☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אטיאפיע-ישראלי פארכאפט דורך כאמאס!

אטיאפיע-ישראלי פארכאפט דורך כאמאס!

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9266

chusid » דאנערשטאג יולי 9, 2015 1:35 am

· #288317
אטיאפיע-ישראלי פארכאפט דורך כאמאס!
אין ווייניגער ווי א שעה קומט אראפ די געג ארדער אויף די נייעס אז כאמאס איז געלונגען צו פארכאפן א מדינת ישראל בירגער אין עזה --נאכנישט קלאר אויב עס איז איז א סאלדאט אדער ציווילער אבער דאס ווייסט מען אז ער איז א אטעאפיער אפשטאמיגער

דעת תורה » דאנערשטאג יולי 9, 2015 1:38 am

· #288318
Re: אטיאפיע-ישראלי פארכאפט דורך כאמאס!
די רעדע איז איבער איינעם וואס כאמאס האט פארכאפט שוין א יאר 2 צוריק.

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 9, 2015 2:05 am

· #288324
Re: אטיאפיע-ישראלי פארכאפט דורך כאמאס!
10 חדשים נישט מער,
ער איז גייסטיש קראנק זאגט די משפחה

מבקר » דאנערשטאג יולי 9, 2015 3:30 am

· #288329
זיין נאמען איז אברה מנגיסטו

ער איז א גייסטיש צורידערטע מענטש.

די מעשה האט זיך אנגעהויבן פאריאר ספטמבר געציילטע וואכן נאך וואס ס׳האט זיך געענדיגט צוק איתן, ער איז געגאנגען ביי די חוף אשקלון און דארטן אריבער געקראכן די גדר צו עזה.

די משפחה זיינע האט געבעטן דעמאלט אז מ׳זאל ארויפלייגן א צא"פ אויף די מעשה, צוליב דעם וואס זיי האבן נישט געהאט קיין כח נאכאמאל צו זיין באשמירט אין די מידיע, נאכדעם וואס פאר דריי יאר צוריק זענען זיי געווען אין די נייעס צוליב דעם וואס זייער׳ס א זוהן האט זיך גענומען דאס לעבן.

אין די עראבישע נייעס קוועלער איז מען שוין געווען פארנומען מיט דעם די גאנצע צייט, אבער נעכטן ביים אפיציעלע אפצייכענונג צום יאר פון צוק איתן האט חמאס גערעדט פון דעם, און דעס קען מען שוין נישט באהאלטן פון די ישראלישע עולם ממילא האט מען עס שוין מתיר געווען צו מפרסם זיין.

מבקר » דאנערשטאג יולי 9, 2015 3:37 am

· #288331
חמאס און מדינת ישראל פירן שוין א לענגערע צייט שטילע פארהאנדלוג געשפרעכן עם צו באפרייען צוזאמען מיט די קערפער פון הדר גולדין און אורן שאול, למעשה טענה׳ט אבער חמאס אז ער איז מער נישט אין עזה נאר ער האט זיך דורכגעשווערצט די גרעניץ קיין מצרים.

דרך אגב איז אויך באקאנט געווארן יעצט אז נאך אן איזראעלישע בירגער איז אויך אין עזה פארכאפט ביי חמאס. ער איז א בדואי (נישט קיין איד)

מבקר » דאנערשטאג יולי 9, 2015 4:04 am

· #288332
דאס זענען צוויי בילדער פון אים.
📎 download.jpg 📎 download (3).jpg 📎 download (2).jpg 📎 download (1).jpg

הייסע קאווע » דאנערשטאג יולי 9, 2015 6:30 pm

· #288515
למעשה האלט מען ביי צוויי געפאנגענע דער צוויטער איז א אראבער א בירגער פון מדינת ישראל מ'דארף צולייגן אז ביידע זענען נישט בקו בריאות הנפש

הייסע קאווע » דאנערשטאג יולי 9, 2015 6:32 pm

· #288517
צוויי מדינת ישראל בירגער ביי די חאמאס!!!
צוויי מדינת ישראל בירגער ביי די חאמאס !!!

הייסע קאווע » דאנערשטאג יולי 9, 2015 6:41 pm

· #288522
צוויי ישראלי בירגער ביי די כאמאס !!!
צוויי מדינת ישראל בירגער ביי די כאמאס!!!

הייסע קאווע » דאנערשטאג יולי 9, 2015 6:50 pm

· #288526
ס'רעדט זיך פון צווי חברה. איינס א אתיופי (שווארצער-איד ) מיטן נאמען אברהם מנגיסטו פון אשקלון וואס איז שיין אריבער די גרעניץ פאר 10 חודשים! . דער צווייטער איז א אראבער (ווערט גערופן 'בדואי' אזוי ווערן אנגערופן די אראבער וואס וואוינען אין די מדבריות פון א"י אן קיין ישוב) פן די דערפל חורא זיין נאמען טאר מען נאכנישט פארציילן . וואס זיי זענען אריבער פון די אייגענע ווילן גי גרעניץ קיין עזה, וויכטיג צו צולייגן אז בייגע זענען נישט בבריאות הנפש אינגאנצן

הייסע קאווע » דאנערשטאג יולי 9, 2015 7:02 pm

· #288529
אינטרעסאנט צוצולייגן אז די וויכטיגע חברה פון די מדינה וואס דארפן אפציעל וויסן אלע סודות האבן זיך דערוויסט פון דעם נאר פון די נייעס קוועלער היינט צוטאגס און זיי שוימען דערויף ביז גאר אז ביבי נתניהו האט זיי גאר נישט פארציילט, נאך איז גוט צו וויסן לעצטע וואך האט כאמאס אפגעהאלטן א פייערונג לרגל דאס אפצייכנען א יאר פון 'צוק איתן' מלחמה און דארט האבן זיי געוויזן 4 נעמען פון מדינת ישראל בירגער, צוויי זענען די סאלדאטן וואס זענען געפאלן ביי די מלחמה און נאך צוויי וואס זענען געווען מיט א גרויסע 'סימן שאלה' דערויף.

הייסע קאווע » פרייטאג יולי 10, 2015 12:17 pm

· #288666
נייעס פרייטאג.
נאכדעם וואס 9 חודשים האט דער פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון די מנגיסטו פאמיליע האט ער די וואך איינגעזען אז סאיז נישטא קיין ברירה און די פרשה גייט אוספלאצן , האט ער צוויי טעג צוריק מיטוואך ) געשיקט זיין ספיצעלן שליח פאר עניני קידנעפינג 'יאיר לוטן' וועלכע האט גערעדט מיט די משפחה פאר אנדערהאלבן שעה ווען אינצווישן האט ער זיי געסטראשעט מיט אלע סטראשונגעס אז זיי זאלן זיך נישט וואגן צו באשמיצן פאר ביבי נתניהו, דער טיפש האט אבער נישט געטראכט אז סקען זיין אז מ'כאפט איהם אפ און אזיי איז טאקע געווען, גלייך אויפמארגן האט די משפחה ארויס געגעבן די רעקארדירונג פאר די מידיא און סהאט אויסגעפלאצט א מחאה רבתי אויף דעם לוטן ( וועלכער איז א גרויסארטיגער מיליטערישן אפיציר) און די חברי הכנסת האבן געפאדערט פון ביבי איהם אפצוזאגן פון זיין האמט און זיך אנטשולדיגן.
עד כאן בענין זה בערב שבת מברכים אב א פריילעכע שבת

כמעט אלסווייסער » דינסטאג יולי 14, 2015 11:52 pm

· #289458
Re: אטיאפיע-ישראלי פארכאפט דורך כאמאס!
לאמיר נישט פארגעסן אז לשיטתינו פין אונז חרדישע, איז ער ניטאמאל א איד.