח"י האט איינגעזען מיט וועם ער האט דא צוטון איז ער געווארן דיסעפוינטעט און דערפאר האט ער זיך אנגענומען אויף דעם וואס האט אים דיסעפוינטעט שטימט
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
גאנצלהיבש אינטערסאנט אין וואסערע וועלט די לעבסט
נאכאמאל ווען רח"י האט איינגעזען מיט וועם ער האט דא צוטון איז ער געווארן דיסעפוינטעט און דערפאר האט ער זיך אנגענומען אויף דעם וואס האט אים דיסעפוינטעט שטימט
דער פראבלעים איז אז ער ווייסט נאך נישט ווער איז דער וואס האט געשלאגן כפרות די דארפסט פארשטיין אז די מעשה איז פארגעקומען אפאר שעה פאר שבת בערך 5:30 איז רחי מיט אשב ארויס פון ריה הויז נאך וואס ניקלשבורגע רבי האט זיי געשריגען אויפן טעלעפאון אז די פארהאנדלינגען זענען אויס לויט ווי איך האב געהערט פון א ניקלשבורגער איז דעמאלט רחי אריבער צו ניקלשבורגע רבי און מהאט עים דארט פארקויפט שטותים און ווייטער אנגעהאלטן די פירום שפיל מיט עים כאילו זיי האבן באמת געוואלט פארהאנדלען ווען נישט זיי זענען געגאנגען אונטערן רוקן און אפיעלט די געריכט און זיי האבן עים געזאגט אז אמש האט אריין געגעיבן מסירות אקעיגן ניקלשבורג וואס אויף די פאפירן וואס איך האב געזעין זעיט מען נישט קיין שום מסירה איז ער איז דיסעפאונטעד אויף די ראנג מענטש אזוי ווי איך האב שוין פריער געשריבען אז די רבנים האבן נאכנישט געכאפט ווער האט זיי געניצט אלס כפרה הינדל דער יעניגער איז א גיטע שאו שפילער ער קען זיך גיט מאכן ווי א נרדף און מיטן גאנצן ערנסקייט זאגן שקרים וכזבים כאילו עס איז הלכה למשה מסיני שבעת ער איז א רודף ניקלשבורג האט גיט געוויסט אז די זייגער ריקט זיך און עס ווערט שפעיטער און שפעיטער און אמש גייט ווערן און קאנטעפט פון קארט וואס דאס מיינט תפיסה פארוואס האבן זיי געשלעפט די צייט???
טשאדעלע באדעלע איז א שענערע מעשה
רח"י איז קיינמאל ביי ר' מיכל דעם פרייטיג נישט געווען מדבר שקר תרחק
ביי די וועי דיין יעצטיגע פארלוירנקייט צייגט אויף עפעס
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
גאנצלטשאדעלע באדעלע איז א שענערע מעשה
רח"י איז קיינמאל ביי ר' מיכל דעם פרייטיג נישט געווען מדבר שקר תרחק
ביי די וועי דיין יעצטיגע פארלוירנקייט צייגט אויף עפעס
קוק איבער וואס איך האב געשריבן איך האב געשריבען אז א ניקשלבורגער האט מיר געזאגט אז ער איז געוועין דארט און טאקע גוט אז די זאגסט מיר אז נישט איך קען דיך נישט איך ווייס נישט צו איך קען מיך סומך זיין אויף דיר אבער איך קען יענעם זאגן אז איינער טענהט אז סאיז שקר און קוקט אויס אז מען האט עים פארקויפט נאך מער לאקשן ווי איך האב געמיינט מען האט עים פארקויפט און דיין בלינדקייט נישט צו זעין בפירושע ווערטער וואס איך שרייב ווייסט אויף עפעס.
אדרבה איך האב שוין געהערט דריי גירסאות פון די ניקלשבורגע זייט פון די מעשה איך בין גרייט צו הערן א פערטע אויב די האסט.
איך האב נישט קיין נערווען צי ליינען לאנגע דרשות!
בקיצור נמרץ ווייס איך אז רוב מנין ובנין פון די אלטע סקול האט זיך אריבערגעצויגען צי א נייע לאקאל און געטוישט די נאמען אויף 'עטרת בנות'
היצטערט איז מיין קשיא וואס טיט זיך מיט בת מלך? מאכען זיי אויף פאר די נייע סקול יאר אדער יא?
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
[ציטאט אראפגענומען]
זאג נאר פריעד ביסט אפשר געווארן א באטשי אויף די עלטער? קוקט אויס די ביסט באשאנקען געווארן מיט די זעלבע בלינד קייט ווי דער גאנצל איך האב נישט געזאגט אז איך האב גערעדט צו דריי ניקלשבורגע איך האב געשריבן איך האב געהערט דריי גירסאות פון די ניקלשבורגע זייט איינס האב איך געהערט במו אזני מפי ניקלשבורגער דער זעלבער וואס האט מיר געזאגט מיט גרויס אפעטיט אז ר חי איז געוועין ביי ניקלשבורגע רבי פרייטאג און די אנדערע צוויי גירסאות האב איך געהערט פון אנדערע וואס האבן געהערט פון ניקלשבורגע.
און די פערטע גירסא האף איך טאקע צו הערן פון דיר.
און קוקט מיר אויס ביסט שוין נישט אזוי פרייליך מיט די נאמבערס וויזיטערס און דעים אשכול אז די דארפסט זיך אזוי פארענטפערן פאר זיי.
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
[ציטאט אראפגענומען]
Wow breaking news יעקב האט דאך געשוירען ביים רבינס בארד אז יא?[emoji23] [emoji2] [emoji1]
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
[ציטאט אראפגענומען]
אבער ער האט אויך געשוירען אז עטרות בנות גייט זיך קיין מאל נישט עפענען [emoji1]
📎 _20150825_225447.JPG📎 מחאה אדירה.pdf
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
קרעפל פשעטיל📎 _20150825_225447.JPG
אכן נודע הדבר!!!
קהילת ניקלשבורג ברשעתן מתחילתן ועד סופן!!!
אנגעפאנגען האט זיך עס אז זיי האבן א היתר צו גיין און ערכאות צירוק צו נעמען די בנין ווען זיי האבן שוין געהאט די בנין האבן זיי אריין געגעיבן א קליעם א קעיגן די 6 יודן מיטן תירוץ אז זיי זענען שולדיג אז זיי זענען און באנקראפט און אז זיי האבן זיי באגנבעט מעג מען ראטעווען די אזוי געריפענע גניבות נאכדעם זענען זיי געגאנגען בערכאות אקעיגן מוסד אור תורה מיטן לעכעריגע טענה אז זיי האבן מזיק געוועין אז די באנק וויל נישט פארהאנדלען נאכדעים האבן זיי געצווינגען מכון להוראה צירוק צו ציען פון זייער הזמנות מיטן תירוץ אז זיי זענען קאראפטירט נאכדעים האבן זיי געסטראשעט און אריין געגעיבן א קלעים און קארט מען זאל עים ארעסטירן ווייל ער האט נישט איבער געגעיבן די ביכער און די תירוץ איז געוועין אז מען דארף די ביכער וועיגן די גניבות און קארט איז דער וואס פאדערט מען זאל עים ארעסטירן ווייל ער פאלגט נישט קארט אבער יעצט וואס איז יעצט די תירוץ צו פאדערן מען זאל עים קנסנן און ארעסטירן??? די ביכער דארף ער מילא נישט איבער געיבן וואס גייט ניקלשבורג פאדינען דערפין??? נאר איין זאך נקמה!!!!
הוכיח סופן על תחילתן די אלע תירוצים וואס זיי האבן אנגעגעבן פאר זייער מעשי רשעות און אלע התירים וואס זיי האבן מפרסם געוועין (וואס אונז האבן שוין אויף געוויזן אויבן די געלעכטער פון די טענות און היתירים) איז נישט ראוי כקליפת השום אדער אזוי ווי יעקב האט געשריבן אז עס איז נישט ראוי אפילו ווי טולעט פאיפער.
עס איז נאר דא איין תירוץ אויף זייער מעשי תעתועים און רשעות און די תירוץ איז נקמה!!! נקמה!!! נקמה!!!
און כדי צו אויספירען די נקמה האבן זיי געהאט רע-בנים וואס האבן געהאט נגעים ונגיעות זיי צו מתיר זיין שרץ באלפי אלפים טעמים צו גיין און ערכאות וכל תיריצים דעלמא און די וועלט האט געשוויגען אבער עכשיו באו מים עד נפש גענוג איז גענוג עינק האבן שוין דעם יוד גערודפט און פארשעימט דערנידערט און צישטויסן וואס נאך ווילן עינק פון עים לאצט עים אפ "עד מתי יחרף צר" "כי זרים קמי עלי ועריצים בקשו נפשי לא שמו אלוקים לנגדם" כלל ישראל רייסט איין להציל עשוק מיד עושקו נרדף מיד רודף אברהם משה בן פייגא ליבא זאל ניצל ווערן פון זיינע רודפים ומפגע רע ומדין קשה ומבעל דין קשה.
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
גר ותושבנא להעתיר בתפילה ולומר מזמורי תהילים למען אברהם משה בן פיגא ליבא שינצל מדין קשה ומבעל דין קשה ובזכות זה נזכה שהמלך המשפט יצדקינו במשפט.
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
גרויסע מענטשעלע
מה ענין שמיטה אצל הר סיני
שנעל אריין און אשכול גרויסע טיפשות פון גרויסע מענטשן
איך וויל נישט פריש ארויפברענגען קיין דעבאטעס איך וויל פשוט וויסן טריקענע פאקטן
האבן ביידע גיעפענט מוסדות יעצט אויף אלול? וויפיל מיידלעך האט ניקלשבורג און וויפיל מיידלעך האט בת מלך? און וויפיל מיידלעך האבן גילערנט פאריאר אין דער מוסד?
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
לית דין בר נשאיך וויל נישט פריש ארויפברענגען קיין דעבאטעס איך וויל פשוט וויסן טריקענע פאקטן
האבן ביידע גיעפענט מוסדות יעצט אויף אלול? וויפיל מיידלעך האט ניקלשבורג און וויפיל מיידלעך האט בת מלך? און וויפיל מיידלעך האבן גילערנט פאריאר אין דער מוסד?
פונקטליך די נאמערס ווייס איך נישט וואס איז ווייס יא איז אז בת מלך איז פארמאכט און די נייע מוסד עטרות בנות עפענט זיך יא און ניקלשבורג עפענט נישט גארנישט דערוואל
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
📎 uploadfromtaptalk1441406259155.jpg📎 uploadfromtaptalk1441406252310.jpg
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
קודם כל ראו מה בין בני לבין חמי אונז קומען מיטן כח התורה 📎 uploadfromtaptalk1441508949734.jpg דא האסטו 10 רבנים געחתמעט מה שאין כן דארט האסטו א אזוי גערופענע גזירה שווה פון מענאפעלי און דוב הייקינד.
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
יעצט איך וויל אביסל ארויס בגעינגען די ליצנות און שקר פון די צעטל קודם כל שרייבט ער פאלג די שופט 📎 uploadfromtaptalk1441509343349.JPGדי אמת איז אבער אז די שופט פאדערט שוין נישט די פאפירן 📎 uploadfromtaptalk1441509281260.JPG נאר ניקלשבורג אן די שופט פאדערט פאפירן און סטראשענען צו ניצען דעיס וואס ער האט נישט געגעיבן די פאפירן די ערשטע מאל ווען די שופט האט עס נאך יא געבעיטן אים צו ארעסטירן אלס קאנטעמפט פון קארט ווען בעצם די פארגע מאנטאג האט די שופט געזאגט אז ער איז גרייט צו אויפגעיבן אויפן קאנטעמפט פון קארט אויב די ניקלשבורגע לויער איז אויך גרייט און ווי מיר אלע וויסן איז ער נישט געוועין גרייט איז וואס קומסטו יעצט מיט אזא פרעכטע ליגנטנזאגן פאלג וואס די שופט הייסט ער הייסט דאך נישט!!!!
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
און חוץ פון דעים נאך א גרעסערע לצנות
פאלג די רבנים זאג מיך איין רב וואס האט עים געהייסן געיבן די פאפירן
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
זאגט מיר איינער יעצט אז די זעלבע וואס האט געמאכט די טיי אווענט צעטיל האט געמאכט די מאנאפלי צעטיל.
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
און אז עינק זאגן ער וויל שפילן א קינדער שפיל וועל אביסל מאריך זיין דערין קודם כל לשיטתו געט ער נישט איבער די פאפירען ווייל עינק זענען א באנדע מוסרים ומלשינים עינקער לויער האט גערעדט און קארט דברי מסירה (פארשטייט זיך אן עינקער רשות כדברי @ניקלשבורג אבער עס איז קלאר אז עינק ווילן ער זאל ממשיך זיין צו מסרן ווייטער אן עינקער רשות) און עינק ווילן ווייטער מסרן אן קיין שום חשבון און טאמער געט ער ארויס די ביכער וועלן אלע מוסדות ליידען ואין כאן המקום להאריך אבער לשיטתכם אז עס איז געוועין דארטן גניבות וואס ער וויל באהאלטן איז וואס דען זאל ער טוהן? זאל עינק איבער געיבן די פאפירן זיך צו ראטעווען פון תפיסה און עינק זאלן עים אנקלאגן ווייטער אויף די אזוי גערופענע גניבות און דעמאלט ארעסטירן? עינק ווילן דאך נישט גיין און דין תורה מהאט דאך פארהאנדלט מיט עינק מען זאל עס איבער געיבן פאר א אינדעפענדענט אקאנטענד און אז אויב מען וועט טרעפן גניבות וועלן עינק גיין און דין תורה און עינק האבן נישט געוואלט ווייל עינק האבן געוואלט אז דווקא עינקער לויער זאל האבן די דאקומענטן (און זיך פאר רעדן פארשטייט זיך אן עינקער רשות) און מאכן א חורבן און מזאל עים דעמאלט ארעסטירן איז מה יעשה הבן שלא יחטא וואס א חילוק ווען ער ווערט ארעסטירט און פארוואס זאל ער געיבן די פאפירן ענדערש זיצען די פאר חדשים יעצט ווי די יארן שפעיטער.
ועוד ער איז שוין איינמאל כמעט געוועין און תפיסה און ער האט זיך ארויס געדרייט מיטן טענה אז מען האט פארהאנדלט, פארן צווייטען דעד ליין איז ער געלאפן און זיך אנגעבארגט מיט כמעט צוויי הונדרעט טויזנט דאלער!!! און געלאפן אפיעלן די קארט קעיס זיך צו ראטעווען פון תפיסה!!! און ער האט אויף גענומען א גאר טייערע לויער זיך צו ראטעווען פון תפיסה!!! און דא גומט א קליין קעפיגע מענטש און זאגט ער שפילט א געים שעיפעלע קיינער לאזט זיך נישט קאסטן אזוי סאך געלט פאר אזא געים!!!
ועוד מיר שטייען יעצט פאר א סליחות די מיטוואך גייט זיין די קארט קעיס זאג מיר די קענסט א יוד וואס וויל שמאכטען און תפיסה די ימים נוראים? ראש השנה יום כיפור סוכות און ווער ווייסט ווילאנג ער גייט דארפן זיצען השם ירחם ער זאל נישט צוקומען דערצו און די זאגסט נאך מיט א קאלט בלוטיגקייט ער שפילט א געים ער האט א טיקעט פאר זיך און פאר זיינע קינדער צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה דאנערשטאג און מיט א רציחהדיגע שמייכעל ווי די נאציס האבן געהאט ווען זיי האבן געזעין זייער קרבן צאפעלט זיך פאר יסורים זאגסטו אה ער מאכט זיך!!!!
Re: ניקלשבורג - בת מלך דעבאטע ווינקל
גרויסע מענטשעלעזאגט מיר איינער יעצט אז די זעלבע וואס האט געמאכט די טיי אווענט צעטיל האט געמאכט די מאנאפלי צעטיל.
קוקט אויס ביסט א חבר פון מאטל שניידער ווען ער האט געפאוסט צעטלעך אקיעגן ר רפאל שור און מורא געהאט פון בעק פייערן האט ער שנעל געפאוסט א מחאה אז חס ושלום נישט ניקלשבורג האט עס ארויס געגעיבן איך ווארט אויפן מחאה