☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » "מאנטריאל'ע נייעס"

"מאנטריאל'ע נייעס"

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #928

פראפעסאר שפירא » פרייטאג יוני 22, 2012 4:39 pm

· #19400
"מאנטריאל'ע נייעס"
הכנסת אורחים אויפען 87 צוריק געפענט,
📎 מאנטריאל.jpg

זר זהב » זונטאג יוני 24, 2012 1:52 am

· #19459
דאס איז מאנטרילע נייעס ?

דבילה » זונטאג יוני 24, 2012 2:31 am

· #19468
זר זהב
דאס איז מאנטרילע נייעס ?


הערט זיך טאקע מער ווי אן עד, אבער פאר דעם היבש פארשלאפענע מאנטריאל איז דאס אויך נייעס... און א'מ'רעדט שוין, וואסיטאקע נייעס אין מאנטריאל?

זר זהב » זונטאג יוני 24, 2012 2:33 am

· #19470
איך שוין יעדן איד וואס וואוינט אין מאנטריאל.

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:24 pm

· #62973
אזוי שטיל איז אין מאנטריאל?

שמואל הלוי » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:25 pm

· #62974
ראנג אשכול...
דא קומט דיין פראגע 😉

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:34 pm

· #62979
שמואל, כסדר א פאסיג ווערטל 😎

חבקוק הנביא » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 11:37 am

· #164898
שניי שטורעם ערווארטעט אין מאנטריאל, היינט נאכט אין מארגען, לכבוד חנוכה.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 11:45 am

· #164899
פארוואס זאל איינער וואוינען דארט אין אזא קאלטע פראנצויזישע דרעקישע שטאט וועל איך קיינמאל נישט משיג זיין

יואב » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 11:59 am

· #164904
דער (פינטעל) איד
פארוואס זאל איינער וואוינען דארט אין אזא קאלטע פראנצויזישע דרעקישע שטאט וועל איך קיינמאל נישט משיג זיין

גלייב מיך הלוואי זאל איך קענען וואוינען אין מאנטריאל. פארוואס איינער זאל וועלן וואוינען אין וויליאמסבורג צעקוועטש ווי סארדינס, הויעכע רענט, קיין פעני צו דער נשמה, גאן וויילענס, פארברעכן, משוגענע תפיסה אורטיילן, פאשקעווילן, עקסטרעמיסטן, קולות וברקים, אן קיין מנוחה אין יעדעס הינזיכט האב איך אויך קיין שום השגה. און אגב, מאנטריאל איז נישט אזוי, זוי, זוי מער צפון ווי ניו יארק. יא, ס'איז עטוואס קעלטער אין די ווינטער. אבער מאך נישט דעם קלימאט געפ פון מאנטריאל ביז ניו יארק, ווי מיאמי און סיביר.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 12:05 pm

· #164906
אנטשולדיגט. דאס פארקערטע פון מאנטריאל איז נישט וויליאמסבורג , כהאב נישט געזאגט אז וויליאמסבורג איז יא אזוי גוט. סדא מאנסי מאנרא לעיקוואד לאנדאן. אבער עם כל זה איז מאנטריאל גאר ערגער פון וויליאמסבורג. און מאנטריאל איז רענט נישט ביליגער כמעט! און שנייט א גאנץ ווינטער. א רעלאטיוו קליינער היימישע עולם. וויליאמסבורג האסטע כאטש א לעבעדיגע שטאט

יואב » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 12:41 pm

· #164920
דער (פינטעל) איד
אנטשולדיגט. דאס פארקערטע פון מאנטריאל איז נישט וויליאמסבורג , כהאב נישט געזאגט אז וויליאמסבורג איז יא אזוי גוט. סדא מאנסי מאנרא לעיקוואד לאנדאן. אבער עם כל זה איז מאנטריאל גאר ערגער פון וויליאמסבורג. און מאנטריאל איז רענט נישט ביליגער כמעט! און שנייט א גאנץ ווינטער. א רעלאטיוו קליינער היימישע עולם. וויליאמסבורג האסטע כאטש א לעבעדיגע שטאט



ביזט גערעכט אז וויליאמסבורג איז נישט די פארקערטע פון מאנטריאל. אבער מאנסי מאנרוי זענען נאר בעסער אין געציילטע הינזיכטן. לעיקוואד איז עטוואס בעסער, און לאנדאן? הממ.

רענט איז יא ביליגער, און מארטגעדשעס קען מען קריגן סאך גרינגער און ביליגער אין מאנטריאל.

א רעלאטיוו קליינע היימישען עולם? נאך א מעלה צו בעפארצוגן א לעבן אין מאנטריאל.

שניי? איך זאג דיך דו מאכסט דאס מער ווי ס'איז. אין מאנסי לעקט מען נישט קיין האניג ווינטער, און אין מאנטריאל איז מען נישט איינגעשפארט אינדערהיים א גאנץ ווינטער.

וויליאמסבורג א לעבעדיגע שטאט מיינסטו די פייער טראקס וועלעכע לעכערן די אויערן פיר און צוואנציג שעה, די (נישט) פארקינג, אדער די פראטעסטן,מחאות, פאשקעווילן און שיסערייען?

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 3:29 pm

· #164957
כיואב ועוד, מאנטריאל האט א געוויסע חן און רואיגקייט וואס ניו יארק האט נישט.
דער קלענערער עולם איז איין מעלה,
די נארמאלע רעגירונג, עקאנאמיע, פאליציי, פאליטיק איז נאך א מעלה,

מיט די שניי גיבן זיי זיך גאנץ גוט אן עצה מיט א ספציעלע סיסטעם פון טראקס, מען שארט נישט די שניי אין דיי זייט נאר מען נעמט עס אוועק לחלוטין. משא"כ ביי אונז אין ברוקלין (כ'רעד שוין נישט פון בלומברערג'ס אנזעץ פאר צוויי יאר צוריק 😈 ) און אפילו אין מאנסי/קרית יואל בלייבט די שניי אין די זייטן פאר די נעקסטע פאר וואכן.

ניו יארק סיטי איז די ערגסטע פלאץ צו וואוינען. אויסער פאר די מאנכע וועלכע גלייכן קיינמאל נישט צו שלאפן..

חבקוק הנביא » דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 11:16 pm

· #165099
והשלג ירד על הארץ
New Image.JPG

יואב » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 11:14 pm

· #172993
יואב
דער (פינטעל) איד
אנטשולדיגט. דאס פארקערטע פון מאנטריאל איז נישט וויליאמסבורג , כהאב נישט געזאגט אז וויליאמסבורג איז יא אזוי גוט. סדא מאנסי מאנרא לעיקוואד לאנדאן. אבער עם כל זה איז מאנטריאל גאר ערגער פון וויליאמסבורג. און מאנטריאל איז רענט נישט ביליגער כמעט! און שנייט א גאנץ ווינטער. א רעלאטיוו קליינער היימישע עולם. וויליאמסבורג האסטע כאטש א לעבעדיגע שטאט



ביזט גערעכט אז וויליאמסבורג איז נישט די פארקערטע פון מאנטריאל. אבער מאנסי מאנרוי זענען נאר בעסער אין געציילטע הינזיכטן. לעיקוואד איז עטוואס בעסער, און לאנדאן? הממ.

רענט איז יא ביליגער, און מארטגעדשעס קען מען קריגן סאך גרינגער און ביליגער אין מאנטריאל.

א רעלאטיוו קליינע היימישען עולם? נאך א מעלה צו בעפארצוגן א לעבן אין מאנטריאל.

שניי? איך זאג דיך דו מאכסט דאס מער ווי ס'איז. אין מאנסי לעקט מען נישט קיין האניג ווינטער, און אין מאנטריאל איז מען נישט איינגעשפארט אינדערהיים א גאנץ ווינטער.


וויליאמסבורג א לעבעדיגע שטאט מיינסטו די פייער טראקס וועלעכע לעכערן די אויערן פיר און צוואנציג שעה, די (נישט) פארקינג, אדער די פראטעסטן,מחאות, פאשקעווילן און שיסערייען?

עה העם!

מאן דאמר » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 11:12 pm

· #297079
א חסידישער אינגערמאן איז געשטאכן געווארן ביים ארויסקומען פון באנק אף מאנטריאל.
די מאטיוו איז נישט קלאר, ס׳גייט שמועות אז ס׳רעדט זיך פון א האס פארברעך

שלמה המלך » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 3:28 am

· #297111
נישט געשטאכען נאר דערשטיקט מיט די האנט!
ווער ווייסט וויזוי די אינגערמאן הייסט?

מבקר » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 3:43 am

· #297113
שלמה המלך

ווער ווייסט וויזוי די אינגערמאן הייסט?

שלמה זלמן ראזענבערג
www.vosizneias.com/212904/2015/08/21/montreal-violent-attack-sends-chasidic-man-to-hospital-in-outremont/