☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קומט דא פאר מעקונגען?

קומט דא פאר מעקונגען?

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #93

amechiya » דינסטאג מערץ 6, 2012 10:43 am

· #645
קומט דא פאר מעקונגען?
איך בין אין ריעל שאק, ווי קען מען טרעטן אוף די יסוד היסודות, און אזוי שנעל.

ווי עס ווערט באשולדיגט, קומען פאר מעקונגען אינעהאלב די אומצענזורירטע פארום, דורך זעלבסט בארוינטע בעלאנים מיט רויטע און גרינע נעזער, וואס סיי וואס עס ווערט געשריבן און עס איז נישט לפי רוחם, ווערט תיכף ומיד בטל כעפרא דארעה, און אן קיין אנגעגעבענע סיבה ווי עס לויטעט די קאנסטיטושען. (און אפי' אין מיסטקאסטן טרעפט עס נישט דאס ארט).

איז עס אויס געהאלטן? וואס איז די דעת ציבורי?

יידל » דינסטאג מערץ 6, 2012 10:45 am

· #647
Re: קומט דא פאר מעקונגען?
[ציטאט אראפגענומען]

ווען עס איז דברים שהצניעות יפה להם, איז טאקע בעסער אז עס גייט צו אישי

amechiya » דינסטאג מערץ 6, 2012 10:51 am

· #648
Re: קומט דא פאר מעקונגען?
אקעי, איך האב נישט געוויסט אז מען שיקט די סיבה אין אישי.

סארי פארן שארפן ערב פורימדיגע אויסברעך

אךשמח » דינסטאג מערץ 6, 2012 11:18 am

· #650
Re: קומט דא פאר מעקונגען?
אין א צווייטע פורום ווי איך באטייליג זיך האט שוין פאסירט מער ווי איינמאל אז מיינס א שטיקל זאל פארשוואונדן ווערן, און מיר פלעגט דאס זייער וויי טאן און איך האב געהאלטן אז דאס איז אן עוולה נוראה, ובעיקר ווען איך האב געדארפט ארומפרעגן אלע מיינע פערזענליכע און פענע חברים וואס זענען געווען אויף א העכערער לייטער אין די הנהלה, און נאך אלעם האב איך זעלטן באקומען אויב בכלל א צופרידנשטעלנדיגע ענטפער.

דאס איז געווען אמאל.

ממש לעצטנס האט די זעלבע זאך פאסירט, און איך האב שוין כמעט געוואלט אנפאנגען פארפירן און ארויסווארפן מיין פעסווארד פון יענעם פורום, אבער איך האב אויפגעלאכטן ווען אין מיין פריוואטן קעסטל האב איך באקומען א שיינער ערקלערונג פארוואס מען האט מבער געווען דעם אשכול, און כאטש איך האב עס נישט געהאלטן אלס פעלער, האב איך דאך א רעספעקט צו די בעלי בתים פון אנדערע פורומים וואס ווילאנג זיי זענען די וואס האבן געעפנט דעם פורום קענען זיי טון כל מה שלבם חפץ. איך האב די ברירה נישט צו שרייבן דארט. אבער אן ערקלערונג איז זייער וויכטיג. און איך אפלאדיר דאס.

היימישער איד » דינסטאג מערץ 6, 2012 8:23 pm

· #743
Re: קומט דא פאר מעקונגען?
[ציטאט אראפגענומען]

שקר

דולה ומשקה » מיטוואך מערץ 7, 2012 12:22 am

· #787
Re: קומט דא פאר מעקונגען?
אלמלא מלכות איש רעהו חיים בלעוהו...

אפדשויש » מיטוואך מערץ 7, 2012 3:00 pm

· #864
Re: קומט דא פאר מעקונגען?
דא מעקט מען און גרויסען, און איך עקספעקט דער תגובה זאל אויך ווערען געמעקט, ווייל די אהנפירערס פון דער שטיבעל ווילען שטעלען א שיינעם פנים און ווילען נישט אז דער עולם זאל זעהן קריטיק.

עס איז געווען דא אן אשכול וויא איינער האט זיך געזעגענט פון שטיבעל. איך האב אויך דארט מגיב געווען.
זאלען די אזוי געריפענע מנהלים מסביר זיין וויא דער אשכול איז נעלם געווארען.

איך וועל נישט זיין איבעראשט אז מעוועט אפילו פארמעקען מיין ניק.

זייטס מיר אלע געזינט.

יידל » מיטוואך מערץ 7, 2012 3:23 pm

· #866
Re: קומט דא פאר מעקונגען?
הרב אפדשויש, עיין במיסט קאסטן.

אגב, איך מיין נישט ווי צו טו, נאר סתם להערה בעלמא. די סופערלעטיוו "אזוי געריפענע" איז נישט קיין טשעפע, נאר אין געוויסע פלעצער