☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » Myers-Briggs Type Indicator - וועלכע ביסטו?

Myers-Briggs Type Indicator - וועלכע ביסטו?

181 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9302
בלאט: 1 2 3 4

תורה ומדע » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 2:14 pm

· #345931
שבת אחים
תורה ומדע
לויט זיין ווארימקייט אין נאטור איז ער זיכער אן F נישט א T


איך האב אויך געטראכט אזוי אבער ס׳גייט מיר נישט אריין אין קאפ אריין אז ר׳ חיים מאירל, ר׳ יואליש און להבדיל איך זענען די זעלבע פערסאנעלטי. אוי וויי!

פערסאנעליטי האט נישט מיט ברעין קאפאציטעט

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 6:09 pm

· #345992
אמת, כהאב נישט געזאגט אז יא.

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 6:14 pm

· #345993
לכאורה איז ר׳ מוישלע וויזניצער געוועהן א ISFP און ר׳ מאטעלע א INTJ,אינגאנצן אנדערע כאראקטערס.

@תורה ומדע וואס האלטסטו? כהאב רעכט?

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 6:25 pm

· #345997
<a class="postlink" href="https://www.16personalities.com/intj-personality">https://www.16personalities.com/intj-personality</a>

ר׳ מאטעלע איז זיכער א INTJ, ס׳שטימט אויפן האר מיט זיין פערסאנעלעטי, ס׳איז זייער א אינטערסאנטעסע פערסאנעלטי וואס איז כמעט נישט שייך, ווייניגער ווי איין פראצענט פון די פאפיולאציע זענען INTJ'S, ווייניג מענטשען זענען אזעליכע עקשנים און האבן אזעליכע characteristics.

תורה ומדע » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 6:30 pm

· #346000
לדעתי איז ער א ESTP. ער צו א גרויסער קנאי צו זיין אן N. ער איז אויך נישט קיין גרויסער למדן ווי ווייט איך ןןיס. ער לערנט מער בקיאותדיג וואס דאס איז א סימן פון א Sץ איך מוז מודה זיין אז איך קען נישט דעם אדמור מויזניץ פון דער נאהנט ווידער דער ר"מ איז לכאורה א ISFJ. לויט ווי איך פארשטיי.

תורה ומדע » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 6:43 pm

· #346002
צו זיין אן N מוז מען זיין א שטארקער מבין דבר מתוך דבר און ליגען אין ריסרטש אדער חכמה. דער S איז מער פראקטיש.

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 7:17 pm

· #346006
תורה ומדע
לדעתי איז ער א ESTP. ער צו א גרויסער קנאי צו זיין אן N. ער איז אויך נישט קיין גרויסער למדן ווי ווייט איך ןןיס. ער לערנט מער בקיאותדיג וואס דאס איז א סימן פון א Sץ איך מוז מודה זיין אז איך קען נישט דעם אדמור מויזניץ פון דער נאהנט ווידער דער ר"מ איז לכאורה א ISFJ. לויט ווי איך פארשטיי.


אקעי, דו קענסט נישט ביידע פון זיי, איך בין שטארק מחולק מיט דיר, ר׳ מאטעלע איז א מיליאן פראצענט נישט קיין extrovert ער איז בלי שום ספק א introvert, ער איז אזוי ווייט פון זיין א extrovert כרחוק מזרח מערב, דעס וואס דו זאגסט אז ער איז נישט קיין למדן איז סתם שטותים, ער איז א גאון עצום! איך בין נישט זיין חסיד מעהר היינטיגע טעג, אבער פאקטן בלייבן פאקטן, ר׳ מאטעלע האט שוין געהאט הוראה אויף ד׳ חלקי שו״ע ביי די 27 יאהר,פארגעס נישט ער איז נישט געזיצן אין קיין עירקאנדעישאן בעסמידריש אין כולל דעמאלס ער איז געלויפן פאר זיין לעבן פון די נאציס ימ״ש פון איין מדינה צום צווייטן, ר׳ מאטעלע איז געזיצן און גערעדט אין לערנען מיט ר׳ יואליש שעות ארוכות כמעט יעדע מוצאי שבת ווען ער האט נאך געוואוינט אין וויליאמסבורג כיודיע, ער ענדיגט יעדעס יאהר גאנץ ש״ס, ער קען לכאורה גאנץ ש״ס בע״פ, ווען איך האב געלערנט אין גיבערס איז אמאל געקומען דארט ר׳ חיים קרייזווירט האט ער געזאגט פאר די בחורים ביי זיין דרשה אז ער האט נאך קיינמאל נישט געטראפן איינער וואס קען אזוי גיט ש״ס ווי ר׳ מאטעלע,ער האט גאר א גיטע קאפ, ער פלעגט געדענקן ביי יעדע טיש און יעדע חתונה פונקטליך ווער ס׳איז יא געקומען און ווער נישט, ער פלעגט פרעגן אינגעלייט און בחורים וואס האבן אמאל פארפעלט א טיש ווי ביסטו געוועהן נעכטן, מיין טאטע איז אמאל אריינגעקומען צו אים מיט א קוויטל, יאהרן צוריק, האט ער אים געפרעגט ווי ביסטו געוועהן ביי די און די חתונה, א מעשה פון אכט חדשים צוריק, ער געדענקט פונקטליך א יעדעם ביי וועם ער איז א איידעם און ווער נאך זענען איידימער דארט און אזוי ווייטער, ער ער קען זייער גיט וועגן/ראודס/ מעפס, ער ליינט דעס אין ביה״כ כדאי ער זאל נישט טראכטן פון לערנען, ער פארשטייט גאר גיט צו ביזנעס און צו וועלטליכע זאכן, ער וועלט נאר אויס צו זיין אזוי ראדיקאל און פרום, אבער איז ווייט פון א נער, פארקערט ער איז גאר א גיטע ביזנעסמאן פאר א אדמור פון פריערדיגע דור, (פראביר צורעדן מיט סקלענער רבי אדער ר׳ איציקל וועגן ביזנעס, נאכדעם פרעג ר׳ מאטעלע די זעלבע זאך, וועסט באקומען גאר א אנדערע ריעקשאן), ר׳ מוישלע איז זיכער נישט געוועהן א J, ווייל J'S פערסענאלטי זענען געוונטליך גיט אין ביזנעס, ר׳ מוישלע האט פארשטאנען צו ביזנעס אזויווי איך פארשטיי כינעזיש, ווידער ר׳ מאטעלע איז זיכער א J בלי שום ספק. ר׳ מאטעלע האט די כארקטער פון א בוכווארם וואס זיצט אגאנצן טאג און ליינט/לערנט ביכער, ר׳ מאטעלע איז א מתמיד עצום כיודיע.

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 7:53 pm

· #346015
תורה ומדע
איך האב לעצטענס פראבירט צו אנאלאזירען גדולי ישראל מיט דעם אופן. אלץ איז בדרך אפשר.
הגאון ר"מ פיינשטיין INTJ
חזו"א INTJ
הגאון ר"א קוטלר ENFJ
הגאון ר"א ווסרמן INFJ
אדמור מבאבוב ר"ש ESFJ
רב"ב לייבוביץ INFP
רי"ב סאלאוויציק INTJ
ר"ח שמולעוויץ ENTJ
אדמור ר"י מסטמר ESFP
אדמור ברך משה ISTJ
אדמור מפאפא ISFJ
אדמור ר"א מסטמר ESTJ
אדמור רז"ל מסטמר ISFJ
אדמור מסקולען ISFP
אדמור מגור בית ישרא ESTP
אדמור מבעלזא ENTJ
אדמור מטאהש ISFP
אדמור מחבד INTJ
אדמור מקלויזענבורג ENFP
ר שלמה קארליבך ENFP

שטארק מעגליך אז ער איז געוועהן א ENTJ און נישט קיין I

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 7:53 pm

· #346016
.

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 8:19 pm

· #346024
[ציטאט אראפגענומען]


מעהר א ריעאליסט ווי א חסיד, איך גלייך גראדע נישט אזוי שטארק ר׳ מאטעלע׳ס פרומקייט און שארפקייט אבער ס׳איז דא אסאך זאכן אויף וואס מ׳קען אים ארויפקוקן, פאקטן בלייבן פאקטן.

יא איך האב א שוואכקייט צו וויזניץ פון די אמאליגע היים, און איך בין א שטארקער חסיד פון ר׳ ישראלטשע וויזניצער הראשון און זיינע פיר זוהן, זייער טאלארענץ צו יעדען מארמארישע פויער, זייער ווארימקייט און ליבשאפט צו א יעדען איד, זייערע נוסח און זייער הארציגע ניגונים זענען אין מיין בלוט פון דורי דורת קאסובע-וויזניצע חסידים, פארדעם טאקע בין איך וויזניצער רבי פון סטעטן איילענד 😂

קל וחומר » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 8:45 pm

· #346032
Re: Myers-Briggs Type Indicator - וועלכע ביסטו?
טאמער איז די אהבה נאר צו יעדע 'איד' וואלט א 'בערני-סענדערס-אלערט' געדארפט אפירקומען.

בן אדם » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 8:46 pm

· #346033
אז ער האט הוראה איז שוין א חידוש אבער אז ער איז בקי אין ש"ס דאס איז מיר נישט קיין חידוש. כ'האב אמאל געהערט אז דער אלטער רב שטיינווארצל האט געזאגט אויף ר' מאטעלע: 'נישט פארשטיין וואס מ'לערנט און נאכאלץ איבער לערנען איינמאל און נאכאמאל, דאס איז שוין א זאך!!!

קל וחומר » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 8:48 pm

· #346035
Re: Myers-Briggs Type Indicator - וועלכע ביסטו?
נארוואס געמאכט דעם טעסט, באקומען אן INTP

(כ'זעה אז קיין איין רבי/גדול האט עס נישט. ווייזט אויס אז כ'בין אראפגעקומען פאר עפעס אנדערש...)

נהורא נפישא » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 9:09 pm

· #346039
תורה ומדע
אדמור מפיאסעצנע INFJ
הגר"מ שפירא לובלין ENFJ
אדמור ר"א מבעלזא INFP
אדמור רב"ץ באבוב הי"ד ESFJ
הגאון ר"ש זעליחאווער INFJ
אדמור נתיבות שלום INTJ
הגר"ח מבריסק ENTP
הגרי"ז מבריסק INTJ
הגרש"ז אויערבאך ENTJ
הגרי"ש אלישיב INTJ
הגראיל שטיינמן INFJ
הגר"ש אויערבאך ENTP


הגרי"ז מ'בריסק איז ESTJ, פון וואו ווייס איך, איך האב אריינגעלייגט ביי אלע שאלות uncertain.

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 9:57 pm

· #346050
בן אדם
אז ער האט הוראה איז שוין א חידוש אבער אז ער איז בקי אין ש"ס דאס איז מיר נישט קיין חידוש. כ'האב אמאל געהערט אז דער אלטער רב שטיינווארצל האט געזאגט אויף ר' מאטעלע: 'נישט פארשטיין וואס מ'לערנט און נאכאלץ איבער לערנען איינמאל און נאכאמאל, דאס איז שוין א זאך!!!


אבי גערעדט, ר׳ מאטעלע קען א געוואלד מיט לערנען, און טאמער פארשטייט ער נישט א רשי אדער עפעס פרעגט ער די גאנצע וועלט פשט אין דעם מקטן ועד גדול, ער האט יאהרן לאנג (מעהר פון פופציג יאהר) פארגעלערנט א שיעור ברבים יעדען טאג וואס איז געוועהן בעיון און נישט אויבערפלעכליך, כ׳ווייס באמת נישט פארוואס די וועלט האט אנגענומען ר׳ מאטעלע פאר א נער, ער איז זיכער בלי שום ספק א גרעסערע תלמיד חכם פון רוב רבי׳ס אין די לעצטע הונדרעט יאהר, אדרבה וועלכע רבי אין זייער יארגאנג איז אזא גאון ווי אים? קיינער נישט, וויפל אדמורי״ם האבן הוראה אויף ד׳ חלקי שו״ע? דער קאסובער, ווער נאך? וויפל פון זיי האבן באקומען הוראה אויף ד׳ חלקי שו״ע אינטער די דרייסיג יאהר? קיינער נישט! אויב יא לאז הערן.

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 10:15 pm

· #346053
קל וחומר
נארוואס געמאכט דעם טעסט, באקומען אן INTP

(כ'זעה אז קיין איין רבי/גדול האט עס נישט. ווייזט אויס אז כ'בין אראפגעקומען פאר עפעס אנדערש...)


זעץ דיך לערנען זאפארט, זייער א גיטע פערסאנעלטי טייפ, אסאך famous מענטשען וואס האבן געטוישט די וועלט זענען געוועהן די טייפ, למשל אלבערט איינשטיין, טשארלס דארווין, דאווינטשי, עיברעהם לינקאן, וכו׳ האסט א טשענס צוזיין א אינטעלעקטשול.

תורה ומדע » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 9:36 am

· #346092
שבת אחים
תורה ומדע
לדעתי איז ער א ESTP. ער צו א גרויסער קנאי צו זיין אן N. ער איז אויך נישט קיין גרויסער למדן ווי ווייט איך ןןיס. ער לערנט מער בקיאותדיג וואס דאס איז א סימן פון א Sץ איך מוז מודה זיין אז איך קען נישט דעם אדמור מויזניץ פון דער נאהנט ווידער דער ר"מ איז לכאורה א ISFJ. לויט ווי איך פארשטיי.


אקעי, דו קענסט נישט ביידע פון זיי, איך בין שטארק מחולק מיט דיר, ר׳ מאטעלע איז א מיליאן פראצענט נישט קיין extrovert ער איז בלי שום ספק א introvert, ער איז אזוי ווייט פון זיין א extrovert כרחוק מזרח מערב, דעס וואס דו זאגסט אז ער איז נישט קיין למדן איז סתם שטותים, ער איז א גאון עצום! איך בין נישט זיין חסיד מעהר היינטיגע טעג, אבער פאקטן בלייבן פאקטן, ר׳ מאטעלע האט שוין געהאט הוראה אויף ד׳ חלקי שו״ע ביי די 27 יאהר,פארגעס נישט ער איז נישט געזיצן אין קיין עירקאנדעישאן בעסמידריש אין כולל דעמאלס ער איז געלויפן פאר זיין לעבן פון די נאציס ימ״ש פון איין מדינה צום צווייטן, ר׳ מאטעלע איז געזיצן און גערעדט אין לערנען מיט ר׳ יואליש שעות ארוכות כמעט יעדע מוצאי שבת ווען ער האט נאך געוואוינט אין וויליאמסבורג כיודיע, ער ענדיגט יעדעס יאהר גאנץ ש״ס, ער קען לכאורה גאנץ ש״ס בע״פ, ווען איך האב געלערנט אין גיבערס איז אמאל געקומען דארט ר׳ חיים קרייזווירט האט ער געזאגט פאר די בחורים ביי זיין דרשה אז ער האט נאך קיינמאל נישט געטראפן איינער וואס קען אזוי גיט ש״ס ווי ר׳ מאטעלע,ער האט גאר א גיטע קאפ, ער פלעגט געדענקן ביי יעדע טיש און יעדע חתונה פונקטליך ווער ס׳איז יא געקומען און ווער נישט, ער פלעגט פרעגן אינגעלייט און בחורים וואס האבן אמאל פארפעלט א טיש ווי ביסטו געוועהן נעכטן, מיין טאטע איז אמאל אריינגעקומען צו אים מיט א קוויטל, יאהרן צוריק, האט ער אים געפרעגט ווי ביסטו געוועהן ביי די און די חתונה, א מעשה פון אכט חדשים צוריק, ער געדענקט פונקטליך א יעדעם ביי וועם ער איז א איידעם און ווער נאך זענען איידימער דארט און אזוי ווייטער, ער ער קען זייער גיט וועגן/ראודס/ מעפס, ער ליינט דעס אין ביה״כ כדאי ער זאל נישט טראכטן פון לערנען, ער פארשטייט גאר גיט צו ביזנעס און צו וועלטליכע זאכן, ער וועלט נאר אויס צו זיין אזוי ראדיקאל און פרום, אבער איז ווייט פון א נער, פארקערט ער איז גאר א גיטע ביזנעסמאן פאר א אדמור פון פריערדיגע דור, (פראביר צורעדן מיט סקלענער רבי אדער ר׳ איציקל וועגן ביזנעס, נאכדעם פרעג ר׳ מאטעלע די זעלבע זאך, וועסט באקומען גאר א אנדערע ריעקשאן), ר׳ מוישלע איז זיכער נישט געוועהן א J, ווייל J'S פערסענאלטי זענען געוונטליך גיט אין ביזנעס, ר׳ מוישלע האט פארשטאנען צו ביזנעס אזויווי איך פארשטיי כינעזיש, ווידער ר׳ מאטעלע איז זיכער א J בלי שום ספק. ר׳ מאטעלע האט די כארקטער פון א בוכווארם וואס זיצט אגאנצן טאג און ליינט/לערנט ביכער, ר׳ מאטעלע איז א מתמיד עצום כיודיע.

אודה על האמת, איך קען נישט די וויזניצער רביים. איך האב זיי טאקע נישט פאררעכנט אין מיין ארגינעלע ליסטע .

תורה ומדע » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 9:40 am

· #346093
שבת אחים
תורה ומדע
איך האב לעצטענס פראבירט צו אנאלאזירען גדולי ישראל מיט דעם אופן. אלץ איז בדרך אפשר.
הגאון ר"מ פיינשטיין INTJ
חזו"א INTJ
הגאון ר"א קוטלר ENFJ
הגאון ר"א ווסרמן INFJ
אדמור מבאבוב ר"ש ESFJ
רב"ב לייבוביץ INFP
רי"ב סאלאוויציק INTJ
ר"ח שמולעוויץ ENTJ
אדמור ר"י מסטמר ESFP
אדמור ברך משה ISTJ
אדמור מפאפא ISFJ
אדמור ר"א מסטמר ESTJ
אדמור רז"ל מסטמר ISFJ
אדמור מסקולען ISFP
אדמור מגור בית ישרא ESTP
אדמור מבעלזא ENTJ
אדמור מטאהש ISFP
אדמור מחבד INTJ
אדמור מקלויזענבורג ENFP
ר שלמה קארליבך ENFP

שטארק מעגליך אז ער איז געוועהן א ENTJ און נישט קיין I

ער האט געספענד רוב ימיו אליין אין סאליטאט, און כמעט קיינמאהל זיך נישט דארך גערעדט מיט אנדערע. ער האט געוואינט און שטודירט אין בערלין און פאריז יאהרען זייענדיג אפגעהאקט פון די גאנצע וועלט.

מאטי » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 10:27 am

· #346103
זייער אן אינטערסאנטע אשכול, א דאנק @תורה ומדע

תורה ומדע » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 10:42 am

· #346105
מעגליך. אבער זיין שרייבעכץ און די ארגעניזאציע פון די מאמרים אין מכתב מאליהו ווייזט אויף א J נישט אויף א P. ר חזקל לעווינשטיין איז לכאורה געווען א P. אדער INFP אדער INTP.

תורה ומדע » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 10:44 am

· #346106
מאטי
זייער אן אינטערסאנטע אשכול, א דאנק @תורה ומדע

מיי פלעזשו 😛 ר

תורה ומדע » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 10:46 am

· #346108
געטראפען דער ראגאטשאווער איז זיכער געווען א INTP. אזוי אויכעט דער אסטראווצער. קען גאר זיין אז דער קאצקער רבי אויכעט

תורה ומדע » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 10:47 am

· #346109
[ציטאט אראפגענומען]

איך הער

תורה ומדע » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 10:52 am

· #346112
ר שאול ידידי פון מאדזיץ א גאון אין נגינה איז געווען לדעצי אן INTP אדער ENTP

תורה ומדע » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 10:53 am

· #346113
[ציטאט אראפגענומען]

איך טרוי מיך נישט ביז אהין.

תורה ומדע » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 10:57 am

· #346116
תורה ומדע
[ציטאט אראפגענומען]

איך טרוי מיך נישט ביז אהין.

אויב מען מעג אנאליזרען וואלט איך געזאגט בדרך אפשר וביראה עילאה אויפן רמבם ENTJ. און אויפען חוה"ל NFJ אדער I אדער E

תורה ומדע » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 11:00 am

· #346118
ר יהודה הלוי בעל הכוזרי?

תורה ומדע » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 11:07 am

· #346120
פארוואס E

תורה ומדע » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 11:10 am

· #346122
ענדערש I . דער INFJ יז מער א קאמפליצירטע בריאה ווי דער ENFJ. וגם אני הקטן בתוכם... שפינאזע שר"י ווערט געררעכנט אלץ INFJ.

תורה ומדע » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 11:11 am

· #346123
פארקערט דער דעיאלאג איז א טרעידמארק פארן איטראווערט. ער רעדט מיט זיך אליין כסדר. דער רמח"ל איז אויך לכאורה אן INFJ לויט דעם.

שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 11:12 am

· #346124
נאך אביסל וועט מען דן זיין אין די אשכול צי משה רבינו איז געוועהן א extrovert אדער א introverted 😂

תורה ומדע » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 11:15 am

· #346127
תורה ומדע
ענדערש I . דער INFJ יז מער א קאמפליצירטע בריאה ווי דער ENFJ. וגם אני הקטן בתוכם... שפינאזע שר"י ווערט געררעכנט אלץ INFJ.

אזוי אויך היטלר ימ"ש און אסאמא דער רשע

תורה ומדע » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 11:17 am

· #346128
[ציטאט אראפגענומען]

איך הער אבער ליבי אומר לי אז עס איז מער אן איטראווערט טרעיט .

שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 11:25 am

· #346130
תורה ומדע
תורה ומדע
ענדערש I . דער INFJ יז מער א קאמפליצירטע בריאה ווי דער ENFJ. וגם אני הקטן בתוכם... שפינאזע שר"י ווערט געררעכנט אלץ INFJ.

אזוי אויך היטלר ימ"ש און אסאמא דער רשע


היטלער ימ״ש, היינריך הימלער ימ״ש, אסאמא בין לאדין ימ״ש, גנדי, פלאטא, יאשקע, טראצקי, נועם כאמאסקי, בערני סענדארס, זענען די זעלבע כאראקטערס. 🙄

תורה ומדע » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 11:31 am

· #346132
שבת אחים
תורה ומדע
תורה ומדע
ענדערש I . דער INFJ יז מער א קאמפליצירטע בריאה ווי דער ENFJ. וגם אני הקטן בתוכם... שפינאזע שר"י ווערט געררעכנט אלץ INFJ.

אזוי אויך היטלר ימ"ש און אסאמא דער רשע


היטלער ימ״ש, היינריך הימלער ימ״ש, גנדי, יאשקע, טראצקי, נועם כאמאסקי, בערני סענדארס, זענען די זעלבע כאראקטערס. 🙄

אויב דו וועסט גוט דארך לערנען די סוגיא וועסטו פארשטיין אז עס איז נישט קיין סתירה. בחירה בלייבט בחירה. דער NFJ האט געוואלדיגע כוחות אבער אויב מען ארבעט נישט אויס די מידות אדער מען גלייבט אין פאלשע אידעען קען מען חרוב מאכען דער וועלט ליטערעלי. 😲

תורה ומדע » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 11:32 am

· #346133
בערני איז א ENFP

שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 11:34 am

· #346134
תורה ומדע
שבת אחים
תורה ומדע
תורה ומדע
ענדערש I . דער INFJ יז מער א קאמפליצירטע בריאה ווי דער ENFJ. וגם אני הקטן בתוכם... שפינאזע שר"י ווערט געררעכנט אלץ INFJ.

אזוי אויך היטלר ימ"ש און אסאמא דער רשע


היטלער ימ״ש, היינריך הימלער ימ״ש, גנדי, יאשקע, טראצקי, נועם כאמאסקי, בערני סענדארס, זענען די זעלבע כאראקטערס. 🙄

אויב דו וועסט גוט דארך לערנען די סוגיא וועסטו פארשטיין אז עס איז נישט קיין סתירה. בחירה בלייבט בחירה. דער NFJ האט געוואלדיגע כוחות אבער אויב מען ארבעט נישט אויס די מידות אדער מען גלייבט אין פאלשע אידעען קען מען חרוב מאכען דער וועלט ליטערעלי. 😲


אוואדי אזוי, די פערסאנעלטי טייפ איז נאר וויאזוי די מוח ארבעט און וויאזוי מ׳איז געווייערט צו טראכטן און פילן, אין יעדע כאראקטאר איז דא שלעכטע און גיטע. ס׳איז דאך אינטערסאנט צו באמערקן.

שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 11:34 am

· #346135
תורה ומדע
בערני איז א ENFP


זיכער נישט קיין E

תורה ומדע » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 11:42 am

· #346140
איין זאך איז קלאר: כמעט נישטא גדולים וואס זענען אין די S קאטאגאריע. חוץ פון א פאהר געציילטע חסידישע רביס.
ליטווישע גדולים זענען NT און חסידישע זענען NF. איז ריכטיג?

מאטי » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 12:57 pm

· #346167
רמב"ם איז אנגענומען אן I נישט אן E

תורה ומדע » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 1:56 pm

· #346176
מאטי
רמב"ם איז אנגענומען אן I נישט אן E

אפשר, אבער איך קלער E ווייל דער I האט נישט דער ברייטקייט וואס דער רמבם פארמאגט. דער E איז מער אלטוועלטליך.

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 2:15 pm

· #346180
פאר א 'געדאנק' אעז עס גוט, אבער למעשה איז ער נישט געווען קיין ראובארט. ער האט דאך נאך געהאט עפעס קליינליכע עבירות ווי שלאגן די שטיין און נישט פארציילן אז ס'גייט נישט פאלן קיין מן אויף שבת וכדו'.

שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 7:52 pm

· #346238
[ציטאט אראפגענומען]


מיין כלה איז א INTP, און א שטיקל רעכטע (דערווייל), שטותים.

קל וחומר » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 8:09 pm

· #346243
Re: Myers-Briggs Type Indicator - וועלכע ביסטו?
הייבסטע שוין אהן מיט די 'לינקע' פוס...

שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 8:13 pm

· #346245
קל וחומר
הייבסטע שוין אהן מיט די 'לינקע' פוס...


🙂

תורה ומדע » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 1:31 pm

· #346336
[ציטאט אראפגענומען]

בעסער צו פארשטיין די סוגיא לייענט דעם בוך <a class="postlink" href="https://www.amazon.com/Please-Understand-Temperament-Character-Intelligence/dp/1885705026">https://www.amazon.com/Please-Understan ... 1885705026</a>

קל וחומר » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 2:14 pm

· #346350
Re: Myers-Briggs Type Indicator - וועלכע ביסטו?
כ'האב דעם בוך אויף pdf, epub ווער עס וויל עס זאל אישיען זיין אימעיל אדרעס.

תורה ומדע » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 4:05 pm

· #346918
אידישע ארטיסטען: בדרך אפשר
ר יאסעלע ראזענבלאט ESFJ אדער ENFJ
ר יו"ט עהרליך ENFJ אדער P
ר דוד ווערדיגער ISTP
ר שלמה'לע ENFP
ר' מרדכי ווערדיגער INFJ
ר בנציון שענקר ISFJ
ר אברהם פריד ESFJ
ר ליפא שמאלצר ESFP
ר עיבי ראטטענבערג INFJ
ר איטשה מאיר העלפגאט ISTP

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 4:34 pm

· #346926
איטשע מאיר העלפגאט וואלט איך נישט געזאגט אז ער איז א S, אבער קען זיין ווייל איך קען אים נישט אזוי גיט, איך פלעג אמאל פארברענגן מיט אים, מיינס א גיטע ידיד איז א נאנטע פריינד מיט אים האב איך מיך דעמאלסט באקענט מיט אים אביסל אבער נישט גענוג צו וויסן זיין נאטור אזוי פונקטליך.

תורה ומדע » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 6:29 pm

· #346952
שבת אחים
איטשע מאיר העלפגאט וואלט איך נישט געזאגט אז ער איז א S, אבער קען זיין ווייל איך קען אים נישט אזוי גיט, איך פלעג אמאל פארברענגן מיט אים, מיינס א גיטע ידיד איז א נאנטע פריינד מיט אים האב איך מיך דעמאלסט באקענט מיט אים אביסל אבער נישט גענוג צו וויסן זיין נאטור אזוי פונקטליך.

ער איז איבערהויפט נישט קיין בעל מחדש.
בלאט: 1 2 3 4