נפשיותדיגע פראבלעמען קענען משפיע זיין אויף גדולי ישראל?
41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9263
נפשיותדיגע פראבלעמען קענען משפיע זיין אויף גדולי ישראל?
אין אן אנדערע אשכול <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/9249">viewtopic.php?f=42&t=9249</a><!-- l --> האט מען דורך געשמועסט די ענין פון נפשיותדיגע פראבלעמען אין גדולי ישראל, אבער עס איז נישט געווען די עיקר נושא. זחלתי ורעדתי צו עפענען אזא אשכול, עס זאל נישט חס ושלום צוברענגען צו בזיון תלמידי חכמים, אבער מאידך גיסא איז עס גאר אינטערסאנטע נושא וואס איז כדאי אדורך צו שמועסען באופן פון תורה היא וללמוד אני צריך.
איך וויל בעטען מען זאל באגרעניצען די שמועס צו דורות האחרונים פאר צוויי סיבות. מען זאל נישט אריין גיין אין אישי התנ"ך ווייל לגבי זיי איז בעסער נאר אפצולערנען זייער פרעזענלעכקייט דורך די אויגען פון חז"ל. אויב האלט איינער אנדרעש זאל ער עפענען אן אנדערע אשכול וועגען דורות הראשונים. נאך א סיבה איז אז מיר האבען מער הסטורישע געשיכטע וועגען דורות האחרונים ממילא איז דער שמועס מער געגרינדעט אין פאקט.
דער נושא איז ווען קען מען אפטייטשען די מעשים אדער אפילו די שיטות פון גדולי ישראל אין די ליכט פון זייער טבעיותדיגע פרעזענליכקייט באופן כללי, אבער נישט דאס ממש איז די שמועס וואס איך בעט מען זאל דא אויסשמועסען. עס איז צו א ברייטע נושא און מיר וועלען קיינמאל נישט אנקומען. איך וויל בעיקר מען זאל רעדען צו א געוויסע נפשיותדיגע חולי אדער שוואכקייט קען אמאל זיין א סיבה פאר א געוויסע הנהגה אדער אפילו א כלליותדיגע הנהגה פון א גדול בישראל. היות עס איז דא גענוג וואס צו רעדען אן בזיון תלמידי חכמים, קענען מיר דאס דורך שמועסען נאר איז אזא אופן.
א מענטש וואס לייד פון די נערווען אדער פון אנדערע נפשיותדיגע פראבלעמען קען נאך אלץ זיין גאר א גרויסע מענטש. אדרבה ער קען זיין פון די גרעסטער אויב ער האט געקענט זיך מתגבר זיין וכו'. טראץ דעם אז ער איז גרויס קען מען אמאל פארשטיין זיין התנהגות לאור די ידיעה.
למעשה אין פריערדיגע דורות האט מען אנגעקוקט יעדער שוואכקייט אדער חולי אין עניני הנפש ווי א פגם, און ממילא האט מען עס נישט אנערקענט. אויב איינער איז משוגע געווארען און מען האט נישט געקענט מודה זיין דערצו, האט מען אמאל זיך איינגערעדט אז א דיבוק איז אין עם אריין וכו' וכו'.
היינט קוקט מען דאס אן גאר אנדרעש. מען פארשטייט אז פונקט אזוי ווי א מענטש קען ליידען פון א גופניותדיגע מחלה קען ער אויך ליידען נפשיותדיג. שולדיג איז ער נישט פאר קיין איינס פון זיי, אבער א מענטש דארף זיך זוכען מתגבר זיין איבער אלעס, וחולי הגוף וחולי הנפש בכלל.
די מאדערענע וועלט האט זייער ליב דאס צו טוהן. א קאנזערוועטיווע ראביי (כהן) האט געשריבען א בוך אין ווי א diagnosed דער הייליגע עמדין זי"ע מיט א חולי נפש. איך האב א סאך דורך געטוהן די ענין פון דער הייליגע עמדין, און מיר קומט אויס אז דער ראביי לא נגע ולא פגע אין פארשטיין דער גאר גאר גרויסע מענטש. דער יעב"ץ איז געווען פון די גרעסטער אחרונים. ער האט געשריבען מורא'דיגע גוטע ספרים און איז געווען אן אוצר פון חכמה. לעומת כן JJ Schachter האט געשריבען זיין dissertation און גוט ארויס געהאט דער מענטש.
וואס מיין איך ארויס צוברענגען? אז די וואס ווייקן זיך אין די תורה פון א גדול האבען א מעלה אין א חסרון לגבי קענען מחליט זיין די זאכען. זייער חסרון איז אז זיי זענען פארבלינדערט אינגאנצען, סיי מצד אמונת חכמים און סיי מצד אז זייענדיג יענעם'ס גדלות, קענען זיי זיך נישט לאזען גלייבען זיין פראבלעם. מאידך גיסא, זיי האבען א מורא'דיגע מעלה אז זיי קענען דער מענטש א סאך בעסער און פארשטיין אויך מער צו זיין לעבענסגייסט ווייל בבחינת מה לעבען זיי די זעלבע סארט לעבען.
לענינינו דארפען מיר סיי זוכען צו זיין וואס מער objective מען זאל קענען דערגיין דער אמת, אבער מצד שני מיר זאלען נוצען אונזער ידיעות זיך נישט לאזען אריין פאלען אין דמיונות.
איך וויל אנהייבען מיט די סטמר רב, רבי יואל זי"ע. ער איז א באקאנטע פיגור דא אין קאווע שטיבל ממילא האבען מיר א גרויסע מעלה אין קענען עם אפטייטשען. מאידך גיסא א סאך שטיבל גייער'ס זענען brainwashed איבער עם און וועלען נישט קענען ריכטיג זיין objective. איז דאס א ריכטיגע challenge מיט וואס אנצוהייבן.
איך וויל נישט געבען מיין אייגענע מיינונג. איך וויל נאר מציין זיין צו אן ארטיקל פון Allan Nadler satmar <a class="postlink" href="http://www.jewishideasdaily.com/824/features/the-riddle-of-the-satmar/">http://www.jewishideasdaily.com/824/fea ... he-satmar/</a> וואו ער diagnosed דער בעל ויואל משה מיט א case פון OCD. ער וויל מיט דעם מסביר זיין זיין מערכה קעגען ציונות, זיין פארנומען מיט צניעות, זיין קפידה אויף נקיות הגוף, עיי"ש.
איך בעט פון דער עולם שוקל צו זיין זיינע טענות און נוצען לאגיע (logic) זיי צו באשטעטיגען אדער אפרעגען.
הערה: Allan Nadler פלעגט זיין אן ארטאדאקס און דורך די השפעה פון חיים גראדע איז ער געגאנגען פון זיין אן ארטאדאקסישע רב צו קאנזערוועטיב. ער איז א ביסל א אידישיסט און קען גוט אידיש. האפנטלעך וועלען מיר קענען צונויף שטעלען א שיינע געשפרעכע און אפשר וועט ער אויך משתתף זיין.
ביטע קוקט אויפ'ן לינק, ליין עס גוט דורך, און נאכדעם זייט'ס מגיב. איך האף במשך די צייט שרייבען אויך מיין תגובה. נאכדעם וואס דער ענין אז דורך געשמועסט זאל מען ארויף ברענגען ענדליכע נושאים.
ייש"כ!
בקשה אישית: היות אז אידיש איז נישט מיין נאטורליכען שפראך זעה איך שוין אז איך האב געמאכט גאנץ א סאך גראבע טעויות אין גראמאטיקע און spelling, כל הקהל מזומן מיר צו פארבעסערען אין אן אישי. עס איז נישט כדאי ברבים ווייל עס וועט פאדרייען די שמועס. נאכדעם וואס תיקונים קומען אריין וועל איך מתקן זיין אויך די טעויות וואס איך באמערק אליין. ייש״כ!
נפשיותדיגע פראבלעמען קענען משפיע זיין אויף גדולי ישראל?
אוי. סי. די. קען איך הערן ווען מזאגט עס אויף בריסקער רב אבער אויפן סאטמער רב דוכט זיך קומט עס נישט אריין ער האט זיך געהאט זיינע פאר זאכן וואס אויף דעם איז ער געגאנגען באש ובמים און א געוויסע מהלך המחשבה און דעטס איט כמיין חוץ פון נקיות פארן דאווענען האב איך נישט געהערט ער זאל האבן געווען אזא מחמיר בעניני הלכה .
פאר מען גייט ווייטער וויל איך קודם הערן אויף א אדם הגדול בענקים, א איד צו א גוי, וואס איז געווען "נארמאל". (איך בין נאך מסיפוק וואס דער גדר פון נארמאל איז בכלל, און וויפיל מענטשן אפילו פריווטע קענען מיט רעכט באטיטלט ווערן מיט דעם טיטל אן קיין עירעור).
איך מיין אז א מורם מעם איז מוכרח צו זיין אביסל פאני אדער דיסארדערט.
אנדערשקייט קען גרינג פארטוישט ווערן אלץ נפשיותדיג פראבלעמאטיש, יעדער בעל נפש קען לויט דעם אפגעמאלט ווערן אלץ פסיכאלגיש אומסטאביל און ווי טיפער אדער קריעטיוו א מענטש איז, אלץ מער אנדערש וועט ער זיין פונעם המון עם.
שטודיעס האבן שוין דאס אויפגעוויזן מערערע מאל, למשל די charts ווייזט א סעמפל וויאזוי menthal disorders זענען הויעך ביי שרייבער.
פונעם בוך The Creating Brain: The Neuroscience of Genius
📎 thecreatingbrain_andreasen1.png 📎 thecreatingbrain_andreasen2.png
Re: נפשיותדיגע פראבלעמען קענען משפיע זיין אויף גדולי ישראל?
ווער איז הריא"ה? און וואס הייסט לינקע שיטות?
מסתמא הרב יצחק אייזיק הערצאג
מסתמא הראי"ה קוק
אם כן יש להקדים הא' להי' וגם לא היה מקיל בהרבה ענינים הלכתיים.
[ציטאט אראפגענומען]
מ'רעדט נישט פון סאטמארער רב'ס שיטות נאר פון זיינע מעשים (כ'האב נישט געליינט נאדלער, נאר גם אני בחלומי,ליינענדיג מייזעלס'
The Rebbe איז מיר גאר שטארק אויסגעקומען אז די התנהגות לגבי נקיות הגוף ועוד שטימט מיט איינער וואס קען זיך נישט באפרייען פון א דאגה אז אפשר איז ער נישט ריין - OCD כפי שכינוהו העכו"ם).
הרב קוק האט זיכער "געליטן" פון עפעס וואס האט אים געטריבן צו זיין דאס וואס ער איז.
[ציטאט אראפגענומען]
אין אנדערע ווערטער:מענטשן וועלכע ליידן פון או.סי.די. האבן עקסטרעמע מיינונגען און טוען עקסטרעמע מעשים. אבער נישט א יעדער וועלכער האט עקסטרעמע מיינונגען אדער טוט עקסטרעמע מעשים ליידט פון או.סי.די....!
אמאל איז פארהאן מענטשן וואס אין זייער תכונות הנפש מוזן זיי אייביג אנפיהרן מערכות און מלחמות מיט די גאנצע וועלט. ווי דער יעב"ץ און זיין טאטע דער חכם צבי. אויך זייער אייניקל אדמו"ר מסאטמאר זצוק"ל...!
מה לי ocd מה לי "מוזן"? אויב איז עס נישט איינס און די זעלבע, זענען אבער ביידע א שטיפ צו אומגעווענליכע מעשים, גוטע אדער שלעכטע.
moshav zekeinimמה לי ocd מה לי "מוזן"? אויב איז עס נישט איינס און די זעלבע, זענען אבער ביידע א שטיפ צו אומגעווענליכע מעשים, גוטע אדער שלעכטע.
מושב זקנים: "מוזן", קענמען ענדערש אריינלייגן אין די קאטעגאריע פון..."כאילו כפאו שד"...!איינער וואס האט אן אבסעסיע אדער טוט ער עפעס כאילו ער איז געצווינגען דאס צו טון. דאס קען אויסגעהיילט ווערן מיט מעדיצין און טעראפי. משא"כ ווען איינער האט עפעס אין זיין נאטור (תכונת הנפש) וועט ער זיך אייביג טרעפן אינמיטן פון א מערכה, מלחמה, קאמף אדער קאנטראווערסיע. פארשטייצעך לשם שמים...! און ער האלט אז מ'האט איהם געשיקט מן השמים צו ראטעווען דאס דור...!
די וועלט זאגט (עס האט ערגעץ א מקור אויכעט) אז אויב איינער ווערט געבוירן אין מזל מאדים וועט עווענטועל זיין א בלוט פארגיסער. אן ערליכער איד וועט עס אלזא נוצן אויף מצוות, ווי ווערן א שוחט און מל זיין אידישע קינדער.
יעדע מדה קען מען אויסנוצן אויף צום גוטן און פארקערט. וואס זאל טון איינער וואס האט א נאטור פון פייטן? זאל ער כסדר פייטן פאר אידישקייט. שטייצעך נאכן פייטן מיט זיין אייגענעם יצה"ר...
דער סאטמאר רב ז"ל וואס איז באקאנט געווען אלס א לוחם מלחמת הקודש, האט אבער אויך געהאט אן אנדער חלק צו אים וואס די שרייבערס רעדן ווייניג דערפון. זיין אהבת ישראל און חסד איז דאך געווען אומבאשרייבליך.
אלא מאי, ער האט געטון וואס ער זעהט פאר ריכטיג מיט א מורא'דיגע קיצוניות. מען קען עס אנרופן, ער האט געליטן אויף ocd פאר אידישקייט. כן נראה לי.
האי מאן דבחמה יהי גבר זיותן יהי אכיל מדיליה ושתי מדיליה ורזוהי גליין אם גניב לא מצלח האי מאן דבכוכב נוגה יהי גבר עתיר וזנאי יהי מ''ט משום דאיתיליד ביה נורא האי מאן דבכוכב יהי גבר נהיר וחכים משום דספרא דחמה הוא האי מאן דבלבנה יהי גבר סביל מרעין בנאי וסתיר סתיר ובנאי אכיל דלא דיליה ושתי דלא דיליה ורזוהי כסיין אם גנב מצלח האי מאן דבשבתאי יהי גבר מחשבתיה בטלין ואית דאמרי כל דמחשבין עליה בטלין האי מאן דבצדק יהי גבר צדקן אמר ר''נ בר יצחק וצדקן במצות האי מאן דבמאדים יהי גבר אשיד דמא א''ר אשי אי אומנא אי גנבא אי טבחא אי מוהלא אמר רבה אנא במאדים הואי אמר אביי מר נמי עניש וקטיל
שבת קנ"ו.
שמעקעדיג: מיט די מידה איז דער סאטמאר'ע רבי זי"ע זצ"ל געווען א חד בדרא. געוויינליך א מענטש וועלכער איז א קנאי איז א בייזער און אומפריינטליכער מענטש. וועלכער רעגט זיך אויף אויף א יעדע קלייניגקייט. און ווייזט נישט ארויס קיין איבריגע פריינטליכקייט צו קיינעם. משא"כ דער סאטמאר'ע רבי . זיין פנים האט אייביג געשטראלט מיט אזא שטארקן שמייכל פון אהבת ישראל. נאר ווען ס'איז געקומען צו מילי דשמיא איז ער געווען שטארק ווי א לייב און געקענט שרייען מיט קולי קולות און זיך בייזערן. אויך האט ער זייער שטארק ליעב געהאט צו זאגן א ווערטל, אפילו אויף יענעם'ס חשבון בתנאי אז יענער זאלל מיט שמייכלען מיט איהם. אויב ער האט געזעהן אז דער בעל דבר האט נישט געכאפט דאס ווערטל אדער האט זיך באליידיגט האט ער איהם טויזנט מאל מפייס געווען. און ער האט נישט געמישט קיין פאליטיק מיט אהבת ישראל. אפילו א מענטש וועלכער איז נישט מיטגעגאנגען מיט זיין שיטה. האט ער איהם דאך געטרייט צו העלפן בכל יכולתו...!
ר' בערל, אכן כך שמעתי פון הרה"צ ר' נפתלי לעבאוויטש שליט"א וואס איז געווען א הויז בחור ביים דבר"י און אזוי אויך דער תורה שרייבער פאר לאנגע יארן, אז סאטמאר רב האט איהם אמאל געזאגט "איך האב א סענ"ס א"ף יומע"ר און עס קאסט מיר טייער".
און וואס איז מיט ר' עמרם בלוי?
די וואך זענען אלע ספרים פול געווען מיט דעם פנחס בן אלעזר דער קנאי, הנני נותן לו את בריתי 'שלום'. ווייל א קנאי מוז האבן דעם כח פון שלום אויכעט. עס איז תרי ריעין דלא מתפרשין.
שמעקעדיגאון וואס איז מיט ר' עמרם בלוי?
די וואך זענען אלע ספרים פול געווען מיט דעם פנחס בן אלעזר דער קנאי, הנני נותן לו את בריתי 'שלום'. ווייל א קנאי מוז האבן דעם כח פון שלום אויכעט. עס איז תרי ריעין דלא מתפרשין.
1- די אשכול איז וועגען גדולי ישראל. איך ווייס נישט אויב ר' עמרם בלוי ז"ל גייט אריין אין די קטגוריה.
2- פינחס האט באקומען זיין "ברית שלום" ווייל ער האט מכפר געווען על בני ישראל. מיר הערען אזוי פיל וועגען קנאות און מיר פארגעסען אז די הויכפונקט פון די פרשה מיט פינחס איז געווען "ותעצר המגפה" - "ולא כליתי את בני ישראל בקנאתי" - לכן אמור הנני נותן לו את בריתי שלום! די דגש איז נישט אויף דעם הרג'נן איין איד נאר אויף דער ראטעווען טויזענטער.
אז מ'רעדט שוין פון ר' עמרם בלוי. דער סאטמאר'ער רבי זצ"ל האט איהם אמאל געזאגט בדרך צחות אז ער וועט איהם אויפווייזן אז ער (רע"ב) איז דער גרעסטער ציוני וואס ס'נאר מעגליך.... וויאזוי...? פרעגט ער פארוואנדערט...? האט איהם דער רבי געענטפערט... ווען דו ווארפסט דיך אראפ אין פארנט פון א טראקטאר וואס איז געפיהרט דורך א ציוני, פארלאזסט דו דיך אז ער וועט זיך אפשטעלן. ס'הייסט אז דו האלטסט אז ער האט אין זיך מענטשליכקייט און איז נישט עלול אויף רציחה... ווען דו וואלסט געווען אן אמת'ער קנאי וואלסטו דיך נישט פארלאזט אז ער וועט זיך אפשטעלן...!
ר' בערל, דאס איז פון געלבמאן'ס בעקעריי, בריסקער רב האט דאס געזאגט.
א פוינט צו איבער טראכטן
דער ישועות משה איז געווען צען יאר אלצהיימער
דער ברך משה אויכעט צום סוף נישט געווען אינגאנצן ביים דעת.
מהרנ"צ מבאבוב אויכעט (ס'דא שרעקליכע וידאו'ס אויף יוטיוב).
דער לב שמחה איז אויכעט עפעס געווען דארטן צום סוף (אויב איינער האט אביסל פרטים זאל ער ביטע דא ארויפלייגן).
א זיכערע זאך אז די אלע זיינען מורם מעם און קטנם עבה ממתנינו אבער ס'שטייט זקני ע"ה כל זמן שמזקינים דעתם כו' משא"כ זקני ת"ח.
עמהעצער האט עפעס צו זאגן וועגן דעם?
אבער נאכאמאל דאס איז נאר פרובירן צו פארשטיין ווייל ס'באדערט מיר אביסל אבער ח"ו ס'פאראן נישט קיין הרהורים חלילה און אפי' אויב צום סוף וועלן מיר נישט באקומען א ערקלעקונג המניח את הדעת בלייבן אונז אינגאצן בטל ומבוטל צו די גדולי וצדיקי קדושי ומאורי הדור. (כ'מיין אז ס'איז גענוג קלאר).
פישערער רביא פוינט צו איבער טראכטן

דער גמרא סוף הוריות ברענגט אז רבינו הקדוש האט געפרעגט זיין טאטע ״מי אלה אשר דבריהם אנו מזכירים ושמותיהם אין אנו מזכירים?״ (תוכן הדברים ולא ממש הלשון)
איך פרעג: מי אלה אשר שמם אנו מזכירים ודבריהם אין אנו מזכירים?
איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט א קשיא וואס דער תשובה אויף דעם געפינט זיך אין א ספר וואס הייסט ״ישועות משה״, ״לב שמחה״, אדער ״ברך משה״!
דער ״חתם סופר״ רופט מען ביי די נאמען פון זיין ספר ווייל עס איז געווען מער באקאנט ווי רבי משה שרייבער, דער ישועות יעקב רופט מען אזוי פאר׳ן זעלבע סיבה. קיינער האט נישט געמאכט קיין מעמד קריאת שם צו רופען דער חזון איש און דער חפץ חיים ביי די נעמען פון זייערע ספרים.
אפשר ווען מען נעמט אוועק די שקר וואס הערשט במחנות האנשים האלה קען פארענטפערענט ווערען אלע קשיות.
וואס איז שלעכט מיטן ערליך פארדינטע נעמען אזוי ווי ר׳ משה׳לה, דער סיגיטער, ר׳ נפתל׳טשע, און ר׳ שמחה בונם?!
Re: נפשיותדיגע פראבלעמען קענען משפיע זיין אויף גדולי ישראל?
עס שטייט נאר אויף ת"ח. נישט יעדער אויף דיין ליסטע קוואליפיצירט פאר דעם טיטל. אבער דאס איז נאר אגב.
דער אוהחה"ק שרייבט אז אוודאי איז דאס נישט קיין כלל אויף אייביג, נאר ביז די נארמאלע יארן. (בערך אזוי ). אבער אויף א זקנה מופלגת שטייט דאס נישט.
אויבערלענדער חכם
דער גמרא סוף הוריות ברענגט אז רבינו הקדוש האט געפרעגט זיין טאטע ״מי אלה אשר דבריהם אנו מזכירים ושמותיהם אין אנו מזכירים?״ (תוכן הדברים ולא ממש הלשון)
איך פרעג: מי אלה אשר שמם אנו מזכירים ודבריהם אין אנו מזכירים?
איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט א קשיא וואס דער תשובה אויף דעם געפינט זיך אין א ספר וואס הייסט ״ישועות משה״, ״לב שמחה״, אדער ״ברך משה״!
דער ״חתם סופר״ רופט מען ביי די נאמען פון זיין ספר ווייל עס איז געווען מער באקאנט ווי רבי משה שרייבער, דער ישועות יעקב רופט מען אזוי פאר׳ן זעלבע סיבה. קיינער האט נישט געמאכט קיין מעמד קריאת שם צו רופען דער חזון איש און דער חפץ חיים ביי די נעמען פון זייערע ספרים.
אפשר ווען מען נעמט אוועק די שקר וואס הערשט במחנות האנשים האלה קען פארענטפערענט ווערען אלע קשיות.
וואס איז שלעכט מיטן ערליך פארדינטע נעמען אזוי ווי ר׳ משה׳לה, דער סיגיטער, ר׳ נפתל׳טשע, און ר׳ שמחה בונם?!
ס'נישט וויבאלד אז דו האסט נאך נישט געהאט א קשיא און א ענטפער פון די ספרים הנ"ל זאל מען נישט רופן די רבי'ס מיט זייערע ספרים נעמען!
דאך ס'איז א מנהג מדורי דורות אז מ'רופט אן אסאך רבי'ס נאכן זייערע הסתל' מיטן נאמען פון דער בוך/ביכער פון זייערע תורות שו"ת וכדו'. און כ'פארשטיי נישט בכלל די תמיהה אין דעם.
אויב דו ווילסט זיי רופן ר' שמחה בונים מגור א.א.וו. (כאטש אז אין גור רופט ער זיך נישט אן אזוי) לחיי מאך וואס דו ווילסט!
דעת תורהעס שטייט נאר אויף ת"ח. נישט יעדער אויף דיין ליסטע קוואליפיצירט פאר דעם טיטל. אבער דאס איז נאר אגב.
דער אוהחה"ק שרייבט אז אוודאי איז דאס נישט קיין כלל אויף אייביג, נאר ביז די נארמאלע יארן. (בערך אזוי ). אבער אויף א זקנה מופלגת שטייט דאס נישט.
וועגן דער אגב וואס דו האסט געשריבן בין איך מוחה בכל התוקף אויפ'ן ביזוי ת"ח ובפרט שנסתלקו מכבר.
ס'דאך באקאנט וויפל דער ישועות משה איז געווען א גרויסער מתמיד און גאר א גרויסער ת"ח א.א.וו.
וועגן דער החיים וואס דו האסט געברענגט האסו א מקור דערצו?
Re: נפשיותדיגע פראבלעמען קענען משפיע זיין אויף גדולי ישראל?
דו"ק בלשוני. איך האב געשריבן "נישט יעדער" אויף דיין ליסטע, נישט אז קיינער נישט.
געוואלדיגר' בערל, דאס איז פון געלבמאן'ס בעקעריי, בריסקער רב האט דאס געזאגט.
ס'איז מער מסתבר אז דער סאטמאר'ע רבי זצ"ל האט דאס געזאגט. דאס איז א כאפ וואס פאסט פאר זיין מח. נאר די שאלה איז ווען האט ער עס געזאגט. ווייל ס'איז נישט ידוע אז ער האט א סאך געשמועסט מיט ר' עמרם בלוי...!
והשנית: א סאך מעשה'לעך פון געלבמאנ'ס בעקעריי זענען יא אמת...!
דעת תורהדו"ק בלשוני. איך האב געשריבן "נישט יעדער" אויף דיין ליסטע, נישט אז קיינער נישט.
יא. אבער אונז ווייסן דאך אז..."כל דבר שהיה בכלל ויצא מן הכלל ללמד, לא ללמד על עצמו יצא אלא ללמד על הכלל כולו יצא"....! און חוץ פון דעם. וועם פון די אויסגערעכנטע גדולי ישראל ציעסטו ארויס פונ'ם כלל...?
פישערער רביאויבערלענדער חכם
דער גמרא סוף הוריות ברענגט אז רבינו הקדוש האט געפרעגט זיין טאטע ״מי אלה אשר דבריהם אנו מזכירים ושמותיהם אין אנו מזכירים?״ (תוכן הדברים ולא ממש הלשון)
איך פרעג: מי אלה אשר שמם אנו מזכירים ודבריהם אין אנו מזכירים?
איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט א קשיא וואס דער תשובה אויף דעם געפינט זיך אין א ספר וואס הייסט ״ישועות משה״, ״לב שמחה״, אדער ״ברך משה״!
דער ״חתם סופר״ רופט מען ביי די נאמען פון זיין ספר ווייל עס איז געווען מער באקאנט ווי רבי משה שרייבער, דער ישועות יעקב רופט מען אזוי פאר׳ן זעלבע סיבה. קיינער האט נישט געמאכט קיין מעמד קריאת שם צו רופען דער חזון איש און דער חפץ חיים ביי די נעמען פון זייערע ספרים.
אפשר ווען מען נעמט אוועק די שקר וואס הערשט במחנות האנשים האלה קען פארענטפערענט ווערען אלע קשיות.
וואס איז שלעכט מיטן ערליך פארדינטע נעמען אזוי ווי ר׳ משה׳לה, דער סיגיטער, ר׳ נפתל׳טשע, און ר׳ שמחה בונם?!
ס'נישט וויבאלד אז דו האסט נאך נישט געהאט א קשיא און א ענטפער פון די ספרים הנ"ל זאל מען נישט רופן די רבי'ס מיט זייערע ספרים נעמען!
דאך ס'איז א מנהג מדורי דורות אז מ'רופט אן אסאך רבי'ס נאכן זייערע הסתל' מיטן נאמען פון דער בוך/ביכער פון זייערע תורות שו"ת וכדו'. און כ'פארשטיי נישט בכלל די תמיהה אין דעם.
אויב דו ווילסט זיי רופן ר' שמחה בונים מגור א.א.וו. (כאטש אז אין גור רופט ער זיך נישט אן אזוי) לחיי מאך וואס דו ווילסט!
איר האט ליידער נישט פארשטאנען קיין איין ווארט וואס איך האב געזאגט. דער נקודה וואס איך האב געמיינט ארויס צוברענגען איז אז עס איז נישט געווען קיין "מנהג" צו געבען א נאמען דער מענטש נאך זיין ספר. דער ספר האט עס געדארפט פארדינען. דער ספר חתם סופר איז געווען באוואוסט אפילו אין די ווייטע ספרדישע לענדער, אבער דער מענטש רבי משה סופר איז נישט געווען אזוי באוואוסט [אוודאי באוואוסט, אבער נישט כפי המידה של הספר] דוגמא לדבר יעדער איינער ווייסט צו זאגען פון דער "פני יהושע" אבער נישט אלע ווייסען זיין נאמען. די זעלבע איז מיט'ן נודע ביהודה. זייער ספרים זענען געווען מער וויכטיג און מער באקאנט ווי זייער פערזאן. צו מאכען א מעמד קריאת שם צו רופען מענטשען על שם זייער ספרים איז א דבר שקר. זהו זה. אם הבנת טוב, ואם לאו....
אויבערלענדער חכם: ומרגלא בפי רבינו הגאון הקדוש המר"א שליט"א, ממאנרא, והגלילות (נאך די אנעקסעישן), יצ"ו. ..."ווער ס'פארשטייט, פארשטייט, וכו'"... 😂
Re: נפשיותדיגע פראבלעמען קענען משפיע זיין אויף גדולי ישראל?
פישערער רביא פוינט צו איבער טראכטן
דער ישועות משה איז געווען צען יאר אלצהיימער
דער ברך משה אויכעט צום סוף נישט געווען אינגאנצן ביים דעת.
מהרנ"צ מבאבוב אויכעט (ס'דא שרעקליכע וידאו'ס אויף יוטיוב).
דער לב שמחה איז אויכעט עפעס געווען דארטן צום סוף (אויב איינער האט אביסל פרטים זאל ער ביטע דא ארויפלייגן).
א זיכערע זאך אז די אלע זיינען מורם מעם און קטנם עבה ממתנינו אבער ס'שטייט זקני ע"ה כל זמן שמזקינים דעתם כו' משא"כ זקני ת"ח.
עמהעצער האט עפעס צו זאגן וועגן דעם?
אבער נאכאמאל דאס איז נאר פרובירן צו פארשטיין ווייל ס'באדערט מיר אביסל אבער ח"ו ס'פאראן נישט קיין הרהורים חלילה און אפי' אויב צום סוף וועלן מיר נישט באקומען א ערקלעקונג המניח את הדעת בלייבן אונז אינגאצן בטל ומבוטל צו די גדולי וצדיקי קדושי ומאורי הדור. (כ'מיין אז ס'איז גענוג קלאר).
געהערט פון א וויזניצער ב״ב חסיד, אז דער ניקלשבורגער האט פארגעלערנט פרק אין וויזניץ ירושלים בתחילת האלצהיימערס, האט ער דארטן ארויסגעברענגט בתוך דבריו, אז די רבי קאלעכט נישט חלילה.
ער האט עס מסביר געווען מיט א מעשה אויף ר׳ מאטלע טשערנאבלער, סוף ימיו איז ניטל ממנו חיזו דהאי עלמא, ווייל מ׳האט רחמנות געהאט אויפן דור, האט מען איבערגעלאזט דעם צדיק און מען האט אוועקגענומען פון עם חיזו דהאי עלמא.
מיט די מעשה האט ער געזאגט היינטיגע צייטן לאזט מען איבער די צדיקים אויף די וועלט, נאר נוטלין מהם חיזו דהאי עלמא, מען דארף זיך פרייען אז דער צדיק לעבט נאך היינט, און ער איז דא מיט אונז.
ובבית הישועות משה האט מען שטארק הנאה געהאט דערפון וקלסיה.

הלואי זאלן אלע קשיות האבן אזא גרינגע אין ריינע תירוץ ווי דיין קשיא.
אלצהיימערס איז א פיזיקעל מחלה, א דעזיזס, און אזוי ווי אסאך אנדערע פיזיקעל מחלות (ווי למשל קענסער, סטראוק אדער אנאריזים) האט עס אן אפעקט אויף'ן מח, און עס האט גארנישט צוטוען מיט די מטפשות און מחכימות וואס חז"ל רעדן, זיי רעדן פון א געזינטער פיזיקעל מוח וואס קען אמאל גיין מטפשות פון ראסט און פון נישט ניצן זיבעציג יאר .
והדבר פשוט וברור.
א איד

ס'מיר אביסל שווער צו גלויבן אז דער הייליגער ר' מאטלע טשערנאבלער בסוף ימיו האט אויסגעקוקט ווי דער ישועות משה וד"ל (ווי מ'קען זעהן אויכעט אין די וידאו'ס).
האסט אפשר ראיות פון מעשיות וכו'?
יתרו

אבער איין זאך באדערט אביסל ווי אזוי עמעהצער וואס איז דעפינירט זיין גאנצע לעבן (נישט ווייניגער) אלס א
הייליגער איד (א טיטל וואס פאר אפאר האט זיכער געפאסט) ווי אזוי קען ער זיין לעת זקנתו פשוט אראפ פון זינען עד כ"כ אז ער זאל פטור זיין מן המצוות וכו' ?
ארעם און רייך, אלע זענען גלייך!
אין דער ווארשעווער געטא ווען אלע אידען ארעם און רייך זענען געווען אין דער זעלבע מצב, איז דער שטאט'ס משוגענע ארום געלאפען זינגען "ארעם און רייך, אלע זענען גלייך!!"
Re: נפשיותדיגע פראבלעמען קענען משפיע זיין אויף גדולי ישראל?
אין ווארשעווער געטא איז אנגעגאנגען א געהעריגן לעבן אין א היפשע מאס, פארשטייט זיך אז נישט ממש ווי נארמאל אבער עס איז געווען רייכע און ארימע, עס איז געווען שמוציגע פארפעסטעטע געגנטער, און עס איז געווען רייכע קווארטלען וואס האבן אפגעהאלטן פארוויילונגס בעלער יעדע נאכט, נאך אפשר מער ווי די גוטע צייטן 'אום זיך צו מחזק זיין' 'אנהאלטן די אידישע מוט און שטאלץ אין די שווערסטע צייטן'. פארשטייט זיך אין אנדערע חלקים פונעם
געטא איז מען געשטארבן פון הונגער און קרענק, אבער די רעדע איז מיינסטנס פון אזאלכע בעטלער, וואנדערער פון אנדערע ערטער, שלימזל'עך און אורחי פורחי'ניקעס, וואס פארן קריג זענען זיי שוין געשטארבן האלבוועגס.
בכל אופן, די לעגענדע איבערן שטאט'ס משוגענער קומט ווארשיינליך פון א קבוצה בונדיסטן, האופלעס ליבעראלן וואס האבן אין געטא ארויס געגעבן א צייטונג וואס האט געפרעדיגט זייער שיטה אז אלע מענטשן זענען גלייכע, ארימע רייכע, אלע ראסן און קאלירן, זיי האבן נישט געווארט (אדער געגלייבט) אין משיח'ן נאר אז עס וועט קומען א טאג וואס די שווארצע וועלן האבן גלייכע רעכטן. כמובן זייענדיג אונטערדרוקט און צוקוועטשט אונטער די ריינע ראסע אין געטא אייס דאס געווען א גרויסע ביטערע וויץ.
איך האב דאס אמאל געליינט אין א בוך פון א (פרייער) איד ווער האט עס דורך געלעבט. איך געדענק נישט דער נאמען אבער עס דאכט מיר אז עס איז געדרוקט געווארען דורך א אוניברסטי פרעס (שכחתי גם השם) אבער מותר להרהר אחריו.
פישערער רבייתרו
הלואי זאלן אלע קשיות האבן אזא גרינגע אין ריינע תירוץ ווי דיין קשיא.
אלצהיימערס איז א פיזיקעל מחלה, א דעזיזס, און אזוי ווי אסאך אנדערע פיזיקעל מחלות (ווי למשל קענסער, סטראוק אדער אנאריזים) האט עס אן אפעקט אויף'ן מח, און עס האט גארנישט צוטוען מיט די מטפשות און מחכימות וואס חז"ל רעדן, זיי רעדן פון א געזינטער פיזיקעל מוח וואס קען אמאל גיין מטפשות פון ראסט און פון נישט ניצן זיבעציג יאר .
והדבר פשוט וברור.
אבער איין זאך באדערט אביסל ווי אזוי עמעהצער וואס איז דעפינירט זיין גאנצע לעבן (נישט ווייניגער) אלס א
הייליגער איד (א טיטל וואס פאר אפאר האט זיכער געפאסט) ווי אזוי קען ער זיין לעת זקנתו פשוט אראפ פון זינען עד כ"כ אז ער זאל פטור זיין מן המצוות וכו' ?
יתרו האט גענטפערט צו דער זאך, נאר יעצט פרעגסטו א אנדערע קשיה, מער בבחינת צדיק ורע לו, נו אוודאי ווייסטו אז נישט דו ביסט דער מחדש.
פישערער רביא איד
געהערט פון א וויזניצער ב״ב חסיד, אז דער ניקלשבורגער האט פארגעלערנט פרק אין וויזניץ ירושלים בתחילת האלצהיימערס, האט ער דארטן ארויסגעברענגט בתוך דבריו, אז די רבי קאלעכט נישט חלילה.
ער האט עס מסביר געווען מיט א מעשה אויף ר׳ מאטלע טשערנאבלער, סוף ימיו איז ניטל ממנו חיזו דהאי עלמא, ווייל מ׳האט רחמנות געהאט אויפן דור, האט מען איבערגעלאזט דעם צדיק און מען האט אוועקגענומען פון עם חיזו דהאי עלמא.
מיט די מעשה האט ער געזאגט היינטיגע צייטן לאזט מען איבער די צדיקים אויף די וועלט, נאר נוטלין מהם חיזו דהאי עלמא, מען דארף זיך פרייען אז דער צדיק לעבט נאך היינט, און ער איז דא מיט אונז.
ובבית הישועות משה האט מען שטארק הנאה געהאט דערפון וקלסיה.
ס'מיר אביסל שווער צו גלויבן אז דער הייליגער ר' מאטלע טשערנאבלער בסוף ימיו האט אויסגעקוקט ווי דער ישועות משה וד"ל (ווי מ'קען זעהן אויכעט אין די וידאו'ס).
האסט אפשר ראיות פון מעשיות וכו'?
די מעשה גייט אז דער ריזינער האט א נאמען געגעבן פאר איינע פון זיינע קינדער דער הוסיאטינער מרדכי פייוויש, נאכן פעטער ר' מאטעלע טשערנאבלער, האט מען עם געפרעגט אז ער לעבט דאך נאך, האט ער געזאגט אז באמת וואלט ער שוין נישט דא געווען, נאר מען האט רחמנות געהאט אויפן דור, האט מען עם דא געלאזט, אבער ניטל ממנו חיזו דהאי עלמא.
אויבערלענדער חכםאיך האב דאס אמאל געליינט אין א בוך פון א (פרייער) איד ווער האט עס דורך געלעבט. איך געדענק נישט דער נאמען אבער עס דאכט מיר אז עס איז געדרוקט געווארען דורך א אוניברסטי פרעס (שכחתי גם השם) אבער מותר להרהר אחריו.
שוב מצאתי
כאן