☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » על דא ועל הא

על דא ועל הא

49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9226

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יולי 2, 2015 10:59 pm

· #286886
על דא ועל הא
איך האב זיך לעצטענס איינגעהאנדעלט א בריטישע צייטונג פון יאהר 1768 - תקכ"ח.

דאס איז אכט יאר פאר די גרינדונג פון די פאראייניגטע שטאטן, ווען זי איז נאך געווען אונטער בריטישע הערשאפט. צווישן די נייעס פון 'אמעריקא' זעה איך א שטיקל פון באסטאן [די הארץ פון די רעוואלוציע] - גראדע פון יולי 4 - עפעס איבער דעם קעניג און טעקסעישאן. איינע פון די עיקר טענות זענען געווען איבער שטייערן, ככתוב, נאו טעקסעישאן וויטאוט רעפרעזענטעישאן [אין דעם בריטישן פארלימענט], איז מיין פראגע צו די יודעים קענען עס אפשר אויסקלארן, און צו איז עס שוין בכלל געווען אויפן טיש אין 1768.

[כ'זעה אז אינעם אלטן ענגליש שטייט א f אנטשטאט א s.]

📎 20150702_221053__1435890922_66.87.116.15.jpg

📎 mm__1435891070_66.87.116.15.jpg
--------------

דערנאך האב איך זיך איינגעשאפט א ניו יארק טיימס פון 1942 וואו עס ווערט באריכטעט איבער הימלער'ס שחיטות אויף די פוילישע אידן. ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט צו ליינען די פונקליכע באריכטן איבער אוישוויץ, באנען און גאז קאמערן, כ'האב נישט געוואוסט אז אין 42' איז עס שוין געווען באקאנט אין אמעריקא.

📎 1__1435891891_66.87.116.15.jpg
📎 2__1435892065_66.87.116.15.jpg
📎 3__1435892172_66.87.116.15.jpg

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יולי 2, 2015 11:00 pm

· #286887
.
📎 4__1435892263_66.87.116.15.jpg

פידלער » פרייטאג יולי 3, 2015 8:06 am

· #286918
A beautiful feeling -- to hold a piece of history, the past, in your hands

פליקער » פרייטאג יולי 3, 2015 8:38 am

· #286921
עס איז נישט נארמאל אינטערעסאנט
ביטע קלאר עס אויס, נעם אוועק די קאווע מארק, אזוי זאל דיך יעדער קענען באגנב'נן, און געיבן קרעדיט פארן שווארצן פאסטעך

דעת תורה » פרייטאג יולי 3, 2015 10:36 am

· #286934
Re: על דא ועל הא
נ.י. טיימס פון 42' איז נישט דא אנליין?

דולה ומשקה » זונטאג יולי 5, 2015 10:54 pm

· #287250
גאר אינטרעסאנט, א גרויסען דאנק פאר דאס מיט טיילען מיט אונז.
האט דער באשרייבונג אזוי פרי ווי 42' נישט אויף געטוהן מצד דער רעגירונג וכו' וכו'? מה-דאך דער נוי יארק טיימס כל-שכן דער שפיאנאדזש צענטערן.

ונבנתה העיר » מאנטאג יולי 6, 2015 10:19 pm

· #287470
דעם שטיקל האב איך זיך נישט איינגעהאנדעלט אבער עס איז אינטערעסאנט - א דועל צווישן צוויי פוילישע אידן אין 1875.
📎 1875.jpg

petergrifin » מאנטאג יולי 6, 2015 11:11 pm

· #287511
@ונבנתה העיר האט געברענגט דער שטיקל פון א duel. ס׳איז דא א קליפ פון קריס מעטטיוס װי סענאטאר
זעל מיללער רעגט זיך אויף און לאדנט איהם פאר א duel.

אויב פארדרײ איך די אשכול ביטע פארמעקט.

ונבנתה העיר » מיטוואך יולי 8, 2015 10:36 pm

· #288273
נו, און אז עס גיסט, ווער בין איך צו זאגן ניין?

אט האט איר - מעגליך בחשיפה ראשונה - עטליכע אינטערעסאנטע אוצרות.

ווייסן מיר דאך אז נאפאליאן האט אוועקגעשטעלט א אידישע סנהדרין אין פאריז בראשות הגאון ר' דוד זיצנהיים, אט איז א באריכט אין אן אמעריקאנער צייטונג פון 1807 - אונטערן קעפל 'of the Jews' - איבער די סנהדרינ'ס זיצונג אין פאריז אין שפיץ פונעם יד דוד.
📎 IMG-20150708-WA0003.jpg 📎 IMG-20150708-WA0004.jpg

ונבנתה העיר » מיטוואך יולי 8, 2015 10:41 pm

· #288275
דאס איז דער לונדון גאזעט פון - נישט מער וכו' - יאר 1670, שנת ת"ל, אין א באריכט פון וויען שטייט אז אזויווי די אידן זענען פארבאטן פון דארט איז עס 'קאנוויעניענט' צו איבערטוישן די באנוץ פון זייער שוהל פאר א קירכע.
📎 IMG-20150708-WA0005.jpg

ונבנתה העיר » מיטוואך יולי 8, 2015 10:44 pm

· #288276
און דאס איז א באריכט אין אן אמעריקאנער צייטונג פון 1826 - די לעצטע תקופה פון די שפאנישע אינקוויזיציע - איבער'ן פארברענען א איד אויפן שייטערהויפן בשעת די מאנקס זינגען קאפיטלעך תהילים.
📎 IMG-20150708-WA0006.jpg

ונבנתה העיר » מיטוואך יולי 8, 2015 10:50 pm

· #288279
אז פב"פ זאל מיר בא'גנב'ענען?

דעת תורה » דאנערשטאג יולי 9, 2015 1:20 am

· #288312
Re: על דא ועל הא
די באריכט איז ווארשיינליך פון א אלטן בריוו וואס די צייטונג האי דעמאלס אפיר געקראצט. אין די 18'ס איז שוין נישט געווען דער מושג אין שפאניע. די לעצטע אוי טא דע פע איז געווען אין 1691.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יולי 9, 2015 11:06 pm

· #288576
דעם שטיקל האב איך זיך אויך נישט איינגעהאנדעלט, די אבן הפינה פאר'ן ערשט'ן שוהל אין טעקסאס אין 1870, געלייגט דורך די פרי-מעיסאנס.
📎 image041.jpg

ונבנתה העיר » מאנטאג יולי 13, 2015 12:06 pm

· #289027
אינטערעסאנט.

כ'זעה אז דער סימבאל הענגט טאקע דארט בריש גלי, תמהני אויב זיי ווייסן וואס דאס איז.
📎 IMG-20150713-WA0000.jpg

ירא שמים » מאנטאג יולי 13, 2015 12:09 pm

· #289028
Re: על דא ועל הא
אפשר זאגסטו בקיצור אויף אידיש וואס פרי מעיסאנס איז ?

ונבנתה העיר » מאנטאג יולי 13, 2015 5:48 pm

· #289101
1824.
📎 IMG-20150713-WA0001.jpg

ונבנתה העיר » מאנטאג יולי 13, 2015 5:49 pm

· #289103
.
📎 IMG-20150713-WA0002.jpg 📎 IMG-20150713-WA0003.jpg

ונבנתה העיר » מאנטאג יולי 13, 2015 5:50 pm

· #289104
1816.
📎 IMG-20150713-WA0004.jpg

ונבנתה העיר » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 1:14 pm

· #303184
אויף דעם שטיקל קעגן טאמאס עדיסאנ'ס אינווענטשאנס האביך נישט געקענט לייגן א יד, אבער זי איז גאר אינטערעסאנט, יעדע ווארט וועט אייך ברענגן א שמחת יו"ט - קליקט אויף די בילדער צו פארגרעסערן.

טיימס פון מארטש 25, 1878.
📎 image004.jpg 📎 image003.jpg 📎 image002.jpg 📎 image001.jpg

ונבנתה העיר » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 1:15 pm

· #303185
.
📎 image007.jpg 📎 image006.jpg 📎 image005.jpg

רוסישער » מוצ"ש אקטאבער 3, 2015 11:15 pm

· #303230
זיי האבן נישט געהאט קיין אנונג ווי זייער לעבן קען פארבעסערט ווערן. ווי זאגט ונבנתה, א בהמה ווייס נישט אז ס'פאראן א הימל

א ספיקער וואס מ'קען הערן פון פיר מייל? שווער צו גלויבן

ונבנתה העיר » מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 10:29 pm

· #303777
בזכות אבותי ורבותי:

א באריכט אין אין לונדונ'ער צייטונג פון 1793 - תקנ"ג איבער דעם ערשיינונג אין געריכט פונעם גר צדק לארד דזשארדזש גארדאן - ישראל בן אברהם גארדאן, וואו עס ווערט באריכטעט באריכות זיין קריגעריי מיט'ן געריכט איבער'ן אויסטוהן זיין קאפל.

📎 1.jpg

📎 2.jpg

לארד גארדאן פאר זיין גירות:

📎 220px-LordGeorgeGordon.jpg

אלס איד:

📎 220px-LordGeorgeGordon2.jpg

פליקער » מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 10:48 pm

· #303779
Re: על דא ועל הא
אלס גוי אויף וועלכען ביך טרעיט ער

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 6:58 pm

· #316490
עס איז מיר אויסגעקומען היינט צו באזוכן אין שכונת כאן צוה הויה את הברכה, כ'האב זיך געשפירט ווי אין דער אלטער היים [א ליטוואק פון בודאפעסט].

📎 IMG_0339__1452210411_172.56.34.152.jpg

📎 IMG_0345__1452210753_172.56.34.152.jpg

האב איך שוין באזוכט אויך אינעם ספרי' וואו עס לויפט יעצט א תערוכה איבער'ן צמח צדק מיט בערך פופציג זאכן.

זיין שופר:

📎 IMG_0341__1452210554_172.56.34.152.jpg

עצם כתב ידו פונעם שורש מצות התפלה:

📎 IMG_0340__1452210476_172.56.34.152.jpg

א מאמר פונעם אלטן רבי'ן וואס ער האט געשריבן בחייו, ביי די זעכצן יאר:

📎 IMG_0344__1452210704_172.56.34.152.jpg

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 6:58 pm

· #316491
א טאפ מביתו:
📎 IMG_0342__1452210610_172.56.34.152.jpg

שמערל » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 7:49 pm

· #316498
Re: על דא ועל הא
דער צמח האט עס געשריבן ביי די זעכצן בחיו פון זיידן.

מייקל פאראדעי » מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:08 pm

· #317982
/

ונבנתה העיר » זונטאג יאנואר 24, 2016 3:55 pm

· #318799
Re: על דא ועל הא
ניו יארק טיימס 1873.



אינעם זעלבן טיימס, רעדט זיך אפ איבער די ריבוי פון שדים אין שטאט...


ונבנתה העיר » זונטאג יאנואר 24, 2016 3:56 pm

· #318800
Re: על דא ועל הא
א באריכט אין באלטימאר 1816, איינער האט עפעס אינפארמאציע?


ונבנתה העיר » מוצ"ש פעברואר 6, 2016 11:15 pm

· #320436
Re: על דא ועל הא
דאס איז לכאורה די פעט'סטע פישל וואס כ'האב דערווייל אריינגעכאפט.

א באריכט איבער שבתי צבי פון 1665, נאך איידער ער איז איינגעזעצט געווארן.

ונבנתה העיר » מוצ"ש פעברואר 6, 2016 11:18 pm

· #320437
Our trade has been of late much obstructed in these parts, all the Jews being in a kind of distraction upon the arrival of Sabadai, a Prophetical Jew, a Smirnoite born, lately come from Jerusalem, who in few dayes has preached such opinions into these people that having persuaded them the number of years is accomplisht, all of them are big with expectation of their Messias, and the full restoration of the Jews; above two hundred men, women and children are hereupon turned Prophets, and their assemblies grow so numerous that all the neighbour nations have their eyes upon them. The Turks do not yet oppose them. Sabadai their chief Prophet (leaving behind him in Gaza one of his Prophets called Nathan, with full Instructions in his absence) is embarqued for Constantinople, in company of two Saicks; as they say, to demand the Land of Promise from the Grand Seignior

ונבנתה העיר » זונטאג פעברואר 7, 2016 4:46 pm

· #320527
Re: על דא ועל הא
דאס איז א באריכט פון עטליכע חדשים פריער - פעברואר 1665, איבער עפעס א אידישער נביא וועמענ'ס נאמען כ'קען נישט געהעריג אפליינען וועלכער נעמט צוזאמען די אידן מיט א גרויסע מיליטער.

אויב איינער האט עפעס אינפארמאציע וועל איך איהם מכיר טובה זיין.

רוסישער » מאנטאג פעברואר 8, 2016 12:09 am

· #320608

ונבנתה העיר » מאנטאג פעברואר 8, 2016 1:22 am

· #320618
ניין.

ונבנתה העיר » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 5:58 pm

· #347430
Re: על דא ועל הא
די ארגינעלע קאנסערנינג דע דזשוס ארטיקל פון מארק טוועין, 1899.

<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Concerning_the_Jews">https://en.wikipedia.org/wiki/Concerning_the_Jews</a>

📎 uploadfromtaptalk1472248715699.jpg

ונבנתה העיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 3:11 pm

· #348072
Re: על דא ועל הא
דער גור'ער רבי ז"ל אין איטאליע אויפן וועג קיין ארץ ישראל 1923.
ק. הירשל ציג

בן אדם » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2016 3:25 pm

· #348076
האט ער אפציעל געטראגן ווייסע זאקען אדער איז ער פשוט געגיינגען מיט קורצע הויזן?

ונבנתה העיר » דינסטאג יאנואר 16, 2018 11:40 pm

· #393608
כ'זע אז איין בילד איז ארויסגעפאלען פון מיין ארטיקל (וועקער 11), שטעל איך עס דא אהער.
📎 Webp.net-compress-image.jpg

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מאי 23, 2019 2:24 pm

· #430952
ס'איז פארהאן א ווארט פון רודיארד קיפלינג god can't be everywhere and therefore he made mothers.

טרעף איך מיר אזא שטיקל פון פוילן פאר'ן קריג, בבחינת תפוס לשון ראשון: אלקים אינו יכול להיות בכל מקום...

📎 s-l400.jpg

איך אויך » דאנערשטאג מאי 23, 2019 2:35 pm

· #430953
חשש כפירה בעיקר לדעתי.

אגב, עס דרייען זיך ברחבי פולין ובמדינות השכינות מיליאנען פאלשע יודישע אבדשעקטן. א חלק קען מען גלייך דערקענען אבער אנדערע זענען גאנץ גוט געפעלטש, איך וואלט כלל נישט געווען סורפרייזט אויב דאס איז א מאדערנער זיוף.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מאי 23, 2019 4:46 pm

· #430959
פון אייראפע קיין אמעריקא - תרצ"ט: איך זאל נאך זוכה זיין ענק צו זעהן...
📎 ss.jpg 📎 sss.jpg

ונבנתה העיר » זונטאג נאוועמבער 3, 2019 3:14 pm

· #437823
באסטאן, 1794.

📎 20191103_151209.jpg

הוגה » זונטאג נאוועמבער 3, 2019 8:47 pm

· #437833
צוליב וואס האבן זיי דאס געברענגט?

ונבנתה העיר » זונטאג נאוועמבער 3, 2019 10:00 pm

· #437834
נאטינג ספעשל. דער עולם האט געזוכט ידע לשם ידע.

ונבנתה העיר » דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 12:42 am

· #439145
דער שם הויה זיצט אין הימל.

📎 1176073-min (1)-min.jpg

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 1:43 pm

· #441961
עס איז נתגלה געווארן א נייע בילד פון דער רבי רש"ב, תרס"ח אין מאסקאווע.

לענ"ד איז עס אן אויטענטיש בילד, פארגלייכט עס מיט'ן איינציגען באקאנטען בילד פון תר"פ. מערקט די חילוקים צווישן די צוויי אויגן, און צווישן די צוויי אויערן.

📎 250px-Image-RebbeRashab.jpg

📎 IMG-20200123-WA0001.jpg

📎 IMG-20200123-WA0002.jpg
‐------

דר"א זיין ברודער ר' מנחם מענדל, איז אמאל אויסגעפארשט געווארן דורך די FBI....

וואולקאן עראפציע » דינסטאג אפריל 21, 2020 8:40 pm

· #446422
א סטארי פאר די בוקס. פון צייטונג המבשר מיום כ"ב טבת תרכ"ה, אפאר חדשים איידער ר' אברהם'ל איז ארויף לשמי מרום.

דער פרעזידענט געבט ארויס א פסק: יתרו איז נישט געווען גערעכט... א רבי טאר נישט האבן קיין ברידער אדער גבאים ארום זיך.

📎 לינקלן.JPG

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 22, 2020 12:23 am

· #446444
ונבנתה העיר: דאס איז טאקע פון 2 אנדערע מענטשן. די בילד פון תרס"ח איז אן אויטענטישע בילד פונ'ם מהרש"ב. און די בילד פון שנת תר"פ איז פון א צווייטן מענטש...!