☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » קנאה

קנאה

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9275

געוואלדיג » דאנערשטאג יולי 9, 2015 9:52 pm

· #288558
קנאה
נאך פון יענע זיסע יארן...

קנאה

קנאה אזוי שלעכט
נאריש און נישט גערעכט

מען טראכט פון יענעם
א גאנצע צייט
גוט איך קען איהם
גאוה פון איהם שרייט

וואו איז ער יעצט
איך זעה איהם נישט
יעדער איהם שעצט
און ווערט צומישט
זיכער פארנומען ביז גאר
יעדן טאג פון יאר

טוהט אסאך זאכן
וואס יעדער קען מאכן
אבי יעדער זאל זאגן
א יישר כח, פאר זיך פלאגן

גאוה פיל ער האט
און פארכט זיך נישט פון גאט
אזא אוממענטש צו זיין
איז דאך אזוי געמיין
און נישט שיין.

***

פון צווייטן זייט איינער זיצט
און זיין פנים שוויצט
אסאך ער טראכט
און פון זיך ער לאכט

א בינטל שליסלעך
הענגען אויף זיינע הויזן
איך בין נישט גליקלעך
איך זעה נישט די רויזן

קיין קאמפלימענט
קומט נישט אן
ווער עס האט געקענט
זאגט גאר א אנדערע טאן

טענות ביזן הימל
עס וואקסט אויף מיר שימל
און יעדער וואס מיינט
אז איך בין א קנאקער
ווייסט שוין היינט
אז איך בין נישט דער בן יקיר

די צוויי מענטשן
צוזאמען זאלן טרעפן זיך
וועלן זיי זיך בענטשן
און באגראבן גיך.

ורקב עצמות קנאה.....

רוסישער » פרייטאג יולי 10, 2015 12:55 am

· #288606
וואס איז "פלאגן"

געוואלדיג » פרייטאג יולי 10, 2015 12:56 am

· #288607
פלאָגן מיט א קמץ,
זיך אנשטרענגען