אניגראם די 9 טיפ מענטשן - וועלכע ביסטו?
אניגראם די 9 טיפ מענטשן - וועלכע ביסטו?
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9303
איך זוך נישט לכתחילה צו לינקען צום עולם הביצה, אבער דארט האט זיך שוין אנטוויקלט א לאנגער שמועס דערוועגן, איבער 50 בלעטער, ס'איז כדאי צו ליינען דארט מער פרטים, און נאכדעם קען מען צוריקקומען רעאגירן דא 😉
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=17336">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=17336</a>

מיט אזאלכע לינקס פארמאכסטו בעיסיקלי די אשכול 😉
קאצקע ציקערמיט אזאלכע לינקס פארמאכסטו בעיסיקלי די אשכול 😉
וואס זאג דאס אויף שמעקעדיק? וואס פארא טייפ איז ער
דאס אז דו ראגירסט אזוי וואז זאגט דאס אויף דיך
לאז דיך אפ מען קען קיין מענטש נישט אריין לייגען אין א באקס.
איך אנטשולדיג זיך, כ'האב נישט געמיינט צו וויי טון קיינעם. אדרבה, איך האב פשוט געוואלט ארויסהעלפן.
שוין געהערט אמאל דעם אויסדרוק "ולא אמרינן רבנן בכפילא"? על דרך זה נתכוונתי.

ר' קאצקע, איך בין דיר מכבד צו אוסשמועסן דא די 9 טייפס פון מענטשן, א זאך וואס איך האב שוין לאנג געוואלט טוהן, און מען וועט דיר ארויס העלפן.
הקטן = איינזער
שמעקעדיג= זיבענער
געוואלדיג=פירער
😉 😂
שמעקעדיג= זיבענער
געוואלדיג=פירער
😉 😂
Re: אניגראם די 9 טיפ מענטשן - וועלכע ביסטו?
קאצקע ציקערמיט אזאלכע לינקס פארמאכסטו בעיסיקלי די אשכול 😉
[ציטאט אראפגענומען]
ממש קליינקעפיגע אייוועלט סטייל …דאכט זיך זיי האבן אויך עפעס אזא ענדליכע תקנה אויף ק״ש מטאר נישט דערמאנען די נאמען כ״ש וק״ו אהינלינקען…
קאצקע צוקער: פאר מיר איז גענוג די ארבע מידות באדם. וואס די משנה אין פרקי אבות ברענגט אראפ. די פסיכאלאגיע פון יאר '70 למספ' איז מיר פונקט גוט. ס'מוז נישט זיין פון יאר 2015... אויך. איך האלט אז די חכמי המשנה זענען נאך געווען אזאלכע גרויסע פסיכאלאגן ווי די גראדואירטע פון הארווארד אדער קאלאמביע...!
ר' בערל דאנט ווארי ס'דא געניג נאמבערס פאר דיר אויך...
גראדע די אניגראם איז בכלל נישט קיין גוישע זאך , האסט געהערט אמאל פון די עשר ספירות?? דאס איז די זעלבע איידוע , איך האב געליינט אמאל א בוק ווי איינער לייגט יעדע מידה צו די טייפ
אלזא ר' בערל נעמט אייך א טייפ געגאנגען!!

גראדע בין איך א שטארקער זיבענער מיט אביסל פון אכט.
אנאנים איז א פינעווער אזוי מיין איך
[ציטאט אראפגענומען]
אויף דיין אוואטאר... 😂
[ציטאט אראפגענומען]
אוועראלל.....
אפטעמיסט א אכטער!! מיט אלע מפרשים
[ציטאט אראפגענומען]
איך בין יעדען טאג א צווייטע פון אלע 9 טיפס. אנדערע וואלטן מיר מסתמא באטיטלט מיט "בארדערליין פירסענעליטי דיסארדער. 🙂
רויטע וואנצעס[ציטאט אראפגענומען]

Lol . רויטע אוודאי האט יעדער איינער פון אלע טיפס , די טייפ איז אבער ווי מען איידענטיפייד זיך די מערסטע, ווי מען זיצט דאס מערסטע, איך מיין ביסט א זיבענער
רויטע וואנצעס[ציטאט אראפגענומען]
איך בין יעדען טאג א צווייטע פון אלע 9 טיפס. אנדערע וואלטן מיר מסתמא באטיטלט מיט "בארדערליין פירסענעליטי דיסארדער. 🙂
רויטע וואנצעס" ניין לויט דיין שרייבן דא אין קאווע שטיבל קען איך זאגן מיט א זיכערקייט אז דו ביסט נישט קיין בארדערליין פערסאנאליטי. אמת, מיין גאנצע מעדיצינישע און פסיכאלאגישע וויסנשאפט קומט פון "המספיק מעגעזין" וואס איך באקום אויף פאסט. (נאכדעם וואס מיין לענדלארד און זיין רביצין האבן עס אדורכגעליינט... 😂 )...!
א זיבענער גאר... אזוי גוט מאך איך עס? יעדער וואס קען מיר וואלט מסתמא געזאגט איך בין אן אנדערע נאמבער. די איינציגסטע וואס וואלטן געהאלטן די זעלבע, איז לכאורה מיין ווייב און מיין טערעפיסט.
רויטע וואנצעסא זיבענער גאר... אזוי גוט מאך איך עס? יעדער וואס קען מיר וואלט מסתמא געזאגט איך בין אן אנדערע נאמבער. די איינציגסטע וואס וואלטן געהאלטן די זעלבע, איז לכאורה מיין ווייב און מיין טערעפיסט.
רויטע וואנצעס: דיין טעראפיסט נעמט מעדיקעיד...? ווייל איך זוך אויך א גוטן טעראפיסט. אויב נישט. קען איך צאלן מיט'ן פוד סטעמפס קארטל...!
נ.ב.: דער מצב איז נישט אזוי געפערליך ווי איך לייג עס אראפ. די ערשטע האביך יא. די צוייטע ב"ה נישט...!
ער פלעגט נעמען מעדיקעיד פון מיר, אבער ער האט געארבייט צו שווער פאר די מאגערע צאלונגן.
#צוריק צום נושא
#צוריק צום נושא
קאצקע ציקערר' בערל דאנט ווארי ס'דא געניג נאמבערס פאר דיר אויך...
גראדע די אניגראם איז בכלל נישט קיין גוישע זאך , האסט געהערט אמאל פון די עשר ספירות?? דאס איז די זעלבע איידוע , איך האב געליינט אמאל א בוק ווי איינער לייגט יעדע מידה צו די טייפ
אלזא ר' בערל נעמט אייך א טייפ געגאנגען!!
קאצקע ציקער: איך האב דיך געפאלגט און גענומען דעם טעסט. איך קום ארויס א זעקס...!
מיין עיקר טייפ איז 4, נאנט צו דעם איז 5 און דערנאך 8. 1 מיט 2 זענען ביי מיר די נידריגסטע, כאטש נישט צו נידריג. די רעשט נומבערס זענען בערך די זעלבע.
געליינט די ערשטע פאר בלעטער פון איי וועלט, עס קוקט מיר אויס אז דער עולם דארט (און דער עולם דא אויך) האט א שטיקל טעות. מען קען זיין א נומבער און מען קען האבן א פליגל אויך, אבער דער פליגל מוז זיין נעבן די נאמבער. למשל א פירער קען האבן א פליגל פון א פינעפער און\אדער א פליגעל פון א דרייער, אבער נישט פון קיין אכטער.
נאכן נעמען דעם טעסט איז מיין מיינונג אז ער איז פון די 'אוועררעיטעד' טיפ.
יתרוגעליינט די ערשטע פאר בלעטער פון איי וועלט, עס קוקט מיר אויס אז דער עולם דארט (און דער עולם דא אויך) האט א שטיקל טעות. מען קען זיין א נומבער און מען קען האבן א פליגל אויך, אבער דער פליגל מוז זיין נעבן די נאמבער. למשל א פירער קען האבן א פליגל פון א פינעפער און\אדער א פליגעל פון א דרייער, אבער נישט פון קיין אכטער.
ריכטיג, יעדער האט אין זיך באמת פון אלע 9 טיפ, אבער נאר איינס איז דער עיקר, און אזוי אויך קען מען האבן א פליגל פון די צוויי זייטיגע נומערן ווי למשל א 4 קען האבן פון 3 און פון 5 אבער נישט א פליגל פון 8 וכדו'.
דער טעסט וואו קאצקע צוקער האט געשיקט ווייזט נישט קיין פליגלען, עס ווייזט בלויז וויפיל פראצענט פון יעדער נומער דו האסט
moshav zekeinimדער טעסט וואו קאצקע צוקער האט געשיקט ווייזט נישט קיין פליגלען, עס ווייזט בלויז וויפיל פראצענט פון יעדער נומער דו האסט
טאקע א שוואכע טעסט פראביר דאס
<a class="postlink" href="http://www.eclecticenergies.com/enneagram/test.php">http://www.eclecticenergies.com/enneagram/test.php</a>
@אנאנים, צום פינטל.
כ'מיין מ'זאל עס געבן פאר די ווייבער, זיי זעהן עס קלארער.

זיי זעען אויך נאר וואס זיי ווילען זעהן
פרעג די ווייב שנה רשונה און פרעג 5 יאר נאך די חתינה
האט זיך טאקע דער מאן אזויפיל געטוישט?
וואס דער מענטש זעט איז סובדשעקטיוו.
די אלע טעסט זענען אויף אזויפיל ווערט אז דער מענטש רעדט זיך איין אז ער איז א געדילדיגער האט ער געדילד

איך פארשטיי נישט, איך האב געליינט אפאר ביכער וועגן דעם און איך האב געזעהן אז יעדע טייפ האט מעלות און חסרונות, איך האב מעיין געווען וועלעכע טייפ איך בין און איך פראביר צו אויסניצן מיינע מעלות ככל האפשר און ארבעטן אויף מיינע שוואכקייטן, גארנישט קאסטום לויט ווי איך האב געוואלט, ווייל איך האב גארנישט געוואלט ספעציפיש נאר געוואלט וויסן וואס איך בין עכט.
וואס פארשטייסטו נישט?
וואס הקטן און אנאנים האבן געשריבן אז מען זעהט נאר וואס מען וויל.
איך בין בכלל נישט אזוי מסכים וואס זיי זאגן ווייל דאס איז טאקע די טעסט -וואס ווילסטו זיין- פון אזויפיל קשיות קען מען נישט פעיקען די זאך און ס'קימט ארויס די ריכטיגע נאמבער למעשה. און אז איינער וויל סתם שיסן תירוצים איז סתם א שאד די צייט צו מאכן די טעסט
און אז מען רעדט שוין, די אניגראם איז די בעסטע זאך פאר איינער וואס וויל זיך העלפן מיט זיין נפש, און נישט ספענדן די הויזן פאר טערעפיסטן, די אניגראם געט דיך א קלארע באריכט ווער דו ביסט "עכט" און וויזוי זיך אליינס צו העלפן.

איך וועל עס פראבירן צו זאגן אין קורצן פון די ביסל וואס איך ווייס לויט מרים אדאהאן'ס בוך:
1 איז א זייגער מענטש. דער בעל מדות טובות וועט עס ניצן לטובת א צווייטן, ווי ערשיינען באצייטנס צום אפגעשמועסטן זמן אדער באצאלן א חוב באצייטנס, און לעומת זה דער בעת מדות רעות וועט עס ניצן צי סיקירן יענעם מיט זיין רשעות'דיגער פונקטליכקייט.
2 איז א געבער, דער בעל מדות טובות וועט עס ניצן צו געבן ווען יענער דארף הילף, בעת דער בעל מדות רעות וועט פשוט אנארבעטן אז דו זאלסט שטענדיג זיין אנגעוויזן אויף אים.
3 איז "א שיינע איד", דער בעל מדות טובות וועט ניצן זיין פערסענאלעטי צו געבן א פלייצע פאר די נכאים, און דער בעל מדות רעות וועט רייטן מיט זיין חשיבות אויף די שוואכערע.
4איז א מענטש מיט הייקעלע געפילן. דער בעל מדות טובות וועט דורך דעם פארשטיין יענעם'ס געפילן און דער בעל מדות רעות וועט זיין פארנומען מיט זיינע אייגענע פילונגען און שפירונגען און עס אויפברענגען כסדר נישט טראכטנדיג פון יענעם, און טרענדן יענעם'ס געהירן טאמער האסטו געגעבן א קראץ זיינע הרגישים.
5 א קאלטער לאגיק מענטש. דער בעל מדות טובות וועט עס ניצן פאר ניצליכע חשבונות און צו העלפן אנדערע מיט זיינע סקילס, און דער בעל מדות רעות וועט מיט א קאלטקייט אוועק מאכן בעלי רגש און מיט זיינע אייזענע סברות ברוטאל צובלאזן יענעם'ס שיטה.
6 איז א מענטש וואס וויל זיך פילן פארזיכערט. פאראן אזעלעכע מיט פאביע און פאראן אן פאביע. דער גוטער זייענדיג סענסעטיוו צו זיכערהייט וועט ארבעטן אויף א צווייטנס זיכערהייט (פון כבוד ביז געזונטהייט) ווי אויף זיינס, ווידער דער שלעכטער בעל מדות וועט אראפ ראומען פון וועג דעם פון וועם ער פילט זיך באדרויעט, (ווי הורדוס)

7 איז א מענטש וואס דארף פרייהייט און ספעיס צו די אפענע נאטור. דער גוטער בעל מדות וועט אכטונג געבן נישט צו צושטערן יענעם'ס סדר מיט זיין פרייהייט טעדענס, און בנוסף וועט ער גאר געהויבן ווערן פון זיין נטיה צו נאטור (א בעל שם טוב), ווייטער דער שלעכטער בעל מדות וועט שטערן ארדענונג, און וועט ווערן א הפקר יונג און א שיכור.
8 איז א פשוטער טיראן און גבר אלים מיט א מעכטיגער כאראקטער. דער גוטער וועט עס ניצן צו פייטן קעגן שטארקע רשעים, און דער רשע וועט ווערן א הארטער טיראן און דאמינעטער עד הסוף.
9 איז א פאסיווער מענטש וואס איז קיינמאל נישט אומרואיג. דער גוטער וועט בארואיגן מענטשן אין צייטן וואס מענטשן דארפן חיזוק. און דער שלעכטער וועט לאזן לויפן און וואקסן פראבלעמען און זיך נישט וויסנדיג מאכן פון די וויי געשריי פון די געליטענע, און צו מאל וועט זיין "גוטער" נאטור ניטאמאל פארשטיין אז ער בעולה'ט איינעם.
פארשטייט זיך אז יעדער נומער האט א מיטלגאטיגער טעמפער, וואס איז נישט צו גוט און נישט צו שלעכט.
די נומערן זענען נישט אויסגעשטעלט איינס נאכן אנדערן במקרה. דאס איז מיט גרויס חכמה אויסגעשטעלט איינס נאכן אנדערן אויף אן אופן וואס יעדער נומער האט וואונדערליך א שייכות מיט זיינע צוויי שכינות'דיגע נומערן. למשל נומער איינס האט א שייכות מיט נומער ניין און מיט נומער צוויי, ד.ה. אז און צוגאב צו זיין עקסטרעמער פונקטליכקייט און ער אויכעט א היבשער נותן און א פאסיוויסט.

יעצט אפגעשריבן א לענגס און א ברייטס און ס'פארלוירן געגאנגען. דעם איט!!!
Re: אניגראם די 9 טיפ מענטשן - וועלכע ביסטו?
קאצקע ציקעריעצט אפגעשריבן א לענגס און א ברייטס און ס'פארלוירן געגאנגען. דעם איט!!!
וויזוי האבן די זיידעס געזאגט אויף אזא פאל?!
גם זו ל....... [emoji12]
טו אזוי דער רמ"א ווען ער האט געהערט אז דער בית יוסף האט אפגעשריבן דאס וואס ער האט געוואלט שרייבן. ער האט געמאכט הגהות דערויף.
זייער גיט מושב א שכוח , איך וועל דא צולייגן אביסל.
1) איז זייער קריטיקל זייער זאזמענטעל. ער באמערקט ביי א מעמד אלעס וואס פעלט. אלעס דארף קלאפן ווי א זייגער. זיי זענען די ערשטע אין שול.
2) זיכן זייער שטארק אהבה! לאוו!! זיי וועלן זיכן לאוו פאר א יעדע פרייז, טייל מאל וועט עס זיין אין פארעם פון געבן פאר אנדערע אבער באמת איז זייער ציל מיט דעם כדאי ציריק צובאקימען.
3) זענען עקטארס , שפילערס, זיי וואקן ארום מיט א מאסק אויפן פנים מענטשן זאלן נישט וויסן וואס זיי זענען "עכט" נאר מען זאל מיינען זיי זענען עכט מעכטיג, רייסעריש, גרויס, קליג, און פאפיולער, זייער ציל איז אז מענטשן זאלן מיינען אז זיי זענען עכט יא אקעי.
4) דארפן אלעס פילן אויב זיי פילן עס נישט איז עס גארנישט ווערד , למשל ווען זיי קימען אין בית מדרש דארפן זיי פילן דערהויבן . 4 זענען אויך זייער סענסעטיוו.
5) לויפן אוועק און באהאלטן זיך פון ענקזייעטיס דאריך די מיינד, אלעס גייט אין די מיינד ,ווען זיי קימען צו א פלאץ ווי זיי פילן זיך אנסעקיורד וועלן זיי אלעס אנעלייזן און דוריכטראכטן, זיי זענען שטארקע טראכטערס זיי טראכטן וויזוי מענטשן פאנקצענירן און וויזוי די וועלט ארבעט .למשל אלבערט איינשטיין איז געווען א 5.
6) האבן זייער מורא פון די וועלט און פון מענטשן ,זיי טראסטן נישט קיינעם, זיי האבן געווענליך איין מענטש וואס זיי טראסטן יא און יענעם וועלן זיי פעגערן ביזן טויט, און עים עדמייערען זייער שטארק ווייל זיי טראסטן נאר עים.
7) האבן זייער ליב פאן פאן פאן און נאכאמאל פאן, אזוי לויפן זיי אוועק פון זייער ענקזייעטי און סטרעסס מיט טשילן.
8) זיכן מאכט און שטארקייט!! און זיי האבן עס ביג טיים! פאנג דיך נאר נישט אן מיט אן אכטער ער וועט דיך צומאלן אויף שטיקער אז דו וועסט פארגעסן דיין נאמען..
9) זיכן ווי צו זיין באקוועם, קאמפארטאבעל, זיי זיכן קאמפארטיבליטי פאר יעדע פרייז איז קודם וועלן זיי פאפן ביז צוועלעווע אריין .. וואס הייסט איך דארף דאך זיין קאמפארטיבל. ביי א קיפקע וועלן זיי נישט זיין צו הויעך כדאי צו זיין באקוועם אין זייער וועלטעלע.

איך ברענג דא נאכאמל ארויף דעם געהענגעל דער וואס וויל אביסל חקרנ'ן וועלכע טייפ ער איז קען מיך אישי'ען איך וועל עים פראבירן צו העלפן
Re: אניגראם די 9 טיפ מענטשן - וועלכע ביסטו?
כקען באשטיין אויב איינער קען אהערשיקן די ביגלעך וואס רעדן פון דעם נושא צו דאונלאודן בחנם
Sent from my SAMSUNG-SM-G900A using Tapatalk
Sent from my SAMSUNG-SM-G900A using Tapatalk
Re: אניגראם די 9 טיפ מענטשן - וועלכע ביסטו?
כהאב גענומען קאצקע צוקער'ס עדווייס און גענומען דעם אניגראם טעסט. כ'האב געקריגן א טיפ 5 מיט א 12.3 סקאר.
5w4=15.7
5w6=15.2
געבויגן מער צו פיהר. גיי ווייס וואס דאס מיינט.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk

די אייבערשטער האט אוועק געשטעלט די וועלט מיט די עשר ספירות, און די אלע ניין פערסאנאליטיס זענען אין קדושה חב"ד חג"ת נהי"ם, און ח"ו פארקערט קען מען טרעפן די צען מכות וואס זענען מרומז אין דעם.
חכמה און בינה זענען אין שכל, און חג"ת נהי"ם זענען אין מדות.
חכמה איז נומבער פיר, א נשמה'דיגע מענטש פילט אין יעדע זאך די אור און חיות וואס איז דא אין דעם, און ח"ו אז ער איז נישט איז עס די מכה חושך, ער שפירט א טונקלקייט וואס איינער וואס איז נישט אין די שכל קאטעגאריע שפירט עס נישט.
בינה איז נומבער פינעף, אויך א שכל'דיגער אבער יעדע זאך האט הסברים, ער איז מער א קאלטע מענטש אבער ער דארף אלעס פארשטיין, און ח"ו אז ער איז נישט איז עס די מכה ארבה, פייגעלעך אין קאפ וכסה את עין הארץ נישט ריכטיגע ביאורים.
חסד איז נומבער צוויי, זייער א דרויסענדיגע מענטש וויל טוהן מיט אנדערע, נישט פארנומען מיט זיך און ח"ו אז ער איז נישט איז עס די מכה ברד, ער צווינגט ארויף זיין השפעה אבער ס'נישט דא די ריכטיגע קשר איז עס אש ומים.
גבורה איז נומבער איינס, זייער קארעקט מענטשן אלעס מוז שטימען מיט צדק ומשפט, און ח"ו אז ער איז נישט איז עס די מכה שחין, וואס ער קראצט אלע ארומיגע ער רעגט זיך אלעס זאל שטימען.
תפארת איז נומבער ניין, פארטשעפעט זיך נישט מיט קיינעם, ווייסט ווען צו זיין קארעקט און ווען צו געבן פאר אנדערע מער, חג"ת איז אין מדות, אבער ס'איז דא אין שכל אויך, וואס ווערט אנגערופן דעת, ער ווייסט ווען צו טראכטן און ווען צו מסביר זיין, און ח"ו אז ער איז נישט איז עס די מכה דבר, ווייל ער האט מורא ווי צו שטימען מיט יעדעם ווערט ער א טויטע מענטש אין זיך.
ביז אהער איז חג"ת, איז טאקע מדות אבער מיט א פנימיות,
נהי"ם זענען מדות מיט חיצוניות.
נצח איז נומבער אכט, זייער שטארקע עסקנים און רעדנערס איבער צורעדן מענטשען צו א זאך, און ח"ו אז ער איז נישט איז עס די מכה ערוב, הארגענען פירן אונטערוועלט ביזנעס,
הוד איז נומבער זעקס, האלטן די חיצוניות'דיגע פארעם פון די זאך ס'זאל בלייבן שיין מיט א שטארקייט, און ח"ו אז ער איז נישט איז עס די מכה כינים, וואס אזוי ווי שחין ער קראצט מענטשען זיכער צו מאכן וואס ער זאגט, נאר דא איז עס מיט לעבעדיקייט א באשעפעניש, אזוי זעהט מען אז נצח און הוד זענען די זעלבע ווי חסד און גבורה, נאר די חילוק איז אין פנימיות און חיצונית.
יסוד איז נומבער זיבען, מאכען מענטשען אין א גוטע מאד מיט א פרייליכקייט, און ח"ו אז ער איז נישט איז עס די מכה צפרדע, א רעש אויף נישט ריכטיגע אופן.
מלכות איז נומבער דריי, שטעלן זיך צו לפי המצב איין טאג אזוי מארגן פארקערט, נישט אז זיי האלטן ביי דעם, און ח"ו אז ער איז נישט איז עס די מכה דם וואס האט נישט קיין טעם.
און כתר וואס איז כולל אלעס איז מכת בכורות וואס איז כולל אלעס.