☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » דברי הספד אויף די געפאלענע חללים פינעם אינטערנעט

דברי הספד אויף די געפאלענע חללים פינעם אינטערנעט

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9157

איש את רעהו » דינסטאג יוני 23, 2015 8:13 pm

· #284710
דברי הספד אויף די געפאלענע חללים פינעם אינטערנעט
שיינע דברי הספד אויף די נפגעי ה'אינטערנעט

אויף די טעלעפאן קול יועץ איז ארויפגעלייגט געווארן א לווי' סצענע ווי חשובע אידן און קינדער פון נפגעי אינטערנעט שטייען ביים מיטה פון א אינטערנעט עדיקט ששבק חיים לכל חי ל''ע
עס איז כדאי צו הערן בעפאר ס'צו שפעט רח''ל

641-715-3800 נומער
54345 קאוד

עקסטענשאן 77299

סאשי פיש » דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:46 pm

· #285111
נאך א אשכול פארוואס נישט

פרייוויליג » מאנטאג יוני 29, 2015 10:04 am

· #285913
פאר פייער און פאר וואסער. עס איז קלאר אז די רעדנערס האבן נאכקיינמאל נישט געזען א טרעפיק ליכט. און בכלל קען מען זאגן די זעלביגע אויף יעדן מאן דהו וואס זיצט אין ביהמ"ד/ביהכ"ס/פארטש וכדו' "טאקע אן אינטערנעט" אבער איז משוקע אין די גרעסטע זוהמא. און איך זע נישט פ"וו מען האט געדארפט מאכן א אשכול פאר דעם.

א שרייבער » דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 9:08 pm

· #391637
איז אמת די אלע מעשיות וואס קרעשעווסקי דערציילט אין זיינע דרשות?

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 12:50 am

· #391659
מען דארף גלייבן אז ס'וואלט געקענט זיין אמת, ואתי שפיר.

א שרייבער » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 2:36 am

· #391664
למעשה פארשטיי איך פון דיינע ווערטער אז אלעס וואס ער פארציילט האט נישט קיין ממשות דערין.

הקטן » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 7:28 am

· #391670
א שרייבער
איז אמת די אלע מעשיות וואס קרעשעווסקי דערציילט אין זיינע דרשות?

איז אמת אלע מעשות וואס כולל חצות פארציילט?

א שרייבער » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 10:20 am

· #391677
אויסדריקליך נישט