וויפיל פראצענט פון שלום עליכם אשכול בלייבן דא?
52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9262
וויפיל פראצענט פון שלום עליכם אשכול בלייבן דא?
"איך האב זיך איינגעשריבן אין קאווע שטיבל, ווען איך האב געהערט פון א חבר און געזען אז דא רעדט מען זאכן פון וואס איך האב ליב, האב איך זיך איינגעשריבן און איך האף צו פארברענגען מיטן גאנצן עולם. איך מיין אז איך האב שוין פערציג ווערטער, יעצט האטס מיר א גוטן טאג..."
אזעלכע און ענליכע תגובות ליינען מיר כסדר אין דעם אויבערטשן אשכול מיטן נאמען "שלום עליכם - לאמיר זיך פארשטעלן פאר אייך". יעדע מאל עס שרייבט זיך דא איין א נייער ניק, עפענט ער צום ערשטן דארט אויף און שטעלט זיך פאר פארן עולם.
דער פראבלעם איז, אז א גרויסער פראצענט פון די דאזיגע ניקים, זענען דאס זייער איינציגסטער תגובה וואס בלייבט אין שטיבל, זינט דאן הערט מען מער נישט פון זיי. אמאל מאכט זיך אז איינער שרייבט צוויי תגובות, אדער אמאל דריי, אבער איבערגייענדיג די בלעטער שטעלט זיך ארויס אז א גרויסער פראצענט בלייבן נישט דא.
וואס איז דער דעת הקהל, וויפיל פראצענט בלייבן באמת דא עכטע שרייבער? - עס איז אויך אינטערעסאנט צו דעבאטירן, פארוואס שרייבער שרייבן זיך דא איין און לאזן די זאך לויפן, און וואס מען קען טון צו מאכן אז די דאזיגע שרייבער זאלן וועלן דא בלייבן.
נקודה למחשבה.
ס'איז גרינגער צו נעוואגירן אויפן זייטל ווען מ'האט א ניק, און ביים מאכן א ניק מוז מען זיך פארשטעלן. דער יו גאו
ס'קען זיין אז נייע שרייבערס ווערן "אינטימידעטעד" פון די עלטערע און באקאנטע שרייבערס. ספעציעל פון די פראפעסיאנאלע שרייבערס ציווישן אונז. מ'קען טאקע ווערן פארלוירן (יא, איך רעד פון זיך אויך)
איך מיין אז די אלע זענען מבני חבורתינו,
ווען ס'פאלט זיי איין א געדאנק וואס זיי ווילן נישט שרייבן אויף די אייגענע נאמען (משום גילוי אדער פון מורא פון ווערען אנגעגרייפט פון די ותיקים וואס מ'האט שוין מיט זיי א חשבון) מאכען זיי אויף א הוראת שעה א נייע ניק.
(עסט וועטס ענק וואונעדערן ווען ביים ק"ש bbq, קאנטרי וכו' צאמקום וועלן נישט אנקומען קיין מנין וועט מען שוין געוואר ווערן וויפיל מענטשן זענען דא משתמע בשתי אנפין).
איך האב נאר איין ניק, עכ"פ אזוי הייטסט עס
מ׳רודעפט זייער שטארק דא נייע ניקים. דאס איז די סיבה פארוואס איך האב אויפגעהערט צו שרייבען. איך האב געהערט פין אנדערע אויך אז זיי האבען געהאט די זעלבע עקספיריענס.
אז דו רעדסט שוין איז אינטרעסאנט אנצומערקען א שיינע זאך, א מנהג פון אונזער באליבטן @אנאנים,
נישט קיין חילוק צו דער ניי-געבוירענער ניק רעדט צום זאך, אדער צוברעכט זיך די ציין און קיעבארד ארויסצוקוועטשן א האלב אפגעבאקענע תגובה, קומט דער אנאנים און דערלאנגט אים א ברייטן שלום עליכם מיטן אפגעבן דעם ערשטן לייק פארן ניק. און אים געבן די ווארימע געפיל "יא, איר זענט וועלקאם, מאכט אייך באקוועם".
#לערנעןמדות
וויפיל פראצענט פון שלום עליכם אשכול בלייבן דא?
ראשקאל אין קאפקע
אויב זיכט איר אן אימזיסטע לייק שרייבט א תגובה אין די שלום עליכם אשכול אין זיי וועלען אוטמאטיש לייקן
ישמעאל הכהןס'איז גרינגער צו נעוואגירן אויפן זייטל ווען מ'האט א ניק, און ביים מאכן א ניק מוז מען זיך פארשטעלן. דער יו גאו
מ'מיז זיך פארשטעלן ביים מאכן א ניק? איך האב נישט געוואוסט די הלכה.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/208148">viewtopic.php?p=208148#p208148</a><!-- l -->
[ציטאט אראפגענומען]
קיינמאל נישט געטראכט דערפין. קען זיין ביסט גערעכט. ס׳חומר למחשבה.
וויפיל פראצענט פון שלום עליכם אשכול בלייבן דא?
די קעניג פין אמעריקעמ׳רודעפט זייער שטארק דא אלטע ניקים. דאס איז די סיבה פארוואס איך האב אויפגעהערט צו שרייבען. איך האב געהערט פין אנדערע אויך אז זיי האבען געהאט די זעלבע עקספיריענס.
ווער רודפט?
איך בין היבש ניי, קיינער האט מיר נישט גע'רודפ'ט.
כוכבווער רודפט?
קיינער.
א נייע ניק מיינט אז וויבאלד ער איז ניי קען ער טון וואס ער וויל ווייל ער איז דאך ניי!!
כוכבווער רודפט?
איך קען זאגן פון מיין עקספיריענס, גלייך ביים אנהייב (נאך פאר איך האב אנגעהויבן שרייבן קאנטערווערשענל זאכן) האב איך געכאפט רעכט און לינקס פאר פאר ממש נארישקייטן.
פאר א ספעלינג מיסטעיק אין ענגליש האב איך געכאפט פון @ שמעקעדיג, פארן ארויס ברענגען מיין בענקשאפט נאך א געוויסן ניק, האב איך געכאפט פון @יתרו (אהא, דאס ביסטו אליין), און פארן עפענען אן אשכול "דאגה בלב איש" מיט אן ערנסטע כונה, האב איך געכאפט פון א הויפן ניקים ("אפשר הערסטו אויף צו קעקעצן די בצים" און ענליכע לשונות), און אפילו דער אינטעליגענטע שרייבער @הוגה האט זיך נישט אפגעהאלטן פון אפ'חוזק'ן אז איך בעט זיך צו הערן יענעם'ס צרות. בעת אין אישי האב איך באקומען חיזוק פאר דעם איינפאל האט מען אין פאבליק שוין מורא געהאט ארויס צו ברענגען ערווארטונג דערויף און עס איז דערפון גארנישט געווארן.
דורך @איך אויך האב "איך אויך" זוכה געווען צו כאפן א פאר פארציעס.
הכלל, יש דברים בגו
Re: וויפיל פראצענט פון שלום עליכם אשכול בלייבן דא?
זעהסט דאך אז זיי האבן געהאט א גוטן שמעק. אפילו אויבנאויף איז אלעס געווען גלאטיג מיט דיר...
moshav zekeinimכוכבווער רודפט?
פאר א ספעלינג מיסטעיק אין ענגליש האב איך געכאפט פון @ שמעקעדיג,
טאקע? כ'געדענק נישט. אפשר לינקסטו מיר אהין?
סיי וויאזוי, א טשעפנאק בין איך נישט (הגם כ'קען צומאל ארויספאלן פון די גלייזן, כ'בין נאר א מענטש), און אויב האב איך דיר וויי געטאן בעט איך דיר איבער ברבים.
ווען איך בין געווען ניי דא, האט מען מיר אויך אביסל געציפט, אבער כ'האב שנעל געזעהן אז די חברה זענען אין אלגעמיין אויך ציפערס. ס'איז אזוי ווי א נייע אינגעל אין קלאס, די פאר בוליס זענען כסדר פארנומען ווייזן מיט'ן פינגער, חחח ער איז די נייע אינגעל אין קלאס.
ביסט אמאל געווען ניי דא?
#כאנישגעוויסט
שמעקעדיגmoshav zekeinimכוכבווער רודפט?
פאר א ספעלינג מיסטעיק אין ענגליש האב איך געכאפט פון @ שמעקעדיג,
טאקע? כ'געדענק נישט. אפשר לינקסטו מיר אהין?
סיי וויאזוי, א טשעפנאק בין איך נישט (הגם כ'קען צומאל ארויספאלן פון די גלייזן, כ'בין נאר א מענטש), און אויב האב איך דיר וויי געטאן בעט איך דיר איבער ברבים.
איך בין זיך נישט געקומען דא אויסוויינען אדער ארויס ברענגען א טינא בלב אויף עימיצן, איך האב מיט מיינע ביישפילן נאר געוואלט ווייזן פון בלויז מיין ערפארונג אז דער עדיטוד פון טשעפעריי איז גאנץ פיין דא אין קאווע שטיבל.
שמעקעדיג, איך בין שווער מיט לינקן (איך בין א גערעכטער...) דעריבער וועל איך דיר בלויז זאגן וואו דיין טשעפע איז געווען, און דאס איז אין די מונה רוזנבלום אשכול, לשבחך מוז איך דערמאנען אז דו אליין האסט עס שפעטער ארויס גענומען.
אבער, אזא טשעפע איז גענוג אויף אוועק צו נעמען די חשק פון א מענטש צו שרייבן
דעת תורהזעהסט דאך אז זיי האבן געהאט א גוטן שמעק. אפילו אויבנאויף איז אלעס געווען גלאטיג מיט דיר...
און מיט אזעלעכע שמעקערייען פארטרייבט מען גוטע פאטענציאנאלע שרייבערס
כפתורס'קען זיין אז נייע שרייבערס ווערן "אינטימידעטעד" פון די עלטערע און באקאנטע שרייבערס. ספעציעל פון די פראפעסיאנאלע שרייבערס ציווישן אונז. מ'קען טאקע ווערן פארלוירן (יא, איך רעד פון זיך אויך)
איך זעה עס ביי מיר, אפילו איך וואס איך שרייב שוין יא, און איך שפרינג אריין אין געוואגטע נושאים, און איך האלט זיך נישט צוריק פון זאגן וואס איך האלט פאר ריכטיג, פונדעסטוועגן ווען עס קומט צו שרייבן אינטעליגענטע לאנגע נושאים ווער איך דא שוואך, און אזעלעכע לאנגע ארטיקלען שרייב איך בעיקר נאר צו מיינע חברים אויף וואטאפ.
וואלסט זיך יא געמעגט צוריקהאלטן פון זאגן זאכן אויב עס קען זיין אומסענסיטיוו צו א שיינע חלק ליינערס. דיין ווערטער אויסוואל אשכול ''רעליגיעזע טעראר'' איז געווען איינע פון אזעלכע. פרוביר צו וועהלן בעסערע לשונות. זוך נישט צו זיין א הירא דא פאר פאליש אידן.
סאשי פישכוכבווער רודפט?
קיינער.
א נייע ניק מיינט אז וויבאלד ער איז ניי קען ער טון וואס ער וויל ווייל ער איז דאך ניי!!
וואס הייסט 'קיינער' פון וואנעט ווייסטו וואס עס טוט זיך ביי יענעם אין אישי?
פארמעקט וויבאלד די לינק איז אויך פארמעקט
ווען עס קומט איינער מיט א קאנטערווערשנל הודעה (אזוי ווי איך טו א סך מאל) איז פארשטענדליך אז מען טשעפעט, און איך גלויב אז דער שרייבער איז אין דעם פאל גרייט דערצי.
אבער ווען עס קומט איינער מיט א אומשילדיגער הודעה און ער ווערט געטשעפעט דערפאר איז עס א שטארקער עולה און אומ'אחריות. און דאס קען טאקע פארטרייבן מענטשן, און מיט רעכט.
די קעניג פין אמעריקעמ׳רודעפט זייער שטארק דא נייע ניקים. דאס איז די סיבה פארוואס איך האב אויפגעהערט צו שרייבען. איך האב געהערט פין אנדערע אויך אז זיי האבען געהאט די זעלבע עקספיריענס.
ווער...? איך האב דיך גערודפ'ט...? קוק וויפיל לייקס איך האב דיר געגעבן... 😂 😮
ער האט עפעס גערעדט פון דיר?
די קעניג פין אמעריקעסאשי פישכוכבווער רודפט?
קיינער.
א נייע ניק מיינט אז וויבאלד ער איז ניי קען ער טון וואס ער וויל ווייל ער איז דאך ניי!!
וואס הייסט 'קיינער' פון וואנעט ווייסטו וואס עס טוט זיך ביי יענעם אין אישי?
מען דארף נישט צו קומען צו קיין אישי, זאלן נאר קומען די מלקטים און זאלן אהער צוטירן די טשעפערייען אין די פאבליק הודעות וועט מען זעען וואס דא טוט זיך.
.
טעותx2 כ׳ווייס נישט ווי אזוי מ׳נעמט עס אראפ.
Re: וויפיל פראצענט פון שלום עליכם אשכול בלייבן דא?
מושב זקנים. אין די ערשטע טעג פון דיין ערשיינונג דא, איז נישט ארויסגעקומען קיין גראדע ווארט פון דיר. עפעס א תירוץ האסטו געהאט אז דיין קיבאורד ארבעט נישט, אבער מיר אלע האבן באקומען א רושם אז דא האנדלט זיך פון נאך א טראל וואס איז דא אנגעקומען אונז צו דערגיין די געהירן. ב"ה אז עס האט זיך אויסגעשטעלט אלס א טעות און די האסט זיך אויסגעשטעלט צו זיין דא פון די אקטיווע נכסי צאן ברזל, אבער קענסט נישט האבן קיין טענות אויף די וואס האבן דיך אין אנפאנג קרום אנגעקוקט - דיין קיבאורד איז דער שולדיגער.
ווי ווייט איך געדענק האב איך יא גערעדט גראד און ווי אויך געלינקט מוזיק קליפס, נאר מיין שפראך איז געווען גאר בקיצור און אין א שמאלער ענגליש אדער ע
ברית. אבער לאמיר שוין זאגן אז ווילאנג איך שרייב נישט מיט קיין נארמאלער אפענער שפראך קען איך נישט ערווארטן קיין מינימאלע ריספעקט און פארשטענדעניש ביי די חברים, איז אבער מיין קשיה, וואס איז געווען נאכדעם וואס איך האב שוין אנגעהויבן שרייבן מיט א געהעריגער אפענער שפראך אומשולדיגע תגובות אדער אשכולות. און וואס איז מיט טשעפערייען און פארביסענע אויפנאמע כלפי אנדערע אומשולדיגע שרייבער.
אבער איך מיין אז עס איז א שאד ממשיך צו זיין ווייטער פאר מען ברענגט צענדליגע דגמאות פון טשעפערייען וואס האט נישט קיין עקסקיוס.
שמערל דערמאנט מיך טאקע, עס האט אויסגעקוקט ווי א בחור'ל וואס נעמט דעם ערשטן מאל א קאמפיוטער אין דער האנט און גייט ברענגען (טייל מאל נישט ארבענטע) פילצאליגע יו-טוב לינקס צו מונה,
עס האט אויסגעקוקט ווי א בחור'ל וואס איז געווארן א גרויסע FAN פון MONA און האט באשלאסן צו שיסן הודעות אן א שיעור, אין יעדע הודעה נאך איין לינק צו א קליפ....
בנוסף וואס - ווי געשריבן - עס איז געווען פול מיט מיסטעיקס דא און דארט, הגם איך געדענק שוין נישט וואס מיין טשעפע איז געווען, איז עס געווען ערגעץ וואס דו האסט געמאכט א זיסע מיסטעיק און כ'האב מיך צוגעכאפט דערצו...
כאמור לעיל, אין זה דרכי, אדרבה איך באגריס געווענליך זייער העפליך די נייע געסט, עס איז דעמאלס געווען געווען כשגגה היוצא מפי השמעק, וכבר שאלתי מחילה, און לאמיר טאקע נעמען א מוסר השכל אויפצונעמען שיין נייע ניקס.
איך למשל האב גיעפענט א אשכול וואס די די טאפיק איז געווען ״וואס פאר א מאכל קאכט איר אויף שבת אליין אין פארוואס פונקט די מאכל״ ס׳נאך נישט דא אזא אשכול. ס׳האט אנגעהויבען צו באקומען נארמאלע תגובות איז געקומען איינע פון די חכמים וואס האבען ליב צו רודפ׳ן נייע ניקס אין פארמעקט. בין איך געווען זיכער אז ס׳א טעות האב איך ווידער גיעפענט אזא אשכול. האט מען עס פארשלאסן. אלעס פאר די חטא פון זיין ״עפעס א נייע ניק״ איך האב אנגעפרעגט און אישי פון מער ווי 20 חברים דא צו זיי האלטען אז ס׳געווען עפעס ראנג מיט די אשכול. 99 % האבען געזאגט אז ס׳נישט געווען קיין יושר דאס צו פארשפארן. דאס איז נאר איינע פון די דוגמאות וואס איך קען אייך געבען פון רדיפות וואס א נייע ניק גייט אריבער דא. כ׳האב געשריבען צום חכם מיט טענות, האט ער גיענטפערט ״קענסט גיין״.
אין וועלעכער קאלום האסטו עס געעפנט? אזא אשכול קוקט מיר גראדע אויס צו פרויעריש און יענטיש, און פאר די מענערישע קעפ דא אין ק"ש קוקט עס אויס חסרות טעם צו רעדן פון ווירטשאפט. אבער אפשר מיט די צייט וועט זיך דא אנטוויקלען א פארעם מיוחד לעניני אכילה. אז מען קומט צום טעם קען עס זיין אן אינטרעסאנטער נושא.
איך דערמאן זיך ווי מען האט זיך אינזדעקעוועט אויף דעם אשכול "האסטו ליב דיין טאטע" פון דאכט זיך שמעקעדיג אדער קאווע טרינקער, כאטש עס האט זיך נישט געהאנדלט פון א נייער ניק.
moshav zekeinimדי קעניג פין אמעריקעסאשי פישכוכבווער רודפט?
קיינער.
א נייע ניק מיינט אז וויבאלד ער איז ניי קען ער טון וואס ער וויל ווייל ער איז דאך ניי!!
וואס הייסט 'קיינער' פון וואנעט ווייסטו וואס עס טוט זיך ביי יענעם אין אישי?
מען דארף נישט צו קומען צו קיין אישי, זאלן נאר קומען די מלקטים און זאלן אהער צוטירן די טשעפערייען אין די פאבליק הודעות וועט מען זעען וואס דא טוט זיך.
מושב זקנים: אז דו ביסט טאקע אזא ערנסטער מענטש און דו האלטסט טאקע ערנסט אז "מע" טשעפעט דא נייע אדער אלטע ניקס, מוז איך שטארק מחולק זיין מיט דיר. אני הקטן בין שוין דא אין קאווע שטיבל פון אנהייב זומער 2012. און איך זעה נישט אז מ'זאלל ערנסט טשעפען אדער זיך פארלייגן אויף א מענטש. נישט אויף א צווייטן און כש"כ אויף מיר. יא. ס'טרעפט זיך אמאל איין אדער צוויי ניקס וועלכע וועלן אריינפליקן א שטעך ווערטל דא און דארט. אבער מ'טאר נישט זיין אזוי סענסיטיוו אז מ'זאלל זיך באליידיגן און אויפהערן שרייבן צוליעב דעם. א מענטש מעג האבן חילוקי דיעות מיט א צווייטן. און א יעדער קען אויסדרוקן זיין מיינונג...!
ווייסט אויס אז דו ביסט נישט קיין סענסעטיווער מענטש, אדער האלסטו בשיטא אז מען דארף נישט זיין סענסעטיוו נישט נאר פון טשעפעס נאר ביי אנדערע זאכן אויך נישט. כמאמר הבעל העגלה במקום אחר לירא שמים@ און טאקע מיט א שארפקייט (לאמיר עס נישט אנרופן טשעפע):
"איך בין נישט קיין פוסק. נאר א פשוט'ער בעל עגלה. אבער איך ווייס איין זאך. ווער ס'באקומט הירהורים רעים פון זעהן א פוס פון א פרוי, דארף ענדערש גיין אויף טעראפי אדער קיין אווענעלל, ניו דזשערסי. ווי איידער איבערדרייען דעם שולחן ערוך...!
moshav zekeinimאין וועלעכער קאלום האסטו עס געעפנט? אזא אשכול קוקט מיר גראדע אויס צו פרויעריש און יענטיש, און פאר די מענערישע קעפ דא אין ק"ש קוקט עס אויס חסרות טעם צו רעדן פון ווירטשאפט. אבער אפשר מיט די צייט וועט זיך דא אנטוויקלען א פארעם מיוחד לעניני אכילה. אז מען קומט צום טעם קען עס זיין אן אינטרעסאנטער נושא.
I respect your opinion . but it is different than most people a asked privately.and also even someone posts here something wrong there is a way to explain nicely. again its not a MUST to be nice. its not illegal to be nasty. just some people will stop writing if u r nasty to them.
sorry for writing in english im not in front of my computer.
moshav zekeinimווייסט אויס אז דו ביסט נישט קיין סענסעטיווער מענטש, אדער האלסטו בשיטא אז מען דארף נישט זיין סענסעטיוו נישט נאר פון טשעפעס נאר ביי אנדערע זאכן אויך נישט. כמאמר הבעל העגלה במקום אחר לירא שמים@ און טאקע מיט א שארפקייט (לאמיר עס נישט אנרופן טשעפע):
"איך בין נישט קיין פוסק. נאר א פשוט'ער בעל עגלה. אבער איך ווייס איין זאך. ווער ס'באקומט הירהורים רעים פון זעהן א פוס פון א פרוי, דארף ענדערש גיין אויף טעראפי אדער קיין אווענעלל, ניו דזשערסי. ווי איידער איבערדרייען דעם שולחן ערוך...!
ר' מושב זקנים: דו ציטירסט מיין "וויצליכן" תגובה איבער דעם פתיחת האשכול. אדרבה. זאג דו מיר אליין וואו איז דא א רמז פון טשעפען אין מיין ענטפער. איך האב דא נאר אויסגעדרוקט מיין אייגענע מיינונג אזוי ווי איך זעה עס. איך האב דא קיינעם נישט פערזענליך אטאקירט אדער ג'חוזק'ט...! איך בין זיכער אז דער ירא שמים האט אויפגענומען מיין ענטפער מיט א שמייכל... 😂 🙄
גראדע גלייך איך דעם אשכול...
בעלעגאלע: וואס זאל איך טון אז איך בין א תמים. און לויט דיר אז איך האב נישט גוט פארשטאנען דיין תגובה בין איך נישט קאמפאטענט צו זאגן א מיינונג איבער א טשעפע ווייל עס קען גאר זיין א פריינדליכער קלאפ אין די פלייצע נאר איך פארשטיי דאס נישט, (און באמת קען איך שוין אויף גארנישט וויסן צו דו מיינסט עס ערנסט צו נישט). אבער איין זאך קען איך יא קאמענטירן, אז אזוי ווי איך האב נישט פארשטאנען אז עס איז א ווערטל איז דאך יתכן אז אויך אנדערע נעמען עס אן ערנסט און קענען נפגע ווערן דערפון, דעריבער איז כאטש נויטיג צו ענדיגן מיט א just kidding אדער "איך מאך א ווערטל".
berlbalagulehmoshav zekeinimווייסט אויס אז דו ביסט נישט קיין סענסעטיווער מענטש, אדער האלסטו בשיטא אז מען דארף נישט זיין סענסעטיוו נישט נאר פון טשעפעס נאר ביי אנדערע זאכן אויך נישט. כמאמר הבעל העגלה במקום אחר לירא שמים@ און טאקע מיט א שארפקייט (לאמיר עס נישט אנרופן טשעפע):
"איך בין נישט קיין פוסק. נאר א פשוט'ער בעל עגלה. אבער איך ווייס איין זאך. ווער ס'באקומט הירהורים רעים פון זעהן א פוס פון א פרוי, דארף ענדערש גיין אויף טעראפי אדער קיין אווענעלל, ניו דזשערסי. ווי איידער איבערדרייען דעם שולחן ערוך...!
ר' מושב זקנים: דו ציטירסט מיין "וויצליכן" תגובה איבער דעם פתיחת האשכול. אדרבה. זאג דו מיר אליין וואו איז דא א רמז פון טשעפען אין מיין ענטפער. איך האב דא נאר אויסגעדרוקט מיין אייגענע מיינונג אזוי ווי איך זעה עס. איך האב דא קיינעם נישט פערזענליך אטאקירט אדער ג'חוזק'ט...! איך בין זיכער אז דער ירא שמים האט אויפגענומען מיין ענטפער מיט א שמייכל... 😂 🙄
in that eshcol there was some other nasty stuff going on there & the manahel erased it.
Re: וויפיל פראצענט פון שלום עליכם אשכול בלייבן דא?
איך בין שוין דא פון אנהייב איך האב געהאט די זכי׳ צו זיין די 200טסטע שרייבער, און איך געדענק נישט צו באקומען פליקעס פון איינעם דא, און בערלס קאמענטאר וואס דו ברענגסט דא צו, האב איך אפגעליינט אלס חוות דעתו אויף א הומאריסטישן שרייב, ובכלל נישט געזעהן אין דעם א בייסיגקייט אדער טשעפע.
גערעכט טאקע איך פיר זיך געווענליך צו ענדיגן מיינע דזשאוקס מיט א דזשאסט קידינג, ספעציעל אויב איך האב א הו״א אז יענער גייט עס אננעמען פאר א טשעפע.
גם אני מצטרף פון אנהויב ועד עתה, האב איך קיינמאל נישט געפילט דחוי אדער עפעס מעין זה, פארקערט מען האט מיר אויפגענומען בזרועות פתוחות, ועד עתה כן הוא.
@moshav zekeinim יא, מקען אמאל זעהן א טשעפע דא א פליק דארט, אבער איך פארשטיי נישט וואס דיר באדערט?
וואס איז קאווע שטיבל, מקומט אונטערן שלייער פון אנאנימקייט, מבאהאלט זיך אונטער א ניק, און מגיסט אויס אלס וואס ליגט אויפן מאגן, אנע נעמען קיין פאראנטווארנטליכקייט וואס סקומט ארויס פונעם קיבאורד, און אנע געבן דין וחשבון וואס מזאגט, ווען מזאגט, וויזוי מזאגט, פארוועם מזאגט, וויפיל מזאגט, און צו סאיז אויסגעהאלטן וואס מזאגט, און סוף טאג גייט מען זיך אהיים, איך קען דיר נישט דו קענסט מיר נישט און פארטיג!
נו פארשטייט זיך סקען אריינפאלן אפענסיווע גערעדאכטס, סהערשט א פרייהייט און אפענקייט, אן דעם וואס מזאל זיך דארפן אידענטיפיצירן מיט וואס מזאגט, נו וויזוי אין די וועלט נעמט איינער צום הארצן וואס מזאגט דא, אזש סזאל אים פערזענליך באדערן און ווייטאן? איך פארשטיי עס אינגענצען נישט.
רבותי, סאיז ראנג! די רגע וואס מווערט עמאשענעלי עטעטשעד צום ניק פארלירט עס די גאנצע תכלית! פאר דעי געלט זאל זיך יעדער איינשרייבן מיט זייער עכטע נאמען!
אדער אפשר גאר איז דאס טאקע נאך איינע פון די מעלות אז מקען אנאנימערהייט זיך אויסרעדן אז מווערט געטשעפעט??
גוטע שרייבערס איז נישט קיין חכמה אויפצונעמען שיין. אפאר טאפ שרייבערס זענען מגיב אז מ׳האט זיי קיינמאל נישט געטשעפעט. וואס איז מיט די בינונים אדער שוואנגערט שרייבערס וואס מ׳פארטרייבט? זיי זענען אפי׳ מער נישט דא צו מגיב זיין אין די אשכול.
וכדומה..@moshav zekeinim יא, מקען אמאל זעהן א טשעפע דא א פליק דארט, אבער איך פארשטיי נישט וואס דיר באדערט?
וואס איז קאווע שטיבל, מקומט אונטערן שלייער פון אנאנימקייט, מבאהאלט זיך אונטער א ניק, און מגיסט אויס אלס וואס ליגט אויפן מאגן, אנע נעמען קיין פאראנטווארנטליכקייט וואס סקומט ארויס פונעם קיבאורד, און אנע געבן דין וחשבון וואס מזאגט, ווען מזאגט, וויזוי מזאגט, פארוועם מזאגט, וויפיל מזאגט, און צו סאיז אויסגעהאלטן וואס מזאגט, און סוף טאג גייט מען זיך אהיים, איך קען דיר נישט דו קענסט מיר נישט און פארטיג!
נו פארשטייט זיך סקען אריינפאלן אפענסיווע גערעדאכטס, סהערשט א פרייהייט און אפענקייט, אן דעם וואס מזאל זיך דארפן אידענטיפיצירן מיט וואס מזאגט, נו וויזוי אין די וועלט נעמט איינער צום הארצן וואס מזאגט דא, אזש סזאל אים פערזענליך באדערן און ווייטאן? איך פארשטיי עס אינגענצען נישט.
רבותי, סאיז ראנג! די רגע וואס מווערט עמאשענעלי עטעטשעד צום ניק פארלירט עס די גאנצע תכלית! פאר דעי געלט זאל זיך יעדער איינשרייבן מיט זייער עכטע נאמען!
איך רעד נישט פין א טשעפע דא אדער א טשעפע דארט. איך האב אייך נעכטען געגעבען א עקזעמפעל ווי א אשכול איז געווארען פארשלאסן נאר ווייל א נייע ניק האט עס געעפענט.
אדער אפשר גאר איז דאס טאקע נאך איינע פון די מעלות אז מקען אנאנימערהייט זיך אויסרעדן אז מווערט געטשעפעט??
ביטע לייגט נישט אריין אייערע ווערטער אין א קוואוט פון מיר אן אנצייכענען וואס אייערע ווערטער זענען, שכח.