☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אויפגעקלערטע חברים, גייט איר אין מקוה בשעת צרה?

אויפגעקלערטע חברים, גייט איר אין מקוה בשעת צרה?

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9207

אפטעמיסט » מיטוואך יולי 1, 2015 8:51 am

· #286424
אויפגעקלערטע חברים, גייט איר אין מקוה בשעת צרה?
דער עולם דא אין ק"ש, ובתוכם אני הקדוש, זענען דאך משונה'דיג אויפגעקלערט. אזעלכע משכילים ווי יאיר, ראובן און יידל זענען אין קיין מקוה נישט געווען זינט פאראיאר ערב יום כיפור. איז מיין שאלה צי בשעת צרה, לדוגמא ווען די גלאז פון זייער סעלפאון צעבערעכט זיי, לויפן זיי שנעל אין מקוה זיך איבערבעטן מיט'ן באשעפער.

ראוונע » מיטוואך יולי 1, 2015 9:40 am

· #286429
איז טאקע מקוה די איינציגסטע וועג וויאזוי מקען זיך איבערבעטן מיטען אייבירשטען?
איך וואלט גראדע מציע געווען אז ווען די גלאז פון די סעל פאון צוברעכט זיך זאל מען נישט גיין אין מקוה סקען נאך נאס ווערן אין זיך אינגאנצען צוברעכן

chaims » מיטוואך יולי 1, 2015 9:42 am

· #286431
Re: אויפגעקלערטע חברים, גייט איר אין מקוה בשעת צרה?
ביי אן עת צרה ווי למשל אנקומען שבת צי שחרית פאר ברוך שאמר בין איך זיך נוהג צו גיין אין מקוה

בן אדם » מיטוואך יולי 1, 2015 9:54 am

· #286434
געוויסע פירען זיך בעתות צרה צו זיצען און זיך ווייקען אין מקוה פאר א שעה צייט.

ראוונע » מיטוואך יולי 1, 2015 3:54 pm

· #286520
chaims
ביי אן עת צרה ווי למשל אנקומען שבת צי שחרית פאר בר וו ך שאמר בין איך זיך נוהג צו דיין אין מקוה

איך נוץ פאר דעם אן אנדערע עצה
זיך צוריקלייגען שלאפען פאר אביסעל