☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » כאפצעם! מיין בראוזער איז געהיידשעקט!

כאפצעם! מיין בראוזער איז געהיידשעקט!

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9212

גאלד » מיטוואך יולי 1, 2015 6:47 pm

· #286558
כאפצעם! מיין בראוזער איז געהיידשעקט!
וואס טוה איך דא, יעדער פעידש איז אנגעחזרט מיט אומגעבעטענע עדס, פון אלע זייטן, אויוון, אונטן אין די זייט אונדערמיט, ער האלט מיר אין איינעפענע פרישע טעבס,
יעדער מינוט לאזט ער זיך הערן עפעס א סאונד פון א עד, תמונה אינכם רואה בלתי קול, אפי' אויף קאווע שטיבל
וויזוי ווערט מען פטור פון דעם אנשיקעניש,
ממש ווי איינער זאל ארינקומען צו מיר אין הויז, אין מיין בעדרום, איך בין דא און איך ריר מיך נישט פון דאנעט,
די פגע רע! גיידער!
כאשוין אנאינסטאלד און ריאינסטאלד קראום, געראנט adwcleaner, combofix, איך האב איהם אויפגעזוכט און programs and features, ער איז נישט דארט,

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 1, 2015 8:33 pm

· #286591
פרוביר צו מאכן א system restore
צינד אן ווינדאוס אין safe mode און לאז malwarebytes מאכן א deep clean

אליצפן » מיטוואך יולי 1, 2015 8:37 pm

· #286592
דו האסט עד בלאק אינסטאלירט?
קוק ביי די דאונלאוד טעב די לעצטע זאך וואס דו האסט געדאונלואד, און אנאינסטאליר עס.

לבלר » מיטוואך יולי 1, 2015 9:40 pm

· #286618
Re: כאפצעם! מיין בראוזער איז געהיידשעקט!
טריי דאס ער איז געוואלדיג
<a class="postlink" href="https://chrome.google.com/webstore/detail/adblock/gighmmpiobklfepjocnamgkkbiglidom?hl=en">https://chrome.google.com/webstore/deta ... idom?hl=en</a>

הויזן טראגער » דאנערשטאג יולי 2, 2015 6:50 am

· #286680
Re: כאפצעם! מיין בראוזער איז געהיידשעקט!
איך האב אזא מעשה מיט קראום עקסטענטשנס, יעדע וואך צווישן דאנערשטאג נאכט אין מאנטאג צופרי ווען קיינער איז נישט ביי מיין קאמפוטער ווערט מיין בראוזער פארמאכט אויף א מיסטעריעזע וועג אין עס ווערט אינסטאלד א פלאגין saleplus איך מער עס יעדע וואך אויס וחוזר חלילה.
Any suggestions ?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 2, 2015 7:34 am

· #286682
טו וואס איך האב געשריבן אויבן, אבער שנעל! אין ערגסטן פאל איז מעגליך אז איינער (פילייכט פון מאלאזיע אדער רוסלאנד) געפינען זיך ביי דיר אין קאמפיוטער כאדם העושה בתוך שלו, ביים טאטן אין וויינגארטן. אין בעסטן פאל איז עס בלויז נערווירענדע עד-וועיר.

נאכדעם וואס דו ביסט זיכער אז אלעס איז אויסגערייניגט, זאלסטו טוישן אלע דיינע פעסווארד'ס ווי אממשנעלסטן. נאך בעסער אויב דו טוסט עס פון א צווייטע קאמפיוטער, טו בי אן די סעיף סייט.

הויזן טראגער » דאנערשטאג יולי 2, 2015 2:43 pm

· #286757
Re: כאפצעם! מיין בראוזער איז געהיידשעקט!
יישר כח שמעקי אבער ליינענדיג דיין תגובה איז עס שוין ב״ה מסודר.
איך פלעג עס אלץ אויסמעקן ביי די עקסטענטשנס אין קראום אין יעצט ווייס איך שוין אז יעדעס מאל וואס איך האב פארמאכט קראום אין געעפענט איז דער יונג צוריקגעקומען.
נאכן שרייבן די פריערדיגע תגובה האב איך מחליט געווען אז איך גיי אים אויסרייסן, אין איך הרב עס געטון ביי די עקסטענטשנס קען מען סעלעקטען אדוואנסד דעמאלטס קען מען זען ווי די פייל באהאלט זיך, שיפט דעליט אין געגאנגען.

ציגרעטל » דאנערשטאג יולי 2, 2015 2:50 pm

· #286758
די שיינע זאך פון די היינטיגע וועלט איז אז אלעס ווערט געהאלטן אין די וואלקענעס, אלזא ווען אימער אזאנס פאסירט איז די גרינגסטע צו רי אינסטאלירן ווינדאוס... אזוי ביזטו זיכער אז אלעס איז ריין...
איבריג צו זאגן אז הני מילי בדאיכא...