☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » אפיציעל, איז דאס א פראבלעם?

אפיציעל, איז דאס א פראבלעם?

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9184

געוואלדיג » פרייטאג יוני 26, 2015 6:42 pm

· #285458
אפיציעל, איז דאס א פראבלעם?
אין אונזער וועלט, הלכה'דיג, געזעצליך, מאראליש, מענטשליך, איז דא געוויסע חלקים זאכן וואס זענען ווייס כזה ראה וקדש, אזוי דארף מען טוהן און דאס איז ריכטיג און אנדערש איז נישט ריכטיג,

אזוי אויך איז דא חלקים וואס זענען שווארץ, ד. מ. וואס עס איז נישט אויסגעהאלטן נישט עטיש נישט מאראליש נישט הלכה'דיג וכו',

אזוי אויך איז אלס דא א גרעי עריע זאכן וואס אויב האסטו דאס געטוהן איז דאס טאקע נישט אקעי, אדער גאר יא אקעי, אבער אפיציעל וועט מען זיך נישט באציען דערצו, אזא בחינה פון הלכה ואין מורין כן, און ווי הנשאל מגונה, אדער אין מוחין בידו וכדו'. דאס איז נישט נאר אין הלכה נאר די זעלבע וועט מען טרעפן אין געזעץ ווי געוויסע ענינים וועלן דייקא נישט אויסגעשמועסט ווערן נאר בלייבן גרעי,

די זעלבע זאך וואס ווערט געטוהן כסדר ואין פוצה פה ומצפצף קען אבער נאר אנגיין ווילאנג עס ווערט נישט אפיציעל, אבער איינמאל עס ווערט אפיציעל פאדערט דאס א רעאקציע, ווי יעדער טאטע ווייסט אז ווען די קינדער קריגן זיך מוז מען נישט אלעמאל באמערקן, אבער אויב קומען איינע פון די קינדער זיך באקלאגן מוז מען רעאגירן. די זעלבע איז מיט געזעץ וואס צומאל וועט די רעגירונג אוועקקוקן פון געוויסע אקטיוויטעטן וואס קומען פאר ווילאנג עס וועט נישט ווערן א נאציאנאלע טעמע וואס דעמאלס וועט דאס פאדערן א רעאקציע,

די אויבן דערמאנטע איז נישט נאר ריכטיג אין ציווילער לעבן נאר אויך אין די הלכה'דיגע לעבן, ווי מיר קענען זעהן פון די גמ' אין חולין דף צב.

עולא אמר אלו שלשים מצות שקבלו עליהם בני נח ואין מקיימין אלא שלשה, אחת שאין כותבין כתובה לזכרים, רש"י. דאע''פ שחשודין למשכב זכור ומייחדין להם זכר לתשמישן אין נוהגין קלות ראש במצוה זו כל כך שיכתבו להם כתובה ואחת שאין שוקלין בשר המת רש"י. של אדם: במקולין רש"י. באיטליז שאין אוכלין אותו בפרהסיא כל כך ואחת שמכבדין את התורה



און פארדעם באקומען זיי שכר, אז אפילו זיי זינדיגן מיט משכב זכור, און אפילו זיי עסן מענטשן פלייש ווערט דאס נישט אפיציעל, אבער ווען מען פאלט און מען מאכט די זאכן אפיציעל פאדערט דאס א רעאקציע מן השמים, ה"י.

געפילטע פיש » זונטאג יוני 28, 2015 1:23 am

· #285541
שרייבן זיי דעם א כתובה? דעי שקצים וואוינען סתם מיט מערידזש לייסענס אן קיין שום כתובה, זיי זענען זיך מורה היתר צו וואינען אן קיין כתובה.

קען אויך זיין אז וויבאלד געזעצליך איז קאניבאלזם אסור שטייען זיי בעסער פון די גוים וואס עולה האט געמיינט.

ר' שלמה אבן גבירול » זונטאג יוני 28, 2015 3:09 am

· #285571
געוואלדיג האט ארויסגעברענג א געוואלדיגע נקודה, אז ווען מען מאכט עס אפיציעל... נישט קיין חילוק וואס ס'מאכט עס אפיציעל צו מיט א כתובה צו מיט מערידש לייסענס

געפילטע, פאסט נישט פון דיר סתם יענעם אפצופרעגן מיט א גוטע דשאוק אין די וועלט אריין

moshav zekeinim » זונטאג יוני 28, 2015 6:11 am

· #285579
זיי האבן באקומען דרייסוג און אויף 27 דערפון האבן זיי עובר געווען אפיציעל. נו, יעצט זענען זיי עובר אויף 28, בסך הכל מיט איינס מער. אבער קען זיין אז זיי האבן אנגעהויבן מקיים צו זיין אנדערע פון די דרייסיג וואס זיי האבן נישט געטון ביז יעצט אזוי אז אפילו מיט קיין איינס ווייניגער זענען זיי נישט אראפ.

מפוזרי » זונטאג יוני 28, 2015 10:41 am

· #285595
Re: אפיציעל, איז דאס א פראבלעם?
גערעכט, אז ס'איז אפיציעל איז עס ערגער. אבער לאו דווקא אז מ'דארף ערווארטן א רעאקציע פון הימעל. ביים דור המבול איז עס שוין אויך געווען און פונדעסטוועגן לא נחתמה דינם אלא על הגזל.
וואס דארף מער וויי טון איז דאס וואס זיי האלטן שוין מער נישט די דריטע זאך פון "מכבדים את התורה".

berlbalaguleh » זונטאג יוני 28, 2015 2:20 pm

· #285661
ר' שלמה אבן גבירול
געוואלדיג האט ארויסגעברענג א געוואלדיגע נקודה, אז ווען מען מאכט עס אפיציעל... נישט קיין חילוק וואס ס'מאכט עס אפיציעל צו מיט א כתובה צו מיט מערידש לייסענס

געפילטע, פאסט נישט פון דיר סתם יענעם אפצופרעגן מיט א גוטע דשאוק אין די וועלט אריין

שלמה אבן גבירול: 100% גערעכט. א "כתובה" אין די גמ' מיינט נישט דווקא א כתובה ווי ביי אונז. ס'מיינט אן אפיציעלער דאקומענט ארויסגעגעבן דורך די רעגירונג

berlbalaguleh » זונטאג יוני 28, 2015 2:26 pm

· #285664
געוואלדיג: ייש"כ פאר ארויסברענגען אט די נקודה. איך האב געזאגט עפעס ענליך צו דעם. נאר דו האסט עס באפעסטיגט מיט ברענגען א גמ'.
איך האב געשריבן אז דער שיפ'ס קאפיטאן פון די טיטאניק, כאטש ער איז געווען א גוי, האטזיך אויסגעדרוקט מיט אן אפיקורס'ישן אויסדרוק. ווען ער האט געזעהן די שיף בתפארתה האט ער זיך אנגערופן אז אפילו כביכול גאט אליינס קען נישט זינקען די שיף...!)עפרא לפומיה...!
איך זאג נישט אז צוליעב דעם אליין איז די שיף געזינקען. אבער אזוי ווי די גמ' זאגט אז די שיף'ס פיהרער זענען געוויינליך יראי השם. ווייל זיי זעען אפענע נסים טעגליך...!

א איד » זונטאג יוני 28, 2015 5:54 pm

· #285761
דעם שבת האב איך געזעהן א שטיקל בניהו פונען בן איש חי, אויף די גמרא, ער באפעסטיגט נאר שטערקער @געוואלדיג'ס געוואלדיגע ווערטער.
ווער עס האט עס אין באזיץ קען עס ביטע ארויפלייגן, וזכות הרבים תלוי בו.

געוואלדיג » זונטאג יוני 28, 2015 7:16 pm

· #285799
@א איד יישר כח פארן צוצייכענען דא האסטו
📎 100MEDIA$IMAG0483.jpg

יהושע חיים » זונטאג יולי 5, 2015 9:09 am

· #287113
Re: אפיציעל, איז דאס א פראבלעם?
berlbalaguleh
ר' שלמה אבן גבירול
געוואלדיג האט ארויסגעברענג א געוואלדיגע נקודה, אז ווען מען מאכט עס אפיציעל... נישט קיין חילוק וואס ס'מאכט עס אפיציעל צו מיט א כתובה צו מיט מערידש לייסענס

געפילטע, פאסט נישט פון דיר סתם יענעם אפצופרעגן מיט א גוטע דשאוק אין די וועלט אריין

שלמה אבן גבירול: 100% גערעכט. א "כתובה" אין די גמ' מיינט נישט דווקא א כתובה ווי ביי אונז. ס'מיינט אן אפיציעלער דאקומענט ארויסגעגעבן דורך די רעגירונג

ביי בני נח (און אזוי אויך לויט די רמב"ם ביי כלל ישראל פאר מתן תורה) איז חתונה האבן געווען אז מען האט מייחד געווען א פרוי און דאס האט זי געמאכט אן אשת איש ער האט זי פארשיקט איז זי געווארן א גרושה
איז יעצט די שאלה אויב זיי האבן געהאט א זכר מייחד פאר זייער געבראכן וואס איז דאס אנדערש?

Sent from my LG-P659 using Tapatalk