☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אפשר איז שוין צייט פאר קאווע שטיבל צו נעמען א סטאטוס?!

אפשר איז שוין צייט פאר קאווע שטיבל צו נעמען א סטאטוס?!

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9255

moshav zekeinim » דינסטאג יולי 7, 2015 10:26 pm

· #287881
אפשר איז שוין צייט פאר קאווע שטיבל צו נעמען א סטאטוס?!
קאווע שטיבל האט זיך גענומען א מהלך, אז זיי זענען נאטראל, דא קען מען שרייבן סיי מיט די גאנצע משכילישע ברייטקייט באדערליין אמונה, און סיי מיט די פארפרומסטע כאראקטער. קאווע שטיבל איז נייס.

מיין שאלה איז נאר, פארוואס זאל קאווע שטיבל געבן א מכובד'דיגער פלאטפארם פאר די נאכשלעפער פונעם סיסטעם וואו אויסצורומען זייערע מנהיגים ורבנהם, בעת זיי האבן דיך פיינט און שפייען דיר אויס, פארן בלויזן חטא פון זיין וואס דו ביסט און פארן אקצעפטירן אנדערע שטרעמונגען וואס איז נישט לרוחם. פארוואס מאכן אזא שיין נאטראלער פנים צו זיי ווען זיי זענען מוכן דיר צן צורייסן לעבעדיגערהייט?!

און אגב, האבן די סיסטעם נאכשווענצלער נישט גענוג פלאטפארמעס וואו צו שרייבן זייערע אנשויאונגען אז זיי דארפן קומען אין קאווע שטיבל שרייבן. איז נישטא גענוג וואו אויסצורימען דעם סאטמאר רב און הרב קאניעבסקי'ן נאר און קאווע שטיבל?!

מיט די גאנצע רעספערט פארן זיך וועלן האלטן נאטראל און אביעקטיוו, אבער זיין נייס און אויפריכטוג האט אויך א שיעור. לדעתי דארף קאווע שטיבל נעמען א סטאטוס. כאראקטערס און שיטות וואס שפייען דיר אויס, דארף נישט דא אריין געלאזט ווערן.

כמאמר החכם: "אז מען ווארפט דיר ארויס, בוי דיר אן אייגענער הויז"

יואב » דינסטאג יולי 7, 2015 11:08 pm

· #287899
Re: אפשר איז שוין צייט פאר קאווע שטיבל צו נעמען א סטאטוס?!
 
נאוי פריקען וועי!

אט טאקע דאס איז די שיינקייט פון קאווע שטיבל. א ווירטואלע געזעלשאפט וואס לאזט שווימען איבער אירע גרעניצן יעדעס באשעפעניש וואס קען דעם פרוכט וועלכן מ'נוצט פאר די ד' מינים.( אויך פאר א סיבה) יעדער חוץ א טראלל, פון נטורי קרתא ביז גענצליכע כופרים און יעדער קאטעגאריע אדער דוקא נישט קאטעגאריע אינדערמיט.


חוץ מזה מיין איך אז פון צווישן די קלענסטע פראבלעמען פון אונזער סיסטעם איז דאס באשרייבן אין א פאזאטיווער ליכט דעם סאטמערער רבי אדער רב קנייבסקי.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

ליפא » דינסטאג יולי 7, 2015 11:29 pm

· #287914
ביז גענצליכע כופרים?

פון א ווארט צום צום נייעם מעמבער

א דריטער פאל איז א זאך וואס האט נישט קיין פלאץ אין א חרדי'שן פארום‚ ווי כפירה און ניבול-פה. אין אזא פאל וועט די הודעה געמעקט ווערן במוקדם האפשרי.

יואב » דינסטאג יולי 7, 2015 11:37 pm

· #287916
Re: אפשר איז שוין צייט פאר קאווע שטיבל צו נעמען א סטאטוס?!
ליפא
ביז גענצליכע כופרים?

פון א ווארט צום צום נייעם מעמבער

א דריטער פאל איז א זאך וואס האט נישט קיין פלאץ אין א חרדי'שן פארום‚ ווי כפירה און ניבול-פה. אין אזא פאל וועט די הודעה געמעקט ווערן במוקדם האפשרי.

שטייט נישט קיין ווארט אז כופרים זענען נישט ערלויבט צו שרייבן. שטייט מ'טאר נישט שרייבן כפירה, גענוי ווי מ'טאר נישט שרייבן קיין ניבול פה. איך וואלט געזאגט אז ס'איז נאך דא אזויפיל וואס ליגן אין טינופת ווי אין כפירה.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

יואב » דינסטאג יולי 7, 2015 11:38 pm

· #287917
Re: אפשר איז שוין צייט פאר קאווע שטיבל צו נעמען א סטאטוס?!
כפול

ליפא » דינסטאג יולי 7, 2015 11:53 pm

· #287927
אקעי אבער אויב כופרים שרייבן נישט כפירה וואס דעמאלטס פעלט אויס צו נוצן דעם טערם? א כופר וואס שרייבט ווי א איד לאז עס זיין מיט א גוטן טעם, אלא מאי...

וכדומה.. » דינסטאג יולי 7, 2015 11:58 pm

· #287928
יא, מיר איבלט אויך דעי לעצטיגע אויפרייס אין אנשי שם אשכולות,
נו מוז איך מיר באנוצן מיטן 'צייכן אן פארומס אלס געליינט' קנעפל...

moshav zekeinim » זונטאג יולי 26, 2015 6:06 am

· #291714
וועלעכע סארט אשכולות אין אנשי שם איבלט דיר?