☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #9309

אשכול אן א טיטל #9309

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9309

— » דאנערשטאג יולי 16, 2015 10:33 pm

· #289790

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

א איד » דאנערשטאג יולי 16, 2015 11:54 pm

· #289808
איך אין דיינע שיך (אין דיינע הויזן עקל איך זיך אריינצוגיין) וואלט נאך שטילע שמו״ע ווילאנג ער קטנ׳ט זיך אויס, צוגעגאנגען צום עמוד, און אנגעהויבן ווייטער צו פארן.

סקרן » מאנטאג יולי 16, 2018 2:45 pm

· #408898
יאהרצייט

אייגענארטיג » זונטאג יולי 22, 2018 3:27 pm

· #409512
נישט בייז ווערן !!! מעשים בכל יום!!! צו דיין שלעכט מזל האסטו דעם טאג דעסיידעט אז דו גייסט אנהייבן דו ארבעים לבינה קאמפיין.

עס זאל נישט אויסגערעדט זיין, אבער די פארכטיגע אידן וואס זענען מוחה אויף די אינגערע בע"ב וואס הייבן אן מיט איין מנין און ענדיגן מיט איינס וואס האט זיך געטעלט א האלבע שעה פריער און האט געהאלטן פאר הויכע שמו"ע ווען די צווייט האט געהאלטן ביים שטילן זענען צו פארדאנקען.

כלפי מה דברים........
איך דאווען און א שטיל ביהמ"ד ווי לעצטענס האט אויסגעבראכן א מגיפה (א מגיפה האב איך געשריבן ?!?!?!?..... יא א מגיפה)
עס האט אריינגעמופט און געגענט אן ערליכער הויכע דרייסיגער (וואס האט נישט געווארט אויף די ארבעים שלימים) און ער איז מוחה און פארשטייט זיך בקול רעש גדול אויף יעדען וואס עם האט נאר געדאכט אז ער האט נישט אנגעהויבן מיט דעם מנין (לאמיר ניטאמאל רעדן וואס עס איז געשען צו די דאזיגע וואס האבן געדאווענט אינדרויסן) און מחמת רוב מחאות האבן א שיינע פאר יונגעלייט צו געטוישט ביהמ"ד אדער לשיטתו... בכלל געסטאפט דאווענען לגמרי אדער און שול ער האט אנגעהויבן ארום ציקאלן די מוסדות וי געוויסע קינדער פון די דאזיגע מחוצפים גייען נאר מקיים זיין די געוואלדיגע מצוה םון ולפני עוור... פארשטייט זיך אז ער האט דאס געטון מיט ווייטאג.

וואס א מוסדות טוט דאן איז אין כאן מקומו להאריך צו זיי זענען גערעכט אדער נישט העמיר לאזן פאר א צווייטן צו עפענען אשכולות דן צו זיין.

אבער טראכט נאר אריין ווער האט ציגעברענגט דערצו ?!?!
פארוואס איז דאס אזוי געשען?!?!?
נייער תושב/מוחה/מנהיג, ווער האט דאס גורם געווען ?

נ.ב. איך מיין איך בין אינעם ריכטיגן אשכול...