☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » די ריכטיגע סלאגענס פאר היימישע ביזנעסער

די ריכטיגע סלאגענס פאר היימישע ביזנעסער

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9190

קאמענטירער » זונטאג יוני 28, 2015 1:15 pm

· #285638
די ריכטיגע סלאגענס פאר היימישע ביזנעסער
כ'האב געזען אזא געדאנק פאר ברענד נעים קאמפעניס, וואס מ'טוישט זייער סלאגען און ס'קוקט אויס זייער עכט, איין זאך איז נאר אז ס'ברענגט ארויס אביסעל סארקאסטיש א נעגאטיווע פוינט אדער סתם א זאך וואס אנקאונטשעסלי טראכט מען ווען מ'באגעגנט זיך מיט יענע פירמע, ווי צב"ש ביי מעקדאנעלד האבען זיי געשריבען "די צענטער פאר איבערוואגיגע".

כ'האב געטראכט מקען עס מאכען פאר אונזערע היימישע ברענדס אויכעט, אבער פארשטייט זיך נישט סתם באשמוצען-אונטערייסען וכדו', נאר סתם ארויס ברענגען א פאני זאך וואס דער עולם טראכט ווען מ'גייט צו זיי.
כ'האב געטראכט פון עטליכע און עלמיר זען צו ס'וועט מיר געלונגען:

דזשי ענד דזשי
ווילט איר גיין ווי יעדן איינעם קומט צו אונז

דזשי ענד בי
"פאר די אויבער חכמים"

כובע העט סטאר
שפירט זיך ווי אן עושר- אפי' פאר מיין וואכעדיגע היט האב איך געצאלט אבנארמאלע פרייזן

בארא פארק באס קא.
שטיצט די שנה ראשונה באס טראנספארטאציע

קר"י באס קא.
האסט דען אן אנדערע וועג אריינצופארן?

רויטע וואנצעס » זונטאג יוני 28, 2015 1:27 pm

· #285642
אייוועלט
"ווי צבועים און חרדים לעבן אין פרידן"

קאווע שטיבל
"ווי אויבער חכמים און אינטער חכמים לעבן עפ"ר אין פרידן"

The Buzz
"איי ווי זענען די גוטע צייטן, ווען מיין ווייב האט זיך נישט געקענט שלעפן צו פלעטבוש"

גארמע גלאט
"ווי געוועזענע כולל קאסטומערס שאפן"

yossies
"ווי דו גייסט פאר די לאנטש, אבער קויפסט אנשטאט נאש"

berlbalaguleh » זונטאג יוני 28, 2015 1:48 pm

· #285649
קאמענטירער האט א פאר גוטע שטיקלעך...ספעציעל די ב.פ. באס טראנספ.... 👍
אבער רויטע וואנצעס האט לויטער גוטע סלאגאנס....! (שוין געגעבן א לייק...וואס ווילסטו...? נאכאיינס... 😂 🙄

גנדי » זונטאג יוני 28, 2015 4:04 pm

· #285701
איחוד שול
ווי מגייט דאווענען. אבער מבלייבט שמועסן אינדערויסן

וכדומה.. » זונטאג יוני 28, 2015 7:30 pm

· #285801
קובע וואלט איך געשריבן אנדערש,

"קובע"
מיר געבן נישט קיין *** פאר די קאסטומערס.

וכדומה.. » זונטאג יוני 28, 2015 7:43 pm

· #285804
"אייכלערס"
קומטס קוקן ביי אונז און דערנאך לויפטס קויפן ביי קודש...

רויטע וואנצעס » זונטאג יוני 28, 2015 8:25 pm

· #285822
בארא פארק לאמבער
"ווי מ'באצאלט פאר פארקינג מיט א פארקינג טיקעט"

אייז קריעם הויז
"ווי דער כולל אינגערמאן שטייט ארום די קארנער ווארטן פאר די ווייב, ווייל אפשר איז זיין שווער דארט"

מענדעלסאן'ס פיצא
"ווי פיצא איז נאר א סייד דיש"

G&G
"ווי צאנזע אייניקלעך און רבנים קוקן אין ריזיגע שפיגלען ברבים"

דעלי 52
"ווי א פרוי האט מורא צו גיין אפילו בייטאג"

Chase Bank
"Hey, don't worry, will see you again around the corner"

מעגא 53
"ניין, סופער 13 איז אביסל ווייטער"

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 28, 2015 10:05 pm

· #285839
.

וכדומה.. » זונטאג יוני 28, 2015 11:15 pm

· #285866
Center one - woodridge
מיר זעקלען אויס דעם עולם...

לבלר » מאנטאג יוני 29, 2015 8:02 pm

· #286067
Re: די ריכטיגע סלאגענס פאר היימישע ביזנעסער
Oh nuts.
מיר האבן אויך ניס.
Deco dine.
נאר דאפעלט די פרייז פין green's.
Hot bagels
ווי קוואלטי אין פרייז טרעפן צוזאַמען.
Ben Barber
באצאלט בליוז פאר'ן נאמען.
Bagels N Green
איר דארפט נישט באצאלען אויף איין מאל.
Dips 
מיר פלעגן האבן אלע ארליי דיפס.
Moreshet silver
כאפט אריין ווי לאנג מיר זענאן נאך עפען.

שטילע אינגערמאן » מאנטאג יוני 29, 2015 8:15 pm

· #286077
Re: די ריכטיגע סלאגענס פאר היימישע ביזנעסער
Morsehet silver איז שוין א פארגענהייט

כוכב » מאנטאג יוני 29, 2015 8:37 pm

· #286087
Cellular 4less
אן אנדענק פון ספרינטס גוטע צייטן ביי חרדים

שומרי שבת
א שטאל מיט אן ארון קודש

סופער 13
קאסטומער סערוויס איז אונזער קלענסטער פריאריטעט

קודש
פונקט נעכטן פארקויפט דאס לעצטע שטיקל

ספרינט 13
ווארט א שעה און איר זענט גאראנטירט ארויסצוגיין מיט ליידיגע הענט

סאב עקספרעס
איר וועט שטארבן פאר הונגער ביז אייער ארדער וועט זיין גרייט און אנקומענדיג אהיים וועט פעלן די קאוסלאו

האפיס
פארוואס זענען מיר אייגנטליך נאך אין ביזנעס?

יאסיס
מיר באקוקן די אייער און לאזן איבערנעכטיגן די געבעקסן

וואס איז נייעס
די מיידלעך קומען הערשט ביינאכט

ווארלד אוו קאמיוניקעישאן
קומט איינמאל און איר וועט מער קיינמאל צוריקקומען

רייט עיד
סארי מיר האבן עס נישט

מאסטלי מוזיק
דא קומט מער נאר קוקן

באנדאס גראסערי
סאיז ארויף די פרייז

הענריס קלינערס
קענסט רעדן צום נתנה תוקף

וכדומה.. » מאנטאג יוני 29, 2015 8:59 pm

· #286091
Plug ins
מיר ווילן אויסקוקן ווי די "Buzz"

וכדומה.. » מאנטאג יוני 29, 2015 9:04 pm

· #286094
@כוכב יעדע איינס רייסט,

אבער די לייק איז פאר הענריס קלינערס...

לבלר » מאנטאג יוני 29, 2015 9:12 pm

· #286096
Re: די ריכטיגע סלאגענס פאר היימישע ביזנעסער
F&F
סערוואס ווי אמאל.
Roseners
נא קרדיט קארד נא דילווערי נאר אלט.
Bo Bon
וואס פארקויפען אינז ?
Chocolate Bar.
מיר זענאן אויפן א גאנצע וואך נישט נאר פרייטאג.
Simpson.
איר זענט פרי-עפראווד פאר א מארגידש.

וכדומה.. » מאנטאג יוני 29, 2015 9:26 pm

· #286097
99 סענס סטור
סארבעט ביז דו עפנסט עס,
און נאכן עפענען? נאו ריטערנס...

בן אדם » מאנטאג יוני 29, 2015 11:02 pm

· #286127
The computer store
קום אריין, ס'דא גענוג און נאך פלאץ פאר אייך. איר קענט קענט נוצן אלע לעפטאפס אויף אמאל

פאפיטעס » מאנטאג יוני 29, 2015 11:12 pm

· #286128
Exchange Telecom
אויב זוכט איר אונזער נומבער ריפט קול מבשר

רויטע וואנצעס » דינסטאג יוני 30, 2015 11:05 am

· #286182
שם טוב רעסטעראנט
"וועלקאם צו אונזער אפיס"

לבלר » מיטוואך יולי 1, 2015 1:00 am

· #286396
Re: די ריכטיגע סלאגענס פאר היימישע ביזנעסער
BP food mart.
ווי איר צאלט 3$ פאר א באטעל מילך.
Sprinkle 13
א סעמפעל נישט צי גיין franchises...
Toys 4 you
א גאנצע סטאר פיל מיט טשיינע קרעפ.
Double Play.
מיר פלעגן זיין ווי toys 4 you.
Schwartz shoes.
גערעטיד צי זיין איונדרוסן וויניגער ווי 2 שעה!

מ גפני » מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 6:31 pm

· #308476
KosherFest
KosherFest: the biggest Kosher Buffet

petergrifin » מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 6:58 pm

· #308477
Re: די ריכטיגע סלאגענס פאר היימישע ביזנעסער
@מ גפני שלום עליכם וועלקאם בעק

שושן פורים » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 11:07 am

· #309220
Pomegranate
Ap60YhhxhTiLbWvmRHUNMqtb1lwX-A2rqkSVvxLW5-vE.jpg

שטילע אינגערמאן » מאנטאג יולי 4, 2016 9:07 am

· #340097
דער בלאט.
BASED ON A TRUE STORY

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 4, 2016 10:58 am

· #340123
טרו סטארי?
אפשר גאר "טרו ליגנטס"?

מוז זיין אזוי, ווייל בלא"ט איז נוטריקון
ב'עיסד א'ן ט'רו ל'יגענטס.
ודפח"ח

קאמענטירער » מאנטאג יולי 4, 2016 11:15 am

· #340129
צייטונגען
דער בלאט
''גענוג טעותים פאר א גאנצע וואך''
דער איד
''א פירצה פאר יעדע וואך''
די צייטונג
''אונז זעמיר די צייטונג פון די די. ענ. סי.''
די טרוביון
''אונז זעמיר די מערסטע דאנקבאר פאר די טעכנעלאגיע פון קאפי פעיסט''
די מאמענט
''אונז האב מיר שיינע גרעפיקס מיט ארטיקלען אין די זייט''

אברך משי » מאנטאג יולי 4, 2016 12:54 pm

· #340149
כיהודה ועוד, וויל איך מוסיף זיין אויף קאמאנטירער'ס רייד אזוי:

דער בלאט
אויף דעם קען מען זאגן טראכט קליין קעפיג וועסטו זיין קליין קעפיג

דער איד
איז אן ארגאן פון די אלטוועלטליכע אומאפהענגיגן אידענטוהם, נאך א מזל, ווייל ווען די אידן וואלט יא געווען אפהענגיג וואלטן זיי דען געקויפט דעם ישן-נושנדיגע סטייל צייטונג, זיי קויפן עס זיכער נאר ווייל זיי זענען אומאפהענגיג, דאנק גאט

די צייטונג
ווען איך נעם דאס אין די הענט געט עס מיר אזא ניחוח'דיגע נעימות פון אלטע זכרונות ווי ס'פלעגט ליגן אויסגעווארפן ביי מיין זיידן אין דיינונג רום נעבן זיין ריקליינער, און ער פלעגט זיך באסמאקעווען מיט די רבי-ז"ל-אין-אמעריקא געשיכטעס אדער פון די פארטיזאנען ביי די מלחמה

דער טריביון
מיין איך ס'אפילו נישט ווערד צו רעדן דערפון

דער מאמענט
נישט נא גראפיקס, נאר פארשידענע אייקאנס און לאגאס, ווערטער און טעקסט קליינע און גרויסע דיקע און דינע, א מעסטער-פיס פאר ווער ס'וויל זיך לערנען וועב-דיזיין לכאורה

קנאק-יענקל » מאנטאג יולי 4, 2016 2:30 pm

· #340168
סייט: קאווע שטובל
א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען (קרעדיט: קאווע שטיבל קעפל)

פארום: א שמייכל
כ'האף מיין שכן אין ביה"כ הערט מיך נישט לאכן

אשכול: די ריכטיגע סלאגענס פאר היימישע ביזנעסער
מתכבד בקלון חבירו איז קיין לכתחילה