☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צרה?

אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צרה?

70 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9200
בלאט: 1 2

moshav zekeinim » דינסטאג יוני 30, 2015 11:37 am

· #286186
אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צרה?
איך האב זייער הנאה פון די אפענע קעפ דא אין קאווע שטיבל און דאס איז די סיבה פארוואס איך בין א קאווע שטיבל מעמבער. לעצטנס גראדע זענען די מער רעכט גענויגטע שרייבער מער אויפן אויבירשטן פון שטייסל, אבער פון צייט צו צייט גיט זיך א ריק ארויס פון באהעלטעניש א משכילישע ריז ווי @יידל, יאיר, ראובן, מיט א באמבאסטישע אויפגעקלערטע מאמר ואתם עימם געבן זיך פלוצים א וועק אויף די גאנצע אלטע גווארדיע, ווי געפילטע, הוגה, יואב ועוד, וואס מאכט די רעכטע בלייבן אן לשון פאר א וויילע, ביז זיי אריענטירן זיך ווידער און גיסן אויס זייערע רעכטע אנשויונגען.

אלס א שואף און חסיד פון אפנקייט און אויפגעקלערטקייט, בין איך באזארגט ווי ווייט סטאביל דער אויפגעקלערטער באוועגונג איז.

זעלבספארשטענדליך, אז אנגייענדע טראדיציע מיט א עסטעבלישט הנהגה בשם דעם דת האט מער כח צו סורווייווען. אויף אזוי ווייט אז דער אועפגעקלערטסטער קאפ קען מיט די צייט דורך צוציאלע דרוך אדער גאר דורך הילף און עטענשן וואס ער קריגט פון די יושבים על מדין, אונטער ברעכן און טאנצן קדוש קדוש פארן פארשימלטן סיסטעם.

דער גרעסטער סכנה אז זיינע אויפגעקלערטע דעות זאלן קעלעפסן איז טאמער גאט פערביט, ער ווערט קראנק, אדער ער געפינט זיך אין אן אנדער שעת סכנה.

וויל איך וויסן פון מיינע אויפגעקלערטע חברים, ווי שטארק האלט איר איר זיך צו אייער אויפגנקלערטע מיינונגען? גייט איר אמאל בשעת סכנה תשובה טון דערויף?

יידל » דינסטאג יוני 30, 2015 11:39 am

· #286188
Re: אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צר
אודאי וועלן זיי תשובה טון, וכמעשה הידועה מיט די פרומע אידענע פון בעלז.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 30, 2015 11:49 am

· #286190
אריין אהער
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/8934">viewtopic.php?f=10&t=8934</a><!-- l -->

moshav zekeinim » דינסטאג יוני 30, 2015 12:51 pm

· #286206
שמעקעדיג, זיי זיך מסביר, פארוואס האסטו אהין געלינקט?

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 30, 2015 12:53 pm

· #286207
מושב זקנים: מיין תגובה אין אנדער'ן (צו געלינקטן אשכול) באלאנגט בעצם אין דעם אשכול. איך קען עס נאר נישט אריבערפיהרן...!אויב איינער קען עס באווייזן. תשואות חן חן לו...!

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 30, 2015 1:09 pm

· #286212
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: קעסענעם סעיפען. אבער נישט דאס האביך געמיינט. די קונץ קען איך אויך באווייזן. איך בין נישט אזא גרויסער ע"ה... ווייל אלס "קוואוט, קומען די ווערטער אויס א סאך קלענער...!

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 30, 2015 1:31 pm

· #286220
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: מ'רעדט נישט פון דעם...אויך. אלס אנאנים וואלסטו געמעגט באזאלצן און באפעפערן דיינע מאמרים מיט א ביסעלע מער הומאר. איך ליין דיך אפ אלס א צו ערנסטער מענטש. וועלכער קען (כמעט) נישט שמייכלען... 😂

הקטן » דינסטאג יוני 30, 2015 1:37 pm

· #286222
ווער עס קען איינעם וואס האט געמאכט אזא יא-טוירן בעת צרה אדער שמחה, זאל אויף הייבן די האנט

מיר ווינדערד אייביג און אזא פאל, וואס איז געשען מיט די אלע סברות?
מאכן מיר טאקע אלע אינזער באשלוסען מיט די "הארץ" אין מיר ניצען נאר "שכל" פאר קאווער?

רויטע וואנצעס » דינסטאג יוני 30, 2015 2:17 pm

· #286228
ווענט זיך טאקע וויאזוי די מענטש'ס דעות זענען געפארעמט. איז ער אן אויפגעקלערטער בשיטה, און זיינע דעות זענען באזירט אויף שכליות, דארף ער זיך לכאורה האלטן צו זיין אמת נישט קיין חילוק וואס. אויב טוישט ער זיך, איז ער אן אפגעפרעגטער לויט זיינע פריעדיגע הנחות. אויב זענען זיינע דעות אבער געפארעמט צוליב תאות, כבוד, געפיהל, סביבה וכדומה, קען עס ארויספליען די סקונדע זיין הארץ צאפעלט אים צוליב לעבן'ס געשענישן.

גאנצל » דינסטאג יוני 30, 2015 2:56 pm

· #286235
די מין זאך בכלל פון זיך טוישן בעת צרה איז א סתירה צו אויפגעקלערטקייט מושב ביסט נאכנישט גענוג אויפגעקלערט

גאנצל » דינסטאג יוני 30, 2015 3:45 pm

· #286243
בשעת צרה וועט איינער גיין צום גלח ? נאופ

טאמער שטעלסטו צאם דעס א סאטמארע איד וועט קענען שיקן א קוויטל צום קלויזענבארגן צו אונזער נושא דאן טויג עפעס נישט מיט דיין גאנצע אויפגעקלערטקייט

דהיינו א סאקמערער איז קעגן קלויזענבארגער וועגן מ'האלט אז זיין שיטה איז קרום אבער ווען ער זאל זאגן אז ער ציט צוריק בין איך פאניע בראט מיט אים צו איך בין בעת צרה אדער נישט אבער דער אויפגעקלערטער וואס שרייט אז די גאנצע זאך בשרשו איז אפגעפרעגט און ס'איז נישטא אזא זאך ווי ארבי לדוגמא, און בעת צרה ציהט ער צוריק זאלסטו מיר מוחל זיין דאס מיינט אז ער זעהט איין אז ער איז נישט גערעכט געווען

הקטן » דינסטאג יוני 30, 2015 4:25 pm

· #286247
[ציטאט אראפגענומען]

אנדערע וועלן זאגן פארקערט, אז בשעת זאכן גייען גיט קען מען פאלן א קרבן צו פאנטאזיע (וישמן ישורון ויבעט) אבער ווען סקימט א גורל'דיגער זמן פאלט מען ציריק צים אמת.
דאס איז אויך מסביר פארוואס אסך בלייבן מיט דעם אמת נאך וואס דער צרה איז שוין נישט דא.

הקטן » דינסטאג יוני 30, 2015 5:13 pm

· #286262
דאס אז ס'איז דא עפעס מער וואו די אויג זעט, און די שכל פארשטייט, ס'איז דא עפעס העכערס, דאס ליגט טיף אין די סייקי פין די מענטש - און צו דער אמת פאלט דער מענטש ציריק נאך וואס אלע זיינע דמיונות ציפאלען

די עובדי ע"ז זענען געווען אן טא סאמטינג - אזאך וואס די היינטיגער וועסטענער איז בלינד דערצו

דעת תורה » דינסטאג יוני 30, 2015 5:16 pm

· #286265
Re: אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צר
א ריכטיגער רשע איז אפילו על פתחו של גיהנם אינם חוזרים.

בן אדם » דינסטאג יוני 30, 2015 5:23 pm

· #286267
איך האלט מיך נישט פאר קיין אויפגעקלערטער, על כל פנים נישט אזוי ווי די פריער דערמאנטע חברה, דאך וועל איך ענטפערן אז לכאורה האט דאס מיט וואס יידל האט אמאל מבארגעווען דעם ענין פון אויפגעקלערט לשם אויפגעקלערטקייט.

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 30, 2015 5:30 pm

· #286270
אויב דו קענסט נישט אויסווארטן ביז יציאת נשמה איז די איינציגסטע וועג זיך צו טעסטן דורכן ארומלייגן א שטריק ארום דעם האלדז און איינמאל פאר אלעמאל ברענגען אויף זיך אן עת צר וסופי. לאז מיר וויסן דערנאך אויב דו געטוישט מיינד לעצטע מינוט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 30, 2015 6:09 pm

· #286281
Re: אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צר
דער חילוק צווישען אן אויפגעקלערטע און א תמימות'דיגע, בעיני האיפגעקלערטע, איז אז דער תמימות'דיגע טוט און גלויבט פון באקוועמלעכקייט, די וועג מיט די ווייניגסטע פראבלעמען, און די אויפגעקלערטע טוט בלויז לויט'ן שכל.
אלזא, טוישען די אויפגעקלערטע מיינונג פאר'ן עת צרה איז נישט ארנטליך. פלוצלונג גלויבסטו אויך נאר פאר'ן געפיל, נישט פון שכל?
אבער א סאטמארער תם וואס שיקט א קוויטעל קיין ליובאוויטש בעת צרה, איז אינגאנצען איינשטימיג מיט זיין מהלך המחשבה והחיים.

ירא שמים » דינסטאג יוני 30, 2015 6:22 pm

· #286283
יידל
אודאי וועלן זיי תשובה טון, וכמעשה הידועה מיט די פרומע אידענע פון בעלז.

@יידל מה הסיפור?

האמת לאמיתו » דינסטאג יוני 30, 2015 8:18 pm

· #286311
[ציטאט אראפגענומען]

אלס א פייערדיגע קנאי ( נישט סאטמאר ) וועל איך מגלה זיין יא איך בין שוין עפעס שווער דארך און מיין לעבן און ניין איך האב נישט געבויגן מיין שיטה מיט א האר ( אויב עפעס נאר געצויגן מער צו רעכט'ס איינזעהנדיג מיט וואס פארא בלאף עס גרעניצט זיך די אלע לינקע אנשוינגען..)

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 30, 2015 8:29 pm

· #286314
Re: אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צר
דו ביסט א רעכטע קנאי צו א לינקער?

האמת לאמיתו » דינסטאג יוני 30, 2015 8:32 pm

· #286317
ליטוואק פון בודאפעסט
דו ביסט א רעכטע קנאי צו א לינקער?

טטיל מאל רעכט און טייל מאל לינק'ס מיטן ליניע זיך צו האלטען צום ריינעם אמת
(זאג נאר די ביסט פון די ליטע אדער פון די בודאפעסטע ? סאיז די זעלבע תירוץ..)

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 30, 2015 8:35 pm

· #286319
Re: אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צר
מיין טאטע'ס משפחה איז רוסלאנד/ליטא, אבער מיין מאמע'ס מאמע'ס מאמע איז פון אונגאר'ן. איך בין אויפגעהאדעוועט ליטוויש/ישיביש אבער נישט אינ'ם אמעריקאנע'ם געזעלשאפט.

יאיר » דינסטאג יוני 30, 2015 8:37 pm

· #286321
אזוי ווי איך זע אז איך בין געטעגט געווארן אין דעם אשכול וויל איך מודיע זיין בפני כל העם ועדה אז איך בין נישט אן אויפגעקלערטער.
החותם בצער ובשברון לב
יאיר

בן אדם » דינסטאג יוני 30, 2015 8:41 pm

· #286322
וואס איז דער צער, דער טעג אדער אז ביזט נישט אויפגעקלערט ?

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 30, 2015 8:51 pm

· #286325
כ'פארשטיי נישט. דאס גאנצע אויפגעקלערטקייט שטאמט דאך נאר פון צרות, די מיטגעמאכטע קינדער זענען סתם בעלי תאוות וואס נוצן די תירוץ אז זיי זענען אויפגעקלערט. סא צרות מאכן אפפארן, אדער תשובה טון?

אבער אין אמת'ן אריין איז ווי ראובן זאגט, אויב האב איך גוט פארשטאנען. אז קיינער וועט בעת צרה נישט גיין מכינ'ן אויפן בעל פעור, ווייל ס'איז אזוי ווייט פון זיין אמונה, אז ס'איז אפילו נישט קיין אפציע, ניטאמאל לויט פאסקאל'ס וועידזשער, אבער ביי תהילים כולל וועט ער אפשר יא, באקוקן די מזוזות איז שוין סאך גרינגער, א רויטע בענדל אפשר אויך. ממילא ווענדט זיך אלעס אין ווי ווייניג מ'האלט פון א געוויסע אמונה טפילה, אויב ס'איז בכלל דא א נדנוד ספק אז ס'קען עפעס ליגן דערין.

יאיר » דינסטאג יוני 30, 2015 8:52 pm

· #286327
גראדע איך וואלט ענדערש געדינט עפעס אן עקזאטישע עבודה זרה פון אינדיע ווי אנגעטון א רויטע בענדל.

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 30, 2015 9:13 pm

· #286331
די רויטע בענדל שטאמט דאך פון דיינע עקזאטישע עבודה זרהס.

בן אדם » דינסטאג יוני 30, 2015 9:30 pm

· #286333
יאיר
גראדע איך וואלט ענדערש געדינט עפעס אן עקזאטישע עבודה זרה פון אינדיע ווי אנגעטון א רויטע בענדל.

כ'האב מיך טאקע אלס געוואונדערט אז אויף אזויפיל זאכן איז דא סגולות, פון פלעינע רויטע בענדלעך ביז טייערע רינגלעך, און פון עסען קנאבל ביז תהילים אגאנצע נאכט. און אויף וואס זענען די סגולות ? א שטיקל ליסטע: פרנסה בריווח, רפואה, שידוכים, נשיאות חן, הצלחה וכו', אבער נאר גשמיות. פארוואס איז נישט דא קיין סגולות אויף רוחניות, ווי למשל אמונה ? אדער אויף א געשמאקער דאווענען ? אפילו אויף לערנען איז נאר דא סגולות פאר זיכרון - אויך גשמיות, ס'מאכט מיר טראכטן אז מ'דארף בודק זיין די אמונה פון די סגולה באנוצערס.

לבלר » דינסטאג יוני 30, 2015 9:42 pm

· #286338
Re: אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צר
גארנישט מיט יודישקייט!
יא איך גלייב אז איוב א קריסט האט א שווערע זאך ווי נמשל מהאט אים דייגנוסט מיט קענסער, יא ער גייט לויפן צים גלח.
אבער ווענט זיך טאקע ווער די מענטש איז ער אן אויפגעקלערטער בשיטה, און זיינע דעות זענען באזירט אויף שכליות וועט ער נישט מאכן א u turn.
אויב טוישט ער זיך יא יעצט, איז ער אן אפגעפרעגטער לויט זיינע פריעדיגע הנחות.
נאר לכאורה רוב מאל איז מען נישט ערליך (גיום יודן) צוליב תאות, כבוד, סביבה,
איז איוב האט ער א פראבלעם הי מיינט טשענש פין זיין אויפגעקלערטער שיטות.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 30, 2015 10:05 pm

· #286350
Re: אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צר
איך טראכט שוין לאנג- דער תמימות'דיגע שפירט זיך באקוועם אין זיין לעבען. טאמער א מענטש וואגט זיך איהם צו מציע זיין אז אפשר איז זיין רעבע זכרוינעלברחה נישט אזא ת''ק, שפירט ער אונטער אן איבערפאל, מ'אטאקירט איהם. ער קען נישט לעבען מיט אזא צד אז זיין גלויבונג איז מוטל ספק.
ווידער דער אויפגעקלערטע האט א פארקערטע נאטור. טאמער מ'זאגט איהם אז ער מוז עפעס גלויבען, שפירט ער דערדרוקט פון דעם אז מ'הייסט איהם וואס צו טראכטען.
ביידער איז דאס א נאטור און אזוי איז, מ'דארף עס נישט זוכען צו ענדערען.

יואב » דינסטאג יוני 30, 2015 10:07 pm

· #286352
Re: אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צר
/

יואב » דינסטאג יוני 30, 2015 10:08 pm

· #286353
Re: אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צר
יאיר
אזוי ווי איך זע אז איך בין געטעגט געווארן אין דעם אשכול וויל איך מודיע זיין בפני כל העם ועדה אז איך בין נישט אן אויפגעקלערטער.
החותם בצער ובשברון לב
יאיר

יאיר, אן אויפגעקלערטער אדער אנויפגעקלערטער?

גם אני מצטרף למודעה זו, אז יאיר איז נישט קיין אויפגעקלערטער, קענט איר זיכער זיין אז יואב איז אויך נישט. און מיט דעם איז האפנטליך נאך א פסוק פארענטפערט געווארן פאר'ן געוואגט אינגל.

נישט ממש, אבער ענליך דערצו טאקע אין סדרה פון דער וואך. בלעם זאגט: "תמת נפשי מות ישרים, ותהי אחריתי כמהו". פלעגן מיינע מלמדים יאר יערליך ערקלערן, "אפילו דער רשע בלעם וואס האט זיין גאנץ לעבן אפגעטאן כל דבר אסור, אפילו ער, ווען ס'קומט צו שטארבן איז ער מקנא דעם איד".

לגופו של עניין זע איך נישט פארוואס אז עמעץ קומט צו א מסקנה, זאל ער דאס ממש טוישן אין אן עת צרה. חוץ ווי רויטע וואנצעס זאגט, אדער ווי ביי מעשה בלעם.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

ירא שמים » דינסטאג יוני 30, 2015 10:33 pm

· #286360
יאיר
אזוי ווי איך זע אז איך בין געטעגט געווארן אין דעם אשכול וויל איך מודיע זיין בפני כל העם ועדה אז איך בין נישט אן אויפגעקלערטער.
החותם בצער ובשברון לב
יאיר

@יאיר פון וועלכע פון מושב׳ס ד׳ כתות בוסטו?

גאנצל » דינסטאג יוני 30, 2015 10:45 pm

· #286364
@יאיר@יואב וואס איז מיט אייך ? פילט איר נישט גוט ? איך זעי איר ציהט צוריק פון אייערע אויפגעקלערטקייט זענט איר בעת צרה............

מאטי » דינסטאג יוני 30, 2015 10:57 pm

· #286366
אויב יאיר איז נישט קיין אויפגעקלערטער, דאן איז געי נישט קיין מערידש.

יאיר » מיטוואך יולי 1, 2015 12:07 am

· #286385
אכן, יאיר האלט טאקע אז געי איז נישט קיין מעריעזש און מעריעזש איז נישט קיין געי. עס איז צוויי באזונדערע זאכן.

פארוואס? » מיטוואך יולי 1, 2015 1:08 am

· #286397
געווענליך די וועלכע טוהן תשובה אויף דער עלטער, זענען קיינמאל נישט געווען אויפגעקלערט נאר ליבערשט לייכטזיניג, אבער איינער וואס איז אן ערנסטער מענטש וועט נישט טוישן זיינע מיינונגען צוליב פרעשור.

נולד מאוחר » מיטוואך יולי 1, 2015 2:01 am

· #286404
Re: אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צר
יעדיר ענטפערט דא מיט סברות, דאס איז נישט קיין הייפעטעטיקל שאלה. יעדער איז שוין דורך שווערע צייטן, סאו פארוואס קען מען נישט ענטפערן יא ניין

הקטן » מיטוואך יולי 1, 2015 2:05 am

· #286405
פארוואס?
געווענליך די וועלכע טוהן תשובה אויף דער עלטער, זענען קיינמאל נישט געווען אויפגעקלערט נאר ליבערשט לייכטזיניג, אבער איינער וואס איז אן ערנסטער מענטש וועט נישט טוישן זיינע מיינונגען צוליב פרעשור.

ח"ו נישט מכח פרעשור
אנדערע זאכן פאנגען אן אויף איינמאל צו מאכן סענס.
מען זעט די לייט! און עס קליקט! מען האט אן אהא מאמענט!

די חבירים וואס פילען זיך אימבאקוועם מיט אים וועלן זאגן אז ער איז נישט געווען עכט עטענטיש אויפגעקלערט נאר ליבערשט לייכטזיניג.

נולד מאוחר
יעדיר ענטפערט דא מיט סברות, דאס איז נישט קיין הייפעטעטיקל שאלה. יעדער איז שוין דורך שווערע צייטן,[אדער געזען אנדערע] סאו פארוואס קען מען נישט ענטפערן יא ניין

וואס איז די ראיה?
אויב זעסטו איינער וואס האט יא געמאכט א יא-טוירן איז הוברר הדבר למפרע אז ער איז געווען ליבערשט לייכטזיניג.
און אויב בלייבט ער פארהארטערט זאלסטו וויסען אז ער איז דער ריעל דיעל

נולד מאוחר » מיטוואך יולי 1, 2015 2:24 am

· #286407
Re: אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צר
איך האב נישט געברענגט א ראיה, כהאב סתם געפרעגט א שאלה

פרייוויליג » מיטוואך יולי 1, 2015 5:24 am

· #286413
[ציטאט אראפגענומען]

אזוי ווי יענער וואס איז געשטארבן מיטן ציגערטעל אין מויל, ער האט דאס נישט געקענט אויפגעבן ביזן לעצטן מינוט...

די אשכול איז א גוטע, אבער די וועג וויאזוי ער לייגט עס אראפ איז שלא לפי רוחי. מיר האבן דא טייערע חבירים ווי ראובן אדער יאיר, מאמינים בה׳ ובתורתו, גאטספארכטיגע אידן וואס ווילן פשוט נישט קניען צו די חסידישע באבעל. אבער דיין אשכול איז גוט פאר רשעים וואס זינדיגען קעגן אייבירשטען און שפעטען די נאמען פון ג-ט בשאט נפש, אויף זיי איז געזאגט געווארן אז א ״גרויסע חלק״ כאפן א טרייסל בעת צרה. כמעט יעדער קען א געשיכטע ווי א צרה האט איבערגעמאכט א מענטש. די רגע די צרה באטרעפט זעט מען אז ׳לעבן איז קיין שפיל׳ ויש מנהיג לבירה.

טאמבל סאס » מיטוואך יולי 1, 2015 6:18 am

· #286414
און לאמיר שוין זאגן אז עמיצער טוישט זיך שוין יא אין א שוואכע/שטארקע מינוט. איז וואס? א מענטש טוישט זיך כסדר. וואס ווייזט דער היינט אויף אמאל און וואס ווייזט זיין פערזענליכער עקספיריענס אויף אן אנדערעם?

אז ס'געשעט פלוצלונג א מתן תורה אדער אן ה' הוא אלוקים בהר הכרמל איז פארשטענדליך אז מצבים האבן זיך געטוישט.

אז ס'געשעט פלוצלונג א האלאקאוסט אדער א רענעיסאנס איז ווייטער קלאר אז ס'איז דא נייע אינפארמאציע אויף וואס דן צו זיין.

איך פארשטיי אז דיע זענען התגליות המוניות אבער די זעלבע איז אויך שייך אויף אן אינדיווידואל לעוול - אלס פערזענליכער עקספיריענס- ווי למשל א דיבוק, א חלום, א פערזענליכער קריזיס אדער אז עמיצער וועקט זיך אויף צו א סמארטפאון אונטערן קישן...

moshav zekeinim » מיטוואך יולי 1, 2015 9:07 am

· #286426
לעניית דעתי:

אמת מיט כאראקטער (אדער באדייט אין לעבן) איז לאוו דוקא איינס. מען קען אפשר בויען א קאסטום מעיד כאראקטער געבויט אויף אמת. אבער רוב מאל איז דער אמת (אדער בעסער געזאגט, דער וועג צו אמת) כאראקטערלאז.

וויבאלד א מענטש נויטיגט זיך אין כאראקטער ווי לופט צום אטעמען וועט ער בעת צרה ווען ער האט פארלוירן א גרויסער טייל פון זיין פריערדיגער כאראקטער און באדייט זיך אנקלעבן אין די נענסטע כאראקטער הקרוב ללבו וואס מעגליך. פאר א איד מיינט עס אמונת אבותיו.

א סאטמארער וואס האט אלעמאל געהאקט אויף קלויזנבורג (ראובן'ס משל) נאר בדרך לצנות (וואס איז יעצט אין זיין ערנסטער צושטאנד, כאראקטערלאז און באדייטלאז) וועט בעת צרה ווען ער זיכט אן ערנסטער כאראקטער אויף וואס זיך אנצוכאפן (לאוו דוקא אמת'דיג) נישט וועלן האקן אויפן אויפן קלויזנבורגער.

אבער איינער וואס זיינע שיטות (נישט קיין חילוק וועלעכע סארט) טראגן מיט זיך כאראקטער אפילו בעת צרה, דאן פאלט ער נישט אוועק דערפון.

איך האב אביסל מקצר געווען. איך האף אז מען פארשטייט וואס איך מיין.

הקטן » מיטוואך יולי 1, 2015 9:26 am

· #286427
"עת צרה" וואס מאכט פארלירען "כאראקטער" ?
דאס איז נישט געווענדליך די קעס.
הגם ס'איז שייך למשל ווען איינער פארלירט זיין פארמעגען און זיין כאראקטער איז זיין פארמעגען
איך מיין אז טרעפען רעליגיע-ספיריאטאלעטי טרעפט מען נישט נאר און די פעלער וואס מענטשען פארלירן זייער כאראקטער.

און ווען יא מיז דאס נישט זיין ווייל דער מענטש מיז האבן "כאראקטער" נאר פשוט ווען אלע דימיונות צי פאלען קען דער מענטש מער דערהערן אז לעבען האט עפעס טיפערס צי זיך.
א ידער מענטש האט "כאראקטער" אין א יעדער צייט די כאראקטער פין די מענשט ווערט געפארמעט לויט די אימשטענדען, למשל איינער וואס האט דארך געמאכט שוועריקייטען ווען פארמען די כאראקטער פין א וויקטאם אדער א העלד, מענטשען געוועדליך מאכן נישט כאראקטער בקום ועשה

צי זאגן אז דער מענטש טרעפט וואס איז די מערסטע קרוב לליבו פארזעט פשוט די פאקט אז רוב מאל איז ספירעטטאלעטי די מערסטע פארפרענדעד פין דעם בעל ה'יא-טורן

הקטן » מיטוואך יולי 1, 2015 9:31 am

· #286428
טאמבל סאס

אז ס'געשעט פלוצלונג א מתן תורה אדער אן ה' הוא אלוקים בהר הכרמל איז פארשטענדליך אז מצבים האבן זיך געטוישט.
אז ס'געשעט פלוצלונג א האלאקאוסט אדער א רענעיסאנס איז ווייטער קלאר אז ס'איז דא נייע אינפארמאציע אויף וואס דן צו זיין.
איך פארשטיי אז דיע זענען התגליות המוניות אבער די זעלבע איז אויך שייך אויף אן אינדיווידואל לעוול - אלס פערזענליכער עקספיריענס- ווי למשל א דיבוק, א חלום, א פערזענליכער קריזיס אדער אז עמיצער וועקט זיך אויף צו א סמארטפאון אונטערן קישן...


און א מתן תורה אדער אן ה' הוא אלוקים בהר הכרמל איז דא נייע data
אין די פערזענליכער קריזיס און אין די פערזענליכער התגליות ליגט נישט קיין נייע אינפארמאציע.
ס'איז אלטע זאכן וואס האבן ביז היינט גארנישט געזאגט, אדער פארקערט, האט בכלל נישט געמאכט קיין סענס, און יעצט איז דאס אזוי קלאר און שכל'דיג

moshav zekeinim » מיטוואך יולי 1, 2015 10:37 am

· #286443
לאמיר זיך נאכאמאל מסביר זיין: דער סענטראלער כאראקטער פוו א מענטש איז די גייסט פוו די דאמינענטע סביבה זיינער, וואס איז זיין אויסגעטרויטענער מאדעל פארן לעבן. זעלבסט-פארשטענדליך אז ווי מער מאסע פון קולטור די סביבה פארמאגט אלס מער כאראקטער פארמאגט עס.

אין א מענטשן'ס פעטע יארן קען ער זיך צומאל ערלויבן צו פארקריכן (צום אמת אדער צום שקר) פון די צענטראלער כאראקטער, ווייל ער פארמאגט גענוג כאראקטער אן די סביבה.

אבער ווען זיין אייגענע כאראקטער ברעכט אונטער, דאן לאנדעט ער בארץ אבותיו, צו זיין סענטראלער כאראקטער.
חוץ טאמער זיינע אויסגעבויטע מיינונגען האבן ביי אים געקרוגן א כאראקטער, אדער ער גייט דערמיט צוזאמען מיט א כאראקטעריסטישער גרופע.

הקטן » מיטוואך יולי 1, 2015 10:46 am

· #286447
מיר קוקט אויס וואו דו מישט אביסל social support און theory of self

זייער אסך מאל איז אינזער אויפגעקלערטע גיט באקוועם און זיין נייע social support system', פארקערט און זיין יא-טוירן האקט ער אפ פין זיי און איז גרייט אויף רידעקיאל פין זיינע "חברים"
משה, וואס איז געשען ביסט געווארן פרום? ווען האסטו דאס לעצטע מאל מעביר סדרה געווען?

פרייוויליג » מיטוואך יולי 1, 2015 10:50 am

· #286448
טאמבל סאס
און לאמיר שוין זאגן אז עמיצער טוישט זיך שוין יא אין א שוואכע/שטארקע מינוט. איז וואס? א מענטש טוישט זיך כסדר. וואס ווייזט דער היינט אויף אמאל און וואס ווייזט זיין פערזענליכער עקספיריענס אויף אן אנדערעם?

אז ס'געשעט פלוצלונג א מתן תורה אדער אן ה' הוא אלוקים בהר הכרמל איז פארשטענדליך אז מצבים האבן זיך געטוישט.

אז ס'געשעט פלוצלונג א האלאקאוסט אדער א רענעיסאנס איז ווייטער קלאר אז ס'איז דא נייע אינפארמאציע אויף וואס דן צו זיין.

איך פארשטיי אז דיע זענען התגליות המוניות אבער די זעלבע איז אויך שייך אויף אן אינדיווידואל לעוול - אלס פערזענליכער עקספיריענס- ווי למשל א דיבוק, א חלום, א פערזענליכער קריזיס אדער אז עמיצער וועקט זיך אויף צו א סמארטפאון אונטערן קישן...

עס מער געוואנדן אין די שוואכקייט פון א מענטש. א מענטש האט א בחירה חפשית, א מענטשן וואס פארקריכט פון ג-ט איז אזוי ווי א קליין קינד וואס לויפט אוועק פון די מאמע און באהאלט זיך אין שטוב, און ער מיינט אז די מאמע זעט אים נישט אדער ווייסט נישט ווי ער איז, אדער אז ער איז מער נישט איר קינד ווייל ער איז באהאלטן.. דער מענטש קען זיך אזוי באהאלטן יארן לאנג, ביז ער כאפט א געזונטן זעץ אין דיכט און ער ווערט געוואור אז ער איז בסך הכל געווען באהאלטן אין א צימער, און ער מוז צוקומען צו אונזער פאטער. בשעת צרה אויב ער דרייט זיך נאכאלס אוועק פונעם בורא, מוז ער זיין גרייט צו סעקרעפייזען אבי צו קענען שטופן זיין פארפאלטע קראנקע אגענדע. ווען א מענטש שוועבט צווישן לעבן און טויט, זאגן אלס דאקטוירים: נאר ג-ט קען דיך העלפן. אזא מענטש וואלט אין אזא צייט אויסגעגאנגען מיטן ציגערטעל אין מויל..

דאס איז די גאנצע טעמע פונעם אשכול.

הוגה » מיטוואך יולי 1, 2015 11:46 am

· #286455
יא, איך בין אן אויפגק'לערטע און אן "אפענע קאפ"! אזוי האלט איך, און אז מושב זקנים האט מיר צוגעטיילט די דאזיגע עהרע-טיטלן נעם איך עס אן מיט שטאלץ.

יעצט צו עצם שאלה איז מיין ענטפער קאטאגאריש יא! דאס ענטפער איך מיט קאנוויקשאן טראץ דעם וואס איך האב קיין קענסער נאך נישט געהאט, מיינע קינדער לעבן אלע געזונט און שטארק און איך בין קיינמאל געווען אין א פוקס-לאך. איך זאג דאס סיי פון עקספיריענס און סיי מכח סברא.

מכח סברא זעה איך נישט פארוואס עפעס א שעת צרה זאל מיר מאכן טוישען מיינע אמונות ודעות. איך האלט דאך אז וואס איך טו און וואס איך האלט איז די ריכטיגע וועג, היעלה על הדעת אז פונקט בשעת צרה זאל איך אפנויגן פון די דרך הישר? פונקט ווען איך דארף צוקומען צו רחמי שמים אדער ווען מיין לעבן הענגט אויף א האר זאל איך מיר צוריק כאפן צו די שקר? דאס מאכט נישט קיין טראפ סענס.

פון עקספיריענס קען איך זאגן אז איך בין אדורך גאר שווערע צייטן, ווי אויך האב איך מיטגעהאלטן שווערע צייטן ביי אנדערע און איך קען זאגן אז עס איז נישט דא א בעסערע ריאליטי טשעק ווי א שווערע דורכגאנג. אדרבא, ווען מען זיצט על סיר הבשר און אלעס גייט גוט, דעמאלטס קען מען ווערן פארבלענדעט און טון זאכן אקעגן די אייגענע מאראלישע קאנוויקשאנס, א שטייגער ווי א גביר וואס איז מנדב א בנין פאר א חסידות כאטש ער האלט בעצם אז עס איז נישט א גוטע זאך. אזוי האט מיין עקספיריענס געוויזן.





.

שבת אחים » מיטוואך יולי 1, 2015 12:15 pm

· #286466
אינטערסאנט כ׳האב פונקט לעצטענס געזעהן א אינטערוויו פון מיין רבי פראפעסער Richard Dawkins ווי ער זאגט אז ווען ער ליגט אויף טויט בעטל וויל ער אז ס׳זאל זיין ווידיעא פון די גאנצע זאך ווייל די גלייביגע באקן אייביג עפעס א מעשה אז פארן טויט האבן זיי תשובה געטוהן אזוי ווי זיי זאגן אויף טשארלס דארווין/ אלבערט איינשטיין/קריסטפער היטשאונס, און אסאך אנדערע.

און ווי הוגה זאגט:
מכח סברא זעה איך נישט פארוואס עפעס א שעת צרה זאל מיר מאכן טוישען מיינע אמונות ודעות. איך האלט דאך אז וואס איך טו און וואס איך האלט איז די ריכטיגע וועג, היעלה על הדעת אז פונקט בשעת צרה זאל איך אפנויגן פון די דרך הישר?
👍
בלאט: 1 2