☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מעשים טובים פון אונזערע מנהיגים

מעשים טובים פון אונזערע מנהיגים

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9218

ראש הישיבה » דאנערשטאג יולי 2, 2015 4:30 pm

· #286775
מעשים טובים פון אונזערע מנהיגים
איך הייב יעצט אהן אן אשכול וואס וועט האפנטלעך זיך ערווארבן צו א לענגערע אשכול. די נושא איז מעשים טובים פון אונזערע מנהיגים. דהיינו אז עס מאכט זיך אז מער זעהן א שיינע זאך אדער הנהגה אויף א מנהיג דהיינו ער האט געטוהן א זאך וואס געווענטליך פאסירט נישט, ווי זיך גערעכנט מיט א צווייטע אדער זיך אוועקגעגעבן פאר צווייטע. די סיבה וואס ברענגט מיר צו מאכן דעם אשכול איז צוליב דעם וואס גאר אסאך מאל טוהן אונז (לייען מיך) ברעדן א מנהיג אז ער האט געטוהן דער עוולה אדער יענער עוולה. דאס פארבלענד אונזער אויגן און באלאנס אז מיר קענען נישט זעהן אז יענער טוהט אויך גוטע זאכן. עס קען גאר זיין אז ווען מיר וועלן שוקל זיין די גוטע מיט שלעכטע זאכן וועלן מיר זעהן אז מרובים מעשיהם הטובים. ולכן האב איך אהנגעהויבן דעם אשכול.

אלס אן הקדמה ברענג איך וואס איך האב געלייענט אין א ספר שלום אהלך וואס איז אויף עניני שלום בית. פונקטט געזעהן דעם ספר אין א שוהל. איך ווייס נישט צו עס איז גוט אדער נישט, אבער איך האב געזעהן דארטן א זאך בשעת איך האב געבלעטערט. זאגט ער אזוי: 'השונא הכי גדול של האדם הוא המחשבות של שנאה שיש לו על השני'. דער טעם איז ווייל די מחשבות שנאה מאכן אז ער זאל נישט קענען זעהן קיין שום גוטס אויף יענעם, ער האט שוין א שווארצע ליילעך אויף יענעם און ממילא דמיון'ט ער אז יענער טוהט נאר שלעכטס אז אפילו א גוטע זאך וועט ער אויסטייטשן אויף שלעכטס.

איך באשטים דעם אשכול פאר מנהיגי ציבור אינדלאדינג רבי'ס רבנים דיינים ראשי קהילה און עני פאבליק מענטש.

איך וועל לייגן צוויי מעשיות כדי ממני ילמדו אויף וואס מיין כוונה דא איז.

ראש הישיבה » דאנערשטאג יולי 2, 2015 4:32 pm

· #286777
שמעתי אז דער באיאנער רבי נעמט נישט קיין סנדקאות נאר נאך אלע זיידעס האבן באקומען סנדקאות. אזוי אויך נעמט ער נישט מער ווי איין מאל סנדקאות פון די זעלבע מענטש. אויסער אויב ער איז ציגאסט אין אמעריקא אדער כדומה וואס געווענטליך איז ער נישט דא וועט ער אהננעמן סנדקאות אפילו אויב די זיידעס האבן נישט געהאט, אבער בתנאי אז מען גענומען רשות פון אלע זיידעס וואס האבן נאך נישט געהאט ביי דעם אינגערמאן סנדיקאות.

ראש הישיבה » דאנערשטאג יולי 2, 2015 4:38 pm

· #286778
א בחור וואס איז געווען א געפערליכע טראבל מעיקאר אין ישיבה קטנה, וואס נאך לענגערע פארהאנגלונגען מיט זיין מנהל האט מען אים געזאגט אז נעקסטע זמן זאל ער זיכן א צווייטע ישיבה. וויבאלד דער בחור האט זיך קונה שם געווען אלץ א מחוצף האט קיין ישיבה אים נישט געוואלט ארייננעמן. נאך א פאר וואכן אריין אין זמן, איז די טאטע זיך געגאנגען אויסוויענען פאר רבי משה גרין ראש ישיבה דמאנסי אז זיין זוהן איז אין די גאס. רבי משה גרין איז איבערגענומען געווארן וואס הייסט א בחור אין גאס פאר פיר פינף וואכן? ער האט באלד גערופן זיין מנהל פון די ישיבה און אים געפרעגט אויב ער קען אהננעמן דעם בחור אין ישיבה? האט די מנהל געזאגט אז דער בחור באלאנגט נישט אין דער ישיבה. רבי משה האט זיך געטענהט מיט די מנהל, און ער האט אים געזאגט אז ער זאל טוהן וואס ער קען אז דער בחור זאל אריינקומען אין די ישיבה. רבי משה האט גערופן די מנהל צוויי דריי מאל א טאג ביז די מנהל האט זיך געבראכן אין אריינגענומען די בחור אין ישיבה. דער מנהל האט געזאגט אז ווען נישט דער ראש הישיבה צווינגט אים וואלט ער בשום אופן אריינגענומען דעם בחור. דער טאטע איז א עני ואביון מגוזלו און האט נישט קיין שום פערזענליכע שייכות מיט די ראש הישיבה.

בן אדם » דאנערשטאג יולי 2, 2015 4:44 pm

· #286779
אז האסט שוין דערמאנט באיאנער סאנדקאות; איך בין אמאל געווען ביי א ברית אין באיאן דא אין בארא פארק ווי דער זיידע - א רב - האט געקענט באשטיין צו האבן סנדקאות ס'צווייטע מאל, וכך הוה די באיאנער רבי האט עס עם אוועק געגעבן נאך א טאג פאר די ברית. (געווענדליך ווען ער האט נישט סנדקאות איז נעמט ער עמידה לברכות און דאס האט ער דא געהאט).

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 2, 2015 4:51 pm

· #286784
זייער שיין!
איך האב גראדע געעפנט אן ענליכן אשכול א צייט צוריק.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4995">viewtopic.php?f=24&t=4995</a><!-- l -->
דער עולם איז מכובד צוצולייגן מעשיות.

ודי למבין » דאנערשטאג יולי 2, 2015 5:00 pm

· #286786
שיין פון דיר, ראש ישיבה, אויף יעדעם קענסטו טרעפן עפעס גוטס - אפילו אויף רבי'ס. דיין ארבייט קען זיין שווער אבער גיב נישט אויף...

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יולי 2, 2015 5:04 pm

· #286788
/

ראש הישיבה » דאנערשטאג יולי 2, 2015 5:09 pm

· #286790
שמעקעדיג
זייער שיין!
איך האב גראדע געעפנט אן ענליכן אשכול א צייט צוריק.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4995">viewtopic.php?f=24&t=4995</a><!-- l -->
דער עולם איז מכובד צוצולייגן מעשיות.


עס קען זיין אז מען דארף עס צוזאם שמעלצן. אבער איך זעה צוויי חילוקים פון אונזערע אשכולות. בשעת דיין אשכול באציהט זיך נאר באופן כללי און נאר בנוגע רבי'ס ציהט זיך מיין אשכול באופן פרטי און צו אלע סארט מנהיגים ציבוריים.

chusid » דאנערשטאג יולי 2, 2015 5:37 pm

· #286801
שכח פארן סיפור, וויי איז פארן דור ווען בעיסיק מענטשליכקייטן וועט זיין א חידוש ביי רבי'ס.

האמת לאמיתו » דאנערשטאג יולי 2, 2015 6:43 pm

· #286830
[ציטאט אראפגענומען]

אנטשולדיגט אבער איך בין נישט אזוי זיכער אז ס'איז שלא בפניו

למדן » דאנערשטאג יולי 2, 2015 6:46 pm

· #286831
דער דור איז שוין וויי סייווי, כאטש גוט אז מ' אפרישיעיט נימוס ביי די רבי'ס, ס' דא וואס האבן נישט.

יהושע חיים » דאנערשטאג יולי 2, 2015 6:49 pm

· #286835
chusid
שכח פארן סיפור, וויי איז פארן דור ווען בעיסיק מענטשליכקייטן וועט זיין א חידוש ביי רבי'ס.


יא ליידער און די היינטיגע דור איז א גדלות ווען מען פירט זיך אויף מיט מענטשליכקייט

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 3, 2015 3:29 am

· #286909
אנאנים: איך קען איינעם א באלאגאלע (בעל עגלה) וואס טוט אן ענליכע זאך. כאטש נישט מדי שבת בשבתו. נאר אין ספעציעלע געלעגנהייטן. וואו ס'דא א שווער ווארט, אדער א טראפ וואס איז שווער ארויסצוזאגן. וואס געוויינליך איז רוב וועלט זיך טועה מיט דעם. גייט ער צו צו דעם בעל קורא און זאגט איהם א ייש"כ. און קאמפלימענטירט איהם. אדער ווען ס'דא א סאבסטיטוט בע"ק.
פארשטייצעך אז ס'איז אינו דומה די אויסדרוק פון דאנק וואס קומט פון אזא וויכטיגן מנהיג ישראל, צו דעם פון א פראסטן בעל עגלה. אבער, ס'איז בבחינת א מנחת עני. וואס, איך בין זיכער אז די כהנים אין ביהמ"ק האבן אנגענומען די ביסעלע סולת מיט די זעלבע שמחה וואס זיי האבן אנגענומען די אקס וואס דער עושר און שיינער איד האט געברענגט... 🙄

moshav zekeinim » פרייטאג יולי 3, 2015 7:37 am

· #286916
מען זאל נאר געדענקען אז פונקט ווי די חכמים פון "אידישע חכמה און פקחות" זענען עפ"י רוב נישט געווען קיין איבריגע חכמים, נאר פשוט'ע מענטשן וואס האבן אמאל געמאכט א קלוגער אקט, אדער האבן זיך ספעציאליזירט אין עפעס. אזי זענען די רבי'ס און מנהיגים מיט די שיינע מידות עפ"י רוב נישט קיין ספעציעלע בעלי מידות נאר שיינע אקטן גליטשן זיך אמאל ארויס פון זיי אדער ספעציאלעזירן זיך אין א געוויסע מידה, כדרך כל האדם.

קאצקע ציקער » פרייטאג יולי 3, 2015 10:26 am

· #286928
פארוואס איז אזוי וויכטיג צו געדענקען?

בן אדם » פרייטאג יולי 3, 2015 10:29 am

· #286930
ווייל ווען מ'ווערט שוין "אלט" פארגעסט מען שנעל...

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 3, 2015 4:46 pm

· #287029
אנאנים:קודם כל א ייש"כ פאר די קאמפלימענטן. נאר איכ'ל דיר אויסזאגן א סוד איך בין נישט אזא גרויסער עניו ווי מ'קען מיינען פון מיינע דיבורים. איך האב דאס אלעס געשריבן מיט א סארקאסטישן שמייכל אויף מיינע ליפן.
לגבי די סעריע באשרייבונגען פון דעם אידישן לעבן אין מאנטעווידעא, אורוגווי, וועל איך בלי"נ אי"ה אנהייבן די נעקסטע וואך.נאר אויב איך וועל ח"ו פארגעסן, קענמען מיך דערמאנען אין אישי. אדער אפילו ברבים.ייש"כ...!

ראוונע » זונטאג יולי 5, 2015 2:29 am

· #287088
ראש הישיבה
א בחור וואס איז געווען א געפערליכע טראבל מעיקאר אין ישיבה קטנה, וואס נאך לענגערע פארהאנגלונגען מיט זיין מנהל האט מען אים געזאגט אז נעקסטע זמן זאל ער זיכן א צווייטע ישיבה. וויבאלד דער בחור האט זיך קונה שם געווען אלץ א מחוצף האט קיין ישיבה אים נישט געוואלט ארייננעמן. נאך א פאר וואכן אריין אין זמן, איז די טאטע זיך געגאנגען אויסוויענען פאר רבי משה גרין ראש ישיבה דמאנסי אז זיין זוהן איז אין די גאס. רבי משה גרין איז איבערגענומען געווארן וואס הייסט א בחור אין גאס פאר פיר פינף וואכן? ער האט באלד גערופן זיין מנהל פון די ישיבה און אים געפרעגט אויב ער קען אהננעמן דעם בחור אין ישיבה? האט די מנהל געזאגט אז דער בחור באלאנגט נישט אין דער ישיבה. רבי משה האט זיך געטענהט מיט די מנהל, און ער האט אים געזאגט אז ער זאל טוהן וואס ער קען אז דער בחור זאל אריינקומען אין די ישיבה. רבי משה האט גערופן די מנהל צוויי דריי מאל א טאג ביז די מנהל האט זיך געבראכן אין אריינגענומען די בחור אין ישיבה. דער מנהל האט געזאגט אז ווען נישט דער ראש הישיבה צווינגט אים וואלט ער בשום אופן אריינגענומען דעם בחור. דער טאטע איז א עני ואביון מגוזלו און האט נישט קיין שום פערזענליכע שייכות מיט די ראש הישיבה.

רבי משה גרין איז א באקאנטע fighter פאר בחורים וואס האבען נישט קיין ישיבות אדער מיידלעך וואס האבען נישט קיין סקול
איך האב נאכגעהערט אז ער האט געזאגט פאר א איד אז ער פרובירט שוין פאר א לענגערע צייט צוזאמצונעמען די מאנסי רבנים צו דן זיין איבער די נושא פון קינדער וואס דרייען זיך ארום אין די גאס אין קיין איין מוסד וויל זיי נישט אריינעמען ולא עלתה בידו
(זעהט אויס די רבנים זענען ביזי מיט וויכטיגערע זאכען)