☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » קויפן א פערד! וואס האלט איר?

קויפן א פערד! וואס האלט איר?

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9294

חקרן » דינסטאג יולי 14, 2015 1:18 am

· #289225
קויפן א פערד! וואס האלט איר?
ס'איז מיר לעצטנס אריין א מחשבה'לע אין קאפ, עס גליסט זיך מיר צו קויפן א פערדל מיט א וואגן. פשוט, אזוי ווי איר ווייסט, בין איך פון די פארצייטישע אידן, איך לעב נאך בעצם אינעם פארצייטישן דארף און אידישער שטעטל, נאר צופעליג איז מיין שטוב אין אמעריקע. איך האב א שטארקע געפיל צו קענען רייטן אויף א פערד און א וואגן, אנקומען אזוי אין בית-המדרש, פארקן דעם פערדל און זיך שטעלן דאווענען, דערנאך צוריקפארן אהיים אדער צו דער ארבעט.

קאמיש? - אפשר, אבער זייער געשמאק!

וויל איך הערן דא דעם דעת הקהל, וואס האלט איר פון דעם ראיון? - קלערט איר אז דאס וועט מיר שאדן פאר שידוכים? - בכלל, קען מען דאס קויפן נאך היינט, און וויפיל קאסט אזא מעשה?

שכוח פארן ענטפערן.
חקרן

ירא שמים » דינסטאג יולי 14, 2015 1:24 am

· #289226
קויפן א פערד! וואס האלט איר?
א פערד אליין איז מער פראקטיש און אויב האסטו מורא פון גלוי וואלט איך דיר אויך נישט געראטן…

הויזן טראגער » דינסטאג יולי 14, 2015 3:24 am

· #289228
Re: קויפן א פערד! וואס האלט איר?
יא אבער פלאנץ איין א בוים ביים בית המדרש אז די זאלסט האבן ווי עס צו צובינדען

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 14, 2015 7:11 am

· #289230
Re: קויפן א פערד! וואס האלט איר?
אזוי ווי ירא שמים זאג איך אויך אז יעצט קענסטו עס זיכער נישט טוהן, נאר טאמער פיל אנדערע טוהן עס אויך, מחשש גילוי. נו, אז יעדער טוט עס וואס איז שוין דער געשמאק דערפון?
נאך עפעס. ס'איז נישט ביליגער ווי א קאר. פון עסען ביז רייניגען און מעדיצין ועוד, קאסט עס א סאך מער פע''ר מיי''ל ווי א קאר.
קויף דיר ענדעריש א מאטא''ר ביי''ק כמנהג בני יוראפ (אנטווערפען און שווייץ) ווי מ'זעט דארט חוה''מ מיט'ן שטריימעל און לולב קעסטעל ארומפארען מיט'ן בייק. ס'איז א מחיה צו קוקען.

וכדומה.. » דינסטאג יולי 14, 2015 7:20 am

· #289232
אויב וואוינסטו אין די סיטי וויל איך דיר פשוט איינמעלדען אז סנישט לעגאל, און אפילו אויף די פאר פארבליבענע פערדלעך אין סענטרעל פארק טוט זיך אויך לעצטענס, די שטאט וויל עס אויפהערן

moshav zekeinim » דינסטאג יולי 14, 2015 8:03 am

· #289238
די פרייזן פון טרעינד פערד הייבן זיך אן ביי 600 דאלער. א סעקנד הענד עימיש וואגן צוזאמען מיט די לייצעס הייבן זיך אן ביי בערך פופצן הונדערט דאלער.

אויפצוהאלטן די פערד, ווענד זיך, פאר א פארמער איז עס כמעט בחינם, אבער פאר א שטאטישער מענטש איז עס פיל טייערער.
די וואגן בדרך כלל מאכט נישט קיין פראבלעמען טאמער ווייזט מען וויאזוי עס צו טריטן, און קאסט דעריבער נישט קיין סך עס אויפצוהאלטן.

א פערד האלט זיך פאר בערך צעהן יאר (צו ארבעטן), און א וואגן פאר בערך פערציג יאר.

איך מיין אז מחוץ לעיר קאסט עס סוף סוף פיל ווייניגער ווי דער ביליגסטער קאר.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 14, 2015 10:08 am

· #289253
Re: קויפן א פערד! וואס האלט איר?
וויפיל קאסט עס פע''ר מיי''ל

ירא שמים » דינסטאג יולי 14, 2015 11:25 am

· #289278
Re: קויפן א פערד! וואס האלט איר?
רייטען אויף א פערד איז א עקספיריענס סאיז עפעס מער וואו א פראקטישער מיטל צו גרייכען פון איין פלאץ צום אנדערע.

ירח בן יומו » דינסטאג יולי 14, 2015 11:47 am

· #289282
דארף מען האבן דרייועוער'ס לייסענס צו דרייון א פערד?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 14, 2015 12:09 pm

· #289288
Re: קויפן א פערד! וואס האלט איר?
דאס האב איך געמיינט

יאסל ראקאווער » דינסטאג יולי 14, 2015 12:32 pm

· #289291
א פערד איז א געטליכע באשעפעניש. טאקע למעלה מן השכל, שכל ווי א פערד, א גוף בלי נשמה וואס וועקט אויף ראמאנטישע פילינגס מיט איר הערליכע מוסקולען ווי זי טוט טריי די ארבייט ווי א פערד און נעמט שמיץ ווי כלל ישראל מיט א מוח שליט על הלב סבלנות. מ'רעדט נישט פון קיין עמך פערד, נאר איינס ווי אלעקסיי האט פארמאגט, וואס טראגט דיך ווייט ווייט אוועק, שנעל זייער שנעל, ווי מ'זעט איר אויף מיוזיק ווידאו פן dance me to the end of love ביי לענאורד קאהן. אנו רצים והם רצים.

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 14, 2015 1:08 pm

· #289301
חקרן: אזוי ווי איך זעה האט שוין כמעט א יעדער געגעבן אן עצה פאר דיר וואס צו טון. ע"כ לאמיך אויכעט אריינווארפן מיינע צוויי סענט. אויב ס'איז טאקע חשקה נפשך אין די פערדיכע מיט'ן וועגעלע, וואלט געווען די גלאטסטע זאך אז די מאווסט קיין לענקעסטער קאונטי אין פענסילוועניע. די ארטיגע איינוואוינער לאזן זיך וואקסן בערד און זעען א ביסל אויס ווי חסיד'ישע אידן. זיי רעדן א שפראך וואס איז א ביסל ענליך צו אידיש-דייטש. און די עיקר. זיי באנוצן זיך נאך מיט פערד-און וואגן. אזוי ווי אין די אמאליגע צייטן. אויך האבן זיי נישט (אדער טארן נישט האבן) קיין אינטערנעט, ר"ל...!

moshav zekeinim » דינסטאג יולי 14, 2015 1:58 pm

· #289314
האסט דערמאנט דעם פערדיכע, מסתמא מיינסטו א נקבה. דאס איז טאקע דער מין וואס רוב בעל עגלות ניצן, ווייל זכרים קענען גרינגער צעווילדעוועט ווערן.

א איד » מיטוואך יולי 15, 2015 10:40 am

· #289493
קויפן א פערד! וואס האלט איר?
גאנץ א געשמאקע זאך א פערד און וואגן, מיין שאילה איז נאר אויב מיינע לייטס און סיירינס, וועל איך קענען ארויף לייגן דארט, אויב יא חקרן קענסטו מיר רעכענען צו מנין.

קאך_לעפל » מיטוואך יולי 15, 2015 11:18 am

· #289497
דער זון האט אויפגעשיינט אין ניו יארק...עס איז א פרישע טאג, די ניו יארקער איינוואוינער הייבן אן זייער טאג טעגליכע ווערטשאפט, די טאטע גרייט זיך צו גיין צו דער ארבייט. דער מאמע מאכט גרייט די קינדער צו גיין אין סקול. הקיצר דער רוישיגער ניו יארק רוישט ווי די ברויזענדע כוואליעס פינעם דערבייעדיגען אנטלאנטישען ים..

איין זאך איז אבער אנדערש. עס שפירט זיך גאר אן אומאיינגענער גרוך.. מען הערט מאדנע קולת..און האקערייען.. עפעס איז נישט גלאטיג דא..

דער טאטע צינד אן דעם כלי (טעלעוויזיע בלע''ז) און אט אנפלעקט זיך פאר אים דער שטוינענדן נייעס. דער מעיאר פון ניו יארק סיטי מיסטער דיבלאזיא האט אקורשט געמאלדען אז פון איצט אן טאר מען זיך מער נישט באנוצן מיט קיין מאטארעזירטע מאשינען אין די שטאטישע גאסען, די אינווייערמענטליסען האט אפגעהאלטן דאס גרעסטער ניצחון זייערע אינעם יאר הונדרעט, דער שטראף פאר פארלעצער איז 28 קומיוניטי דינסט (אפרייניגען די שטאטישע גאסען פון הייסע פערד אפפאל) מעלד דער מעיאר הי''ה.

דער טאטע לויפט צום פענסטער כאפן א בליק וואס עס טוהט זיך אויפן גאס, און עס ווערט אים באלד אומעטיג אויפן הארצן. עס הייבט אים אן איבלען, די אויגען שטארצען אים ארויס פון די לעכער, דער אטעם ווערט אים פארקערצערט, וואס האט פאסירט? הינרעטער פערד שמייסען ארום אין די שטאטישע גאסן, און דער פערדישער געזאנג הערט זיך אין גרויסען, די גאסען זענען אנגעלייגט מיט פרישע פערדישע ווארע, און די גרוך איז איום ונורא, עס דערמאנט זיך פון די פרעש מכה אין עגיפטען.

די באמעס און די לאגאס למינהם רייטען אויף די בלויזע נאקעטע פערד, טייל פון זיי באנוצען זיך ניטאמאל מיט א זאטעל, און שמייסען דעם פערד מיט מערדערישע שמיץ. און שרייען מיט באנומענע קולות היידא..אזוי אז דער בהמה גסה ער זאל פארשנעלערן דאס גאלאפ זיינעם ביז צו א מאקסמום, און דאס געשריי פינעם געשמיסענעם פארוויינטען פערד פארטייבט די אויערן.

די איידעלע חסידים ואנשי מעשה פארן ארום מיט פשוטע וועגענער געשפאנט צו איין פערד, און פאר פאמעלעך אן קיין רעש און טומל, און הערן ר' יוסף חיים'ען זאל געזונט זיין, די נגידים און אפיציעלע באמטע פארן ארום מיט פראכפולע וועגענער, איינגעשפאנט צו צויי שטארקע ווייסע פערד. אבער זיי פארמאגען נישט קיין שטעקער ווי איינצושטעקן דעם סמארט פאן ימ''ש זייערער

בקיצור דער שטאט פארט אויף פערד...

דער אקאנאמיע טראסקעט אין איר טיפסטע אפגערינטען, אלע אויטומאבילן געשעפטען זענען פארהאקט אונטער שלאס און ריגל, און אלע אוטו מאכאניקער דרייען זיך ליידיג אין די גאסען, און שנארן ביי די פארביי גייער א שטיקל ארימע ברויט, אזוי אז עס זאל זיי ערמעגליך ווערן צו פיטערן זייערע פיצלעך.

די מערב וועלט האקט גענצליך אפ מיט די בני ישמאל, ווער דארף זיי נאך האבן? ווער דארף נאך זייער שווארצע פיש זאפט?

מען רעדט דא פון צירוק שנעלן די גלאבאלע פאפולאציע אויף די פערד און וואגען... דאס איז גאר נישט אזוי פשוט, דאס קען האבן א ערענסטע אפעקט אויפן וועלטליכען גלאויב אויף וואס מיר האבן קונה שביתה געווען.
דאן וועט זיך שוין פרעזידענט כאסעין, (פון די אריסטוקראטישע אבאמא פארמיליע, וואס שטאמען פינעם ווייטען אפריקא) טאקע קענן בארימען אז ער האט געמאכט טשענזש...פאר אלע שווארצע געווינטשען...

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 15, 2015 12:28 pm

· #289504
moshav zekeinim
האסט דערמאנט דעם פערדיכע, מסתמא מיינסטו א נקבה. דאס איז טאקע דער מין וואס רוב בעל עגלות ניצן, ווייל זכרים קענען גרינגער צעווילדעוועט ווערן.

מושב זקנים: דו ווייסט פון עקספיריענס?..."אין חכם כבעל הנסיון"...האט שוין שלמה המלך ע"ה געזאגט לאנג צוריק אין קוהלת... 🙄

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 15, 2015 12:33 pm

· #289506
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: א גרויסן ייש"כ אז דו באמערקסט אז מיין כבוד איז מושפל עדי ארץ. איך עפרישיעיט דיין מיטלייד מיט מיר. וואס האסטו געוואלט? אז מ'זאלל מדייק זיין אין די ווערטער פון א בעל עגלה אזוי ווי אין די ווערטער פון א שמעקעדיגן ראש ישיבה...?... 😂 🙄

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 15, 2015 12:43 pm

· #289509
קאך לעפל: דו האסט אראפגעלייגט א הערליכע פאנטאזיע. אונז (די נארמאלע מענטשן) האבן א גרויס מזל. אז אונזער געטרייער מעיאר בילל דע בלאזיא, ירום הודו (אזוי ווי דער בלאט באשרייבט איהם) חוץ פון זיין א געטרייער קאמוניסט און ענווייראנמענטאליסט איז אויכעט א גרויסער חסיד און אנהענגער פון חיות-ליבהאבערס. און זיינע פריינט די ענימל לאווערס זענען זייער שטארק אקעיגן זיך באנוצן מיט פערד פאר טראנספארטאציע...!

קאך_לעפל » מיטוואך יולי 15, 2015 12:54 pm

· #289512
berlbalaguleh
קאך לעפל: דו האסט אראפגעלייגט א הערליכע פאנטאזיע. אונז (די נארמאלע מענטשן) האבן א גרויס מזל. אז אונזער געטרייער מעיאר בילל דע בלאזיא, ירום הודו (אזוי ווי דער בלאט באשרייבט איהם) חוץ פון זיין א געטרייער קאמוניסט און ענווייראנמענטאליסט איז אויכעט א גרויסער חסיד און אנהענגער פון חיות-ליבהאבערס. און זיינע פריינט די ענימל לאווערס זענען זייער שטארק אקעיגן זיך באנוצן מיט פערד פאר טראנספארטאציע...!


רעב בערל דער אשכול איז דיין יארצייט, דעריבער האב איך פולע רעספעקט, פאר אלע דיינע קאמאנטירן אין דעם דאזיגן אשכול...
נאך אזא זאך...אזוי צווישען אונז גערעדט, אזוי ווי נישט ווי, אזוי מיר נישט די נישט, די ווייסט אפשר ווי מען קען זיך איינהאנדלען א געזינטער פערד? נישט קיין צוויי פיסיגס...ווי אויך דאס שוואנץ זיינער זאל נישט זיין צו לאנג, און אויך עס זאל זיין בלויז 6 יאר אלט? (נישט פארקויף א צוועלף יעריגס, און דער נאך וועסטו שרייען אז עס איז א זעקס יעריגס ווי די מעשה אין אנאטיווקע....)
🤓 🤓 😁 😐 ➡️ 😠 😛 😳 😈 😞 😲 😂 😎 😕 😲 😮 😞 😉 🙂 😃 👍 😠 😛 😳 😢 😈 😈 🙄 ❗ ❓ 💡 🤓 🤓 😁 😐 ➡️

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 15, 2015 1:03 pm

· #289516
קאך לעפל: ייש"כ פאר געדענקען מיין יארצייט. נאר ס'איז ערשט אין צוויי טאג ארום. נאר איך האנדל נישט מיט קיין פערד. (די צוויי פיסיגע, יא...!)

קאך_לעפל » מיטוואך יולי 15, 2015 1:10 pm

· #289517
berlbalaguleh
קאך לעפל: ייש"כ פאר געדענקען מיין יארצייט. נאר ס'איז ערשט אין צוויי טאג ארום. נאר איך האנדל נישט מיט קיין פערד. (די צוויי פיסיגע, יא...!)


ס'הייסט א בעלאגאלע זאל נישט וויסען פון קיין פערד צו זאגן... ער מוז זיין א גרויסער פערד....
(די סמייליס....וכו' )

א איד » דאנערשטאג יולי 16, 2015 11:28 am

· #289668
Re: קויפן א פערד! וואס האלט איר?
📎 ImageUploadedByTapatalk1437060390.730659.jpg
אן עד אין די קאמיוניטי קאנעקשאנס
קוקט אויס אז אין ראקלענד גייט שוין זיין פערד אין די נאנטע צייט

זעמיל מילכיגער » דאנערשטאג יולי 16, 2015 12:09 pm

· #289677
מיט גרויס ווייטאג "ר' איד " די בעלי חיים אויפן בילד האבן נישט קיין שיכות מיט קיין פערדן
קען גאר זיין אז "אקערען אין דרעשען" איז א נייע ווינט אין מאנסי...

הקטן » דאנערשטאג יולי 16, 2015 2:31 pm

· #289706
קאך_לעפל

דער אקאנאמיע טראסקעט אין איר טיפסטע אפגערינטען, אלע אויטומאבילן געשעפטען זענען פארהאקט אונטער שלאס און ריגל, און אלע אוטו מאכאניקער דרייען זיך ליידיג אין די גאסען, און שנארן ביי די פארביי גייער א שטיקל ארימע ברויט, אזוי אז עס זאל זיי ערמעגליך ווערן צו פיטערן זייערע פיצלעך.


א יעדער צווייטער גאס עפענט זיך א נייער געשעפט איינער פערד זוילן דער צווייטער זאטלען מיט בייטש
אן אנטשעפענאר זאגט אז ער גייט ביז 5 יאר האבן א סאלער פענעל אויף א יעדער וואגן איינצישטעקן די סמארט פאנס
ביז דערווייל לעבט ער פין ווענטשר קעפיטאל

דו עקאנעמי באמד די קאנסאמער האט מער געלט אין טאש צו ספענדען

פישערער רבי » דאנערשטאג יולי 16, 2015 4:44 pm

· #289723
טייערע ר' חקרן אויב דו ביסט טאקע אזא א היימישע ייד (זייער א גלייכע זאך ......) עד כ"כ אז דו ווילסט זיך קויפן א פערד מיט א וואגן און ווערן דער באוויסטע היימישע הערליכע ערליכע אמת'ע בעל עגלה פון די מעשיות ווי אזוי קומט דאס אז דו ווייסט בכלל וואס איז א קאפיוטער און דו שרייבסט אויף פארומ'ס פון די טריפה אינטרנט ה"י.

און צווייטנס טאמער וועסטו יא קויפן און קומען אזוי צום ביהמ"ד דו וועסט ווערן אזא א מאדנער אז דו וועסט זייער שנעל פארגעסן פון דיינע תאוות.

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג יולי 16, 2015 11:43 pm

· #289804
קענסט קומען צו אונז אין בית המדרש. כ׳וועל די געבען וויפיעל פערד די ווילסט. אונז האבען א שפע.

זעמיל מילכיגער » זונטאג יולי 19, 2015 1:16 pm

· #290027
הקטן
קאך_לעפל

דער אקאנאמיע טראסקעט אין איר טיפסטע אפגערינטען, אלע אויטומאבילן געשעפטען זענען פארהאקט אונטער שלאס און ריגל, און אלע אוטו מאכאניקער דרייען זיך ליידיג אין די גאסען, און שנארן ביי די פארביי גייער א שטיקל ארימע ברויט, אזוי אז עס זאל זיי ערמעגליך ווערן צו פיטערן זייערע פיצלעך.


א יעדער צווייטער גאס עפענט זיך א נייער געשעפט איינער פערד זוילן דער צווייטער זאטלען מיט בייטש
אן אנטשעפענאר זאגט אז ער גייט ביז 5 יאר האבן א סאלער פענעל אויף א יעדער וואגן איינצישטעקן די סמארט פאנס
ביז דערווייל לעבט ער פין ווענטשר קעפיטאל

דו עקאנעמי באמד די קאנסאמער האט מער געלט אין טאש צו ספענדען


מויל שלעסער ווערן אינסטאלירט אויף אלע פערדן, ווי פון אינטען הענגט לייסענס פלעיטס...

זייט די כינוס "רועי אברהם" ניצען אידען מדקדקין קלה כבחמורה נאר די נייע מויל שלעסער פון "קאוישער מויל שלאס"

פרעזידענטן פארן נאר ארום מיט טינטעט וועגענער, איינגעשפאנט צו זעקס ווייסע ריטארישע פערד.

גרויס שמחה הערשט אינערהאלב ווערדאן'ע הויף נאכדעם וואס עס איז געבוירן געווארן א קליינעם פערדל , אין שטאל פון די מוסדות, ווי מקוה נייעס געהט איבער וועט עס אריבערגיין צום צווייטען זון, כאטש די קענגערשאפט פונעם רב הצעיר.

שרעקליכע באריכטען קומען אריין אז נעכטען איז געפלינדערט געווארן די פערד פון רבינו מסערט פייאע, נאכדעם וואס די ברידער'ס העצערס האבן ביינאכט צוריסען דעם זאטל, אראפגעריסן די זוילן, אין געפענט די מויל שלאס.

קול מבשר:
א שווערע טראפיק ערווארטעט אויפן טראוועי נאכדעם וואס א גויאשען פערד האט געכאפט א הארץ אטאק, די העראישע ארבעטערס פון "עזוב תעזוב" זענען צוגעפארן ראטעווען דעם פערד, ארויסברעגענדיג א געוואלדיגען קידוש השם.

יעצט קומט אריין באריכטען אז צוליב די גרויסע פראטעסטען אין א"י האבן פאליציי אריינגעברענגט קאר'ן אנצושרעקן די מאסען....

"זאטל טא גאוי" האט געמאכט א ריקאאל אויף די זאטלעך נאכדעם וואס אסאך קונדען האבן זיך אפגערעדט אז עס איז נישט גוט פארנייט...

פון לונדון קומט אן באריכטען אז גנבים האבן די נאכט געגאנבעט זוילען פון אידישע פערדן, פאליציי פארשן אויס די אינצעדענט.

אין מאנסי פארט ארום א שווארצע פערד, די בעל עגלה האט א טינקלעם לעדערנעם ריט, פרובירט צו ריפען קינדער דורעך פארטיילען פארטריקענטע זאנגען.

היסטוריקער:
ר' מיכאל בער ווייסמאנדל האט געהאט א פעטענט ווי אזוי פערדן קענען אנציען אן עסן שטרוי...