☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » (ר') מיכלע חלוץ-האגער

(ר') מיכלע חלוץ-האגער

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9311

פרעגער » פרייטאג יולי 17, 2015 12:46 pm

· #289877
(ר') מיכלע חלוץ-האגער
צו די פטירה פון דער סערט וויזניצער רבי ז"ל איז ארויף געקומען די נאמען פון זיין עלסטער ברודער "מיכלע חלוץ".
וויפיל מיר ווייסן איז מיכלע געווען דער בכור פון דער מקור ברוך פון סערט וויזניץ. און זיין מאמע איז געוון א טאכטער פון ר' ישכר דוב מבעלזא ז"ל.
זיי האבן זיך גע'גט. און דער מקור ברוך האט חתונה געהאט מיט א אלמנה (די מאמע פון ר' נפתלי חיים אלדער פאטער פון דזיקוב וויזניצער רבי. און זיידע פון דער מוזיקאנט מאיר אדלער).
מיט די ווייב האט דער מקור ברוך געהאט נאך 3 קינדער. ר' אליעזר ז"ל דער סערט וויזניצער רבי. ר' משה ז"ל דער ראש ישיבה. בתו ע"ה אשת הרב שטערנבוך ראב"ד אנטווערפן.
די דריי זענען געווען זייער באקאנט. אבער פון דער עלסטער זון מיכל האט קיינער נישט גערעדט. עס איז מיר אלס געווען מדרש פליאה. ווען וועלט איז וועלט וואלט ער געקענט זיין א גרויסער רבי. א אייניקל פון בעלז און פון וויזניץ!
ווער איז ער געווען? פארוואס רופט מען אים "חלוץ"? איז דאס א טשעפע אדער א נאמען וואס ער האט זיך אליינס געגעבן?
פארוואס איז ער טאקע נישט געבליבן א היימישער?
איז ער טאקע אפגעפארן? און ווי אזוי? פארוואס?
איז דא קינדער פון אים?
וואס איז געווען זיין קשר מיט זיין פאטער דער מקור ברוך? די קשר מיט זיינע ברודער?
עס וואלט געווען זייער א אינטרעסאנטער נושא וואס מען קען אסאך דרעשן דערין. און אויפפרישן היסטאריע וואס איז (בטעות? במזיד?) פארשטויבט געווארן.
איך האב נישט געקענט טרעפן א בילד פון אים.
דער עולם איז מכובד זיך צו אנרופן ווארם.

שבת אחים » פרייטאג יולי 17, 2015 1:26 pm

· #289889
מיין גוטע יוגענט חבר וואס איז א אייניקל פון ר' מאטעלע זז"ג האט מיר פארציילט אז ווען ער (ר' מאטעלע'ס אייניקל) איז געוועהן א בחור איז ער געוועהן א גרויסע טראבעל מעיקער און האט זיך ליב געהאט צו ענדזשויען לייף און איז ארומגעגעאנגען הויליען אין פארשידענע פלעצער ביז געוויסע "גוטע" אידן זענען אריין צו זיין זיידן פארציילן די מעשים טובים וואס ער טוט, ר' מאטעלע האט אים דעמאלט אריינגערופן און געמאכט נייע תקנות און גזירות, אז ער מעג נישט ארויסגיין פון שיכון און אז ער מוז זיין ביינאכט אין בעט אין אזא און אזא צייט, פארשטייט זיך אז די תקנות האבן אנגגעהאלטן פון אסתר תענית ביז שושן פורים. ווען דער זיידע ר' מאטעלע האט אים דאן אריינגערופן צום צווייטן מאל איז ער שוין געוועהן א חתן און ער האט זיך ערלויבט אביסל צו פארענטפערן, אדער וויאזוי אנדערע רופן עס "מתחצף זיין", איז ר׳ מאטעלע געווארן גאר בייז אויף אים און ער האט אים אנגעשריגן, מיינסט איך קען דיך נישט ארויסווארפן פון וויזניץ? דער זיידע (דער אהבת ישראל זצוק"ל) האט אויך ארויסגעווארפן זיין אייניקל מעכעלע חלוץ!

(למעשה איז ער היינט א פיינער אינגערמאן און איינע פון די חשוב'ע אייניקלעך פון ר' מאטעלע וואס ער קען זיך מיט אים שטאלצירן, און ער איז היינט צוטאגס א פייערדיגע חסיד פון זיין זיידען)

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג יולי 17, 2015 2:22 pm

· #289895
ער איז אייביג געווען פרים. ער איז פשוט געווארען א ציוני א חלוץ ווי מ׳פלעגט אמאל רופען די פאטריאטישע ציונים. אבער אייביג געווען פרים. ער האט אפאר קינדער. אלע פרימע מזרחיסטען. איינער א ראש ישיבה אין טבריה. ווען ער איז עלטער געווארען איז ער געגאנגען א שטריימעל.

א איד » פרייטאג יולי 17, 2015 4:26 pm

· #289911
Re: (ר') מיכלע חלוץ-האגער
מסתם איז עס א טעות, ניין?
געווענליך גייט יחיאל מיכל צוזאמען, און נאכדערצו ביי א רביש קינד, מען האט עם זיכער א נאמען געגעבן נאך איינעם וטאס האט געהייסן יחיאל מיכל.

אויסגערוט » פרייטאג יולי 17, 2015 4:32 pm

· #289912
Re: (ר') מיכלע חלוץ-האגער
לויט דער מציבה זעט אויס אז חלוץ איז יא געווען זיין נאמען און נישט עפעס וואס מען האט אים סתם אזוי גערופען

Sent from my SM-G920P using Tapatalk

ירא שמים » פרייטאג יולי 17, 2015 5:09 pm

· #289917
Re: (ר') מיכלע חלוץ-האגער
וואו ליגט ער ? די וואס ליגן ארום זענען אויך רבישע אייניקלעך.

ירא שמים » פרייטאג יולי 17, 2015 5:12 pm

· #289918
(ר') מיכלע חלוץ-האגער
א איד
מסתם איז עס א טעות, ניין?
געווענליך גייט יחיאל מיכל צוזאמען, און נאכדערצו ביי א רביש קינד, מען האט עם זיכער א נאמען געגעבן נאך איינעם וטאס האט געהייסן יחיאל מיכל.
פשוט נישט קיין טעות, אין א״י דעמאלט ביי די קרייזען האט מען העברעזירט אלע אידישע נעמען וואו אויך זיין מאמע וואס האט געהייסען העניא האט זיך אין א״י גערופן גאולה ושמעתי שכן כתוב על מצבתה ,
ריכטיג: ווייסט אפשר וואו זי ליגט ? א בילד ?

א איד » פרייטאג יולי 17, 2015 5:19 pm

· #289919
Re: (ר') מיכלע חלוץ-האגער
[ציטאט אראפגענומען]

אין הר הזיתים והר המנוחות האב איך געזעהן אסאך מצבות אזוי.

בעל הבית » פרייטאג יולי 17, 2015 7:07 pm

· #289935
ער ליגט אין רמת גן דארט ביי די רויזנע באהוש דאכצאך נחלת יצחק הייסט די בית החיים

פרעגער » פרייטאג יולי 17, 2015 7:09 pm

· #289936
פאליטיקאנטן און בעלי דמיון האבן געזאגט אז צווישן דער היינטיגער בעלזער מיטן יבלחט"א דער סערטער הכ"מ האט געהערשט אן אנגעצויגנקייט אלע יארן. א שטילע קריג און א קאלטע שלום.
מאנכע זאגן אז דאס האט א שייכות צו די גט פון זיין פאטער.
איך נעם א דיסקלעמער. עס קען זיין ריין דמיון. אבער עס נייגערט מיר וואס דארט האט "באמת" פאסירט.
אסאך פראגעס האבן ניקס דא שיין גענפערט. אבער עס איז נאך עבליבן היבש אומפארענפערט. וכל הקודם זוכה.

ירא שמים » פרייטאג יולי 17, 2015 7:17 pm

· #289938
Re: (ר') מיכלע חלוץ-האגער
היה שם איזה סיפור עם הכתבים שכ׳ המקור ברוך משנותיו בבעלזא .
אגב פרעגער פון די מוטער האסטו אינגאנצן פארגעסן צו פרעגן שאלות ,
פאשטייסט אז איר סיפור מיטן זונ׳ס איז ענג פארבינדען.

פרעגער » פרייטאג יולי 17, 2015 7:29 pm

· #289941
אמת. טאקע. דאס מיין איך.
ווי איך האב געהערט האט זי געהאט פרומע קינדער. אין בעלז האט זיך געדרייט א זון (פון איר ז"ש) מיט א שטריימל אוו בארד.
זייער פישי די גאנצע היסטאריע.

האסט עפעס צוגעווארפן וועגן כתבים. פון וואס רעדסטו? רעדט קלאר.

טענעסי » מוצ"ש יולי 18, 2015 2:48 pm

· #289946
Re: (ר') מיכלע חלוץ-האגער
בעל הבית
ער ליגט אין רמת גן דארט ביי די רויזנע באהוש דאכצאך נחלת יצחק הייסט די בית החיים

די רוזינער חלקה איז נחלת יצחק אין "גבעתיים" נישט רמת גן

ירא שמים » מוצ"ש יולי 18, 2015 10:17 pm

· #289948
Re: (ר') מיכלע חלוץ-האגער
פרעגר : אפשר מאכסטו א ניק ענטפער צו ענטפערן אויך [emoji1]

ירא שמים » מוצ"ש יולי 18, 2015 11:03 pm

· #289955
Re: (ר') מיכלע חלוץ-האגער
פרעגער
אמת. טאקע. דאס מיין איך.
ווי איך האב געהערט האט זי געהאט פרומע קינדער. אין בעלז האט זיך געדרייט א זון (פון איר ז"ש) מיט א שטריימל אוו בארד.
זייער פישי די גאנצע היסטאריע.

האסט עפעס צוגעווארפן וועגן כתבים. פון וואס רעדסטו? רעדט קלאר.
וועגן די מעשה פון די כתבים ווייס איך נישט מער פון וואס כהאב געשריבען כגדענק שמועסן עפעס אזא מעשה פון די צייטן וואס כהאב זיך געדרייט אין בעלזא,
וועגן הענאלע . זי האט חתונה געהאט אין א״י מיט א יוד האט ער געהייסען ר׳ נפתלי פערלוב ע״ה א פרמער איד אויף די בילדער גייט ער א בארד מיט א שטריימעל ,
און איין זון געדענק איך וואס האט געהייסען ר׳ בערל פערלאוו ע״ה ער איז אוועק לעצטנס .

ירא שמים » מוצ"ש יולי 18, 2015 11:18 pm

· #289958
Re: (ר') מיכלע חלוץ-האגער
וואו ליגט זי ?

התם ומתמם עם תמימים » זונטאג יולי 19, 2015 9:22 am

· #290006
פרעגער
פאליטיקאנטן און בעלי דמיון האבן געזאגט אז צווישן דער היינטיגער בעלזער מיטן יבלחט"א דער סערטער הכ"מ האט געהערשט אן אנגעצויגנקייט אלע יארן. א שטילע קריג און א קאלטע שלום.
מאנכע זאגן אז דאס האט א שייכות צו די גט פון זיין פאטער.
איך נעם א דיסקלעמער. עס קען זיין ריין דמיון. אבער עס נייגערט מיר וואס דארט האט "באמת" פאסירט.
אסאך פראגעס האבן ניקס דא שיין גענפערט. אבער עס איז נאך עבליבן היבש אומפארענפערט. וכל הקודם זוכה.


הוילע דמיונות כפשוטו וכמשמעו
נישט קיין כתבים נישט קיין גט נישט קיין אנגעצויגענהייט

ירא שמים » זונטאג יולי 19, 2015 4:26 pm

· #290051
@התם ומתמם עם תמימים ס׳שוין דאס צווייטע מאל וואס דו טוסט עס צו מיר דו גיבסט א שיס א סטעיטמענט אן ערקלערן פונקטליך אויף וואס דו דינגסט זיך , זייער נישט קיין שיינע זאך.

ירא שמים » זונטאג יולי 19, 2015 10:32 pm

· #290106
Re: (ר') מיכלע חלוץ-האגער
און וועגן די כתבים האב איך היינט געהערט פון צוויי בלזאים אז די רב האט זייער שטארק געוואלט די כתבים אבער די סערעטע רבי ז״ל האט עס בשום אופן נישט געוואלט געבן אפי׳ א קאפי ,
ומעשה שהי׳ אז ווען סערעטע רבי איז אמאל אוועקגעפארן האט איינע פון די בעלזער חסידים פון חיפה זיך איינגעבראכן אין חדר פון סערעטע רבי מיטן ציל צו לקח׳ענען די כתבים און פונקט איז איינער אריין און עם געפאקט ביי די מעשה,
ועד היום הזה האט ער עס נאכנישט באקומען , און סאיז צום האפן אז די נייע רבי וועט עס יא ארויסגעבן לעשות רצון צדיק.

ציבעלע-קיגל » מאנטאג יולי 20, 2015 10:19 am

· #290167
אזוי גערופענע חסידים (און רעבנים) טרעפען זיך אלעמאהל א היתר אויף צו רודף'ן די קאמפעטישאן

ירא שמים » מאנטאג יולי 20, 2015 11:01 am

· #290171
Re: (ר') מיכלע חלוץ-האגער
כרעד פון דאס וואס דער מקור ברוך האט געשריבען פון זיינע יארן אין בעלזא.

ירא שמים » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 1:08 am

· #293850
@פרעגער וואס איז געשען מיט דיר ? כהאב זיך מטריח געווען צו געבן תשובות אויף דיינע שאלות והילד איננו !

פרעגער » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 9:18 am

· #293864
בין דא.

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 1:12 pm

· #293895
פרעגער
בין דא.

שוין אלעס פארענטפערט!

אור חדש » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 4:42 pm

· #293924
די קעניג פין אמעריקע
פרעגער
בין דא.

שוין אלעס פארענטפערט!

זעהסט אז ער פרעגט שוין נישט!

דולה ומשקה » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 5:28 pm

· #293930
די קעניג פין אמעריקע
ער איז אייביג געווען פרים. ער איז פשוט געווארען א ציוני א חלוץ ווי מ׳פלעגט אמאל רופען די פאטריאטישע ציונים. אבער אייביג געווען פרים. ער האט אפאר קינדער. אלע פרימע מזרחיסטען. איינער א ראש ישיבה אין טבריה. ווען ער איז עלטער געווארען איז ער געגאנגען א שטריימעל.


פאיער אויף ווען ער פלעגט קומען אויף חתונות, ער האט ארויס געשלעפט א שטריימעל אין דינטשיקע בעקעטשע פון א שאפינג בעג, אנגעטוהן, נאך דער חתונה צוריק אריין אינעם שאפינג בעג. אבער אזוי אין אלדגעמיין איז ער טאקע נישט געגאנגען מיט קיין שטריימעל, נאר מיטן כיפת סרוגה.