☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בד''ה כ"ק האדמור מסערט ויזניץ זצ''ל

בד''ה כ"ק האדמור מסערט ויזניץ זצ''ל

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9248

לבלר » דינסטאג יולי 7, 2015 1:15 pm

· #287614
בד''ה כ"ק האדמור מסערט ויזניץ זצ''ל
ניצחו אראלים את המצוקים ברוך דיין האמת כ"ק האדמור מסערט ויזניץ עלה נשמתו השמימה

שבת אחים » דינסטאג יולי 7, 2015 1:19 pm

· #287616
ער איז קראנק געוועהן? פלוצלונג?

ציבעלע-קיגל » דינסטאג יולי 7, 2015 1:22 pm

· #287617
בד''ה

לבלר » דינסטאג יולי 7, 2015 1:25 pm

· #287619
Re: בד''ה כ"ק האדמור מסערט ויזניץ זצ''ל
ער האט געהאט א הארץ קאמפליקעשן.
האדמו”ר מסערט ויז’ניץ הרב אליעזר הגר זצוק”ל,
📎 uploadfromtaptalk1436289845208.jpg

שבת אחים » דינסטאג יולי 7, 2015 1:27 pm

· #287622
איך בין אפאר מאל געוועהן ביי אים אויף שבת אלץ בחור און איך האב באמת הנאה געהאט פון אים, אמתדיגע ווארימע וויזניצע טישן (אזוי ווי די אמאלדיגע וויזניץ אינדערהעים) מיט א חן, ער איז געוועהן גאנץ א קלוגער מענטש מיט א ווייך הארץ ווי פּיטער, ער איז באמת געוועהן א ליבליכע נארמאלע מענטש א רודף שלום וע״כ א gentleman .

יהי זכרו ברוך

ראש הישיבה » דינסטאג יולי 7, 2015 2:07 pm

· #287640
עטליכע שטריכן:

ער האט איבערגענומען די הנהגה אין א צייט און מצב וואס יעדער האט געמיינט אז די חסידות וועט אונטערגיין צוליב זיין עבר. ער איז געפארן פאר כמעט א יאר קיין יוראפ ווי ער האט זיך אריענטירט. ווען ער איז צוריק געקומען האט ער איבערגענומען די זאך על מי מנוחות און געפירט די עדה ברוב פאר והדר. די חסידות איז זיך ציוואקסן צו אן אימפעריא. זיין הנהגה איז געווען מיט איידלקייט און שלום.

ער איז געווען אן אריסטראקראטישע מענטש. ווען עס האט נאר אמאל מיטגעהאלטן א טיש אדער אן אנדערע פונקציע ביי אים האט געזעהן א מראה פון א מלך ישראל. בפרט ווער עס האט אים געזעהן טאנצן ביי א חתונה, אשרי עין ראתה.

כאטש זיין אינגערע ברודער רבי משה ע"ה דער ראש הישיבה איז געווען מער א חשובע פערזענליכקייט זענען די צוויי זיך גאר שטארק אדורך געקומען. די כבוד וואס איינער האט געוויזן פאר די צווייטע איז געווען צום באוואנדערונג.

עס איז באקאנט דעם שבת פרשת בא וואס ער האט איינגעפירט אין זיין חסידות וואס יעדער האט געהאלטן א תענית דיבור. די גאנצע ארץ ישראל'דיגע עולם איז געפארן קיין חיפה אויף שבת, ווי מען האט נישט געהערט קיין ווארט ארויסרעדן גאנץ שבת.

עס איז דא אסאך וואס צו שרייבן וועגן אים. איין זאך וואס מען קען ארויסברענגן אז כל ימיו וואס ער איז געווען רבי האט ער נישט געפירט קיין מחלוקת מיט קיינעם נישט.

זי"ע

moshav zekeinim » דינסטאג יולי 7, 2015 2:11 pm

· #287644
סערעט, איז אין מיין דמיון דער באבוב פון ארץ ישראל.

איך האב נישט געקענט פערזענליך דעם סערעטער רבי, אבער פון די פאר חסידים זיינע וועם איך קען פערזענליך, און פון וויפיל איך האב געהערט אויף אים, האט מיר גורם געווען א טרער ווען איך האב געהערט אז אזא מנהיג איז אוועק.

ראש הישיבה » דינסטאג יולי 7, 2015 2:13 pm

· #287645
moshav zekeinim
סערעט, איז אין מיין דמיון דער באבוב פון ארץ ישראל.

איך האב נישט דעקענט פערזענליך דעם סערעטער רבי, אבער פון די פאר חסידים זיינע וועם איך קען פערזענליך, און פון וויפיל איך האב געהערט אויף אים, האט מיר גורם געווען א טרער ווען איך האב געהערט אז אזא מנהיג איז אוועק.

פון די פאר מאל וואס איך האב געזען די ביידע גדולים האב איך געהאלטן אז די צוויי זענען גלייך מיט דריי זאכן. 1 זיי זענען ביידע געווען אריסטראקראטיש. 2 זיי זענען ביידע געווען אויסגעצייכנט אין מדת השלום. 3 זיי האבן ביידע אוי]געבויט מלוכות מיט שווייס און בלוט.

גנדי » דינסטאג יולי 7, 2015 2:21 pm

· #287647
ראש הישיבה
עטליכע שטריכן:


כאטש זיין אינגערע ברודער רבי משה ע"ה דער ראש הישיבה איז געווען מער א חשובע פערזענליכקייט זענען די צוויי זיך גאר שטארק אדורך געקומען. די כבוד וואס איינער האט געוויזן פאר די צווייטע איז געווען צום באוואנדערונג.



ווער איז געווען די בכור? איז נישט זיין ברודער געווען עלטער?

קויפער » דינסטאג יולי 7, 2015 2:24 pm

· #287650
ער איז געווען א בוגר פון צה״ל און האט געקעמפט פאר די מדינה אין די יונגע יארן.

״דו"צ; יום ג' 07/07/2015 דובר צה"ל מודיע בצער רב על פטירתו של סרן במיל. האדמו"ר אליעזר הגר ז"ל שהיה ממפקדי חטיבת כרמל בשנותיה הראשונות של המדינה ולחם בעוז בכיבוש חיפה והגליל. האדמו"ר התגורר בחיפה והשאיר אחריו בן ובנות ואלפי חסידים ומעריצים. יהי זכרו ברוך.״

לבלר » דינסטאג יולי 7, 2015 2:24 pm

· #287651
Re: בד''ה כ"ק האדמור מסערט ויזניץ זצ''ל
דו"צ;
יום ג' 07/07/2015

דובר צה"ל מודיע בצער רב על פטירתו של סרן במיל. האדמו"ר אליעזר הגר ז"ל שהיה ממפקדי חטיבת כרמל בשנותיה הראשונות של המדינה ולחם בעוז בכיבוש חיפה והגליל.
האדמו"ר התגורר בחיפה והשאיר אחריו בן ובנות ואלפי חסידים ומעריצים.
יהי זכרו ברוך.
📎 uploadfromtaptalk1436293468709.jpg

קאך_לעפל » דינסטאג יולי 7, 2015 2:46 pm

· #287661
שוין אבי מען זאגט אז ער האט נישט אויפגעטאן פאר אידישקייט.

אלענפאלס ווי אזוי עס זאל נאר נישט זיין, ער איז געווען א רבי פון הינדרעטער אידן...זאל זיין נשמה רוהן אין לעכטיגען גן עדן, אינטער די שאטן פון הייליגע שכינה. און די מצוקים וואס האבן אזוי ביטער פארלוירן צו די אראלים, ואס דאס איז געווען דער גורם אז ונשבא ארון הקודש, זאלן שלום מאכן מיטן מצב, אז איצט איינמאל האבן די אראלים געווינען, און אזאנע פארמעסטן זאלן מער נישט פארקומען...

דולה ומשקה » דינסטאג יולי 7, 2015 3:00 pm

· #287665
עם שני חתניו
סרט ויזניץ עם חתניו.png

דולה ומשקה » דינסטאג יולי 7, 2015 3:06 pm

· #287667
א זיס בילד
סרט ויזניץ על כסא נוח.jpg

דולה ומשקה » דינסטאג יולי 7, 2015 3:11 pm

· #287669
ביי א היסטורישע מאמענט מיט אוהר אייניקלעך
sisj8t4k.jpg

ראש הישיבה » דינסטאג יולי 7, 2015 5:16 pm

· #287746
גנדי
ראש הישיבה
עטליכע שטריכן:


כאטש זיין אינגערע ברודער רבי משה ע"ה דער ראש הישיבה איז געווען מער א חשובע פערזענליכקייט זענען די צוויי זיך גאר שטארק אדורך געקומען. די כבוד וואס איינער האט געוויזן פאר די צווייטע איז געווען צום באוואנדערונג.



ווער איז געווען די בכור? איז נישט זיין ברודער געווען עלטער?


ניין ער איז געווען עלטער, אבער נישט די בכור. עס דאכט אז ער האט פארלוירן עטליכע געשוויסטער ביי די מלחמה. זיין אינגערע ברודער האט געהייסן מער לייט פאר דער רבי איז געווארן רבי. אבער דערנאך האט מען שוין געזעהן אז דער רבי האט אויפגעטוהן גדולות ונצורות.

נאך אלעם איז א פלא וויאזוי די צוויי ברודער זענען זיך שיין אדורך געקומען. אלע מאל האט די רבי אכטונג געגעבן אויף די כבוד פון די ברודער. לעומת זה די ברודער האט זך אינגאנצן מבטל געוועהן פאר די רבי.

לבלר » דינסטאג יולי 7, 2015 5:27 pm

· #287757
Re: בד''ה כ"ק האדמור מסערט ויזניץ זצ''ל
ווייסט איינער איוב שפיוטץ די סא קאללאד סעלף איופיונטיד סערט ויזניץ רב פין בארא פארק צי די לוויה?
📎 uploadfromtaptalk1436304339876.jpg

ראש הישיבה » דינסטאג יולי 7, 2015 5:33 pm

· #287762
או לעינים שכך רואות!!! 😲 😞

אהבת ישראל » דינסטאג יולי 7, 2015 8:25 pm

· #287815
מסתמא יא מען ווארט אויף די קינדער זיי זענען געווען אויסלאנד...סאיז געשען פלוצים פין איין מינוט אויף אנדערען....אגב לויטען זלזול אויף שפיץ אין דיינע ווערטער זע איך אז די רייבט דיך שוין דע הענט פאר א שמאלציגע מחלוקה ???
חבל על הזמן שלך . דע סתימת הגולל אויף דעם צדיק זצ"ל גייט מאכען א טאטעל ענד צי די מחלוקת אלעס בלייבט ביים בן יחיד דער ממלא מקום אין דע איידעמער גייען זיך מאכען שבת פאר זיך ...אפשר הרב שפיץ וועט הייסען סערעט 45

דולה ומשקה » דינסטאג יולי 7, 2015 8:36 pm

· #287822
אהבת ישראל
מסתמא יא מען ווארט אויף די קינדער זיי זענען געווען אויסלאנד...סאיז געשען פלוצים פין איין מינוט אויף אנדערען....אגב לויטען זלזול אויף שפיץ אין דיינע ווערטער זע איך אז די רייבט דיך שוין דע הענט פאר א שמאלציגע מחלוקה ???
חבל על הזמן שלך . דע סתימת הגולל אויף דעם צדיק זצ"ל גייט מאכען א טאטעל ענד צי די מחלוקת אלעס בלייבט ביים בן יחיד דער ממלא מקום אין דע איידעמער גייען זיך מאכען שבת פאר זיך ...אפשר הרב שפיץ וועט הייסען סערעט 45


דאכציך זיין בית מדרש איז אויף 14
דער מ"מ איז אויף 13

כך נראה לי

לבלר » דינסטאג יולי 7, 2015 8:45 pm

· #287827
Re: בד''ה כ"ק האדמור מסערט ויזניץ זצ''ל
שפיטץ האט זיין בית מדרש איוף 14 bet 47&46
יענקל'ס אין איוף 13 bet 48&49

chusid » דינסטאג יולי 7, 2015 10:24 pm

· #287880
וואס עפעס איז ער געווען אין צה"ל?

לבלר » דינסטאג יולי 7, 2015 11:15 pm

· #287905
Re: בד''ה כ"ק האדמור מסערט ויזניץ זצ''ל
chusid
וואס עפעס איז ער געווען אין צה"ל?

די קשיא איז נישט איוף אים, די קשיא איז פארוואס האט ער נישט געשיקט זיין זין אין צה"ל.

אוהב ספרים » דינסטאג יולי 7, 2015 11:38 pm

· #287918
[ציטאט אראפגענומען]


ער לעבט שוין לאנג נישט, סוף ימיו האב איך איהם געזעהן מיט א שטריימל

הדד בן בדד » מיטוואך יולי 8, 2015 1:20 am

· #287965
לבלר
ווייסט איינער איוב שפיוטץ די סא קאללאד סעלף איופיונטיד סערט ויזניץ רב פין בארא פארק צי די לוויה?
📎 IMG-20150707-WA0014.jpg



לבלר, וואס עפעס סעלף אפוינטעד. הכל מודים אז דער שווער האט אים געמאכט פאר רב, און ער האט אים קיינמאל נישט געמאכט אויס רב. ס"ה ווען די בעלי מחלוקה האבן אנגעהויבן הייבן הענט אין זיין בית מדרש האט ער אוועק געוואקט פון די רבנות און א טייל עולם האט מיטגעוואקט, און זיי האבן געעפענט א אייגענעם בית מדרש ווי זיי האבן זייער א שיינעם קהילה.

דעצאל.

ציבעלע-קיגל » מיטוואך יולי 8, 2015 2:22 pm

· #288145
ב"ה עס איז שוין דא א מחלוקת. יעצט איז סערעט וויזניץ פיינעלי געווארען א חסידות. מען שלאגט זיך שוין.

דער פראבלעם איז נאר ווי אזוי גייט מען רופען דער אנדערע ווען מען קאן זיי נישט רופען סערעט 45 .

איך האב אמאהל געהערט פון דער יארמער רב אז עס איז דא יארמע און עס איז שוין דא סערעט יארמע.

איז מיר איינגעפאלען אז יעצט גייט זיין סערעט און סערעט סערעט.

יענע נעבעך עס איז היינט שוין אומעגליך אז עס זאהל זיין שלום ביי רבישע משפחות. מען דארף איינפירן אז רעבנים זאהלען נאר מעגן האבן איין קינד.

זאהל ער האבען א לעכטיגען גן עדן. יהא זכרו ברוך

שושן פורים » מיטוואך יולי 8, 2015 2:42 pm

· #288151
האלט מיט די לוי' לייוwww.jdn.co.il/news/524244

ישמעאל הכהן » מיטוואך יולי 8, 2015 9:36 pm

· #288260
מיט האדמו''ר מסאטמאר שליט''א, דאן אב''ד סאטמאר י''ם.
📎 IMG_20150708_213520.jpg

הדד בן בדד » דאנערשטאג יולי 9, 2015 6:04 am

· #288338
ציבעלע-קיגל
ב"ה עס איז שוין דא א מחלוקת. יעצט איז סערעט וויזניץ פיינעלי געווארען א חסידות. מען שלאגט זיך שוין.

דער פראבלעם איז נאר ווי אזוי גייט מען רופען דער אנדערע ווען מען קאן זיי נישט רופען סערעט 45 .

איך האב אמאהל געהערט פון דער יארמער רב אז עס איז דא יארמע און עס איז שוין דא סערעט יארמע.

איז מיר איינגעפאלען אז יעצט גייט זיין סערעט און סערעט סערעט.

יענע נעבעך עס איז היינט שוין אומעגליך אז עס זאהל זיין שלום ביי רבישע משפחות. מען דארף איינפירן אז רעבנים זאהלען נאר מעגן האבן איין קינד.

זאהל ער האבען א לעכטיגען גן עדן. יהא זכרו ברוך


וואסערע מחלוקת, איך האב גארנישט געהערט דערוועגן. אדרבא, פארצייל.

אוהב ספרים » דאנערשטאג יולי 9, 2015 11:40 am

· #288386
[ציטאט אראפגענומען]


און אויכעט האט ער איבערגעלאזט פרומע קינדער

שבת אחים » דאנערשטאג יולי 9, 2015 12:44 pm

· #288405
[ציטאט אראפגענומען]


דער אהבת ישראל זצוק״ל האט אים ארויסגעווארפן פון וויזניץ אזוי זאגט ר׳ מאטעלע זז״ג, ס׳וואלט מיר געוועהן אינטערסאנט צו וויסן מעהר פרטים איבער אים, מ׳וואלט אפשר געדארפט מאכן א באזונדערע אשכול איבער אים ,איז ער טאקע געוועהן פריי? א מחלל שבת אדער ער האט נאר נישט געוואלט אויפעסען די י״ב חלות איינגעטונקן אין נעגל וואסער?
@אנאנים וואס האט דארט פאסירט???

ירח בן יומו » דאנערשטאג יולי 9, 2015 12:56 pm

· #288411
שבת אחים
אדער ער האט נאר נישט געוואלט אויפעסען די י״ב חלות איינגעטונקן אין נעגל וואסער? 👍
@אנאנים וואס האט דארט פאסירט???

איז טאקע דא אזא ווזניצער מנהג?

מעכל » פרייטאג יולי 10, 2015 5:45 am

· #288615
אביסל סדר. הרה"ק דער "מקור ברוך" האט חתונה געהאט בזיווג ראשון מיט די טאכטער פון מהרי"ד מבעלזא. פון די זיווג איז געבוירען ר' מיכל הגר ז"ל שהי' מכונה בעבר "מיכל חלוץ". בזיווג שני האט דער מקור ברוך חתונה געהאט מיט רעבעצין צירל ע"ה וואס זי האט מיט געברענגט א קינד פון איר ערשטע זיווג ה"ה הגה"צ ר' נפתלי חיים אדלעא זצ"ל וועלכער איז אויפגעוואקסען ביים מקור ברוך און שפעטער געווארען א איידים ביים אמרי חיים. דער מקור ברוך מיט הרבנית מירל האבן צוזאמען געהאוט פיר קינדער לפי מיטב ידיעתי - הרה"ק ר' אליעזר מסערט ויזניץ זצ"ל, הגה"צ ר' משה זצ"ל ראש ישיבת סערט ויזניץ, הרבנית מרים שטערנבוך ע"ה אשת יבדלח"ט ראב"ד אנטווערפען שליט"א זי איז נארוואס אוועק אין חודש אייר, און מאך א קינד וואס איז נעבעך נפטא געווארען אלס קינד נאך בחייו פונ"ם אהבת ישראל. קומט אויס אז די סערעטער רסי זצ"ל וואס איז יעצט נסתלק געווארען האט געהאט פיר ברודערס - אחיו הבכור מצד אביו ר' מיכל האגער ז"ל, אחיו הבכור מצד אמו ר' נפתלי חיים אדלער זצ"ל, אחיו הצעיא ממנו בשנה אחת הרב משה זצ"ל, און דער בדודער וואס איז אוועק אלץ קינד, און איין שוועסטער הרבמית מרים שטערנבוך ע"ה.

שבת אחים » פרייטאג יולי 10, 2015 11:45 am

· #288652
און וואס איז פשט פון די צונאמען ״חלוץ״ ?

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 10, 2015 11:54 am

· #288654
ירח בן יומו
שבת אחים
אדער ער האט נאר נישט געוואלט אויפעסען די י״ב חלות איינגעטונקן אין נעגל וואסער? 👍
@אנאנים וואס האט דארט פאסירט???

איז טאקע דא אזא ווזניצער מנהג?

וואס...? פון ארויסווארפן. אדער איינטונקען די י"ב חלות אין נעגל וואסער...!

הדד בן בדד » פרייטאג יולי 10, 2015 4:43 pm

· #288709
שבת, וואסערע מינע נארישקייטן. ער איז נעבעך געווען א פלעינער מחלל שבת, א פרייער איד (זיין מאמע איז נעבעך אפגעפארן).

מען זאגט אז סוף ימיו האט ער תשובה געטאן און געווען פרום. הלוואי, א איד מיט אזעלכע 2 גרויסע זיידעס, איך האף ער איז טאקע אוועק בתשובה.

פרעגער » פרייטאג יולי 10, 2015 4:58 pm

· #288714
דארף זיין אינטרעסאנט די פרשה מיט מיכל חלוץ. וואלט זיך פארדינט נ'עקסטערע אשכול.

ירא שמים » זונטאג יולי 12, 2015 6:47 pm

· #288909
Re: בד''ה כ"ק האדמור מסערט ויזניץ זצ''ל
הדד בן בדד
שבת, וואסערע מינע נארישקייטן. ער איז נעבעך געווען א פלעינער מחלל שבת, א פרייער איד (זיין מאמע איז נעבעך אפגעפארן).

מען זאגט אז סוף ימיו האט ער תשובה געטאן און געווען פרום. הלוואי, א איד מיט אזעלכע 2 גרויסע זיידעס, איך האף ער איז טאקע אוועק בתשובה.
כהאב מברר געווען אביסל ביי בעלזער חסידים לויט ווי זיי האבן מיר געזאגט איז הענא׳לע ( בת המהרי״ד מבעלזא זוו״ר של המקור ברוך ) קיינמאל נישט אפגעפארן סהאט איר ס״ה געצויגען אויף די וועלט און די זון מעכעלע פלעגט קומען קיין בעלזא און עכ״פ ווען זיי געדענקען האט ער נישט אויסגעזען ווי קיין פרייער איד.

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג יולי 13, 2015 9:08 am

· #288981
ירא שמים
הדד בן בדד
שבת, וואסערע מינע נארישקייטן. ער איז נעבעך געווען א פלעינער מחלל שבת, א פרייער איד (זיין מאמע איז נעבעך אפגעפארן).

מען זאגט אז סוף ימיו האט ער תשובה געטאן און געווען פרום. הלוואי, א איד מיט אזעלכע 2 גרויסע זיידעס, איך האף ער איז טאקע אוועק בתשובה.
כהאב מברר געווען אביסל ביי בעלזער חסידים לויט ווי זיי האבן מיר געזאגט איז הענא׳לע ( בת המהרי״ד מבעלזא זוו״ר של המקור ברוך ) קיינמאל נישט אפגעפארן סהאט איר ס״ה געצויגען אויף די וועלט און די זון מעכעלע פלעגט קומען קיין בעלזא און עכ״פ ווען זיי געדענקען האט ער נישט אויסגעזען ווי קיין פרייער איד.


פרעג דיך נאך אביסלע בעסער וועסטו הערן נאך זאכן.........

ירא שמים » מאנטאג יולי 13, 2015 10:52 am

· #288997
Re: בד''ה כ"ק האדמור מסערט ויזניץ זצ''ל
נו כפרעג זיך נאך ביי דיר לאמיר הערן וואס דו וייסט.

געוואלדיג » מיטוואך יולי 15, 2015 9:44 am

· #289490
דא האט אנאנים ארויף געלייגט א ווידיאו ווי מען זעהט אויך מיכל חלוץ, אינטרעסאנט צו קוקן.

דולה ומשקה » דאנערשטאג יולי 16, 2015 12:56 pm

· #289691
פארוואס טאקע?
שאלות לעיתונות החרדית.jpg

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יולי 16, 2015 1:11 pm

· #289693
אין משפחה איז דערמאנט געווארן זיין דינסט.

ירח בן יומו » דאנערשטאג יולי 16, 2015 1:17 pm

· #289694
ונבנתה העיר
אין משפחה איז דערמאנט געווארן זיין דינסט.

איז זי געווען א שפחה כנענית אדער א אמה העבריה?

פרעגער » דאנערשטאג יולי 16, 2015 4:09 pm

· #289716
דולה ומשקה
פארוואס טאקע?

זייער א שווערע פראגע.
הוא מותיב לה והוא מפרק לה.

סקרן » דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 12:31 pm

· #390260
געזעהן א וידאו פון מיילעך זילבערשלאג באוויינט זיין רבי דער סערעטערזצ"ל
ס'איז מרוגש