☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » לייזונג פאר דירות קריזיס

לייזונג פאר דירות קריזיס

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9203

קרעקער » דינסטאג יוני 30, 2015 5:16 pm

· #286264
לייזונג פאר דירות קריזיס
איך האב געזעהן דע נייעס היינט
""תקנה חדשה ודרמטית בקהילת גור בערד: על פי הוראת האדמו"ר, הסכום המקסימלי לתשלום שכירות יעמוד על 500 שקל בלבד ! מכיוון שמרבית המשכירים הינם חילונים, וקהל השוכרים הפונטציאלי הם חסידי גור, סביר כי הם יאלצו לקבל את התכתיב החדש.""

גערע רבי האט אלע חסידים ביי די באלס און ער קען מאכען אזא תקנה

האו עבאוט אלע רבנים פון וויליאמסבורג נעמען זיך צאם פאר א קריטישע הצלת הדורות אסיפה, און שרייבען א קול קורא אז פון היינט מעג מען צאלען רענט פאר א 1 בעדרום 1000 $, 1200 פאר 2 בעדרום, און 1500 פאר 3 בעדרום דירה, און ווער סאיז עובר אויף די תקנה נעמט מען נישט אן זיינע קינדער אין די מוסדות

פאר א טשעינזש וועלען אלע פאלגען די רבנים ווייל מוועט האבען א אויסרייד אז די רבנים לאזען נישט צאלען מער, קיין שום לענדלארד וועט נישט קענען סטראשען מיט ארויסווארפען ווייל קיינער אין שטאט גייט נישט צאלען מער, און מוועט מורא האבען פון די רבנים, סוועט ווערען א עולם התיקון און דער עולם וועט אנהייבען ארויפצוקוקען רבנים און זייער דעת תורה וועט האבען עפעס א שוויות

לבי אומר לי אז פאר סאם ריזען גייען עס די רבנים קיינמאל נישט טוהן

הקטן » דינסטאג יוני 30, 2015 6:04 pm

· #286280
וואס איז מיט די אלטע ליסעס?
די קענסט מיט קיין סופליי און דימענד זיך נישט שלאגן.
אויב די דארפסט א דירה וועסטו צאלען אינטערן טיש, אויב נישט דו וועט א צווייטער דאס טון.

petergrifin » דינסטאג יוני 30, 2015 6:40 pm

· #286287
Re: לייזונג פאר דירות קריזיס
און וואס טוסטו ווען דו דארפסט א פיר בעדרום דירה און נאך זוכען פאר א האלבע יאהר קענסטו נאכאלץ נישט טרעפן א דירה? ווער מיינסטו גייט בויען דירה'ס פאר היימישע ס'גייטס זיך קיינמאל נישט אויסצאלן.

לבלר » דינסטאג יוני 30, 2015 8:03 pm

· #286303
Re: לייזונג פאר דירות קריזיס
סגייט איוסקיקען פינקט ווי סעקטשין 8 ווי מען צאלט אויך נאר קלאמפעש 12 פאר 2 בעדרום אין די רעסט אין קעש אינטערן טיש.

קרעקער » דינסטאג יוני 30, 2015 8:24 pm

· #286313
אויב 5000 יודען הייבען מארגען אן צאלען נאר 1000 רענט א חודש מיט א פעסטע ריקענביין פון אלע רבנים אין שטאט וואס סטראשען עס צי אינפארסען מיטען נישט אנעמען קינדער פין לענדלארס וואס בעטען מער אין קיין שום מוסד, קענען לענדלארס גארנישט טון
נאר רבנים וועלען עס קיינמאל נישט טון, די אינטערנעט איז וויכטיגער ביי זיי ווי דעז אז יונגעלייט גייען אויף די נערווען פון הויכע רענט
זיי דארפען דעם טשעק פון די לענדלארס, און אסאך רבנים ועסקנים זענען אליינטס לענדלארס

הקטן » דינסטאג יוני 30, 2015 8:32 pm

· #286318
קיין איין רב איז נישט בארעכטיגט צי הייסען זיינע חסידים צי גנבענען. אויב האסטו זיך אינטער גענימען צי צאלן 3898.00 דארפסטו דאס באצאלען
דו קימסט אויף מיט א פלאן וואס מאכט נישט ציפיל סענס און די פערסט פלעס און די האסט שוין א פערטיגע טענה אויף די רבנים
אויב קען ארבעטן א יאניען פין טענעטס נישט צי דינגען העכער 1000 דארפסטו נישט קיין רב דערצו

יהושע חיים » דינסטאג יוני 30, 2015 8:50 pm

· #286324
לאמער זאגן אז די רבנים וועלן טיהן אזוי און אזוי ווי מען האט שוין פריער ערווענט וועט קיין איין דירה נישט געבויט ווערן מאת התקנה ואילך
אבער נאך מער פון דעם די לענדלארדס גיין פשוט פארדינגן/פארקויפן פאר ארטיסטן וואס צאלן יא דעם געשוואלנע פרייז (זייער מנהיגים לאזן יא צאלן אזוי טייער)

אבער למעשה קען יא ווערן א שטיקל ישעוה אז מען גייט פארדיגנן פאר גוים וועלן חרידישע אידן נישט האבן ווי צו וואוינן (כאילו יעצט האט מען יא) און מען וועט זיך מיזן ארויסציען און מען וועט קענען זיך געזעגנן פון ראדני און גאלאנטע און מען וועט מאכן שבת פאר זיך

לבלר » דינסטאג יוני 30, 2015 8:52 pm

· #286326
Re: לייזונג פאר דירות קריזיס
פארוואס געסטי אזויפיל קריעדיט פאר די סאוי קאללאד סעלף איופיונטיד רבנים?

זיי גייען זיך נישט שמציק מאכן פאר דיך נאר איוב זיי האבן עפעס א גריוסע טובת הנאה!.
וואס גייען זיי פארדינין, סתם העלפן א צוויטע יוד שטייט נישט אין זייער שלחון ערוך.

הקטן » דינסטאג יוני 30, 2015 8:54 pm

· #286328
צייט אויפציהערן מיט די קינדישקייט פין בלעמען די סיסטעם, רבנים וועם נישט. טו צי דער זאך!
האלסט דאס איז א פלאן, מאך א מיטינג ביי דיר אינדער היים - "קער א וועלט, היינט"!!

Telegram » דינסטאג יוני 30, 2015 9:50 pm

· #286342
איינער האט מיר געזאגט דעם שבת אז פאר איינער וואס האט פראגרעמס לוינט זיך אנדרעש צו וואוינען אין די סיטי ווי אין ק"י, ווייל אין ווילי באצאלט די שטאט שכר לימוד און אין ק"י נישט. יעצט מאך די חשבון א פינעף רום דירה אין ק"י קאסט 15 16 לייג צו שכר לימוד פאר 4 קינדער 225/250 נאך א טויזענטער האלטסטו שוין ביי 25 26, מאכן מאכט מען ווייניגער אויף די וואך אין ק"י, גראסערי איז מער אין ק"י, איז לאמיר גיין צו די סיטי..

איך ווייס נישט ווי אמת עס איז, לאמיר טאקע הערן פון דא וואס מען זאגט צו דעם? איז יענער גערעכט?

לבלר » מיטוואך יולי 1, 2015 12:49 am

· #286393
Re: לייזונג פאר דירות קריזיס
פראביר עס אויס אין לאז מיך וויסען.

Milk shake » מיטוואך יולי 1, 2015 11:58 am

· #286457
נאכאמאל צום פתיחת האשכול,
תקנה חדשה ודרמטית בקהילת גור בערד


די תקנה האט גערער רבי געמאכט אין ערד, נישט אין ירושלים, די זעלבע תקנה קען דא מאכן וויזניצער רבי אין מאנטיסעלא, און פאפא רב אין סוואן לעיק, ווען גערער רבי וועט קענען מאכן די תקנה אין ירושלים אדער בני ברק, דאן קען מען ציען א פאראדאקס צו בארא פארק / ווימסב"ג וכדומה.

לבלר » מיטוואך יולי 1, 2015 9:32 pm

· #286614
Re: לייזונג פאר דירות קריזיס
Milk shake
נאכאמאל צום פתיחת האשכול,
תקנה חדשה ודרמטית בקהילת גור בערד


די תקנה האט גערער רבי געמאכט אין ערד, נישט אין ירושלים, די זעלבע תקנה קען דא מאכן וויזניצער רבי אין מאנטיסעלא, און פאפא רב אין סוואן לעיק, ווען גערער רבי וועט קענען מאכן די תקנה אין ירושלים אדער בני ברק, דאן קען מען ציען א פאראדאקס צו בארא פארק / ווימסב"ג וכדומה.

Well said!

שטילע אינגערמאן » פרייטאג יולי 31, 2015 3:37 pm

· #293135
Re: לייזונג פאר דירות קריזיס
לייזונג פאר דירות