ניקלשבורגער רבי איז מסדר מכון להוראה
34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9230
ניקלשבורגער רבי איז מסדר מכון להוראה
הגם די נושא איז שוין אביסל ערווענט אין צימעס, שפיר איך אז דאס איז א א נייעס וואס באלאנגט אין געזעלשאפט ווייל דאס האט שוין נישט אזוי ווייט מיט ניקלשבורגער פאליטיק און חסידות.
ווי דער עולם וויזט האט דער ניקלשבורגער רבי אריינגעגעבן א מסירה אקעגן זעקס מענטשן אינקלאדינג זיינע צוויי אלטע גבאים. דער ניקלשבורגער טענה'ט אז ער האט א היתר פון ר' יצחק מנדל בעל המתיר של הגיורת וואס כיודע הערשט א לאנג יעריגע פריינדשאפט צווישן די צוויי זינט דער ניקלשבורגר האט זיך דאן זייער שטארק אנגענומען פאר אים. הקיצור אלע רבני מונסי זענען א קעגן דעם היתר צוליב כמה סיבות איינע פון די סיבות איז אז דער ניקלשבורגער מיט זיין מסירה טוט אן שאדן פאר אלע מוסדות אין מאנסי, וד"ל
מען האט געבעטען דעם ניקלשבורגער איינמאל און נאכאמאל ער זאל ארויס גיין פון קארט, ער זאל גיין צו וועלכע מאנסי בית דין ער וויל, אבער עס איז געפאלן אויף טויבע אויערן. רבי חיים פייבל שנעלבאג מיט רבי משה גרין האבן אים געווארענט אז מען וועט נישט האבן קיין ברירה און אלע רבני מאנסי ווען ארויסקומען אקעגן אים מיט א קול קורא, ווייל מיט זיין מסירה מאכט ער נישט נאר שאדן פאר די זעקס אידן נאר פאר אלע מוסדות אין מאנסי, דער ניקלשבורגער האט געזאגט אז ער שרעקט זיך נישט פאר קיין קול קורא'ס סירובים אדער דאס גלייכן און אז ער האט א היתר און דאס וועט ער טוען.
הכלל די נתבעים, בעידוד רבני מאנסי, האבן פרובירט זייער לעצטע שאנס און געגאנגען צו מכון להוראה א שכן מיט ניקעלשבורגער, וואס זענען ידוע מיט זייער ידידות צו ניקעלשבורג (למשל הרב ליכטער און הרב באבאד) מען האט געהאפט אז דא וועט ער נישט האבן קיין ברירה און זיך זעצן צו א דין תורה, מען האט געהאפט אז ער וועט נישט קענען דורכטראגן א סירוב פון מכון להוראה, וועט ער אויפהערן מיט זיין וואנזיניגע מסירות וואס איז בעידוד פון עפעס א קריאויזער רב פון מאנרא.
אבער דא האט דער ניקלשבורגער סופרייזד יעדען איינעם ער האט געטוען אזאך, וואס דאכט זיך איז נאך נישט געטוען געווארן דורך קיין איד א שומר תורה ומצוות די לעצטע פופציג יאר, ער האט געמסר'ט די דיינים פון מכון להוראה אז זיי מישן זיך אין א פענדינג קעיס און קארט, און די קארט האט געצווינגען אז די דיינים זאל צוריקצוען די הזמנות. דער שופט האט געמאכט א שטיקל דריידל אנשטאט צווינגען די דיינים אליין, האט ער געצווינגען די נתבעים זאלן פארלאנגן פון בית דין אז זיי זאלן צוריקצוען פון זייער הזמנות, אז נישט ברויכן זיי צאלן עשרת אלפים ככר כסף יעדן טאג.
און עס האט געארבעט:
די דיינים פון מכון להוראה האבן צום ערשן מאל אין זייער היסטאריע צוריקגעצויגן אן הזמנה צוליב פרעשאור פון א שופט.
כלל ישראל זאגט פאר די ניקעלשבורגער: איר האט געווינען די קארט אבער פארלוירן די מערכה, ביי כלל ישראל זענט איר סרבנים, סרבנים צו גיין צו א דין תורה סרבנים זיך אויסצוגלייכן ביי דייני ישראל. די פלעק וועט אייביג בלייבן אויף אייך און אויף אייער קהילה.
יתרוהגם די נושא איז שוין אביסל ערווענט אין צימעס, שפיר איך אז דאס איז א א נייעס וואס באלאנגט אין געזעלשאפט ווייל דאס האט שוין נישט אזוי ווייט מיט ניקלשבורגער פאליטיק און חסידות.
ווי דער עולם וויזט האט דער ניקלשבורגער רבי אריינגעגעבן א מסירה אקעגן זעקס מענטשן אינקלאדינג זיינע צוויי אלטע גבאים. דער ניקלשבורגער טענה'ט אז ער האט א היתר פון ר' יצחק מנדל בעל המתיר של הגיורת וואס כיודע הערשט א לאנג יעריגע פריינדשאפט צווישן די צוויי זינט דער ניקלשבורגר האט זיך דאן זייער שטארק אנגענומען פאר אים. הקיצור אלע רבני מונסי זענען א קעגן דעם היתר צוליב כמה סיבות איינע פון די סיבות איז אז דער ניקלשבורגער מיט זיין מסירה טוט אן שאדן פאר אלע מוסדות אין מאנסי, וד"ל
מען האט געבעטען דעם ניקלשבורגער איינמאל און נאכאמאל ער זאל ארויס גיין פון קארט, ער זאל גיין צו וועלכע מאנסי בית דין ער וויל, אבער עס איז געפאלן אויף טויבע אויערן. רבי חיים פייבל שנעלבאג מיט רבי משה גרין האבן אים געווארענט אז מען וועט נישט האבן קיין ברירה און אלע רבני מאנסי ווען ארויסקומען אקעגן אים מיט א קול קורא, ווייל מיט זיין מסירה מאכט ער נישט נאר שאדן פאר די זעקס אידן נאר פאר אלע מוסדות אין מאנסי, דער ניקלשבורגער האט געזאגט אז ער שרעקט זיך נישט פאר קיין קול קורא'ס סירובים אדער דאס גלייכן און אז ער האט א היתר און דאס וועט ער טוען.
הכלל די נתבעים, בעידוד רבני מאנסי, האבן פרובירט זייער לעצטע שאנס און געגאנגען צו מכון להוראה א שכן מיט ניקעלשבורגער, וואס זענען ידוע מיט זייער ידידות צו ניקעלשבורג (למשל הרב ליכטער און הרב באבאד) מען האט געהאפט אז דא וועט ער נישט האבן קיין ברירה און זיך זעצן צו א דין תורה, מען האט געהאפט אז ער וועט נישט קענען דורכטראגן א סירוב פון מכון להוראה, וועט ער אויפהערן מיט זיין וואנזיניגע מסירות וואס איז בעידוד פון עפעס א קריאויזער רב פון מאנרא.
אבער דא האט דער ניקלשבורגער סופרייזד יעדען איינעם ער האט געטוען אזאך, וואס דאכט זיך איז נאך נישט געטוען געווארן דורך קיין איד א שומר תורה ומצוות די לעצטע פופציג יאר, ער האט געמסר'ט די דיינים פון מכון להוראה אז זיי מישן זיך אין א פענדינג קעיס און קארט, און די קארט האט געצווינגען אז די דיינים זאל צוריקצוען די הזמנות. דער שופט האט געמאכט א שטיקל דריידל אנשטאט צווינגען די דיינים אליין, האט ער געצווינגען די נתבעים זאלן פארלאנגן פון בית דין אז זיי זאלן צוריקצוען פון זייער הזמנות, אז נישט ברויכן זיי צאלן עשרת אלפים ככר כסף יעדן טאג.
און עס האט געארבעט:
די דיינים פון מכון להוראה האבן צום ערשן מאל אין זייער היסטאריע צוריקגעצויגן אן הזמנה צוליב פרעשאור פון א שופט.
יתרו זאגט פאר די ניקעלשבורגער: איר האט געווינען די קארט אבער פארלוירן די מערכה, ביי יתרו זענט איר סרבנים, סרבנים צו גיין צו א דין תורה סרבנים זיך אויסצוגלייכן ביי דייני ישראל. די פלעק וועט אייביג בלייבן אויף אייך און אויף אייער קהילה.
או קיי, כלל ישראל, אויסער הממלוכה והממשלה און ליפא, זאגן פאר ניקעלשבורגער איר זענט א כת סרבנים...
וויצן אין די זייט, כלל ישראל מיין איך דא דעם חלק אין כלל ישראל פון וואס ניקעלשבורגער האבן אזוי מורא אויב מוכן להוראה גיט ארויס א סירוב א קעגן זיי. וביתר ביאור, אויב ניקעלשבורג האט אזוי מורא פון א כתב סירוב פון מוכן להוראה אויף דעם זאג איך אז עס איז שוין דא א כתב סירוב, טאקע נישט בפועל, ווייל דער שופט לאזט נישט, נאר בכח.
בנוגע דיין צווייטע הערה הממלוכה, וועל איך מעיר זיין אז די מוכן להוראה דיינים, האבן נישט קיין מוסדות און עס גייט זיי פערזענליך נישט ברענגן קיין שום שאדן. נאר וואס דען? נארמאל האבן זיי נישט ליב צו רופן קיין רבי'ן צו דין תורה, אפיל נישט דעם ניקלשבורגער (זיי האבן שוין אפגעזאגט כמה בעלי חובות פון ניקלשבורגער צו רופן דעם רבין צו דין תורה, אינקלאדינג הרב דערדיק'ס הונדרעט טויזאנט דאללער תביעה מיטן אויסרייד אז זיי רופן נישט קיין רבי'ס צו דין תורות) נאר דא האבן זיי געמאכט אן אויסנאם צו רופן צו רופן א רבי צו דין תורה ווייל ער טוט שאדן א רבים. און פירט זיך נישט אויף ווי עס פאסט פאר א רבי.
אנטשולדיגט ר' יתרו אבער די אידן וואס זענען דא און נישט אין צימעס, זענען נישט נייגעריג אין די נארישקייטן
אזוי ווי איך האב שוין געשריבן בתחילת דברי באלאנגט עס נישט אין צימעס ווייל דאס האט נישט אזוי ווייט מיטן פאליטיק און די גאנצע מעשה.
נאך א סיבה, אמאל טרעפט זיך אז אין א לאנג פארצווייגטע פאר'צימעס'טע נושא געשעהנט א דורכברוך, דהיינו, אן אינטערעסאנטע נייעס וואס איז ווערט צו באריכטן פאר די אידן וואס האלטן זיך אפ אריינצוגיין אין צימעס.
שוין, דער עולם זאל טאקע אויפהערן צו ראגירן דא, ווייל די נייעס איז שוין געדעקט, דאס איבעריגע באלאנגט אין צימעס. פון מיין זייט קען די גבאים שוין פארמאכן דעם אשכול מיט א גרויסע שלאס.
דין ודברים אין די מעשה קען מען ממשיך זיין אין צימעס.
אויב כלל ישראל האט אזוי דעסיידעד דאן בין איך פון אן אנדערע כלל ישראל, אידער וועי פירטס איהם אריין אין צימעס
[ציטאט אראפגענומען]
גוט האסטו געטוהן, אז דו האסט געשריבן לכאורה,
איך שריי אויך אויס הויעך אין קלאר איך בין נישט א חלק פון די כלל ישראל וואס יתרו פראקלאמירט (דרך אגב יתרו. וויט אלל דא רעספעקט ביסטו נאך א נייער אין כלל ישראל אין שוין קימסטו רעדן אין זייער נאמען?)
Re: ניקלשבורגער רבי איז מסדר מכון להוראה
אדרבה זייטס מסביר פארוואס נישט
להגדיל תורה ולהאדירה
דאכט זיך מיר אז דו ווייסט אויך פארוואס, וליתר שאת איז די ענטפער אין קורצן זייער פשוט, אדער ווייסן זיי די גאנצע מעשה און און ביי זיי איז די קשיה אויף מכון להוראה וואס האט פראבירט צו מסדר זיין ניקלשבורג, אדער ווייסן זיי טאקע נישט, אבער פארשטייען אז ניקלשבורגער רבי איז נישט קיין וואנזיניגער מענטש און אויב טוהט ער וואס ער טוהט מן הסתם איז די מעשה נישט פונקט וויאזוי יתרו לייגט דאס אראפ נאר אפאר איינצעלנע פרטים זענען ארויסגעפאלן בטעות....
דא איז דא א הסבר פון די טאפ חברה
ניקלשבורג
ט) כדי שיעמוד לימים רבים וישמעו כל הקהל, וועל איך שרייבן דא דברים כהוויתן די השתלשלות פון הזמנת בי"ד מכון להוראה: היות מען איז אין באנקראפס"י קאורט וואס דארט איז די געזעץ אנדערש ווי א רעגולער קאורט, דארט איז די בעה"ב דער דזשאדזש ועל פיו יצאו ועל פיו יבואו, איז ווען מכון להוראה האט געשיקט הזמנה א', האט איינער פון אונזערע לויערס וואס איז אויך א טוען, גערופן צו מכון להוראה אויפן טעלעפאן, און געשריבן א בריוו, זיי מסביר געווען אז די ווערטער דינא דמלכותא דינא גייט אן ביי אזא פאל פון באנקראפסי קאורט, און עס איז בכלל נישט שייך צו גיין אין ד"ת אן רשות פונעם דזשאדזש, האבן זיי עם גענטפערט אויפן טעלעפאן, זאל ניקלשבורג פרעגן רשות פונעם שופט און זיי האבן געשיקט הזמנה ב', האבן אונז געפרעגט ביים דזשאדזש צו עס איז דא א אופן ווי אזוי צו גיין צו ד"ת עפ"י דינא דמלכותא, האט דער שופט געפרעגט פארוואס אונז האבן געווארט ביז די צווייטע הזמנה, האבן אונז עם געוויזן די בריוו פונעם לויער וואס איז אויך א טוען, אויף דעם איז דער שופט געווארן אויפגערעגט אז זיי ווייסן יא אז מען איז אין באנקראפס"י היתכן זיי רעכענען זיך נישט מיטן געזעץ, און קאורט האט זיי - די זעקס מענטשן, נישט די רבנים - געווארנט אז זיי מעגן אונז נישט רופן אין ד"ת, און אזוי אויך האט די שופט געפאדערט פון אונזער לויער אז וויבאלד עס זעהט אויס אז די רבנים ווייסן נישט אז זיי מעגן נישט שיקן קיין שום בריוון צו אונז זאל מען זיי מודיע זיין די פסק. און אויף דעם איז נאכגעקומען די נעכטיגע קאורט און די פסק אויף זיי.
און דא האט איהר די פרוף אז עס איז הוילע ליגנט די דזאדש האט זייער גוט געוואוסט אז זיי האבן געוואוסט אז עס איז קעגן די געזעץ פלעין מסירה ! און פארדרעעט די פאקטן זיך צו שענער מאכן פאר די קאווע טרינקער דא !
גר ותושבדא האט איר א קלארערע חלק פונעם קלעים וואס שטייט בפירוש אוף מכון להוראה האט געוויסט עס איז אקעגן געזעץ און קוקט אוף נאמבער איינס וועט איר זען אן אפיקורסישע אפטייטש אוף דינא דמלכותא דינא
📎 uploadfromtaptalk1435953489544.JPG
Re: ניקלשבורגער רבי איז מסדר מכון להוראה
1) דער עלבון התורה קומט פון בתי דינין זעלבסט, ובאבוב יוכיח, קיין איין דיין האט נישט געפרעגט היתכן? איז על כן ווען וויל זיך משפט'ן לפני שלשה רועי בקר?
2) דער ניקלשבורגער וואס האט מיטגעמאכט שבעה מדורי גהינם דורך אויס זיין לעבען, דער ערגסטע אכזריות וואס מ'האט געקענט טוהן צו א איד האט מען געטוהן צו איהם, ואכמ"ל, אלעס איז געטוהן געווארען בהסכמת אדמורי"ם ורבנים היושבים על מדין, בעקיפין ושלא בעקיפין. דער ניקלשבורגער איז גערעכט זאל ער טוהן ווי ער פארשטיין, אויב געווינט ער איז ער א געווינער, אויב פארלירט ער זאלן זיינע שונאים זיך פריייען, אבער ער זאל ווייטער טוהן ווי ער וויל.
3) דער מאנסי רבנים בעלי מוסדות קומט זיך געזונטער פעטש אויף די אופן ווי אזוי זיי באהאנדלען אבות ואמהות פון תינוקת של בית רבן, און מיט זייערע עקסטרעם טאליבאנישע/אייסיס תקנות גזירות וחרמות. זאלן זיי טועם זיין וואס אנדערע זענען טועם פאר די לענגסטע צייט.
דער ניקלשבורגער רבי האט מצליח געוועהן ביז אהער, ער האט שוין א דורך געשוויצט ערגערס, ברוך השם, וכן יעזור ער זאל ווייטער מצליח זיין.
א חוצפה, מכון להוראה טוט כאות נפשם, - - - און וואס???? ברכת יוסף דארף זיך לאזן טרעטען???
ברכת יוסף דארף זיין משוגע צו גיין האבען אזא פנים ווי באבוב 45, ווייל אזוי זעהט מען אויס ווען א קהילה גייט צו א בית דין.
זאל האב באב"ד אויף הערען מאכל טריפות ונבילות זיין, דערנאך גיין מוסר זאגען באיצטלא דרבנן פאר יענעם.
Re: ניקלשבורגער רבי איז מסדר מכון להוראה
יא אזוי קוקן נעביך אויס די וואס כבוד השם איז גארנישט ביי זיי די עיקר איז אז כבוד הרבי במקומו עומד נעם אריין גאט ברוך הוא און בילד און קוק ווי גרויס די חילול השם איז מען זאגט פאר א שופט די פסקן און די יודישע געזעץ דארף זיך אינטער בייגן פאר דיר יא יא ווי אזוי האט קרעפיל געזאגט תורה תורה חגרו שק דעי וואס רופט זיך נאך דולה ומשקה כבוד עצמו הוא דורש מען טאר זיך נישט לאזן טרעיטען וכדומה ואותי עזבו והלוואי תורתי שמרו יא יא עס איז דא א באשעפער אויפן וועלט לפני שבר גאון קארט פאסקנט ווי ענק ענק זענען אויפן שפיץ בוים אבער נאכדעם קומט א שבר ליין איבער דאס וואס אנאנים האט דא געפאוסט ענק זענען מסכן כל המוסדות כולם מיטן תירוץ זיך נישט לאזן טרעטען פארוואס פאר נישטיגע 200000 דאלער און תאות ניצחון און פארשטייט זיך שטייט און ספרים ניצחון מיט אמת קומען זיך נישט אויס
דער קעפל געפעלט מיר דאס מערסטע.
"ניקלשבורגער רבי איז מסדר מכון להוראה"
ווייסט וואס כ'העל דיר זאגען, ער האט נישט נאר מסדר געווען מכול"ה ער האט מסדר געווען אלע בתי דינים וואס טרעטן אויף תורתינו הק', אז ווען א איד גייט אריין בערכאות ברשות, קען נישט קומען א צווייטער בי"ד און זאגן די טארסט נישט.
די זעלבע תורה וואס זאגט אונז אז מען טאר נישט גיין בערכאות, זאגט אונז אויך אז אין אזעלכע פעלער מעג מען יא גיין בערכאות.
הורעי ניקלשבורגער רבי פארן ראטעווען די קומענדיגע דורות, און דאס וועט אונז זיין א הוראה לדורות, "גזלנים" וואס עטס זענטס, און נאכדעם שרייען זיי ווי דער קאזאק הנגזל.
איך האף אז דער ניקלשבורגער גייט זיך נישט ברעכן, און גיין קעגן ענק "עד הסוף" למען ישמעו ויראו ולא יזידון עוד.
Re: ניקלשבורגער רבי איז מסדר מכון להוראה
כהאב זייער הנאה פין די קונטרס ווייל די ניקלשבורגע משוגעים מיינען אז זיי זענען אין תר"צ יארן אין מטאר נישט פארשעמען אין פארציילן פאר די וועלט וואס די באנדיטען כהאב נישט קיין ריכטיגע ווערטער ווי זוי זיי אונצוריפען האבן אלץ אפגעטועהן נאר זיך מציל זיין זייער געלד אויף די איינציגסטע מעגליכקייט וואס איז דא.
איי פארצייל פאר די וועלט ניין.... אין די באנדיטען ווייסן מיט וועם זיי האנדלן דא טועהן זיי מה שלבו חפץ.
ווען וועלט איז ווען וועלט;
קום איך ארויס דא מיט מיין נאמען יא איהר ליינט גוט נישט קיין פאלטשע אדער א ניק. אין כפארצייל פאר די וועלט מיט וועם מהאנדלט דא דער מ.ש.ג. וואס האט געהייסן א משפיע אין ניקלשבורג אין אזוי ליידער אפגע'חזר'ט צענדליגע אומשילדיגע נפשות.
כווייס ליידער אסאך אין כווייס נישט פארוואס כהאלט מיך צוריק.
מיט ניקלשבורג חסידות האבאיך גארנישט כפלעג נאר קומען צו טישען שמחות לערנענדיגע אין מאנסי.
אגב מיטן רבין האבאיך יא כפלעג אריינצוגיין צו איהם מפעם לפעם (אויך האט זיך עס אונגיהויבן ווען דער מ.ש.ג. האט מיך איינמאל ממש געצווינגען ) אבער אויף דעם האבאיך נישט קיין חרטה.
Re: ניקלשבורגער רבי איז מסדר מכון להוראה
איך מיין ביסט אביסל צימישט ליין איבער די קונטרס
די קונטרס איז זיס, די חברה מיינען אז מען איז נאך אין די ל' יארן ווען מען האט געקענט שרייבן אזאנע שטותים און עולם גולם וועט דאס גלייבן, זעהט אויס ווי זיי האבן פארגעסן אז אויף בת מלך און אזוי אויך אויף אמ"ש בפרטיות איז דא א פסק פון לא ציית דינא וואס מצד זה לבד מעגן זיי גיין אין ערכאות, און אזוי אויך מיינען זיי אז דער עולם וועט אפקויפן די תירוץ אז טארטיקוב בי"ד שיקט נישט מער פון איין הזמנה הא הא, נו אוודאי זיי קענען דאך נישט שרייבן די אמת אז די סיבה וואס טארטיקוב האט זיך אפגעשטעלט איז ווייל זיי האבן גערעדט מיט ניקלשבורג און פארשטאנען מיט וועם מען האנדלט, וכו' וכו' ואטו גכי רוכלא לילך.
Re: ניקלשבורגער רבי איז מסדר מכון להוראה
גר כבין גארנישט אזוי צומישט.
וועלכע זאך פארשטייסטו נישט ???
דעס איז די ניקלשבורגע טיפשות אנשטאט צו זיך עפענען אין פארציילן פאר די וועלט וואס דא איז פארגעקומען אין יעדער בר דעת וועט הייבן הענט נעמען זיי אן די בישות אין טועהן צום זאך.
ואנחנו בשם ה"א נזכיר, המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד
דא האט איר א קלארע הלכה, ווילאנג זיי האבען נישט וואס צו ענטפערן אויפן פסק, מעגן זיי שרייען צום ונתנה תוקף
📎 מכתב חדש.pdf 📎 פסק הלכה_Page_2.jpg
דער אמת, אז איך בין ניטאמאל אינטערעסירט געווען דורך ליינען דעם "קונטרס" נאר פאר נייגער האב איך געוואלט זעהן, אפשר האבן זיי עפעס א טענה, למעשה האבן זיך מיין האר פין קאפ אויפגעשטעלט, א גאנצער קונטרס און ניטאמאל דערמאנט אז ניקלשבורג האט געהאט א היתור פין הרה"ג רבי יצחק מאנדעל שליט"א צי גיין בערכאות.... שומו שמים.
אזוי צו פארלייקענען בעיני השמש אז ניקלשבורג האט אלעס געטון עפ"י הלכה.
דאס צייגט מיר ווייטער אז די גזלנים וועלן ארויסגעבן גאנצע קונטרסים אז ס'זאל מיינען אז "עפעס זאגט ער" למעשה, הוילע שטותים, ווילאנג עטס טוטס באהאלטן דער פאקט אז ניקלשבורג איז געגאנגען בערכאות ברשות, וועט קיינער נישט אפקויפן ענקער בלאפ.
יוחנן פישווילאנג עטס טוטס באהאלטן דער פאקט אז ניקלשבורג איז געגאנגען בערכאות ברשות, וועט קיינער נישט אפקויפן ענקער בלאפ.
און נאכדעם יא?
גרויסע מענטשעלעכהאב זייער הנאה פין די קונטרס ווייל די ניקלשבורגע משוגעים מיינען אז זיי זענען אין תר"צ יארן אין מטאר נישט פארשעמען אין פארציילן פאר די וועלט וואס די באנדיטען כהאב נישט קיין ריכטיגע ווערטער ווי זוי זיי אונצוריפען האבן אלץ אפגעטועהן נאר זיך מציל זיין זייער געלד אויף די איינציגסטע מעגליכקייט וואס איז דא.
איי פארצייל פאר די וועלט ניין.... אין די באנדיטען ווייסן מיט וועם זיי האנדלן דא טועהן זיי מה שלבו חפץ.
ווען וועלט איז ווען וועלט;
קום איך ארויס דא מיט מיין נאמען יא איהר ליינט גוט נישט קיין פאלטשע אדער א ניק. אין כפארצייל פאר די וועלט מיט וועם מהאנדלט דא דער מ.ש.ג. וואס האט געהייסן א משפיע אין ניקלשבורג אין אזוי ליידער אפגע'חזר'ט צענדליגע אומשילדיגע נפשות.
כווייס ליידער אסאך אין כווייס נישט פארוואס כהאלט מיך צוריק.
מיט ניקלשבורג חסידות האבאיך גארנישט כפלעג נאר קומען צו טישען שמחות לערנענדיגע אין מאנסי.
אגב מיטן רבין האבאיך יא כפלעג אריינצוגיין צו איהם מפעם לפעם (אויך האט זיך עס אונגיהויבן ווען דער מ.ש.ג. האט מיך איינמאל ממש געצווינגען ) אבער אויף דעם האבאיך נישט קיין חרטה.
בסליחת כבודך, איך פראביר, אבער עס גייט נישט. כ'פארשטיי נישט קיין ווארט וואס דו שרייבסט דא. איינס קלעבט נישט מיט'ן צווייטן.
וואס זענען דיינע פונקטן? זיי מסדר דיין קאגנעטיוויטי און שרייב מסודר. כ'געב דיר נאך א טשאנס, אויב ווילסטו אז מען זאל פארשטיין דיין פוינט אוף וויאא.
געוואלדיגיוחנן פישווילאנג עטס טוטס באהאלטן דער פאקט אז ניקלשבורג איז געגאנגען בערכאות ברשות, וועט קיינער נישט אפקויפן ענקער בלאפ.
און נאכדעם יא?
עס איז שוין דערנאך. זיי האבען עס שוין גע'הרג'ט.
ווען די לעכט האלטען זיך ביים אויסלעשען, צאנקעט עס
זיי שרייען יעצט שמים וארץ, ווייל זיי האלטען ביין מוזן צוריק געבן די גאנצע גניבה
חסדי השם כי לא תמנו
לאמיר זיי אלע אנווינטשען מיטן גאנצען הארץ!שרייטץ נאך העכער!!!!!!!!!!!!!!!11📎 פסק הלכה_Page_3.jpg
Re: ניקלשבורגער רבי איז מסדר מכון להוראה
[quote="יוחנן פיש"📎 uploadfromtaptalk1436177092731.JPG
אזוי צו פארלייקענען בעיני השמש אז ניקלשבורג האט אלעס געטון עפ"י הלכה.
דאס צייגט מיר ווייטער אז די גזלנים וועלן ארויסגעבן גאנצע קונטרסים אז ס'זאל מיינען אז "עפעס זאגט ער" למעשה, הוילע שטותים, ווילאנג עטס טוטס באהאלטן דער פאקט אז ניקלשבורג איז געגאנגען בערכאות ברשות, וועט קיינער נישט אפקויפן ענקער בלאפ.[/quote]
געווארען א בית דין צו מאכן א געלעכטער
בית דין בית יוסף, האט מחייב ליסענשסקער רבין מיט 100 טויזנעט דאלר
האבען הרב שור מיט ר משה גרין געשירבען אז בית יוסף איז נישט קיין בית דין
וואס םארא חוזק שפיל זענען זיי יעצט געווארען א בית דין???????????????????????????????????????...
כי באש ה' נשפט, הלא כה דברי כאש
פאר יעדע געמיינע ווארט וועלןע די 6 מענטשן דארפן באצאלען 10 טויזענט דאלאר
📎 פסק הלכה_Page_3.jpg
לאמיר מאכן דא א שטיקל סך הכול:
צ''א
עטליכע חשובע ביזנעס לייט האבן גע'לקח'נט א בנין פון ניקלשבורג:
ר' מיכל זאל זיין געזונט און שטארק, האט גענומען רשות ב''ד צו גיין בערכאות של עכו''ם: מיטן טענה פון גבר אלם, דמוחזקין דלא ציית לדינא.
צ''ב
די עטליכע חשובע ביזנעס לייט האבן געהאלטן די קינדער פין ר' מיכל אומזיסט, ווי אויך טייל קינדער פין די באי בית פון ר' מיכל: ממילא קומט זיך זיי דער בנין.
דער ב''ד המתיר איז א משוגענער: ממילא טאר ר' מיכל נישט גיין אין ערכאות.
צ''ג
רבני מאנסי ווילן נישט אז דער סיכסוך זאל אנקומען אין ערכאות ווייל עס קען שאדן מאכן פאר די מוסדות התורה אין די שטאט: ממלא זאל ר' מיכל גע'הרג'עט ווערן.
איז דאס מער ווייניגער דער ס''ה?
נקלס בורג
.
די אשכול איז געווארן א דאפעלטע פאר די נייעס אשכול.
עס פעלט נישט אויס, מען קען אלעס שרייבן ביי די נייעס אשכול.
דערווייל שפאר איך עס אפ.