☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » ליידיגגיין אשכול

ליידיגגיין אשכול

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9181

אפיקומן » פרייטאג יוני 26, 2015 4:03 pm

· #285411
ליידיגגיין אשכול
הגם איך לעב א פארנומענעם לעבן, מאכט זיך אבער צומאל אפאר פרייע מינוטן און מ'זיצט אויף דער אינטערנעט און מ'זוכט מיט וואס צו שטופן די צייט.
דער פראבלעם פון דער אינטערנעט איז באקאנט, אז פון אזא אומגעהויערע איבערפלוס פון אינפארמאציע ווערט מען פשוט דערטראנקען און מ'ווייסט נישט וואו אדער מיט וואס אנצוהייבן.
טרעפט מען זיך איבערפרישן דעם קאווע שטיבל און אייוועלט זייטל איינמאל און נאכאמאל און מ'קראכט פון ליידיגגיין, און דאס איז בערך וואס איך טו יעצט...
דעריבער עפן איך דעם אשכול -- בכלל נישט קיין שמייכל אשכול נאר אן ערנסטע אחיעזר אשכול -- וואו מ'זאל קענען געבן עצות און טיפס, לינקס און איידיעס, מיט וואס צו שטיפן די ליידיגע צייט. ספעציעל קומט יעצט זומער ווען ס'מאכט זיך אפט אין די וויקענד אז מ'גייט ליידיג, זאל מען קענען פארברענגען מיט עפעס אינהאלטספול אדער אינפארמאטיוו. האט איר א גוטע וועבזייטל, א גוטע קליפ, א גוטע סעריע, א גוטע ארטיקל, א גוטע קאנאל, טיילט עס מיט, ואל תמנע טוב.
קעסענעם סעפעם.

ירא שמים » פרייטאג יוני 26, 2015 4:29 pm

· #285416
ליידיגגיין אשכול
.

אויבערלענדער חכם » מוצ"ש יוני 27, 2015 11:36 pm

· #285500
אל תמנע טוב

@אפיקומן
איינער האט אייך שוין מעורר געווען אז ער איז דער ״מקור״ פון די מימרא köszönöm szép
אפשר איז יעצט כדאי נאכצוגיין די מקור פון די ״פסוק״ וואס איר האט דערמאנט ״אל תמנע טוב מבעליו״. אויב טאקע איר האט פרייע צייט וואלט דאס געווען א פיינע אקטיביטי (activity).
jó hétvégét

כוכב » מוצ"ש יוני 27, 2015 11:50 pm

· #285504
<a class="postlink" href="https://he.m.wikisource.org/wiki/">https://he.m.wikisource.org/wiki/</a>מ"ג_משלי_ג_כז

אויבערלענדער חכם » זונטאג יוני 28, 2015 1:35 am

· #285545
ליידיגגיין אשכול
אויבערלענדער חכם
אל תמנע טוב

@אפיקומן
איינער האט אייך שוין מעורר געווען אז ער איז דער ״מקור״ פון די מימרא köszönöm szép
אפשר איז יעצט כדאי נאכצוגיין די מקור פון די ״פסוק״ וואס איר האט דערמאנט ״אל תמנע טוב מבעליו״. אויב טאקע איר האט פרייע צייט וואלט דאס געווען א פיינע אקטיביטי (activity).
jó hétvégét

כוכב האט געשריבען:
https://he.m.wikisource.org/wiki/מ"ג_משלי_ג_כז

@כוכב איז גערעכט אז דאס איז א פסוק אין משלי. @אפיקומן האט געניצט די לשון "אל תמנע טוב" וואס איז באמת די ווערטער פון משלי, אבער איך האב עס פארמישט מיט "מהיות טוב אל תקרי רע" וואס די גמרא אין בבא קמא (פא, ב) זאגט איז נישט קיין פסוק, נאר מען קען עס ארויס לערנען פון די פסוק "אל תמנע".

יתרו » זונטאג יוני 28, 2015 2:14 am

· #285552
מילא סמאכט זיך אז איינער גייט ליידיג באקראי, נו, מהיכי תיתי. אבער מאכן א ספציעלע אשכול פאר ליידיג גיין? אתמהה? וואס איז מיט והגית בו יומם ולילה?
#תוכחה,מוסר,ומחאה

ירא שמים » זונטאג יוני 28, 2015 2:22 am

· #285554
Re: ליידיגגיין אשכול
עפעס באדערט דיך ? כקען דיך מיט עפעס העלפן ? כמיין אזוי וואו דא איז געווארן אייוועלט סטיל איז שוין דא נישט דיין פלאץ און קענסטיך שיינערהייט אפטראגן פון דאנעט און שלום על ישראל.

בן אדם » זונטאג יוני 28, 2015 2:28 am

· #285558
פארוואס האט עטס זיך דא אויסגעקליבן צו שלאגן ? גייטס קיין אייוועלט און ענדיגטס דארט צו די פייט.

יתרו » זונטאג יוני 28, 2015 2:29 am

· #285560
איך פרוביר צו ראטעווען וואס מען קען.