☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מרדכי קאהן ראה"ק קיט"ל סאטמאר מאנטריאל

מרדכי קאהן ראה"ק קיט"ל סאטמאר מאנטריאל

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9298

ביליג » מיטוואך יולי 15, 2015 11:14 am

· #289496
מרדכי קאהן ראה"ק קיט"ל סאטמאר מאנטריאל
מרדכי קאהן מיט די חיזיק פון ר' משה מנחם טירנויער איז געגאנגען אין קארט
וואס גייט פאר ???


דאס האב איך געליינט אויף שאולזון

<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2015/07/blog-post_986.html">http://bshch.blogspot.com/2015/07/blog-post_986.html</a>

c/p
מאת סאטמארער

כ'וויל געבן אן אפדעיט דא פאר'ן גאנצן עולם. כ'האב פריער אראפגעלייגט דעם טעלעפאן מיט דזשיבויער רב (באקאנט פאר די ניו יארקער אידן אלס נואם הכבוד ביי כינוס כלל ישראל).
כ'האב אים נאך קיינמאל נישט געהערט זיין אזוי צעקאכט און פארווייטאגט וועגן די פרשה (די גאנצע פרשה, נישט נאר די לעצטע מיאוס'ע שריט). וועגן ר' משה מנחם איז ער געווען אינגאנצן צעבראכן ער האט געפילט אומבאקוועם צו רעדן וועגן דעם, ער איז דאך א דיפלאמאט, אבער ער האט זיך ארויסגעכאפט לשונות.
יעצט עטץ ווייסטס אז איך בין אייביג נזהר געווען אין ר' משה מנחם'ס כבוד נישט קיין חילוק וואס אנדערע דא האלטן אויף אים, אפי' מיט אלעם וואס ער האט געטוהן פאר אונז און פאר'ן רבי'ן שליט"א, דארף מען למעשה האבן דרך ארץ פאר א איד א תלמיד חכם, אבער נאכ'ן מיטהאלטן ערשטהאנטיג וואס דא גייט פאר, בין איך ממש צעשאקלט געווארן. די תוה"ק זאגט השוחד יעור עיני חכמים. די תורה ברויך נישט מיינע הוכחות, אבער יעצט זעט מען עס ממש בחוש ווי ר' משה מנחם ווערט געפירט ווי א פאפעט נאך זיין גרעסטער געלט שטיצער מרדכי קאהן און שלעפט אריין די גאנצע ווייטאגליכע פרשה אין ערכאות!
דזשיבויער רב האט ממש געוויינט צו מיר און זיך געבעטן אויב איך קען עפעס טוהן צו ראטעווען דעם שרעקליכן חילול ה'( ער וויל כ'זאל רעדן צו משה מארוויטער) ער זאגט אז דא שלעפט זיך אריין אין ערכאות, פלאס, א גט וואס קומט דורך פרעשור פון געריכט איז לויט אלע היימישע קאנאדישע רבנים א גט מעושה - א געצווינגענע גט וואס איז גארנישט ווערד. (מיר געדענקען נאך גוט ווי דער רבי זז"ג האט מלחמה געהאלטן איבער לאנדעסמאן און אנדערע). ער האט מיר געזאגט אז אויב מרדכי קאהן גייט פאראויס מיט זיין פלאן צו אימפארטירן שלושה רועי בקר צו פראווען א גט מעושה אונטערן נאז פון די רבני העיר וועט די שטאט פלאקערן!
איך ווייס אז דזשיבויער רב האט געהאט מערערע מיטינגען וועגן דעם, און ער איז מיט געשלאסענע הענט. ער האט זיך צו מיר אויסגעדרוקט "אז מרדכי קאהן וויל זיך פירן ווי א גוי, איז איין זאך, אבער ער זאל נאך האבן די שטיצע פון ר' משה מנחם איז דאך א שרעקליכע מעסער שטאך אין די תורה!"
עטץ ווייסטס אז איך קויף נישט אלעס אפ, כ'האב אליינס געליינט די דאקומענטן, און ס'איז באמת אומגלויבליך. אין א מאושען וואס מרדכי קאהן האט די וואך אריינגעגעבן אין קאורט האט ער פארלאנגט – נישט מער און נישט ווייניגער - אז די געריכט זאל ארויסווארפן די צענדליגע בריוון פון ערליכע רבנים היושבין על מדין, דערקלערענדיג אז די אידישע רעליגיע איז נישט בינדענט פאר א קאנאדישע בירגער!! דא איז די לשון: "The opinions of religious authorities are not relevant to the Supreme Court and its jurisdiction." עפ"ל.
ביז אהער איז די לעצטיגע פאסירונגען. און איך האלט אז אונז דארף מיר זיך לאזן הערן. אלע רבנים פון שטאט זעען וואס דא גייט פאר, און דער איינער ר' משה מנחם איז געקידנעפט דורך זיין געלט-געבער און ער שלאגט מיט יעדן כפרות. ס'איז א וויי געשריי ווען ס'ווערט געטוהן אונטער די מאנטל פון תורה.
[7/14, 9:35 "Defendant Schimmer made substantial donations, millions of dollars over the years, to various charitable entities. The destination of these funds are unclear. Those funds end up leaving Canada to entities in the United States and Israel."
דאס איז שרעקוועדיגע אויסצוג פון א פרישע און פרעכע מסירה לשם מסירה וואס מרדכי קאהן, ראה"ק קיט"ל סאטמאר מאנטרעאל, האט אריינגעגעבן פרייטאג קעגן זיין איידעם'ס פארצווייגטע צדקה אקטיוויטעטן. מרדכי קאהן טענה'ט אז זיין איידעם'ס צדקה פאר מוסדות התורה וחסד, אריינגערעכנט מוסדות יט"ל אין א"י, איז אימלעגאל און מאני לאנדרינג!
יעדער חדר אינגל ווייסט אז אין די היינטיגע עפאכע נאך 9/11 אונטער די אנטי טעראריזםAML געזעצן ווערן אזוינע מאני לאנדרינג קלאגעס תיכף אויסגעפארשט דורך די ארטיגע גאווערענמענט אגעטורן און באריכטעט צו אנדערע אגעטורן און פינאנציעלע אינסטיטוציעס. וויבאלד מרדכי קאהן'ס מסירה אינוואלד אינטערנאציאנאלע גרעניצן ריפט דאס תיכף אריין די סי. איי. עי., א ספעציפישע עף. בי. איי. טעסק פארס יוניט און די גלאבאלע FATF. איינמאל מוסדות התורה זענען אויף די אויספארשונג ראדאר, אחריתו מי ישורנה! היל"ת!
ווער וויל זיך נאכאמאל אויפוועקן צופרי צו בילדער אויפן טעלעפאן פון פארשוינען מיט געלע בוכשטאבן אויפן ריקן איבער די וויליאמסבורג'ער גאסן ארויספירענדיג שאכטלעך מיט דאקומענטן און קאמפויטערס פון די אפיסעס פון מוסדות התורה?! האבן מיר נישט געניג געליטן די לעצטע פאר יאר?!!!
פרייטאג איז אפגעהאלטן געווארן א זיצונג מיט סאטמאר'ע רבי ווי די צרה וואס הענגט יעצט אויף סאטמאר מוסדות און אנדערע צדקה ארגענעזאציע אפעקטירט ביי מרדכע קאהן'ס מסירה איז באהאנדעלט געווארן, ווי אלע שאנדפולע געריכטליכע מסירה דאקומענטן זענען פארגעליינט געווארן.
סאטמאר'ע רבי האט תיכף אנגעריפן זיין ראה"ק מיט א שארפע ווארענונג ער זאל חוזר זיין און אפשטעלן די שפיל מיט פייער בעוד מועד. מרדכי קאהן האט זיך אנטזאגט פון צוקומען צום טעלעפאן. אנשטאט האט ער מיט חוצפה געשיקט זיין שיק אינגל שמחה בונם שווארץ זיך מתווכח זיין מיטן סאטמאר רבי. דער רבי האט אים געגעבן א שארפע מעסעדזש אז די מסירות בפרט און ערכאות בכלל מיז זיך תיכף אויפהערן!
שבת ביים ליינען האט מרדכי קאהן, וועלכער איז עומד במורדו, געזאגט פאר זיין איידעם אז ער זאל זיך גרייטן פאר נאך מסירות די קומענדיגע וואך ווייל קיינער וועט אים, מרדכי קאהן דער עושר און מאני לאנדערער זעלבסט, נישט איינטיילן וואס צו טוהן!
דער בוכ"ע זאל שומר ומציל זיין כלל ישראל פון דילטורין בישראל!
📎 %D7%9E%D7%A8%D7%93%D7%9B%D7%99+%D7%A7%D7%90%D7%94%D7%9F+2.jpg

שושן פורים » מיטוואך יולי 15, 2015 1:23 pm

· #289519
[ציטאט אראפגענומען]

מהרז"ל

moshav zekeinim » מיטוואך יולי 15, 2015 1:41 pm

· #289520
מרדכי קאהן איז א ריזיגע בעל צדקה וואס כמעט אלע מוסדות אין מאנטרעאל ספעציעל די מוסדות החסד ווערן געשטיצט דורך אים. קומט אויס אז נישט נאר ר' משה מנחם איז משוחד פון אים נאר א האלבע שטאט, און עס איז זייער שווער צו עפענען די מויל קעגן אזא שטיצער.

כלפי מרדכי קאהן אגרעסיע, בין איך חושש אז דאס איז נאך א רינגעלע פון דעם ארכי ראדיקאליסט ר' לייבוש לייזער מפשעווארסק וועלעכער איז מעודד כל מיני רשעות אונטערן טיש קעגן די אויף וועם ער האט געהערט מעשה'לעך וואס קאכט אים אויף די בלוט, און אן קיין הערן צוויי צדדים.

איך האב געהערט פון א גרויסער עסקן אין בני ברק, אז אין אנטווערפן אליין ווייסט ער פון א 10 משפחות וואס זענען ברוטאל חרוב געלייגט געווארן בכוחו של אותו צדיק ובעל צדקה הרב לייבוש לייזער. ומצדותו פרוסה ליידער ברחבי אייראפע ובאמעריקא.

זיין צורה און זיינע ווייכע תנועות ציען רעספעקט, דערצו טוט ער נאך צדקה און לערנט, און היט זיך די אויגן, און דאס דעקט צו זיינע בלוטיגע מעשים. און אדרבא, מיט די שיינע קאווער פארמאגט ער כח צו באאיינפלוסן מענטשן צו טון די שייגעץ שטיק. דער איז א זעלטענער בלוט פארגיסער וואס זייעט ממש אן טעראר איבער די וועלט. אויב איז די עולם הרבנות פארדארבן, איז ער פון די וואס שטייען בראש.

מרדכי קאהן איז כידוע א פייערדיגער אנהענגער פון הרב לייבוש, און עס איז ווייט נישט אפגעפרעגט אז עס האט זיך אנגעהויבן מיט די יעוץ פון אנטווערפן.

אוהב ספרים » מיטוואך יולי 15, 2015 2:38 pm

· #289526
קען איינער אראפ לייגען די 2 צדדים אויף וואס שלאגט מען זאך דא?

יואליש » מיטוואך יולי 15, 2015 3:02 pm

· #289531
לכאורה א פריוואטע סכסוך אין ס'איז נישט פעיר אז קאהן זאל דא ווערן אויסגעשמועסט. מענטשן גייען כסדר אין קאורט שלא ברשות בי"ד און מסר'ן רעכטס און לינקס. מיט וואס איז קאהן אנדערש אז אים פראקט מען אויס אויף קאווע שטיבל?

גאנצל » מיטוואך יולי 15, 2015 3:21 pm

· #289532
די חידוש איז אויף הרה"ק רבי משה מנחם מגדולי תלמידי רביה"ק וואס רירט זיך נישט אוועק קיין זיז כל שהוא און לאט זיך נישט פארקויפן

מילא רעבארען און זיינע דיינים זענען דאך סתם אזוי אינגאנצן אוועקגעפארן אבער רבי משה מנחם ???????????????????

טאמבל סאס » מיטוואך יולי 15, 2015 3:37 pm

· #289536
Re: מרדכי קאהן ראה"ק קיט"ל סאטמאר מאנטריאל
און דזיבויער דיין קען דען נישט ווערן אפגעקויפט? דארט אוואו א בשר ודם ברויך נישט ענטפערן צו קיינעם, האט יעדער א פרייז.

signout » מיטוואך יולי 15, 2015 4:04 pm

· #289539
moshav zekeinim
מרדכי קאהן איז א ריזיגע בעל צדקה וואס כמעט אלע מוסדות אין מאנטרעאל ספעציעל די מוסדות החסד ווערן געשטיצט דורך אים. קומט אויס אז נישט נאר ר' משה מנחם איז משוחד פון אים נאר א האלבע שטאט, און עס איז זייער שווער צו עפענען די מויל קעגן אזא שטיצער.

כלפי מרדכי קאהן אגרעסיע, בין איך חושש אז דאס איז נאך א רינגעלע פון דעם ארכי ראדיקאליסט ר' לייבוש לייזער מפשעווארסק וועלעכער איז מעודד כל מיני רשעות אונטערן טיש קעגן די אויף וועם ער האט געהערט מעשה'לעך וואס קאכט אים אויף די בלוט, און אן קיין הערן צוויי צדדים.

איך האב געהערט פון א גרויסער עסקן אין בני ברק, אז אין אנטווערפן אליין ווייסט ער פון א 10 משפחות וואס זענען ברוטאל חרוב געלייגט געווארן בכוחו של אותו צדיק ובעל צדקה הרב לייבוש לייזער. ומצדותו פרוסה ליידער ברחבי אייראפע ובאמעריקא.

זיין צורה און זיינע ווייכע תנועות ציען רעספעקט, דערצו טוט ער נאך צדקה און לערנט, און היט זיך די אויגן, און דאס דעקט צו זיינע בלוטיגע מעשים. און אדרבא, מיט די שיינע קאווער פארמאגט ער כח צו באאיינפלוסן מענטשן צו טון די שייגעץ שטיק. דער איז א זעלטענער בלוט פארגיסער וואס זייעט ממש אן טעראר איבער די וועלט. אויב איז די עולם הרבנות פארדארבן, איז ער פון די וואס שטייען בראש.

מרדכי קאהן איז כידוע א פייערדיגער אנהענגער פון הרב לייבוש, און עס איז ווייט נישט אפגעפרעגט אז עס האט זיך אנגעהויבן מיט די יעוץ פון אנטווערפן.
איך מין נישט קיין ספציעלע מעריץ פין דעם איד אבער נאך קיינמאל נישט געזעהן איינער זאל אזוי שרייבן אויף ר' לייבוש, ס'קען זיין א שלעכטע שפיל

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך יולי 15, 2015 4:14 pm

· #289541
Re: מרדכי קאהן ראה"ק קיט"ל סאטמאר מאנטריאל
יואליש
לכאורה א פריוואטע סכסוך אין ס'איז נישט פעיר אז קאהן זאל דא ווערן אויסגעשמועסט. מענטשן גייען כסדר אין קאורט שלא ברשות בי"ד און מסר'ן רעכטס און לינקס. מיט וואס איז קאהן אנדערש אז אים פראקט מען אויס אויף קאווע שטיבל?

אינז אלע שטומען מיט,
סאיז א פריוואטע משפחה סוכסוך גבאים ביטע פארמאכן.

א איד » מיטוואך יולי 15, 2015 4:38 pm

· #289543
Re: מרדכי קאהן ראה"ק קיט"ל סאטמאר מאנטריאל
לכאורה איז עס א גרעסערע חילול השם ווען מרדכי קאהן גייט אין קאורט, ווי א פשוטער עמך איד, ווייל ער איז מער אן ארויפגעקוקטער מענטש, נישט אזוי.

געוואלדיג » מיטוואך יולי 15, 2015 6:02 pm

· #289560
signout
moshav zekeinim
מרדכי קאהן איז א ריזיגע בעל צדקה וואס כמעט אלע מוסדות אין מאנטרעאל ספעציעל די מוסדות החסד ווערן געשטיצט דורך אים. קומט אויס אז נישט נאר ר' משה מנחם איז משוחד פון אים נאר א האלבע שטאט, און עס איז זייער שווער צו עפענען די מויל קעגן אזא שטיצער.

כלפי מרדכי קאהן אגרעסיע, בין איך חושש אז דאס איז נאך א רינגעלע פון דעם ארכי ראדיקאליסט ר' לייבוש לייזער מפשעווארסק וועלעכער איז מעודד כל מיני רשעות אונטערן טיש קעגן די אויף וועם ער האט געהערט מעשה'לעך וואס קאכט אים אויף די בלוט, און אן קיין הערן צוויי צדדים.

איך האב געהערט פון א גרויסער עסקן אין בני ברק, אז אין אנטווערפן אליין ווייסט ער פון א 10 משפחות וואס זענען ברוטאל חרוב געלייגט געווארן בכוחו של אותו צדיק ובעל צדקה הרב לייבוש לייזער. ומצדותו פרוסה ליידער ברחבי אייראפע ובאמעריקא.

זיין צורה און זיינע ווייכע תנועות ציען רעספעקט, דערצו טוט ער נאך צדקה און לערנט, און היט זיך די אויגן, און דאס דעקט צו זיינע בלוטיגע מעשים. און אדרבא, מיט די שיינע קאווער פארמאגט ער כח צו באאיינפלוסן מענטשן צו טון די שייגעץ שטיק. דער איז א זעלטענער בלוט פארגיסער וואס זייעט ממש אן טעראר איבער די וועלט. אויב איז די עולם הרבנות פארדארבן, איז ער פון די וואס שטייען בראש.

מרדכי קאהן איז כידוע א פייערדיגער אנהענגער פון הרב לייבוש, און עס איז ווייט נישט אפגעפרעגט אז עס האט זיך אנגעהויבן מיט די יעוץ פון אנטווערפן.
איך מין נישט קיין ספציעלע מעריץ פין דעם איד אבער נאך קיינמאל נישט געזעהן איינער זאל אזוי שרייבן אויף ר' לייבוש, ס'קען זיין א שלעכטע שפיל


מיין עקספיריענס מיט דעם פשעווארסק'ער צדיק איז גראדע אויך היבש אינטרעסאנט (שיין גערעדט). איך וויל נישט אויסשמועסן.