☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » האדמור רבי יעקב מסערעט

האדמור רבי יעקב מסערעט

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9253

שמואל פרימו » דינסטאג יולי 7, 2015 8:31 pm

· #287818
האדמור רבי יעקב מסערעט
עפענען מיר אצינד אן אשכול, איבער די תולדות און היסטאריע פון ר' יעקב מסערעט שליט"א. ווי באקאנט איז ער אן איינציגער זוהן פון זיין פאטער זצוק"ל און האט אצינד איבערגענומען די מלוכה. ער הייסט צו זיין א חשוב'ער איד, הגם ביי די לעצטע מחלוקת האט ער זיך אביסל פארפאטשקעט.

ווער קען איבערגעבן מער פרטים איבער אים?

בן אדם » דינסטאג יולי 7, 2015 8:37 pm

· #287823
ער היסט נישט ברוך, נאר יענקל. און מ'זאגט אז ער איז זייער אן איידעלער.

שמואל פרימו » דינסטאג יולי 7, 2015 8:39 pm

· #287825
שכוח, שוין פארראכטן.

דולה ומשקה » דינסטאג יולי 7, 2015 8:49 pm

· #287830
בן אדם
און מ'זאגט אז ער איז זייער אן איידעלער.


אה, אויף די בילדער זעהט מען אז ער איז איידעל... גאר א חשוב'ער מקור.
א סערעט'ער חסיד אליינס האט מיר אויך געזאגט אז ער איז זייער איידל, טיילט צדקה, העלפט ארויס וועם אימער...
הה"ד בלא בלא בלא

איין זאך איז זיכער, אז ער איז דער נעקסטע צו שטיין מיטן אחור צום כותל מיט א באמאכטע פנים כאילו ער איז זיך מצער אויף גלות השכינה.

בן אדם » דינסטאג יולי 7, 2015 8:54 pm

· #287832
דולה, איך מיין אז דערווייל ביזטו זיין ערשטער מתנגד, אבער דו האסט אנגעפאנגען די פייט...

אהבת ישראל » דינסטאג יולי 7, 2015 8:58 pm

· #287835
שמואל פרימו
עפענען מיר אצינד אן אשכול, איבער די תולדות און היסטאריע פון ר' יעקב מסערעט שליט"א. ווי באקאנט איז ער אן איינציגער זוהן פון זיין פאטער זצוק"ל און האט אצינד איבערגענומען די מלוכה. ער הייסט צו זיין א חשוב'ער איד, הגם ביי די לעצטע מחלוקת האט ער זיך אביסל פארפאטשקעט.

ווער קען איבערגעבן מער פרטים איבער אים?

כיוון שעלה לגדולה מוחלין לו על כל עוונותיו . אפילו אויב דיין לעצטע סטעטמענט וואלט געווען אמת !!!
געב אים א טשענס לאמיר זען וואס גייט געשען אין די נאנטע חדשים
ער איז בעצם א פיינער מענטש וואס איז ארוםגענומען נחשים ועקרבים אויבי איש אנשי ביתו !!!! לאמיר האפען אז זיי וועלען נאכלאזען פין דע מחלוקת וייל אין יותר סיבה למחלוקת ער נעמט איבער די גאנצע רעביסטעווע מיט א לענסס לייט

שלמה המלך » מיטוואך יולי 8, 2015 12:39 am

· #287954
דולה ומשקה
איין זאך איז זיכער, אז ער איז דער נעקסטע צו שטיין מיטן אחור צום כותל מיט א באמאכטע פנים כאילו ער איז זיך מצער אויף גלות השכינה.

אמת.... עס וואלט געוועהן אסאך חשוב'ער ווען ער שטייט ווען מיט'ן אחור צי דיר און איז פוער כדבעי און מיט א שמייכעל אויפן פנים!

פלעין יודיש » מיטוואך יולי 8, 2015 7:38 am

· #288035
כ'האב אזא פילינג אז דעי אשכול איז העדינג "צימעס".